ותהי לו לאשה ויאהביה - (פ' חיי שרה)

הילף, עצות און טיפס
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

הלכה קומט ביי ממיר פאר סגולות,
נישט אויסלאזן טעג רבינו תם תפילין,
מעביר סדרה זיין,
זאגן פארנט פארן דאווענען,
דאווענען פארן סוף זמן תפלה
מנחה פאר בין השמשות,
קריאת שמע בזמנו,

וכולהו וכולהו,
קומען פאר סגולות, סא איך פרוביר קודם צו זיין נזהר אין די זאכן,
אויב וועט בלייבן צייט אין טאג נאכדעם, וועל מיר זעהן,
ס'דא מענטשן וואס די יום תהלים אדער פרק שירה קומט פאר פארנט, לכבוד דעם זאגן זיי נישט קיין פארנט אדער קרבנות פאר מנחה,

ווי אויך איז דא אידן ווען זיי האלטן 5 מינוט פארן צאת זענען סיי מסופק צו פרק שירה אדער מנחה אדער רבינו תם תפילין וועלכע ס'וויטיגער,
אויף אזא אויפן העלפן די סגולות זיכער נישט,

און לתרוצי לך,
כ'האב אנגעהויבן שיר השירים שוין צענדליגער מאל און קיינמאלך נישט אנגעקומען צו 40 טאג אין א ציה,
כ'האב אנגעהויבן שה"ש אינמיטן חודש אלול, כ'האב שוין געהאלטן ביי די הויכע דרייסיגער מאל,
און אסרו חג סוכות, נאכן זיין אויסגעמיטשעט פון די צווייטע טעג האב איך פארגעסן,
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' גרוש: יעצט דארפסטו נאר זעהן אז דיין בני בית זאלל אינזין האבן ביי חלה נעמען דיין נאמען...! אוי... ווען דו האסט א בני בית, ביסטו דאך שוין א געהאלפענער... שוין. זאלל דער אייבישטער העלפן אז דו זאלסט אויפגעראכטן ווערן בקרוב. בכל משאלות לבבך...אמן...!
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

בערל האו עבאוט דיין בני בית זאל די וואך אינזין האבן?
די וואך איז מסוגל, די גאנצע "הנושא אשה מוחלין לו כל עוונותיו" לערנט מען ארויס פון א פסוק אין די וואכעדיגע סדרה,
ויקח את מחלת בת ישמעאל (נד"נ) בן אברהם אחות נביות "על נשיו" לו לאשה,
ווי רש"י אין פרשת וישלח אויפן פסוק "ואת בשמת בת ישמעאל אחות נביות" זאגט, וזל"ק: ולהלן קורא לה מחלת, מצינו באגדת מדרש ספר שמואל ג' מוחלין להן עונותיהן, גר שנתגייר, והעולה לגדולה, והנושא אשה. ולמד הטעם מכאן, לכך נקראת מחלת, שנמחלו עונותיו, עכל"ק
און ווי רש"י זאגט די וואך איז עס שוין געווען ביי די 63 ווי די פסוק זאגט על נשיו, נאכדעם וואס ער האט שוין חתונה געהאט ביי די 40 (וואס דאס איז שוין אויך געווען נאכן פלירטן, ווי רש"י זאגט שהיה מענה נשים מתחת יד בעליהן), האט ער צוגענומען נאך א ווייב, "על נשיו", און פון די חתונה לערנט מען ארויס די מחילת עוונות,
נמצא אז די גאנצע מקור פון מחילת עוונות איז ביי א זיווג שני,
קריאה מעורר הזמן,
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

berlbalaguleh האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:ר' בערלינו ,דערמאנסט מיר דעם ווארט פונעם בית ישראל מיטן ליטווישן ראש ישיבה.

ר' איך אויך: יעצט אז דו האסט מיך געמאכט געפערליך נייגעריג, ביטע זיי מוחל און זיי מפרש דיינע ווערטער... ייש"כ למפרע... :lol:

וואס טוהט מען נישט פאר ר' בערל'ן? מען פארציילט אז דער ב''י האט זיך אמאל געטראפן מיט א ליטווישע ראש ישיבה און עם געפרעגט וואס זיי טוהן מיט דעם ''בן שמונה עשר לחופה'' זאגט דער ר''י מיר מאכן א לאנגע שמונה עשרה ענטפערט עם דער ב''י יא אבער אז מען מאכט א לאנגע שמונה עשרה פארפאסט מען קדושה...(באקאנט אז דער ב''י איז געווען אבסעסט מיט קדושה ואכמ''ל)
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך העלא »

איך האב געהערט די מעשה אויפן סאטמאר רבי די דברי יואל,
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

וועלכע (גוטע) מעשה האסטו נאכנישט געהערט אויפן ד''י?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך העלא »

אויפן דברי יואל ווייס איך מיט א ברירות אז ער האט דאס געזאגט,דאס איז געווען זיין נושא,
ער פרעגט אלץ זאגן אז זייט מ'האט אנגעהויבן חתונה שפעט איז נתקלקל געווארן די יסודות אין קדושה,
ער פרעג זיך אלץ טענה'ן מיט די ליטווישע רבנים אין די ענינים,

צו די בית ישראל האט עס געזאגט ווייס איך נישט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך אויך האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:ר' בערלינו ,דערמאנסט מיר דעם ווארט פונעם בית ישראל מיטן ליטווישן ראש ישיבה.

