סטעמפיד נעבן מעקא לאזט איבער הונדערטער טויטע
- ליפא
- חבר ותיק
- הודעות: 2159
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
- האט שוין געלייקט: 2314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל
סטעמפיד נעבן מעקא לאזט איבער הונדערטער טויטע
מער פון דריי הונדערט זענען געשטארבן אין א מאסן געדראנג ביי מעקע סאדיע אראביע וואו מיליאנען מוזלומענער קומען זיך צוזאם פילגרימען, היינט איז דאס ערשטע טאג פון די מוסלמי חגא אייד על האדא.
בלויז צוויי וואכן צוריק האט אויך דארט פאסירט אזא מאסן טויט אינצידענט ווען א ריזיגער קרעין איז צוזאמגעפאלן אין מעקע אומברענגענדיג 111 מענטשן.
בלויז צוויי וואכן צוריק האט אויך דארט פאסירט אזא מאסן טויט אינצידענט ווען א ריזיגער קרעין איז צוזאמגעפאלן אין מעקע אומברענגענדיג 111 מענטשן.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: סטעמפיד נעבן מעקא לאזט איבער הונדערטער טויטע
איך מיין יעדעס יאר ביי ראמאדאן זענען דא א שיינע פאר אינצידענטען. און אזוי ווי עס קריסטעלט זיך..... עי' ערך לוויית בעל שבט הלוי, וואס מ'האט זיך אפגעלערנט פונ'ם מיטל מזרחיש'ע טעמפערעמאנט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: סטעמפיד נעבן מעקא לאזט איבער הונדערטער טויטע
צ"ל אזוי ווי עס איסלאמירט זיך
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
ס'נאכנישט דורך קיין 24 שעה, זייט מ'האט געזאגט מפטיר יונה, ווי דער אייבערשטער מוסר'ט יונה פארן חס זיין אויפן קיקיון און נישט אויף די מענטשן פון שטאט נינוה. און דא שרייט מען 'כן יאבדו' אויף מענטשן וואס זענען זיך צאמגעקומען נישט אויף צו גזל'ן אדער הרג'ענען, נאר אויף צו דאווענען צום באשעפער [מיט א קרומע רעליגיע]!
עפעס דארף זיך פונדאמענטאליש טוישן אין אונזער געדאנקנסגאנג.
עפעס דארף זיך פונדאמענטאליש טוישן אין אונזער געדאנקנסגאנג.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: סטעמפיד נעבן מעקא לאזט איבער הונדערטער טויטע
אדנירם האט געשריבן:ס'נאכנישט דורך קיין 24 שעה, זייט מ'האט געזאגט מפטיר יונה, ווי דער אייבערשטער מוסר'ט יונה פארן חס זיין אויפן קיקיון און נישט אויף די מענטשן פון שטאט נינוה. און דא שרייט מען 'כן יאבדו' אויף מענטשן וואס זענען זיך צאמגעקומען נישט אויף צו גזל'ן אדער הרג'ענען, נאר אויף צו דאווענען צום באשעפער [מיט א קרומע רעליגיע]!
עפעס דארף זיך פונדאמענטאליש טוישן אין אונזער געדאנקנסגאנג.
סאיז נאכנישט אדורך 24 שעה פון ווען מען האט מתפלל געוועין וכל הרשעה כולה כעשן תיכלה כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ און ברוך השם קומט אריין די גיטע בשורה אז למעלה מ700 עובדי עבודה זרה זענען געהאגט געווארן וכן יאבדו כל אויביך השם
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: סטעמפיד נעבן מעקא לאזט איבער הונדערטער טויטע
דריידל האט געשריבן:מעשי ידי טובעין בים ואתם אומרים שירה?
אבל אחרים משיש
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: סטעמפיד נעבן מעקא לאזט איבער הונדערטער טויטע
גר ותושב האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:ס'נאכנישט דורך קיין 24 שעה, זייט מ'האט געזאגט מפטיר יונה, ווי דער אייבערשטער מוסר'ט יונה פארן חס זיין אויפן קיקיון און נישט אויף די מענטשן פון שטאט נינוה. און דא שרייט מען 'כן יאבדו' אויף מענטשן וואס זענען זיך צאמגעקומען נישט אויף צו גזל'ן אדער הרג'ענען, נאר אויף צו דאווענען צום באשעפער [מיט א קרומע רעליגיע]!
