כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקעוועי

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רבינו שליט״א איז אין עסטרייך יעצט אויף דאטשע, די פארגאנגענע וואך האט רבינו שליטא געוויילטן אין די שווייצע בערג.

מ׳שאצט אז די וויקאציע גייט קאסטן פון צוויי הונדערט אלפים און ארויף, מ׳דארף נעמען און באטראכט אז רבינו שליטא קען נישט פארן אליין, מ׳ברויך מיט נעמען גבאים ומשמשים קעכער׳ס דרייווערס קינדער און רונדער, ווי אויך דארף הרבנית מיט נעמען אירע משמשות אין ביקור חולים לעדיס.

פון עסטרייך קומט רבינו שליטא קיין נוא יארק אויפטרייבן סכומים הגונים פאר מוסדותינו הק׳, ס׳איז צום האפן אז דער עולם וועט זיך אנרופן ווארם.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

עזריאל באטשי פלאפ?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ברעיקאינג!!!!
רבינו שליט"א איז היינט אפעציעל ארויס פון קלאזעט!!!
און די רעביצין האט זיך איינגעשפארט אין קלאזעט!.

פרטים איבער זיך מקשר זיין וועט נאכפאלגן.
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

קאווע טרינקער האט געשריבן:היינט ביי שלשידות האט דער רבי געטייטש, בערב תאמר מי יתן בוקר, ס'דא אינגעלייט וואס זאגן נישט קיין סליחות, מ'פרעגט זיי וואו ביסטו געווען ביי סליחות ביינאכט, ענטפערן זיי אז זיי זאגן סליחות אינדערפרי. ובבוקר תאמר מי יתן ערב ודוק. ודפחח.

די וואך אין די מילקשייקע גיליון
Under influence
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

איך שטיי דא אין ביהמ"ד און די רבי איז נאכאלץ נישט אריינגעקומען.. איין מינוט, מ'זאגט אז די רבי וועט באלד זיין, ער איז פשוט אינטעשטעליג מיט How I met your mother עפיסאטס.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

Re: כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקע

שליחה דורך יואב »

נעכטן אויפדערנאכט, ביים שיעור כללי "שואלין ודורשין" האט דער רבי ווי יעדעס יאר ארומגערעדט איבער די פילע סימנים בליל ראש השנה און זייער גרויסקייט הן ברוחניות און מער אזוי בגשמיות — פראקטעצירונגען וואס קיין חילוק זייער צאל זענען זיי אלע אנגעהאנגען דוקא אין דער אכילה. ס'טייטש מ'איז טועם, מ'זאגט יהי רצונ'ס און גאט, באזירט אויף דער דאזיגער התנהגות טיילט צו א יאר צו זיינע באשעפענישן. פאר די זיסווארג עסערס — א זיס לעכטיג יאר, ווידער פאר די שונאי ישראלים — דעם פארכטיגן טייל פון פרשת בחוקותי און אויך נאר צוליב דעם יהי רצון.

דער צאל סימנים וואקסט יערליך צוזאמען מיט די בייכער, מיר לעבן אבער היינט אין א דור וואו ישועות איז שוין מער מצוי ווי צרות. ס'הייסט מ'האמער אזא גרויסן סורפלוס אין ישועות אזש אויב זאלן זיך אלע סגולה-כוללים חלילה וחס פארמאכן בלייבט נאך ישועות אין די רעזערוון צו דעקן די צרות בדרך כבוד פאר א שיין ביסל יארן. הפנים, דער געדאנק פון האבן מער יהי רצונ'ס ווי די טעג פון יאר איז שוין איינמאל נישט קיין חידוש. און וואס איז שייך בל תוסיף, אוי אוי שובבים! הלוואי זאל מען קודם מקיים זיין דעם מינימום — געוואלד ווי נידריג דער דור איז, מיר זענען פאר'יתומ'ט, וכמרגלא בפומיה דרבי, "אונזערע עידית איז ווי זייערע זיבורית".