ר' איך אויך: יעצט אז דו האסט מיך געמאכט געפערליך נייגעריג, ביטע זיי מוחל און זיי מפרש דיינע ווערטער... ייש"כ למפרע... :lol:

וואס טוהט מען נישט פאר ר' בערל'ן? מען פארציילט אז דער ב''י האט זיך אמאל געטראפן מיט א ליטווישע ראש ישיבה און עם געפרעגט וואס זיי טוהן מיט דעם ''בן שמונה עשר לחופה'' זאגט דער ר''י מיר מאכן א לאנגע שמונה עשרה ענטפערט עם דער ב''י יא אבער אז מען מאכט א לאנגע שמונה עשרה פארפאסט מען קדושה...(באקאנט אז דער ב''י איז געווען אבסעסט מיט קדושה ואכמ''ל)

ר' איך אויך: ייש"כ. נאר איך האב די מעשה געהערט אדער געליינט אויפ'ן דברי יואל, אז א טאטע פון א בחור אין די יארן איז געקומען צו עים. ווען די רבי האט איהם גפרעיגט וואס ער טוט מיט'ן מאמר חז"ל "בן שמונה עשרה לחופה" האט ער געענטפערט אז ער שטייט א לאנגע שמונה עשרה. האט די רבי געזאגט פאר עים "אויב מ'שטייט א לאנגע שמו"ע פארפאסט מען "קדושה"...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ע' פנים למעשה
וירח ה' את ריח הניחוח
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

אזוי צו אזוי, אמת איז עס,
בדוק ומנוסה ליידער
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

לגבי די וויכוח צו די בית ישראל האט עס געזאגט אדער דער סאטמאר רבי זי"ע.

כ'האב א פשוטע הוכחה אז די בית ישראל האט עס "נישט" געזאגט.

ווי באקאנט איז לויט די תקנות פין גער אסאך גרינגער זיך.צו פירען בקדושה אלץ בחור ווי אלץ אינגערמאן, מה שאין כן אין סאטמאר, קען מען אלץ.אינגערמאן אריינהאקען טאג איין נאכט אויס, ממילא איז דאך מוכרח אז געזאגט דער ווערטעל האט דער דברי יואל....
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

איחוד,
גוט געזאגט, אבער עס שטימט נישט אליבא דאמת,
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

מיר האלטן 6 וואכן ווייניגער ווי א יאר מעת פתיחת האשכול,

טייערע ברודער רייסט איין אין די ימי הרחמים והרצון
אז בעת עס וועט אי"ה ווערן א יאר,
זאלן שוין די זמנים, זיין ויהי (לשון עבר),
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אי"ה, גרוש בן קאווע שטיבל?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געוואלדיג האט געשריבן:אי"ה, גרוש בן קאווע שטיבל?

געוואלדיג: פון דא איז א ראיה אז קאווע שטיבל איז א מאמע. נישט א טאטע
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

איך מיין עס גאר אמת'דיג
ביטע רייסט איין:

אזויווי איך בין שוין ליידער אין דעם מצב, פון "לא טוב" היות אדם לבדו,
שוין כמעט אכט יאר,

ואין לך יום שאין נסיונותיה מרובה מחברתה,

און קיינער פון דא וויל נישט און זאל נישט פארשטיין וואס מ'מאכט מיט אין דעם מצב,
יעדע איינציגע נאכט, יעדן טאג גייענדיג אויפן גאס,
ביי יעדע שמחה,
יעדע שבת, יעדע יו"ט,
יעדע מאל מ'גייט אין גראסערי, יעדע מאל מ'גייט אין בית מדרש,
כ'האב שוין געהאט זיבן ימים נוראים'ס וואס כ'האב יעדע ימים נוראים געהאלטן אז דאס איז די לעצטע אין די מצב,

ס'שוין עטליכע יאר באים מים למעלה מנפש וד"ל,

בעהט איך דעם עולם דא זאל איינרייסן פאר מיר, (דער אייבערשטער קען מיין נאמען)

און נישט אהיים גיין פון בית מדרש פאר מ'זעהט אין די מערכת השמים, אז דאס מאל איז עס טאקע די לעצטע ימים נוראים,
אויף פסח זאל שוין "ושמחת אתה וביתך" במלא מובן המולה"
עדי זקנה ושיבה בבריות גופא ונהורא מעליא,

איך בין מבטיח די אלע וואס גייען מיר אינזין האבן און האבן א חלק אין מיין ישועה,
וועלן בעז"ה קיינמאל נישט וויסן און פארשטיין וואס דאס מיינט,
נישט ביי זיי און נישט ביי די קינדער,

מכח קל וחומר,
מה דאך ווען מ'איז מתפלל בעד חבירו ווען עס איז שוין "והוא צריך לאותו דבר" (וואס דעמאלט דארף מען האבן עפעס א זכות אז די תפלות זאלן נתקבל ווערן) זאגן חז"ל, אז "הוא נענה תחלה"
כל שכן ווען מ'איז נישט אין די צרה, וואס דעמאלט איז סאך גרינגער צו פועל'ן ווי די גמרא זאגט "לעולם יקדים אדם תפלה לצרה" ווי אלע ספרים זענען מסביר אז פאר די צרה, ווערן די תפלות סאך שנעלער נתקבל,
איז אודאי אז עס וועט זיין "טרם יקראו ואני אענה" די הוא נענה חלה וועט זיין אהן דעם וואס מ'אל אפילו וויסן פון אזא צרה ר,K'

