דער פאלטאווער רב איז מעביר דעם שוחט. פארוואס?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
[NAMELESS]

דער פאלטאווער רב איז מעביר דעם שוחט. פארוואס?!

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]הבהרה: כדי שלא לגלות פרטים, וועל איך באשרייבן דעם היסטארישן מעשה, בשינוי שמות האנשים, ושם העיר.[/center]


[center]א.[/center]
אין יאר תקצ"ב האט די שטאט פאלטאווע אין רוסלאנד, געזידט אין געשטורמט. "שוין לאנג גע'טענה'ט אז דער רב איז א שונא צו די טשערנאביל'ע חסידות" - האבן די אידן אין טשערנאבילע קלויז געטומלט. "לאמיר אויפנעמען אן אייגענעם רב" - האבן געוויסע מציע געווען.

כדי צו פארשטיין דעם טומל אין שטאט, דארף מען מקדים זיין א קליין ביסל היסטאריע:

דער שטאט פאלטאווע, איז געווען א פעסטונג פון ליובאוויטשע חסידים. עד היום הזה זענען דא באוואוסטע טיפ-דביקות'דיגע ניגונים וואס חב"ד'סקע חסידים פון פאלטאווע האבן מחבר געווען. עס זענען אויך דארטן געווען קלויזן פון אנדערע חסידות'ן, א שטייגער ווי טשערנאביל, רוזשין, לעכאוויטש, א.א.וו. אבער חב"ד האט דארט געהאט דעם אויבערהאנט, און ווי פארשטענדליך האבן זיי געפירט די שטאט כאוות נפשם - זייענדיג דעם רוב. איינער פון די זאכן וואס די חב"ד'סקע האבן דורכגעפירט, איז געווען אז דער רב אין שטאט איז געווען א ריכטיגער ליובאוויטשער חסיד פונעם הייליגן מיטעלן רבי'ן, רבי דובער זי"ע. ער איז געווען א גרויסער גאון וואס האט געהייסן רבי מרדכי ליבערטשעווסקי, און היות ער איז געווען זייער חביב אין שטאט האט מען אים גערופן ר' מוניע, בלשון חביבות.

דער רב ר' מוניע איז געווען א שטארקע מקור גאווה פאר די ליובאוויטשע חסידים, וויבאלד ער האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין נישט נאר א גאון בתורה, נאר אויך א געוואלדיגער עובד ה', ווי די פארצייטישע ליובאוויטשע חסידים וואס האבן געדאווענט פאר אפאר שעה א פשוט'ער שחרית, און בנוסף לזה איז ער געווען א ריכטיגער איש אשר רוח בו - להלך נגד רוחו של כל אחד ואחד. סיי אין פרטיות'דיגע התנהגות, צווישן אים און די מענטשן פון שטאט, און סיי אין כלליות'דיגע ענינים, צווישן אים אלס 'חב"ד'סקער' און די אנדערע חסיד'ישע קרייזן אין שטאט.

דער רב פלעגט למשל - נאכן ענדיגן של"ס ביי אים אין ביהמ"ד - קענען אריינפאלן אין טשערנאבילע קלויז, זיך דערווארעמען מיט זייערע ניגונים אין די טונקל [כמנהג טשערנאביל], א יעדן ר"ח האט ער זיכער געמאכט צו זיין ביים סעודת ר"ח אין רוזשינער קלויז, א.א.וו. הכלל, ער איז געווען אהוד ונערץ על כל העדה. אוודאי האבן געוויסע צרי עין פון טשערנאביל געקוקט מיט קנאה אז דער 'ליובאוויטשער', דער 'ליטוואק', איז מצליח. אבער ההכרח לא יגונה ולא יכוחש, כל העם אומר אחריו מקודש מקודש, ואיש רע בעל כרחו יענה אמן.

דער הצלחה האט זיך דערקענט אויף אלע ווינקלען פון שטאט. אויב ביז ר' מוניע איז געקומען, איז פאלטאווע געווען עפעס א פארשטיפטע שטאט וואס קיינער האט נישט געוואוסט פון איר צו זאגן, און זי האט נישט פארנומען קיין פלאץ אויפן אידישן וועלטס מאפע, האט ר' מוניע מרומם געווען קרנה, און האט צוגעצויגן אסאך אידן וואס האבן זיך דארט באזעצט, אלס אדאנק דעם רב אין שטאט, ר' מוניע ליבערטשעווסקי. בקיצור, דער שטאט איז אויפגעריכטעט געווארן בזכותו, ברוחניות ובגשמיות.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]ב.[/center]
זונטאג פרשת שלח תקצ"ב, זענען צוויי אידן, עדים נאמנים, אריינגעקומען מיט א שטורעם צום רב: "רבי מוניע, מיר האבן יעצט געזען דעם שוחט שחט'ן בהמות אן בודק זיין דעם חלף. מיר זענען דערציטערט געווארן, און ווען ער האט נישט באמערקט האבן מיר בודק געווען דעם חלף און מיר האבן געזען אז ס'איז געהעריג מלא פגימות ה"י"! דער רב, אן אויפגעשוידערטער, האט שנעל געשטעלט צוויי אנדערע אידן זאלן נאכקוקן צומארגנס, צו זען אויב דער שוחט וועט בודק זיין זיין חלף - וואס דעמאלס מיינט עס אז ס'איז געווען אן איינמאליגע מעשה, וואס נאך א גוטן פסק וועט ער זיך אויסמענטשלן, אדער גייט ער ווייטער נישט בודק זיין - וואס דאס איז א סימן מובהק אז ער איז א פשוטער קל דעת וואס מ'דארף גלייך מעביר זיין משחיטתו.