היי יאר האט דער רבי בלשון צח ונקי געבעטן פונעם עולם אז ראש השנה אויפדערנאכט זאל מען עסן "אייסעס". צו זיין מער אויפריכטיג: נישט עסן, אוודאי נישט לעקן, מ'זאל דאס פארלענדן בחיפזון און מיט אזא ווילדקייט וואס זאל לאזן דעם שטן געפרוירן אבער זיינע בייזע אינטריגעס צעלאזט. א ברכה זאל מען נישט מאכן פשוט צוליב היסח הדעת, נאר מ'זאל אינזין האבן בשעת'ן ברכה'נען אויף דעם פאטעטא-טשיפס צו פטר'ן דעם אייסעס. ערשט נאכדעם וואס מ'האט שוין מקיים געווען דעם כאשר יבער הגלל עד תומו זאל מען זאגן בכוונה גדולה "יהי רצון שימחה זכרם של אייסיס כקרח תחת השמש". 

לכתחילה האט דער רבי געזאגט זאל דער אייסעס באשטיין פון לפחות צוויי סארט קאלירן, ס'טייטש איינס קעגן די מיליטאנטן פון איראק ווידער דער צווייטער — פון סיריע. "אז עמיצער קען שאפן דריי, פיר צי אפילו פינף קאלירן, איז אשרי לו ואשרי חלקו. מ'מוז זיך אבער דערפאר נישט אנשטרענגען, פון הימל איז מען נישט אזוי מקפיד". שוין, אונז ווייסמער דאך נישט פון היינט אז אונזער רבי איז א מקיל. נישט חלילה פאר זיך, אדרבה, דער רבי פראבירט שטענדיג מחמיר צו זיין — זיכער אזוי ווען ס'קומט צו דער אכילה. ער פארשטייט אבער דעם שוואכן דור, ער פארלאנגט נישט יותר מדי.

ר' מאטל, מחשובי אנ"ש ומזקני העדה, א איד וואס פארמאגט שוין נישט קיין ציין האט אנגעפרעגט דעם רבי'ן צי מ'קען יוצא זיין מיט "אייז-קרעים". דער רבי האט זיך כדרכו בקודש צעשמייכלט און זיך געאייסערט: "עט! פון מיין מאטעלע האב איך אזא נארישע שאלה נישט ערווארטעט.". דער רבי בגודל ענוותנותו און צוגעלאזענעם כאראקטער האט אבער גענומען די מי מסביר צו זיין פאר די פשוטי עם אחת מני אלף סודות נשגבות טמורים ונעלמים וואס נעמט אלץ ארום דעם אייסעס vs אייז-קרעים.

"קודם כל איז דער שר הממונה אויף אייז-קרעים אינגאנצן א צווייטער ווי דער פון דעם אייסעס, הגם ביידן פון זיי זע איך אפט זיך דרייען אין היכלים מיט קאלטע טעמפעראטורן. והשנית, חסידי מילקשעיק עסן דאך אייז-קרעים נאך פון אינדערהיים, דאס האט דאך שוין דער זיידע איינגעפירט מ'זאל האבן א זיס און פעט יאר. איז פשט ס'איז נישט אדער לייגט מען תפילין אדער היט מען שבת. א איד איז א איד."

נאכדעם וואס דער גבאי האט שנעל געברענגט א רעקארדער-מאשינקע אפצוכאפן דברת קדשו וואס איז געקומען גענצליך אומגעראכטן, האט דער רבי פארגעזעצט: “אט דאס איז דער ייצר הרע וואס פראבירט אלע תחבולות צו מאכן ר' מאטל זיך ארויסצודרייען פון דער מצווה, ווארום ווער אויב נישט ער ווייסט וואס איין בייס פון ר' מאטל קען איבערשרייבן ס'גאנצע מאפע פונעם כדור העולם."

האט דער רבי אריינגעטייטשט דעם פסוק אין משלי "באין תחבלות יפל עם". זאגט דער רבי, "'באין תחבלות', דער שגץ דער שטן ווייסט אז אויב דרייט ער נישט אן תחבלות, דאן  'יפל עם' וועט דער אייסיס פאלן."

"זאלט איר ר' מאטל טאקע זען צו עסן אן אייסעס דעם ראש השנה" זאגט אים דער רבי, "און זאל זיין דוקא א בלויען אייסעס — יעך וויל ביים טיש זאלט איר מיר צייגן אייער צונג'".