איך בין מבטיח מיטן כח פון חז"ל,

אז חז"ל זאגן אזוי איז אזוי,
מיר זענען מאמין באמונה שלימה,

איך וואונטש דא יעדעם איינעם (סיי וואס גייען מיר יא אינזין האבן און סיי די וואס גייען נישט)
א גמר חתימה טובה דאס יאר און אלע יארן עדי זקנה ושיבה ועד בכלל,

עדי נזכה לראות בישועות ישראל ושמחתן בביגו"צ בב"א
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: ותהי לו לאשה ויאהביה - (פ' חיי שרה)

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

@גרוש טייערע

די אייבישטער זאל דיך טרייסטען ווייל איך קען נישט כפארשטיי נישט דיין מצב,
מיין הארץ איז צו שוואך עס אדורך צוטראגן ווען מען האט ארויפגעברענגט דעם אשכול האבאיך איבערגעליינט דיין מעשה פינעם ערשטע בלעטיל כהאב דיך געפערליך געשוינט האבאיך עס פארגעליינט פאר מיין בני בית האט זי ממש געלאזט טרערן אין א טאג שפעטער האט זי מיך נאך געזאגט אז זוי שוינט דיך זייער שטארק.

אין פארגעשלאגן אפאר גרושות.
דאס מענטשעלע שפילט........
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:@גרוש טייערע

די אייבישטער זאל דיך טרייסטען ווייל איך קען נישט כפארשטיי נישט דיין מצב,
מיין הארץ איז צו שוואך עס אדורך צוטראגן ווען מען האט ארויפגעברענגט דעם אשכול האבאיך איבערגעליינט דיין מעשה פינעם ערשטע בלעטיל כהאב דיך געפערליך געשוינט האבאיך עס פארגעליינט פאר מיין בני בית האט זי ממש געלאזט טרערן אין א טאג שפעטער האט זי מיך נאך געזאגט אז זוי שוינט דיך זייער שטארק.

אין פארגעשלאגן אפאר גרושות.



ישר כח גדול
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ר' גרוש, איך האב דיר אינזין געהאט און אי"ה ווייטער ביז צו דיין גאנצע ישועה, מיין הארץ וויינט מיט מיט דיינע ווערטער, ווייל מיט דיין הארץ קען איך נישט מיט וויינען עס איז מער פיל פון וואס איך קען פארשטיין. :cry: :cry: :cry:
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: ותהי לו לאשה ויאהביה - (פ' חיי שרה)

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

דערמאנונג:
די אלע וואס האבן זיך אונטערגענומען דורכאויס דעם יום טוב ״גלייך נאך יום טוב עפעס צו טון פאר א שידוך״ פאר מיר...
(ווייל מהאט שטארק רחמנות אויף מיר - און מהאט מיר געוואלט מאכן שפירן גוט פאר אפאר מינוט...)

איז אזוי;
1) איך לעב נאך..
2) איך בין נאכנישט א חתן.
3) מיין טעלעפאון ארבעט נאך
4) איך האב נאכאלץ די זעלבע נומבער..

באקומען היינט אויף וואטסאפפ
דאס מענטשעלע שפילט........
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

הסתיו עבר, עבר קציר וכלה קיץ,
מ'האלט מיר שויןן נאכאמאל דא,

עס איז שוין נאכאמאל פרשת חיי שרה (לסדר ויאהביה)
מיר האלטן שוין נאכאמאל כ' חשון,


יעצט לייגט צו, צו די אלע נומערן

בס"ד
ותהי לו לאשה ויאהביה
ליל חמישי לסדר "ויאהביה" עשרים יום לחודש מרחשון תשע"ה לפ"ק

די אויבערדערמאנטע נאכט דערמאנט מיר עפעס, דערמאנט מיר יענעם ביטערן חודש, "מר"חשון מיט זיבן יאר צוריק שנת תשס"ח לפ"ק, בעת כ'האב געזעהן אז אט אט, גייט מען זיך איבערצייגן, אז א געוויסע תקופה אויף וואס כ'האב פאראויסגעקוקט מיט שמחה'דיגע בליקן אז די תקופה גייט א גאנצע לעבן געדענקט ווערן און עס איז געפארן אויפן פארקערטן ריכטונג ווי געראכטן, איז געווען א ביטערע דורכגאנג, וואס איך גיי וועלן פארגעסן, ווי שנעלער (ב"ה כ'האב שוין כמעט פארגעסן דערפון),