ווען די צוויי נייע עדים זענען צוריקגעקומען מאנטאג זאגן אז דער שוחט קוקט ניטאמאל אן דעם חלף פארן שחט'ן, האט דער רב נישט געהאט קיין ברירה, און אים אריבערגערופן זאגן אז לאור זיין קלות הדעת אין שחיטה, דארף ער אים מעביר זיין פון זיין פאסטן. דער שוחט האט פרובירט זיך אויסצו'טענה'ן אז דאס איז זיין פרנסה, אבער דער רב האט אים קלאר געמאכט אז אויפן חשבון פון אידישקייט קען ער נישט מאכן קיין פשרות, און ער קען אים אפשר ארויסהעלפן דורך בארגן אפאר רובל אז ער זאל קענען אנהייבן א נייע געשעפט. 'אבער קיין שוחט, קענט איר ליידער מער נישט זיין', האט דער רב אויסגעפירט מיט צער.

דער שוחט, ווי א ריכטיגער קל דעת, האט מחליט געווען אנצוהייבן א שמוץ-קאמפיין אנטקעגן דעם רב, אלס נקמה פארן אים מעביר זיין. היות ער איז געווען א טשערנאבילער חסיד, האט ער געהאט א פארהעלטנמעסיג גרינגער באדן אויף וואס צו אקערן. מאנטאג ביינאכט ביי מנחה מעריב האט ער דערציילט פארן עולם אין קלויז, אז דער רב האט אים מעביר געווען 'אפיציעל' פארן נישט בודק זיין דעם חלף, אבער למעשה איז שוין דא א לענגערע צייט א וויסטע שנאה פונעם רב אנטקעגן אים, וויבאלד ער איז א טשערנאבילער חסיד, און ר' מוניע איז א שטאלצער ליובאוויטשער וואס קען נישט אראפשלונגען די פאקט אז דער 'טשערנאבילער' שוחט איז א מוצלח. און דאס וואס ער טאנצט אפיציעל מיט מיט די אנדערע חסידות'ן אין שטאט, איז נאר א מאסקע כדי אויסצומיידן אן אפאזיציע צו זיין רבנות.

די אלטגעזעצענע צרי עין האבן ארויפגעטאנצן אויף זיין מעשה'לע כמוצא שלל רב, און איינער האט דערציילט - אזוי בסוד סודות - אז ער האט פון לאנג געהערט אז דער רב האט געזאגט פאר זיין איידעם אז ס'איז צייט אויפצונעמען א ליובאוויטשער שוחט אין שטאט. "ס'איז דאך פארט א ליובאוויטשער שטאט" - האט ער געזאגט. מער האט נישט אויסגעפעלט, און די טשערנאבילע קלויז איז געפארן אויף רעדער. "יעצט פארשטיי איך פארוואס ער קומט אריין נאר צו של"ס ביי אונז אין קלויז, ווייל ס'איז טונקל! ס'פאסט אים נישט אריינצוקומען ווען ס'איז ליכטיג" - האט איינער געשריגן. א צווייטער האט פארפירט: "ער איז נאך קיינמאל נישט געווען ביי אונזער רבי'ן, ר' מאטעלע זאל זיין געזונט"! "א שונא צו טשערנאביל מימים ימימה" - האבן געיאוועט קולות אן אויפהער.

די ברויזענדע ווינטן האבן זיך שנעל אריבערגעטראגן צו די קלויזן פון די אנדערע חסידות'ן. די לעכאוויטשע האבן געהאט טענות, די רוזשינע מענות, די ליניצע האבן געשריגן, די קארלינע האבן מוחה געווען, און די ברסלב'ע האבן געזאגט תיקון קללי... הפנים, דער רב איז נישט ראוי לאותו איצטלא. דער עולם האט פארפירט אז מ'דארף אויפנעמען א נייער רב אין קהילה, אדער אפאר רבנים פון אנדערע חסידות'ן זאלן צוזאמען פירן די שטאט. אבער דאס איז זיכער אז 'מוניע' זאל זיך אפטראגן פון דא ווי אמשנעלסטן.