Sent from my SM-G900T using Tapatalk
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך ווארט קוים אויף די באריכט פון מוצאי יו"ט וועגן די חוצפה פון ר' מאטל צו ארויסשטעקן זיין צונג צום רבי'ן
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

שליחה דורך נתן מנחם »

איין זאך האט די רבי נישט קלאר געמאכט צו עס זאל זיין קליינס אדער מהדרין. דאס וועלען שוין די חסידים מיזען אריינלערנען און רבי'נס ווערטער. איש כפי "טעמו" "ולשונו".
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך Milk shake »

איך וויל אמת'דיג נישט אריינרעדן, מ'זאל נישט זאגן לכבוד עצמו הוא דורש, אבער די וואס פארשטייען צום רבי'נס "טעם" הכמוס, זאלן זיך נישט לאזן פון די גבאים וואס פארפירן - כלומרשט פאר כבוד רבינו - צו סערווירן מילק שעיק מיט ספלענדא אדער נוטרא, נאר זאלן געבן די ריכטיגע סחורה מיט געהעריגע צוקער, לכתחילה פון די סארט וואס הייסט וואנילע, געמישט מיט ממש בלויז א משהו פון טשאקאלאדע, און דייקא מיט צוקער, וכל המרבה הרי זה משובח, לעשות רצון צדיק!
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

נתן מנחם האט געשריבן:איין זאך האט די רבי נישט קלאר געמאכט צו עס זאל זיין קליינס אדער מהדרין. דאס וועלען שוין די חסידים מיזען אריינלערנען און רבי'נס ווערטער. איש כפי "טעמו" "ולשונו".


קלאר אז די כונה איז אויף "קליינס אייזקריעם הויז". יואב שרייבט דאך, "חסידי מילקשעיק עסן דאך אייז-קרעים נאך פון אינדערהיים, דאס האט דאך שוין דער זיידע איינגעפירט מ'זאל האבן א זיס און פעט יאר". דאס איז קלאר א רמז אויף "קליינס אייזקריעם הויז", אז מ'זאל עסן אזוי סאך, ביז מען ווארט גרויס ווי א הויז.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער טינקל-הויטיגער [tag]יואב[/tag], שחור וואס ער איז, אשפגתי מעוד, איך רייס זיך פון געלעכטער.
אזויווי אייביג @יואב, u r d best!
מנחם אבראמאוויטש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

שליחה דורך מנחם אבראמאוויטש »

אויך האט דער רבי שליט״א מתיר געווען צו עסען די רעזעל״ס אים ראש השנה, הגם ס׳האט ניסלעך.
די טעם, מפיו פונעם דיין שליט״א איז ווייל היות די רעזע״ל מאשין דרייט די אייז קריעם צוזאמען מיטען לעפל איז עס מין בשאינו מינו כפול. די ניסעל אין די אייז קריעם און די לעפל.
וכן הובא בש״ך.
גיי צו גן-עדן פֿאַר דעם קלימאַט, גיהנום פֿאַר די געזעלשאַפט - מארק טוויין
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך Milk shake »