עס איז אנגעקומען מוצ"ש וירא ט"ז חשון און איך בין געוואר געווארן אז ניין, איך לעב נישט אין קיין חלום, ס'איז נישט קיין דורכגאנג, עס איז נישט פיקסעבל, דאס איז עס, דאס האט זי אפגעמאכט אויף מיר, און דאס גייט געשעהן, זי גייט אוועק וואקן, און בשום אויפן נישט טוישן איר מיינונג און מהלך המחשבה, זי וועט זיך נישט לאזן צורעדן פון קיינעם, די שאלה איז נאר ווען עס גייט געשעהן, פארשטייט זיך אז פון דעמאלט האט מען קיין אויג נישט צוגעמאכט, ותתפעם רוחי, מ'האט געווארט אז די נאכט זאל זיך ענדיגן, און מ'זאל קענען גיין אין בית מדרש, און זעהן וואס מ'קען טוהן, מ'האט פרובירט אלעס וואס מ'קען נאר, וויסענדיג פונעם מאמר חז"ל "אפי' חרב חדה מונחת על צווארו של אדם אל יתייאש עצמו מן הרחמים", אפשר דאך וועט זי איינזעהן אז זי גייט ראנג, און זיך טוישן, די זונטאג'דיגן טאג איז שוין דורך, מ'דארף גיין עסן סאפער ביי די דעמאלטסדיגע שוויגער, מ'האט פרובירט אנצוגיין ווי געהעריג, כדי נישט האבן קיין שום יד אינעם צוטיילונג, צו קענען זאגן מיט א ברורות "ידינו לא שפכו את הדם הזה", ביטער שוווער געווען יענע תקופה, פרובירט נישט צו טוישן קיין איין איבריג ווארט מיט איר, זי זאל נישט האבן נאך פתחים צו טענה'ן פארוואס זי דארף זיך נישט טוישן נאר צוברעכן די מערידזש, זונטאג דורך'ן טאג האט מען זיך מזכיר געווען ביי א חבר ביום חופתו, און אז ער זאל מיר אינזין האבן ביי מנחה, ביינאכט איז מען געגאנגן צו די חתונה געזיצן דארט ביז ווען מ'האט געקענט, דארט האט מיר די חתן געזאגט אז ער האט מיר אינזין געהאט, מ'איז אהיים געקומען, כ'האב ווידער נישט געקענט צומאכן קיין אויג, מיין הארץ האט אנגעהויבן קלאפן שטערקער און שטערקער כ'האב אנגעהויבן שוויצן, געפיהלט ווי מיין אטעם ווערט שווערער, טראכטענדיג וואס איך גיי דא דורך גיין, זאכן וואס כ'האב נישט געוואונטשן פאר מיינע גרעסטע שונאים, און דא נישט א צווייטער ווי "עצמי ובשרי" גייט דאס ליידער דורכגיין, הייליגע באשעפער איך אוכל לראות באבדן מולדתי, איך דארף שלו' מאכן מיטן מצב אז די טרוים און האף מימי ילדותי, אויף ווען איך גיי חתונה האבן ווערט דא צורינען, ס'איז נישט געלונגען, ס'איז געווען א דורכפאל, וויזוי טראג איך דאס דורך, מיין אטעם ווערט שווערער, איך הייב אהן טראכטן פון אויפהייבן די טעלאפאן און קאלן הצלה, והנה, דער אייבערשטער האט פארקירעוועט מיינע מחשבות, ויעבור אלקים רוח, כ'האב אנגעהויבן טראכטן, דער אייבערשטער וועט מיר נישט פארלאזן, אויב איז מיר באשערט צו לעבן, וועל איך דאס אי"ה דורך מאכן, און איך קען אלעס רואיג לאזן אויף אים, ער טראגט שוין מיינע דאגות, מיין הארף האט אראפגעסלאוט, מיין אטעם איז גרינגער געווארן, און איך בין איינגעשלאפן, 2-3 שעה שפעטער האב איך געזעהן אז עס שוין 5 אזייגער, מ'קען שוין אנטלויפן פון הויז איז מען ארויסגעגאנגען, כמעשהו בראשון כך מעשהו בשני, ביידע נעכט זיכער געמאכט אהיים צוקומען ווען זי שלאפט שוין, און ארויסגיין ווען זי שלאפט נאך, מ'זאל נישט דארפן טוישן קיין איין ווארט, דינסטאג אינמיטן טאג האט מען זיך ווידער מזכיר געווען ביי א אנדערע חבר ביום חופתו, אבער יענער האט געמאכט מיט מיר א תנאי, אז איך זאל אים קניפן די ציצית פון זיין טלית למחרתו, וואס פארשטייט זיך די דיעל איז געווארן דאון על אתר, ביינאכט האט זי געהאט א קאזינס חתונה, זי האט מיר געזאגט אז איך ווערט שוין נישט פארעכנט אין די משפחה, סא איך זאל נישט גיין צו די חתונה, האב איך איר געענטפערט, אז דאס איז דיין מיינונג, איך מעג האלטן אנדערש, אבער איך גיי סייווי נישט ווייל מיין געדולד אין די מצב לאזט נישט, בין איך געגאנגען שלאפן, זי איז דאך נישט אינדערהיים, סא מ'האט פרובירט איינצושלאפן, ווען זי איז אהיים געקומען האב איך זיך געמאכט ווי איך שלאף, און 5 אזייגער זיך ארויסגעשארט פון דערהיים, מיטוואך נאכט געווען די זעלבע זאך, נאר זי איז א גאנצע נאכט געווען אלערט, מיר צו כאפן פאר איך גיי ארויס,