[center]די לצים האבן גאר געמאכט א שיר אויפן רב:
מיר זענען אלע נמאס פונעם נדוניא
וואס מיר צאלן פארן רבי'ן ר' מוניא,
לאמיר אלע צוזאמען מאכן א קנוניא
מעביר צו זיין דעם רבי'ן ר' מוניא.[/center]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]ג.[/center]
דינסטאג האט שוין די שטאט געקאכט ווי א קעסל, און דער ראש הקהל מיט אפאר פרנסי העיר זענען אריבער צום וואוינונג פונעם רב, אים צו דערציילן אז די שטאט קערט זיך איבער, און וואס מ'זאל טון בעפאר די מצב גייט ארויס פון קאנטראל. ווען דער רב האט דערהערט וואס דא האט פאסירט, האט זיך א ווייטאגליכע מינע אויסגעשפרייט אויף זיין געזיכט. צוויי פיינפולע שטיל שווייגענדע מינוט זענען דורכגעגאנגען, ווען פלוצלינג האט ער - צו זייער ערשטוינונג - זיך אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ, און זיי געזאגט: "אז דער עולם איז נישט צופרידן פון מיין רבנות, זוך איך נישט צו בלייבן רב אין שטאט בעל כרחם. כ'קען נישט צוריקשטעלן דעם שוחט אויף זיין פאסטן, ווייל להלכה איז ער נישט ראוי צו זיין א שוחט, און אלס רב איז מיין פליכט אים מעביר צו זיין פאסטן. אבער איך מוז נישט בלייבן רב אין שטאט. שוין מארגן וועל איך מודיע זיין בשער בת רבים אז כ'זאג מיך אפ פון רבנות".

די טובי הקהל זענען געווען ערשיטערט: "ס'טייטש, אונז פארליר מיר אונזער באליבטער רב, וואס האט באלאכטן די הימלען פון פאלטאווע שוין 23 יאר?!". אבער דער רב האט זיך נישט פארלוירן: "כ'זוך נישט קיין כבוד אדער מאכט, כ'האב געזוכט כבוד שמים. אבער אויב ס'ברענגט מחלוקת, האב איך מער נישט וואס צו זוכן אין שטאט". טרערן זענען געפלאסן פון די אויגן פון די אנגעזעענע שטאטסלייט, זעענדיג דאס געוואלדיגע אצילות און מידות פונעם חשוב'ן רב. אבער זיין החלטה איז געווען אומבויגזאם.

ווי א שטורעמווינט האט זיך אריבערגעטראגן די ידיעה פון מויל צו אויער, אז דער רב גייט מארגן געבן זיין געזעגענונגס דרשה, נאכדעם וואס ער האט מחליט געווען אויפצוגעבן דאס רבנות כדי נישט מרבה צו זיין מחלוקת בישראל. קופקעס מענטשן זענען געשטאנען אין גאס, און דורכגעטון די לעצטע נייעס, ווען מען האט באמערקט די שוחט אדורכשפאצירן. איינער האט אים תמימות'דיג א פרעג געטאן: "וויאזוי קען זיין אז דער רב מיינט אייגענע נגיעות, גרויס צו מאכן דאס נאמען פון 'ליובאוויטש' אין שטאט, אויב ער איז גרייט אויפצוגעבן דאס גאנצע רבנות - וואס דאס איז א זיכערע פאטש פאר זיין חסידות"?!! ער וואלט ווען געדארפט קעמפן מיט ציין און נעגל צו בלייבן רב אין שטאט על אפם ועל חמתם פון די טשערנאבילע און רוזשינע חסידים!

א צווייטער האט גאר גע'טענה'ט, אז די רגע די רב גייט אוועקגיין פון פאלטאווע, גייט די גוטע נאמען פון פאלטאווע אויך אוועקגיין. "ווער האט גרויס געמאכט דאס שטאט פאלטאווע אלס אידישע שטאט, בכמות ובאיכות, אויב נישט אונזער באליבטער רבי מוניע" - האבן מענטשן אנגעהויבן טראכטן הויעך. ס'איז געקומען דערצו, אז דער עולם האט פשוט איינגעזען אז לו יהא אז דער שוחט איז גערעכט, וואלט דער רב געזוכט כל טצדקי דאית ליה למיעבד יא צו בלייבן רב אין שטאט, אז חב"ד זאל אנהאלטן איר שליטה. און דא איז דער רב גרייט אויפצוגעבן אלעס למען השלום, איז דער שוחט א פאלנער ליגענער, און זיינע מיטהעלפער'ס זענען פשוט'ע בעלי מחלוקת, און דער רב זוכט גארנישט חוץ פון כבוד שמים. אבער וואס טוט מען יעצט?! דער רב איז שוין גרייט זיך אפצוזאגן פון אמט!!!

שנעל האבן זיך גרופירט א מאסע מענטשן, וואס האבן מחליט געווען צו גיין איבערבעטן דעם רב. דורכגייענדיג די קלויזן, האבן מער און מער מענטשן מיט חרטה געפילן זיך מיטגעכאפט מיטן וואגאן. 'ס'טייטש, אונז גייען חרוב מאכן דאס שטאט דורכ'ן לאזן דעם באליבטן רבי מוניע גיין'?!. אזוי האט זיך געשלענגלט א שווארץ-קעפיגע עדה, וואס איז באשטאנען פון כמעט די גאנצע שטאט, וואס איז געקומען איבערבעטן דעם רב, פארן אים מאכן אומזיסטע עגמת נפש, און ארויסברענגען אז אדרבה, הערשט יעצט זעט מען דאס אצילות הנפש פון אים, און אודאי איז מען אים נישט חושד אין קליינגייציגע אינטערעסן.