לשאלת רבים:
בנוגע די נייע פארטיג געפאקטע אייז קריעם און רעזזעל וואס קומט שוין גרייט אין די ספעציעלע ליגעדיגע פריזערס פון די גראסערי געשעפטן, מ'דארף בלויז צאלן, אראפציען דעם דעקל, און ארויסרוקן דעם לעפעלע און הכל מוכן לסעודה, א הערליכע "כמו אייז קריעם סטאר" געריכט זיצט גרייט פאר אייך, איז די שאלה ווי פאלגנד, אויב דאס האט די זעלבע חשיבות ווי די פרישע ווייכע אייז קריעם ראזזעל און יאגורט וואס מ'קויפט אשטייגער אין "אייז קריעם הויז", אדער אין "ספרינקל'ס" בלע"ז, וכדומה, ווען ס'קומט אזוי ארויס מער אפעטיטלעך פון מאשין ארויס פרישערהייט, וויבאלד די פארטיגע קומען דאך אויך אריגינעל פון די זעלבע מקורות, און ווערט סערווירט אויף די זעלבע אופן ווי מ'קויפט אין געשעפט,
בשלמא אויב וואלטן די אייז קריעם'ס געקומען אן די געהעריגע טאפינג'ס, קוקי קראמבס, ניסלעך, און טשאקלעט מעסס, וואלט נישט געווען קיין שאלה, אויב וואוינט מען נאנט צו די אייז קריעם הייזער איז ווייטער נישט קיין שאלה, ס'איז בכלל נישטא קיין צוויי צדדים, נאר וויבאלד ס'קומט ממש כעין די פריש פון געשעפט, און נישט יעדער קען זיך יעדע מאל ווען ס'איז דא א באדארף פאר א אייז קריעם אדער רעזזעל זיך אריבערשלעפן ביז צום לעכטיגן אייז קריעם סטאר, דעריבער ווארט דער עולם אויף א הוראה מפורשת יוצאת מפה מפיק ניצוצות האדמו"ר שליט"א ממילק שעיק יע"א.
איך האב אריינגעטראגן דעם קאמפליצירטן שאלה אל הקודש פנימה אין מילק שעיק, און די תשובה האט נישט געשפעטיגט צו קומען.
----
תשובה:
בימי הרחמים והסליחות תשע"ה פה מילך שאקל יצ"ו
עיינתי בשאלה ואגב חביבותא עברתי על השאלה פעמים הרבה, והגם שאני טרוד מאוד מאוד בטירדות והכנות לקראת הימים הנשגבים הבעל"ט, אבל לאור נחיצות הענין שאינו יכול להמתין עד אחר החגים, וגמרנו דאין דיחוי אחר דיחוי אלא למעט, הקדשתי זמן מיוחד לענות על התשובה הדחופה, ולא ישבתי ליקח עט בידי לערוך התשובה, טרם שלקחתי מקלחת חמה ואח"כ "מילק שעיק קרה" בתור הכנה לכתיבת התשובה הקדושה, וזה החלי,
הנה זה ברור לכל בר דעת, ולכל מי שטעם מעודו טעם ראזעל או אייז קרעים והמסתעף, שאינו דומה ראיה לשתיה, ופשוט וברור בלי חולק, שכל מי שהיכולת בידו ילך אפילו למרחוק עד ד' מילין כדי להגיע לחנות של אייז קרעים, ויקח מן הטריים ישר מהמכונית, ויקפיד שיהי' בראשו סגלגולת כמו סביבון והר משופע ועולה, עם שפיץ, כנהוג מקדמת דנא בלי שום שינוי כלל, ויגישנו לפניו או לבני ביתו וילדיו וכדו' כראוי וכיאות לבני מלכים, ומכאן ואילך הרשות ביד כאו"א להוסיף עליו טאפינ"ג עם שכבה ע"ג שכבה כאוות נפשו הטהורה,
וזהו רק לכתחילה, אבל בדיעבד, ובודאי בשעת הדחק אין שום איסור בדבר לקנות אותן האייז קרעים וראזזעל המונחים בחנות גרויסערי.
ודו"ק כי מחמת קדושת הימים קצרתי.
מקום החתימה
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

כל נדרי..... ס'שפעיט... די רבי איז נאך אלץ נישט אין שוהל....
Under influence
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

Re: כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקע

שליחה דורך סאשי פיש »

די רבי וואוינט אין ארץ ישראל?
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

על שם העתיד, דער רבי האט א ווייטער בליק
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

לכאורה איז די רבי מקרב די נשמה פון א אידיש מיידל אין א עריע קלאב.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

נו, מוציא לייז אויפ'ן רעבי'ן..
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אזוי דרייט זיך א רעדל... אמאל איז מילקשייק געווען די זאך
. ר' מיילך בידערמאן האט אלץ אוועקגענומען
Under influence
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

אין מילקשעיק גייט מען זיך נישט גרינג אום מיט דעם ניטל. וויבאלד ס'איז דא מחלוקות, האט דער אוהב שלום ורודף שלום, דער הייליגער רבי גע'פסק'נט אז דער ניטל זאל זיין אין קראפט פונעם פיר און צוואנציגסטן אין דעצעמבער אויף דער נאכט, ביז נאך דעם זעקסטן פון יאנואר.