גאנצע זיבן יאר צוריק בעת כזאת, דאנערשטאג אינדערפרי פרשת חיי שרה כ' חשון תשס"ח, כ'וויל ארויסגיין פון דערהיים און זי שטעלט מיר אפ, און זאגט מיר די דאזיגע ווערטער, אויף וואס כ'האב שוין ווי האלב געווארט, ווייל די מצב איז נישט געווען נישט אראפצושלינגן און נישט אויסצושפייען, וז"ל:
איך גיי צו די ארבעט און פון דארט צו מיין מאמע, איך קום שוין נישט צוריק, כ'האב איר געזאגט אקעי, און געוואלט לויפן, און זי פרעגט מיר: אזוי קאלט געזעגענטס דאך?, נישט ווייל זי האט א געהאט א טראפ געפיהל, נאר זי האט געוואלט פארקויפן פאר די גאס, אז מ'האט זיך שיין צוטיילט, איך האב אבער איר נישט פארגינען די הנאה אז זי זאל זיין "עושה מעשה זמרי ומבקש שכר כפנחס", און פארקויפן פאר די גאס אז זי האט עס געמאכט "דזשענטל" און זי איז נייס, בעת ווען עס געווען פונקט די פארקערטע, און ווי געזאגט, כ'האב נישט געוואלט האבן קיין יד אין די צוטיילונג, איך זאל קענען רואיג פיהלן אז ידינו לא שפכה את הדם הזה, און ס'איז נישט געווען מיין בחירה, כ'האב נאר נישט געהאט קיין ברירה, האב איך איר געענטפערט, דיין אוועקגיין איז נאר לשיטתך, לשיטתי בין איך נישט אזוי שלעכט, אז דו דארפסט אוועקגיין, און שוין דארט האט זיך עס ב"ה געענדיגט,

גייענדיג אין בית מדרש אז געווען אין א בחינה פון "ויחד", פון איין זייט האב איך אפגעאטעמט אז איך האב געטוהן מיינס, און זי גייט שוין ב"ה אוועק, עס ווערט גרינגער, פון די אנדערע זייט האב איך פאראויסגעזעהן די מצב וואס איך גיי יעצט אריין, נאך אביסל גייט מען שמועסן אונטער מיין רוקן אז איך בין סעפערעיט, איך גיי לכאורה בקרוב מקיין זיין דעם "וכתב לה", און "מי יודע אם לעת כזאת הגעת למלכות" ווער ווייסט ווי איך גיי א יאר ארום האלטן, צו עס גייט שוין נאכאמאל זיין מלכות (ויהי' בעיניה כמלך - חתן דומה למלך), אבער וואס כ'האב דענסמאל נישט גע'חלום'ט אז גאנצע "זיבן יאר" שפעטער וועל איך נאך קענען באשרייבן די זמנים מיט ווייטאג, ועדיין לא נושעתי,

זיבן יאר איז שוין א תקופה, ווי "איינמאל א שמיטה", דאס איז די אויסדרוק פון מענטשן ווען מ'וויל זאגן אויף א זאך וואס געשעהט נישט אזוי אפט, דאס איז זייער א לאנגע צייט אין מענטשענס אויגן נאר ווען מ'רעדט דערפון, אבער נישט ווען מ'טראכט דערפון, זאל נאר יעדער צוריק טראכטן וואס עס איז אים דורך די לעצטע 7 יאר, וועט מען זעהן ווי שנעל ס'איז פארלאפן, ווי א אויגן בליק, מיט איין דריי דערזעהט מען זיך אז מ'האלט שוין ביים חתונה מאכן די קינדער וכדומה, אבל "אצלי אינו כן", זיבן ווייטאגליכע יארן איז שוין ליידער פארלאפן, דאס מיינט 365 וואכן, 365 שבתים, 2555 נעכט, (בערך), 7 מאל ראש השנה, 7 מאל יום כיפור, 7 מאל סוכות, 7 מאל חנוכה, 7 מאל פורים, 7 מאל פסח, 7 מאל שבועות, יעדע נאכט, יעדע שבת, יעדע יום טוב, פון די אלע נומערן איז געווען א עקסטערע שטארקע אפקומעניש, און איך האלט נאך פאר אלעם, כ'האב נאך נישט אנגעהויבן מיינע ימי עמידה, נאך נישט אנגעהויבן מיין לעבן, נסתרים דרכי ה', אני מאמין באמונה שלימה אז פונקטליך וויאזוי די זיבן יאר זענען דורך אזוי האט עס געדארפט זיין, איך טראכט נאר צוריק יענע ווינטער פון די סעפערעישאן נישט מער און נישט ביי קיינעם געדאכט, כ'האב נישט געוואוסט פון איין מינוט אויפן צווייטן, וואס די נעקסטע מינוט גייט ברענגען, כ'האב מיר פלוצלונג זיך דערזעהן אויף די וועלט אליין, ווי גייט מען, ווי שטייט מען, וויזוי גייט מען ווייטער אהן מיטן לעבן, כ'האב יעדע מינוט געפיהלט ווי די מינוט ענדיגט זיך די לעבן, כ'האב נישט קיין שום פלאן אויף די נעקסטע מינוט, כ'האב ווי נאטורליך פארלוירן די אפעטיט צו עני טינג אויף די וועלט, נישט געהאט קיין געדולד נישט צו עסן און נישט צו שלאפן, און נישט צו דאווענען און אודאי נישט צו לערנען, כ'האב מיר פלוצלינג דערזעהן די ערשטע מאל זייט מיין בר מצוה, וואס כ'האב וואך נאך וואך נישט מעביר סדרה געווען, פון די בר מצוה האב איך זיבן יאר אין א ציה יעדע איינציגע וואך מעביר סדרה געווען, נישט אויסגעלאזט קיין וואך, און דא פלוצלינג האב איך נישט געהאט קיין געדולד צו גארנישט, כ'האב מיר דערזעהן שמחת תורה תשס"ט, אז איך בין געבליבן שטעקן אינמיטן נח, (ווייל כ'האב שוין געפיהלט די שווערע צייטן עטליכע וואכן)