דער רב, ר' מוניע, איז געווען אן אמת'ער ערליכער איד, און פארשטייט זיך אז ער האט יעדן מוחל געווען בלב ובנפש, און איז געבליבן לאנגע יארן דער מנהיג העדה. יארן לאנג, איז דער מעשה געווען בפי כל הבריות ארויסצוברענגען ווער דער חשובער מקים העיר פאלטאווע, דער רב ר' מוניע ליבערטשעווסקי, איז געווען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]ד.[/center]
די וואך אין די פרשה, באגעגענען מיר זיך מיט איינער פון די מערסט-מאדנע געשיכטעס אין די תורה. די אידן האבן געהערט די מרגלים זיך אפרעדן אויף ארץ ישראל, און א וויי געשריי האט אויסגעבראכן צווישן כלל ישראל (במדבר יד, ב-ג): לו מתנו בארץ מצרים, או במדבר הזה לו מתנו: ולמה ה' מביא אותנו אל הארץ הזאת וגו'. ווען יהושע און כלב האבן פרובירט אביסל צו בארואיגן דעם עולם, האבן זיי געשריגן 'לרגום אותם באבנים'! הכלל, זיי האבן שוין באשלאסן אז יעבור עלי מה, בלייב דא אין מדבר, אבער ארץ ישראל? ניין ניין און נאכאמאל ניין! דער באשעפער הערט זייער געשריי, און וואס טוט ער? ער געבט זיי נאך (כח-כט): אמר אליהם חי אני נאם ה', אם לא כאשר דברתם באזני, כן אעשה לכם: במדבר הזה יפלו פגריכם וגו'.

וואס וואלט יעצט געדארפט געשען? אז זיי זאלן אנהייבן טאנצן אין די גאסן און זאגן: !YES WE CAN, אונז האבן אויסגעפירט. אונז בלייבן דא, און מ'גיימיר נישט קיין ארץ ישראל! אנשטאט דעם, זעט מען א מאדנע רעאקציע (לט): וידבר משה את הדברים האלה אל כל בני ישראל, ויתאבלו העם מאד [ולא די, נאר א טאג שפעטער זענען געוויסע געגאנגען קאפ אין וואנט, 'ויעפילו', אבי ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל. קודם ווילסטו נישט, ווען מ'זאגט אז דו קענסט מער נישט, פלוצלינג מוזטו...]. א פלא פון א זאך, א מינוט צוריק שרייסטו 'או במדבר הזה לו מתנו', א מינוט שפעטער וויבאלד מ'געבט דיר נאך, איז א מצב פון 'ויתאבלו העם מאד'. אויב דאס איז נישט היפאקריטסווע, וואס איז יא???!!! סתם זוכן טענות, אפילו ווען זיי זענען זיך סותר מיניה וביה?!

נאר מ'זעט פון דעם א מורא'דיגע לימוד איבער דעם עצם מושג 'מענטשהייט'. ווילאנג די מרגלים האבן געשאטן פעך און שוועבל אויף ארץ ישראל, זענען די אידן אריין אין אן עקסטאז. זיי זענען געווארן 'עקסיידעד' [באופן שלילי]. ווען א מענטש ווערט איבערגענומען, טראכט ער נישט ראציאנאל, און יעדע שמויגער - וואס סתם אזוי וואלסטו זיך געשעמט צו שטיין אין זיינע ד' אמות - ווערט אן ערנסטער מאן דאמר אין די ברענעדיגע נושא, אין וואס דו ביזט אריינגעמישט. טענות און רעיונות וואס וואלטן סתם אזוי נישט געווען ווערט די שפייעכץ פון מויל, ווערן גאר גאר שטארקע טענות. אבער דאס אלעס איז נאר, ווילאנג דער מענטש איז עקסיידעד, ווילאנג ער איז נוגע בדבר, גענוג אויף אוועקצונעמען זיין געווענטליכער נארמאלער שיקול הדעת. אבער די רגע די זאך איז שוין נישט נוגע, די רגע ס'איז שוין נישט דער ברענעדיגער נושא אויפן טיש, קען דער מענטש - צוריקטראכטנדיג - איינזען ווי קליינקעפיג זיין געדאנקנסגאנג איז געווען בשעת מעשה.