איין אויסנאם איז ביי סעודות רעווין דרעווין — טעכניש מוצאי שבת — דעמאלט זאגט יא דער רבי שובבים תורה. שובבים האט דער רבי געזאגט איז דוחה אלצדינג. ועוד, ס'איז דאך דא דער כלל פון תדיר משאינו תדיר. שובבים שובבימ'ט מען דאך א גאנץ יאר; נישט לערנען, נישט ממש א גאנץ יאר.

שאך שפילט נישט דער רבי. און נישט ווייל ער איז דערקעגן דעם דאזיגן שפיל, נאר פשוט צוליב דעם וואס ער קען דאס נישט. דער זיידע וואס איז קיין שאך שפילער אויך נישט געווען האט לפחות געקענט ראממי; דער היינטיגער קען אפילו סטראטיגאו אויך נישט. דערויף בויען מתנגדים אז די גאנצע סיבה פארוואס ניטל איז אזוי גרויס אין מילקשעיק איז פשוט ווייל לערנען קען חלילה וחס דער רבי אויך נישט. עפ"ל.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

לויט מיין אינפארמאציע האט די רבי געוואלט איינפירן אז ניטל זאל געפראוועט ווערן פון יאנואר דעם זעקסטן ביז דעצעמבער דעם פיר אין צוואנציגסטן. די יועצים האבן אבער געטענה'ט אז תפסת מרובה לא תפסת, איז עס געבליבן פונ'ם פיר אין צוואנציגסטן ביזן זעקסטן.

בשורה טובה איז געמאלדן געווארן מבית רבינו אז מ'וועט קענען אריינטראגן צום רבין שעות צעטליך ווי אזוי מ'האט אפגעראכטן דעם ניטול
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יואב האט געשריבן: שאך שפילט נישט דער רבי. און נישט ווייל ער איז דערקעגן דעם דאזיגן שפיל, נאר פשוט צוליב דעם וואס ער קען דאס נישט. דער זיידע וואס איז קיין שאך שפילער אויך נישט געווען האט לפחות געקענט ראממי; דער היינטיגער קען אפילו סטראטיגאו אויך נישט. דערויף בויען מתנגדים אז די גאנצע סיבה פארוואס ניטל איז אזוי גרויס אין מילקשעיק איז פשוט ווייל לערנען קען חלילה וחס דער רבי אויך נישט. עפ"ל.


ביי אונז איז מקובל פארשידענע אנדערע טעמים ומנהגים אויף ניטל בחצר הק'.

אויפן ענין פון שאך שפילען פלעגט מען ביי אונז דערציילן אז אין די ערשטע יארן פלעגט מען יא שפילן ביז איינמאל האבן די ארומיגע ערווענט פאר די גבאים אז יעדע מאל מ'דערמאנט דאס פערדל ווערט די רבי רויט ווי פייער ממש ווי ביים עסן דאס פיש ליל שבת, ס'געווען וואס האבן געוואלט זאגן אז דער ענין דערביי איז געווען ווייל פארן רבין האט זיך געדאכט אז רביצין רופט אים, און ער ס'איז זיך אים פארגאנגען א שאלה פון אשתו תובעתו, די זיקני חסידים האבן געזאגט אז דאס איז דער ענין פארוואס די רבי האט יענע וואך פארפירט ביי שאלאשידעס אויפן ענין פון מכנה שם לחבירו.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

די וואך האט די רבי זז"ג געהאט עליית נשמה, כנהוג. ווען ער האט זיך אויפגעכאפט האט ער זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק כי יד על כס קה מלחמה לד' בעמלק, זאגענדיג אז כ"ס-ק"ה איז ר"ת כ' סיון - קרן הצלה, וואס דאס איז מלחמת עמלק בזמן הזה.

הערענדיג די דברות קודש האט איך מיך דערמאנט וואס מ'דערציילט אויפ'ן ערשטן מילקשעיק'ר שר"י אז איינער האט אמאל ארויפגעברענגט אז אלקים איז בגמטריא 86 פונקט ווי "הטבע", האט די רבי אויפ'ן פלאץ דאס קאטעגאריש אוועקגעמאכט, זאגענדיג "די ק' אליינס איז דאך הונדרעט!"
פארשפארט