ב"ה מיינע געשוויסטער האבן גענומען אויף זיך צו מודיע זיין פאר מיינע עלטערן די מצב, איז איין זאך אראפ פון קאפ, יעדן טאג זיך אריינגעזעצט אין שוהל שמועסן ביז ביינאכט, ווען מיינע חברים זענען אהיים צו נאכטמאל, און איך בין געבליבן אליין, ביינאכט בין איך משוגע געווארן, (נישט ממש באט יו געט די פונט)

(ברם זכור אותו האיש לטוב, א געויסע איד (נאמען געהיטן אין רעדאקציע) וואס האט מיר דעמאלט אין יענע טעג געקאלט און מיר געזאגט, איך הער דו ביזט יעצט אריין געפאלן אין א שווערע מצב, און מיר אריבער גערופן צו אים אין אפיס, און דורך געשמועסט מיט מיר מיין מצב און מיינע אומשטענדן און מיינע אפשענס, און עצות און חיזוק דורך צו מאכן די שווערע טעג, בלי שום תשלום גמול, נאך עד היום הזה טראכט איך אז ווען נישט אים, וואלט איך לכאורה נישט געבליבן נארמאל, ער איז געווען ווי א שאקער און א סטעבעלייזער )

בימים ההם בין איך ב"ה געווען געבענטש מיט צוויי זאכן, די וועלטס געלט (נישט קיין עושר געווען, נאר נישט געהאט קיין איין איינציגע עקספענס) און די וועלטס צייט, האב איך מיר אריינלייגט אין מאכן דרייווערס לייסענס, עס האט געקאסט בערך טויזענט דאלער און גענומען פינף חדשים ביז נאך פסח, אזוי האב איך מיר געהאלטן פארנומען, ביינאכט האב איך געווענדליך זיך ארויפגעזעצט אויפן טרעין אין ווילי, און געקוקט אויפן מעפ, שטודירט די וועגן, וועלכע וועג ס'איז די שנעלסטע צו לאוער מאנהעטען, וועלכע וועג צו אפפער מאנהעטן, וועלכע צו ב"פ און וועלכע צו פלעטבוש, וכולהו, ביז כ'האב איין נאכט געטראפן מאטאר וויקל ביי איינע פון די סטאפ, איז מען די נעקסטע צופרי געפארן נאכאמאל די זעלבע וועג צו מאכן א פערמיט, עשרה בטבת האט מען געשטופט די נאכט אין ראדני (גראדע מיט א שנה ראשונה אינגערמאן – ער לעבט נאך מיט זיין ווייב ב"ה – כ'ווייס נישט וואס זיין חשבון איז געווען), 5:30 פארטאגס האט מען געקויפט א סענדוויטש ביי "קליינס רעסטראונט", גענומען די טרעין צו 770, און פארברענגט אין קרוינהייטס, געפארן קיין מאנהעטען צו די עסעקס סטריט סטאפ נעבן וויליאמסבורג ברידזש, און אריבער שפאצירט די בריק קיין ווילי, געגאנגען דאווענען, זיך געלייגט שלאפן ביז מנחה מעריב, און אויספאסטן, אזוי איז די ווינטער דורך בנסי ניסים, דער אייבערשטער האט זיכער געמאכט אז מ'האט אונטער האלטינג, אזוי זענען די יארן געלאפן, מ'האלט שוין היינט זיבן גאנצע יאר שפעטער, די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן אויף די נומער 7, שבעה ימי שבתא, ז' מדות, ז' רקיעים, זיבן טעג פסח, זיבן טעג סוכות, שבע הזאות יום כיפור, זיבן טעג חנוכה ביז זאת חנוכה, שבעה רועים, זיבן אושפיזין, זיבן טעג ביזן ברית, אויף די אלע זאכן שטייט אז עס איז קעגן די זיבן מדות, וואס דאס איז טבע העולם, אויף שמיני עצרת, זאת חנוכה, און אחרון של פסח, שטייט אז דאס זענען ימי רצון, ווייל אכט איז למעלה מדרך הטבע,

ביי זאת חנוכה איז די בני יששכר מאריך אז די טאג קען מען געהאלפן ווערן "בבני חיי ומזוני" ווייל בני חיי ומזוני לאו בזכותא תלי'ק אלא במזלא, און אין דעם טאג קען מען געהאלפן ווערן למעלה מן המזל עיי"ש, קען טאקע זיין אז וועגן דעם זענען די זמנים ימי רצון ווייל אפילו מיר האבן ליידער נישט קיין זכותים, וויבאלד אכט איז למעלה מדרך הטבע ווערט מען געהאלפן אפילו למעלה מן המזל, אהן זכותים,

די זוה"ק זאגט אויפן פסוק "בזאת יבא אהרן אל הקודש", זאת דא רזא דברית, און אז אהרן הכהן איז אריין ביום הקדוש לפני ולפנים, אין זכות פון די אלע זאכן וואס שטייט דערביי די ווארט "זאת",
זאת בריתי אשר תשמור,
וזאת התורה
ובחנוני נא בזאת,
אשרי אנוש יעשה זאת,
וזאת התרומה