ווילאנג ר' מוניע איז געווען רב אין שטאט, האבן פלוצלינג אזעלכע אפגעפרעגטע טענות ווי 'ער האט שוין יארן א שנאה אויף טשערנאביל' - באקומען דעקונג און אנערקענונג אין שטאט. אבער די רגע ער האט זיך אפגעזאגט פון רבנות, איז דאס דאך שוין נישט נוגע. יעצט קען מען - צוריקטראכטנדיג - איינזען ווי שטארק מ'האט זיך פארנארט במשאות שוא ומדוחים, און דער רב איז ווייט פון נגיעות כרחוק מזרח ממערב. ולא זו אף זו, אז אויב איינער האט נאך גע'ספיקא'ט ביז יעצט, איז דאס אויסגעקלארט געווארן נאכדעם וואס דער רב איז געווען גרייט אויפצוגעבן דאס רבנות, נאכגעבנדיג פאר די וואס האבן געהעצט קעגן זיין הנהגה.

די אידן אין מדבר האבן אויך נאר געשריגן אז זיי ווילן בלייבן אין מדבר, וויבאלד זיי האבן נישט אריינגעטראכט מיט א ראציאנאלע בליק אויף אלעס ארום און ארום. די היסטאריע האט דאך געוויזן, אז דער קל מלא רחמים האט זיי געטראגן ביז יעצט 'כנשר יעיר קנו'. ווען ס'האט געלויערט אויף זיי א סכנה פון די מצריים, האט ער זיי דערטראנקען אין ים, ווען די עמלקים האבן זיך געזוכט צרות, האבן זיי אריינגעהויבן ציפקע צרות. ווען די אידן האבן געדארפט עסן און טרינקען צו זאגאר פלייש, האט ער אלעס צוגעשטעלט אויף א גאלדענע טאץ. ראציאנאלערהייט, וואלטן די אידן געדארפט גלייך מכיר זיין במי שאמר והיה העולם און זיך פארלאזן אויף אים. אבער דאס איז דער כח פונעם שוחט: האקן אין קאפ מיט קליינליכע טענות, און דער עולם ווערט איבערגענומען, און איינמאל מען איז איבערגענומען, איז 'למה ה' מביא אותנו אל הארץ הזאת'!

וואס האט דער באשעפער געזאגט? כ'זאג מיך אפ פון רבנות. נאדיר, כ'געב ענק נאך. בלייבטס דא, אזויווי ענק האבן געבעטן 'במדבר הזה לו מתנו'. יעצט איז דאך שוין נישטא קיין ויכוח, און ס'איז צייט פאר א ראציאנאלע חשבון הנפש. און אריינטראכטנדיג, האבן זיי געזען זייער טיפשות, זייער ווילדקייט, און זייער נארישע עקסייטמענט איבער גארנישט מיט גארנישט. נאכמער, זיי האבן געזען אז דער באשעפער האט טאקע נישט קיין פראבלעם זיך צוצושטעלן צו זיי, און על כרחך ווען ער האט זיי געוואלט פירן קיין ארץ ישראל, האט ער געמיינט נאר זייער טובה. נו אויב אזוי, זעמיר אונז גאר די נאראנים וואס האבן אנגעוואוירן ארץ ישראל, איז טאקע ווערט צו וויינען און טרויערן: ויתאבלו העם מאד.

ללמדך, אז ווען א מענטש ווערט איבערגענומען, זאל ער אריינאטעמען פרישע לופט און טראכטן גוט גוט: 'צו מיינט רבי מוניע זיין כבוד, זיינע אינטערעסן, זיינע נגיעות, אדער נישט? צו גייען אונז פארדינען פון זיין איבערלאזן דאס שטאט, אדער גאר פארלירן דערפון? צו האט ער אויפגעבויעט דאס שטאט ביז יעצט, אדער נישט?' און אזוי, וועלן מיר האפנטליך מאכן אייביג די ריכטיגע החלטות!


גילוי נאות: די גאנצע מעשה מיט ר' מוניע, לא היה ולא נברא. עס איז פשוט א משל ארויסצוברענגען די פאסיגע נקודה...
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

א גרויסן יישר כח, ר' מוניה.. אוי סארי, ר' שש, איך גיי דאס אי"ה נאכזאגן פאר מיינע תלמידים (בשם אומרו, ווער, ר' שש פון ק"ש?).
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: דער פאלטאווער רב איז מעביר דעם שוחט. פארוואס?!

שליחה דורך מפוזרי »

ר' שש; דו דערציילסט דעם ליובאוויטשער גירסא, אבער אין טשערנאביל ווייסט מען אנדערש. דער שוחט איז יא געווען ריין און דער ר' מוניא איז גאר געווען דער קטלא קניא, נאר אז ער האט געזען אז דער עולם קומט בטרוניא. און מ'גייט אים צונעמען די נדוניא, האט ער געמאכט א קנוניא, און געשפילט ווי ער אנטלויפט, און אזוי דעם עולם אונטערגעקויפט, אבער אין טשערנאביל ווייסט מען דעם אמת!...
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שיין באשריבן! גענוצט א שיינע באלערנדע מעשה פאר א משל....

אדנירם האט געשריבן:די ברסלב'ע האבן געזאגט תיקון קללי...

:lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מפוזרי האט געשריבן:ר' שש; דו דערציילסט דעם ליובאוויטשער גירסא, אבער אין טשערנאביל ווייסט מען אנדערש. דער שוחט איז יא געווען ריין און דער ר' מוניא איז גאר געווען דער קטלא קניא, נאר אז ער האט געזען אז דער עולם קומט בטרוניא. און מ'גייט אים צונעמען די נדוניא, האט ער געמאכט א קנוניא, און געשפילט ווי ער אנטלויפט, און אזוי דעם עולם אונטערגעקויפט, אבער אין טשערנאביל ווייסט מען דעם אמת!...

דערמאנסט מיר פון א מעשה:

א איד האט אמאל דערציילט פאר עזריאל גליק - משב"ק אדמור"י סאטמאר, אז איינמאל איז משה שערער [דער פירער פון אגודת ישראל] ארויפגעקומען צום רבי'ן, דורכרעדן עסקנות זאכן, און וואס איז נוגע מדינת ישראל. ווען סאטמארער רב האט אים געזען, האט ער אים מקבל פנים געווען מיט א שמייכל, און העפליכן ברוך הבא. ווען משה שערער האט געזען אז ס'איז א שעת הכושר, האט ער געמיינט אז יעצט איז פאסיג ארויפצוברענגען די 'שיטה'. האט ער געזאגט צו סאטמארער רב, אז זיין שיטה איז טאקע פיין און וואויל, אבער ס'איז א ריכטיגע יחיד ורבים הלכה כרבים, און דאס רוב האלט דאך אנדערש, איז ממילא זאל ער נאכגעבן צום רוב.

האט סאטמארער רב זיך צובייזערט אויף אים, און אים אנגעשריגן: "ווען דאס רוב וואלט ווען געהאלטן אז קושן א צלם איז נישט קיין עבירה, וואלט איך זיך דען געדארפט צושטעלן צום רבים? אודאי געוויס נישט! וויבאלד ס'האנדלט זיך פון עיקרי אמונה. ביי מיר, איז די נגע הציוני אויך פון די עיקרי אמונה, און ס'קומט נישט אריין א מיעוט צו א רוב!". און ער האט גלייכצייטיג דערמאנט די מעשה מיט ר' יונתן אייבשיץ מיטן גלח, וואס האט אים אויך געפרעגט וועגן דעם אז רוב וועלט זענען קריסטן וכו', והדברים ידועים.

האט עזריאל גליק געזאגט פאר יענעם איד, אז די מעשה איז נישט אזוי געווען. 'דער רבי ז"ל וואלט קיינמאל נישט געזאגט, אז די אנדערע רבנים האבן ח"ו פראבלעמען מיט אמונה, אפילו ברמז' - האט ער גע'טענה'ט. נאר וואס דען? סאטמארער רב האט אים געענטפערט, אז היות זיין שיטה איז געבויט אויף די פריערדיגע דורות פון צדיקים קדושי עליון, פון בעלזער רב, מונקאטשער רב, וכו' וכו', איז אויב אזוי האט ער דעם רוב. און דאס אז היינט זענען זיי שוין א מיעוט, טוישט נישט דעם דין.

האט יענער איד געזאגט צו עזריאל גליק, אז ער האט עס געהערט מיט זיין גירסא פון א איד וואס איז דארטן געווען, און די מעשה איז נישט ווי עזריאל האט אנגעגעבן. האט אים עזריאל אנגעשריגן: "כ'פארשטיי דיך נישט, איך האב אליינס אויפגעמאכט די מעשה, איז וויאזוי קענסטו מיך זאגן וויאזוי מיין געבאקענע מעשה האט זיך אפגעשפילט???"...

***
אזוי אויך דא. איך האב אליינס אויפגעמאכט די מעשה מיט ר' מוניע, און דו קומסט מיר דא פארקויפן די טשערנאבילע גירסא צום מעשה'???...


גילוי נאות: די גאנצע מעשה מיט סאטמארער רב און עזריאל גליק, האב איך אויך יעצט אויפגעמאכט אויפן פלאץ...
נאטירליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

שליחה דורך נאטירליך »

:like :like
דיין כח הדמיון איז אזוי רייך און פילפארביג א מעיין המתגבר.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: דער פאלטאווער רב איז מעביר דעם שוחט. פארוואס?!

שליחה דורך ירא שמים »

אבער נעקס טיים שרייב אין אנפאנג סאיז נאר א משל …
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

אדנירם האט געשריבן:[center]ב.[/center]

[center]די לצים האבן גאר געמאכט א שיר אויפן רב:
מיר זענען אלע נמאס פונעם נדוניא
וואס מיר צאלן פארן רבי'ן ר' מוניא,
לאמיר אלע צוזאמען מאכן א קנוניא
מעביר צו זיין דעם רבי'ן ר' מוניא.[/center]

נישט געוואוסט אז די טרויעריג בארימטע "מחניים" גראמען האט גאר א מקור אין פאלטאווע.