ווי אויך זאגט די זוה"ק אז די עבודה יו"כ איז געטוהן געווארן דורך אהרן הכהן, ווייל ער איז קעגן מדת "הוד" וואס דאס איז די אכטע פון די עשר ספירות, און "שמיני" איז למעלה מטבע, די זעלבע זאך איז מיט די ז' הזאות למטה דאס איז טבע, די אחת למעלה איז למעלה מדרך הטבע, און די זעלבע זאך שמיני עצרת מ'טאנצט די הקדמה "אחת למעלה", למעלה מדרך הטבע, "ושבע למטה", די זיבן הקפות וואס זענען קעגן די זיבן מדות וואס זענען אין די טבע למטה אויף די וועלט, טאקע ביום "שמיני עצרת" וואס שמיני איז למעלה מדרך הטבע, קען טאקע זיין אז וועגן דעם ביי חסידים איז די הקדמה די עיקר און עס נעמט לענגער ווי די הקפות, ווייל ס'איז למעלה מדרך הטבע, און וועגן דעם זאגט טאקע די זוה"ק אויפן פסוק "וביום השמיני עצרת", "ובעוד דאיהו עם מלכא, שאל מה דבעי' ויהיבנא לך", ווייל שמיני איז למעלה מטבע, קען מען אלעס בעטן אפילו למעלה מן המזל, און די זעלבע זאך "זאת חנוכה", און די זעלבע זאך "אחרון של פסח",

אצינד איז מיר די וואך בייגעפאלן, ווי שוין אויבן געזאגט, "מאתי לא תצא רעות", די גאנצע צרה פון די גאנצע 7 יאר, ווי שווער עס זאל נאר נישט איז עס זיכער לטובה, ווי רש"י זאגט די וואך "כולן שוין לטובה", ווי די ספרים טייטשן אז אלע מצבים האט זי אנגענומען לטובה, קען זיין אז דאס וואס דאס האט פאסירט פונקט פרשת חיי שרה, אין די סדרה וואס עס שטייט אין פסוק "ותהי לו לאשה ויאהביה" די ערשטע מאל ווי עס ווערט דערמאנט אין די תורה אהבת איש ואשתו, אזויווי עס ווערט שוין דערמאנט אין די ספרים פון עטליכע פון תלמידי בעש"ט אז די וואכן פון די שידוכין פון די אבות זענען מסוגל, מעשה אבות סימן לבנים, קריאה מעורר הזמן, צו ווייזן אז די גאנצע זיך צוטיילן און גט'ן נישט מער און נישט ביי קיינעם געדאכט, איז נאר א ירידה לצורך עלי', צוצוקומען צום ריכטיגן "ותהי לו לאשה ויאהביה", מיטן ריכטיגן אהבה, עס זאל זיין "על כל פשעים תכסה אהבה", די אהבה זאל אוועק נעמען אלע פשעים (השרוי בלא אשה שרוי בלא חומה – בן עשרים ולא נשא כל ימיו בהרהור עבירה) , עס זאל נתעורר ווערן די "זכור אהבת קדומים" (די ערשטע אהבת איש ואשתו וואס ווערט דערמאנט אין תורה), והחי' נרדמים (לעב אויף די אחת מצלעותיו וואס איז געשעהן ווען ויפל אלקים תרדימה על האדם), וקרב הימים אשר בן ישי חי, (אין בן דוד בא עד שיכלו הנשמות שבגוף), עס זאל נתעורר ווערן די "וגם את נח "באהבה" זכרת, ותפקדהו בדבר ישועה ורחמים", על כן זכרונו בא לפניך להרבות זרעו כעפרות תבל וצאצאיו כחול הים, עס זאל זיין א "אהבה" שאינה תלוי' בדבר, עס זאל ח"ו קיינמאל נישט זיין בטלה אהבה,

אצינד ווען איך גרייט מיך שוין ליידער צו דעם אכטן חנוכה אלץ אינגערמאן, וואס איז שוין נישט "נר איש וביתו", ווי דערמאנט אז שמיני איז למעלה מדרך הטבע, די פארגאנגענע יארן האב איך יעדע "זאת חנוכה", איינגעריסן (ווי דערמאנט אויבן אז עס איז א טאג וואס איז א עת רצון), מיטן טייטשן די פסוק "אם (כאשר) תקום על מלחמה (מלחמת היצר – השרוי בלא אשה שרוי בלא חומה – כל ימיו בהרהור עבירה) בזאת (ביום זאת חנוכה) אני בוטח, (אז עס זאל שוין זיין) אחת שאלתי (נאר איינס, די ריכטיגע) מאת ה' אותה (איר – די איינס) אבקש (אזוי וועט אי"ה קענען זיין) שבתי בבית ה' כל ימי חיי (ווי די זוה"ק זאגט הנוטר בריתו שורה עליו שם הוי'), און משלב געווען די פסוקים ווי עס ווערט דערמאנט די ווארט "זאת", נאר אויב עס איז "לזאת יקרא אשה", דעמאלט קען זיין "זאת בריתי אשר תשמור" און דעמאלט קען זיין "וזאת התורה" (ישא אשה ואח"כ ילמוד תורה בטהרה), (נאר ווען עס וועט זיין) זאת נחמתי בעניי, (דעמאלט וועט זיין) כי אמרתך חייתני (ווי חז"ל זאגן מילה שניתנה במאמר – שמירת הברית), טאקע יעדע זאת חנוכה האב איך דאס מתפלל געווען, אבער יעצט ווען עס ענדיגט זיך שוין גאנצע 7 יאר, מ'גייט אריין אין שנת השמיני, בפרט אז עס פאלט אויס פרשת חיי שרה, גייט די ישועה טאקע אנקומען אי"ה, און וועט אי"ה מקויים ווערן די "ותהי לו לאשה ויאהביה" פון ביידע זייטן,