ליצנות אין די זייט, זייער שיין באשריבן.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירא שמים האט געשריבן:אבער נעקס טיים שרייב אין אנפאנג סאיז נאר א משל …

כ'האב דווקא נישט געוואלט שרייבן אז ס'איז נאר א משל.
א' - דער עולם אידענטיפיצירט זיך ענדערש מיט א מעשה ווי מיט א משל.
ב' - א מעשה ליינט מען מיט שפאנונג ביזן סוף, א משל קען אמאל ווערן נמאס.

היות כ'האב געוואלט גוט איינקריצן די נקודות פונעם משל, כדי ארויסצוהאבן די פוינט פונעם נמשל, האב איך געשריבן בתורת מעשה שהי', און נאר נאכן ליינען די פרטי פרטים, פונעם משל ונמשל, האב איך מודיע געווען פארן עולם אז די גאנצע מעשה לא היה ולא נברא...

און יעצט זאג דו מיר, האט עס נישט גע'סאונד'ט ווי א ריכטיגער מעשה שהיה? ביזטו נישט נתפעל געווארן פונעם גאון וצדיק ר' מוניע? האט די פרשה פון ליובאוויטש מיט טשערנאביל נישט אנגעצינדן ביי דיר א פייערל פון אמאליגער לעבן אין אלטער היים?... :D
נאטירליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

ויואל משה ותורתו אמת

שליחה דורך נאטירליך »

איך הער אלעמאל נאכזאגן פון דעם סאטמאר רב ז"ל אז אלע מעשיות זענען געבאקן, מיר האט אלעמאל געשטערט ווער איז דען געזיצן און געמאכט מעשיות.
יישר כח פארן ווייזן behind the scenes וויאזוי א מעשה ווערט געבאקן (אזוי ווייט אז איינער האט אפילו חולק געוועהן)

דא האבן מיר אן ערנסטע מענטש וואס האט נישט קיין אגענדעס און נוצט זיינע טאלאנטן צו מהנה זיין דעם עולם,
אבער אזוי אויך האט זיך געקענט מאכן אפאר שרייבערלעך און געבאקן מעשיות ביזן עלות.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א גוטע וואך ליבע ברודער.

זאגטס מיר, ביי קריאת התורה ווען מ'איז אנגעקומען צום פסוק 'ויתאבלו העם מאוד', האט איינער זיך דערמאנט פונעם פאלטאווער רב - רבי מוניע?!.... :D
וויל קענען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

Re: דער פאלטאווער רב איז מעביר דעם שוחט. פארוואס?!

שליחה דורך וויל קענען »

יא כ׳האב עס נאך געזאגט פאר אסאך מענטשן ונשא חן בעיניהם(כ׳האב עס נישט געזאגט בשם אמרו מחוסר ידועה, בשם אמרו גייט נאר אן אויף א גברא נישט אויף א חפצא) ברוך שכוונת להאמת ותודה רבה
ווייס פרעזידענט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 9:32 am
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

Re: דער פאלטאווער רב איז מעביר דעם שוחט. פארוואס?!

שליחה דורך ווייס פרעזידענט »

רב שש אויב איר זענט א רב קום איך צו אייך איר וועט זיך מחיה זיין מיך צו האבן פאר א חסיד
ווייס פרעזידענט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 9:32 am
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

Re: דער פאלטאווער רב איז מעביר דעם שוחט. פארוואס?!

שליחה דורך ווייס פרעזידענט »

אדנירם האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:ר' שש; דו דערציילסט דעם ליובאוויטשער גירסא, אבער אין טשערנאביל ווייסט מען אנדערש. דער שוחט איז יא געווען ריין און דער ר' מוניא איז גאר געווען דער קטלא קניא, נאר אז ער האט געזען אז דער עולם קומט בטרוניא. און מ'גייט אים צונעמען די נדוניא, האט ער געמאכט א קנוניא, און געשפילט ווי ער אנטלויפט, און אזוי דעם עולם אונטערגעקויפט, אבער אין טשערנאביל ווייסט מען דעם אמת!...

דערמאנסט מיר פון א מעשה:

א איד האט אמאל דערציילט פאר עזריאל גליק - משב"ק אדמור"י סאטמאר, אז איינמאל איז משה שערער [דער פירער פון אגודת ישראל] ארויפגעקומען צום רבי'ן, דורכרעדן עסקנות זאכן, און וואס איז נוגע מדינת ישראל. ווען סאטמארער רב האט אים געזען, האט ער אים מקבל פנים געווען מיט א שמייכל, און העפליכן ברוך הבא. ווען משה שערער האט געזען אז ס'איז א שעת הכושר, האט ער געמיינט אז יעצט איז פאסיג ארויפצוברענגען די 'שיטה'. האט ער געזאגט צו סאטמארער רב, אז זיין שיטה איז טאקע פיין און וואויל, אבער ס'איז א ריכטיגע יחיד ורבים הלכה כרבים, און דאס רוב האלט דאך אנדערש, איז ממילא זאל ער נאכגעבן צום רוב.

האט סאטמארער רב זיך צובייזערט אויף אים, און אים אנגעשריגן: "ווען דאס רוב וואלט ווען געהאלטן אז קושן א צלם איז נישט קיין עבירה, וואלט איך זיך דען געדארפט צושטעלן צום רבים? אודאי געוויס נישט! וויבאלד ס'האנדלט זיך פון עיקרי אמונה. ביי מיר, איז די נגע הציוני אויך פון די עיקרי אמונה, און ס'קומט נישט אריין א מיעוט צו א רוב!". און ער האט גלייכצייטיג דערמאנט די מעשה מיט ר' יונתן אייבשיץ מיטן גלח, וואס האט אים אויך געפרעגט וועגן דעם אז רוב וועלט זענען קריסטן וכו', והדברים ידועים.

האט עזריאל גליק געזאגט פאר יענעם איד, אז די מעשה איז נישט אזוי געווען. 'דער רבי ז"ל וואלט קיינמאל נישט געזאגט, אז די אנדערע רבנים האבן ח"ו פראבלעמען מיט אמונה, אפילו ברמז' - האט ער גע'טענה'ט. נאר וואס דען? סאטמארער רב האט אים געענטפערט, אז היות זיין שיטה איז געבויט אויף די פריערדיגע דורות פון צדיקים קדושי עליון, פון בעלזער רב, מונקאטשער רב, וכו' וכו', איז אויב אזוי האט ער דעם רוב. און דאס אז היינט זענען זיי שוין א מיעוט, טוישט נישט דעם דין.

האט יענער איד געזאגט צו עזריאל גליק, אז ער האט עס געהערט מיט זיין גירסא פון א איד וואס איז דארטן געווען, און די מעשה איז נישט ווי עזריאל האט אנגעגעבן. האט אים עזריאל אנגעשריגן: "כ'פארשטיי דיך נישט, איך האב אליינס אויפגעמאכט די מעשה, איז וויאזוי קענסטו מיך זאגן וויאזוי מיין געבאקענע מעשה האט זיך אפגעשפילט???"...

***
אזוי אויך דא. איך האב אליינס אויפגעמאכט די מעשה מיט ר' מוניע, און דו קומסט מיר דא פארקויפן די טשערנאבילע גירסא צום מעשה'???...


גילוי נאות: די גאנצע מעשה מיט סאטמארער רב און עזריאל גליק, האב איך אויך יעצט אויפגעמאכט אויפן פלאץ...

[emoji13] [emoji13] [emoji13] [emoji13] לייק לאוו
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

אדנירם האט געשריבן:
***
אזוי אויך דא. איך האב אליינס אויפגעמאכט די מעשה מיט ר' מוניע, און דו קומסט מיר דא פארקויפן די טשערנאבילע גירסא צום מעשה'???. .[/size]

ר'[tag]אדנירם[/tag], האסט געהערט א מעשה? א געבאקענער מעשה טאר נישט האבן א צווייטע גירסא? הלא הדברים קל וחומר מה דאך א אמת'ע מעשה וואס האט אין דער ווירקליכקייט פאסירט נאר אויף איין אופן, דאך באקט מען צו אנדערע גרסאות; א מעשה וואס איז מלכתחילה אליינס געבאקן, כל שכן אז מ'קען צובאקן נאך א גירסא.

בכלל, פארשטיי איך נישט דער חידוש אז די מעשה איז אליינס געבאקן, אלע ליובאוויטשער מעשיות זענען אליינס געבאקן.. :lol:
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]מפוזרי[/tag], דו ביזט פיינע נייעס...!!!
:like :like :like
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]לרגל ערב יום כיפור, ווען דער עולם גייט צום שוחט שחט'ן דעם כפרה,
בין איך מודיע פארן עולם אז מ'קען יעצט גיין שחט'ן די כפרה ביים פאלטאווער שוחט,
תחת השגחתו המהודרת של רב העיר הגה"צ רבי מוניע.


מספר מצומצם, פלעצער באגרעניצט, וכל הקודם זכה..[/center]
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

אזוי? ?!! נישט געוואוסט אז פאלטאווע האט אויפגענומען א נייע שוחט, און איך האב געמיינט אז נאך די מעשה איז גאנץ פאלטאווע געווארן וועדזשיטעריענס.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיט וואס (וועם) מאכט מען דארט כפרות?
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: דער פאלטאווער רב איז מעביר דעם שוחט. פארוואס?!

שליחה דורך א איד »

@אדנירם, יעצט עס געלייקט דאס ערשטע מאל, און כדרכי אז גלייך נאכן ליינען, קומט לייקן, אבער מיט אפאר געשריבענע דיבורים מיינע געפילן צו ארויסברענגען, די געדאנקען וואס דו ברענגסט ארויס מיט די משלי אדנירם, אזוי פארדרייט און פארקניפט, און די ענד ווי שיין אז עס ווער שזור אינעם נמשל, דאס איז נאר דו, לך בכחך זה והושע את ישראל.
כה לחי!!!!!!!
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
פארשפארט