שמיני איז למעלה מדרך הטבע דארף מען געהאלפן פארן אפי' למעלה מן המזל, אע"פ שאיני הגון וכדאי, יעצט איז שוין טאקע די יאר וואס "בזאת אני בוטח" ווי די זוה"ק זאגט זאת היא רזא דברית און מילה איז דאך בשמיני, איז יעצט ווען מ'גרייט זיך צום הייליגן טאג פון "זאת חנוכה" וועט עס זיין זאת חנוכה, בשנת השמיני, שמינית שבשמינית (די אכטע טאג פונעם אכטן חנוכה), בחינת תלמיד חכם (חז"ל זאגן אז א תלמיד חכם דארף האבן א שמינית שבשמינית), דארף שוין מקויים ווערן ביי מיר די "עונת תלמידי חכמים משבת לשבת", און איך זאל אראפ ברענגען דורות ישרים ומבורכים, ווי די גמרא זאגט "הרגיל בנר הויין ליה בנין רבנן",און עס זאל מקויים ווערן וואס מ'איז מתפלל ביי די לשם יחוד פאר די הייליגע מצוה פון "נר חנוכה", "ויהיו זרעי וזרע זרעי וזכני להוליד בנים זכרים תלמידי חכמים וחסידים אהובים למעלה ונחמדים למטה", און זיי אריין ברענגען לבריתו של אברהם אבינו, ווי די ספרים זאגן אז מיט דעם וואס א מענטש איז נימול לשמונה האט ער נאך נישט מקיים געווען מצות מילה בשלימות ווייל דעמאלטס איז נאך נישט בא לכלל דעת און ס'איז נאך נישט דא קיין בחירה, נאר ווען מען ברענגט אריין א אייגן קינד לברית איז הוברר הדבר למפרע אז עס איז אים געווען ניחא צו ווערן גע'מל'ט דעמאלט קומט מען צו צום שלימות פון מצות מילה, און איך זאל צוקומען צום שלימות פון די מצוה, און זיך קען פירן בקדושה, וואס דאס איז דאך די חיוב פון יעדע איד אלץ חלק פון מצות מילה (כידוע ליודעים), עדי זקנה ושיבה בבריות גופא ונהורא מעליא, ונזכה לראות בישועת ישראל ושמחתן בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

גרוש האט געשריבן:עס איז שוין נאכאמאל פרשת חיי שרה (לסדר ויאהביה)
מיר האלטן שוין נאכאמאל כ' חשון,

יעצט לייגט צו, צו די אלע נומערן


חז"ל זאגען אז זיווג שני איז לפי מעשיו. מיר בעטן אין קענען קוים ווארטן אז בעל הגרוש זאל שוין זוכה זיין צי טרעפן זיין זיווג שני אין עס זאל זיין גדול יהי' כבוד בית האחרון יותר מן הראשון, דעריבער ווילן מיר ווינטשען א ברכה וואס זאל טאקע זיין לפי מעשיו ודרכיו פונם בעל הגרוש אליינס כמבואר בכתביו הנכתבים ע"ד סוד הספירות כידוע כגון שנת השבע, שנה השמינית, עיי"ש היטב, אין איצט הגענו לשנה התשיעית. עס האלט טאקע שוין ביי 9 ביטערע יאר, אבער דער פסוק זאגט אז וציויתי את ברכתי בשנה השישית ועשת לשלש שנים אין איינע פין די אינעטערסאנטע זאכען פין דער מספר 9 איז אז וואס מ'איז מחבר אין מ'לייגט צי צי דעם פאלט דער ביטערער 9 אוועק. למשל אז מ'נעמט 9 אין מ'לייגט צי 2 איז דאס 11 אין ווען מ'רעכענט 1+1 איז דאס 2 קומט אויס די 9 פאלט אינגאצען אוועק. 9+3 איז 12 אין 1+2 איז 3 בלייבט פין 9+3 נאר 3 וכן הלאה. דער סוד הענין איז אזוי ווי מ'טרעפט ביי נזיר וואס איז נכשל געווארן זאגט דער פסוק אז ימים הראשונים יפלו אין דערנאך הייבט זיך די ימי טהרה והכי נמי לדידן וועט די ביטערע 9 אוועק פאלן, אין עס הייבט זיך יעצט אן די ימי טהרה וואס דאס איז דער עיקר ציל כמבואר בכתבי בעל הגרוש כמה וכמה פעמים וכידוע ליודעי חן, אין דאס איז קלאר אז כי לו נאה אין כי לו יאה כתר מלוכה וטהור הוא יבנה ביתו בקרוב עם מחברתו הטהורה במהרה וק-ל בני ביתו בקרוב.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:דערמאנונג:
די אלע וואס האבן זיך אונטערגענומען דורכאויס דעם יום טוב ״גלייך נאך יום טוב עפעס צו טון פאר א שידוך״ פאר מיר...
(ווייל מהאט שטארק רחמנות אויף מיר - און מהאט מיר געוואלט מאכן שפירן גוט פאר אפאר מינוט...)

איז אזוי;
1) איך לעב נאך..
2) איך בין נאכנישט א חתן.
3) מיין טעלעפאון ארבעט נאך
4) איך האב נאכאלץ די זעלבע נומבער..

באקומען היינט אויף וואטסאפפ
פארשפארט