עפעס דארף זיך פונדאמענטאליש טוישן אין אונזער געדאנקנסגאנג.
סאיז נאכנישט אדורך 24 שעה פון ווען מען האט מתפלל געוועין וכל הרשעה כולה כעשן תיכלה כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ און ברוך השם קומט אריין די גיטע בשורה אז למעלה מ700 עובדי עבודה זרה זענען געהאגט געווארן וכן יאבדו כל אויביך השם
פשוט אלס א סייד נאוט, איך מיין זיי האבן נישט א דין פון עובדי ע''ז ממש.
- סאשי פיש
- חבר ותיק
- הודעות: 2776
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
- געפינט זיך: אינמיטען עסן
- האט שוין געלייקט: 3022 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל
Re: סטעמפיד נעבן מעקא לאזט איבער הונדערטער טויטע
איינער קען מסביר זיין ווי מען שטופט זיך צו?
למשל ביי א לוויה שטופט מען זיך צום ארון, וואס איז דא די געדרענג?
למשל ביי א לוויה שטופט מען זיך צום ארון, וואס איז דא די געדרענג?
גר ותושב האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:ס'נאכנישט דורך קיין 24 שעה, זייט מ'האט געזאגט מפטיר יונה, ווי דער אייבערשטער מוסר'ט יונה פארן חס זיין אויפן קיקיון און נישט אויף די מענטשן פון שטאט נינוה. און דא שרייט מען 'כן יאבדו' אויף מענטשן וואס זענען זיך צאמגעקומען נישט אויף צו גזל'ן אדער הרג'ענען, נאר אויף צו דאווענען צום באשעפער [מיט א קרומע רעליגיע]!
עפעס דארף זיך פונדאמענטאליש טוישן אין אונזער געדאנקנסגאנג.
סאיז נאכנישט אדורך 24 שעה פון ווען מען האט מתפלל געוועין וכל הרשעה כולה כעשן תיכלה כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ און ברוך השם קומט אריין די גיטע בשורה אז למעלה מ700 עובדי עבודה זרה זענען געהאגט געווארן וכן יאבדו כל אויביך השם
טיפשות האט קיין גבול.
הלואי זענט איר טאקע נאר א גר, ווייל אלס תושב שעם איך זיך אז איר באלאנגט צום אידישן פאלק וואס איז ברייט בארימט מיטן זיין 'רחמנים'.
לעצם הענין.
זעט אויס אז דו פארשטייסט אז די איינוואוינער אין שטאט נינוה זענען געווען אידן. אלזא, זיי זענען געווען גוי'שע עובדי עבודה זרה.
זעט אויס אז דו פארשטייסט אז די מוסולמענער זענען עובדי עבודה זרה. אלזא, זייי האבן נישט קיין דין ווי ריכטיגע עובדי עבודה זרה.
זעט אויס אז דו פארשטייסט אז 'וכל הרשעה כעשן תכלה' מיינט 'רשעים' און נישט 'רשעות'. אלזא, צייט זאלסט זען וואס ברוריה האט געענטפערט פאר איר מאן רבי מאיר, והודה לה.
זעט אויס אז דו פארשטייסט אז 'וכל הרשעה' מיינט אז זיי זענען שולדיג ביים געבוירן ווערן אין די נישט ריכטיגע פאמיליע. אלזא, דערמאן דיך פון די מושג 'תינוקות שנשבו' [ע"פ חזו"א].
זעט אויס אז דו פארשטייסט גוט צו רציחה, אבער נישט אזוי שטארק צום 'ורחמיו על כל מעשיו'. אלזא, צייט צו טוישן רעליגיע פון איינער וואס איז דוגל אין רחמנות צו איינער וואס איז דוגל אינעם שווערד.
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
דאס איז שווערע דילעמא, ווייל מצד אחד איז אזוי ווי [tag]אדנירם[/tag] האט געזאגט אונז וואקסן אויף אויפן פסוק ורחמיו עלכל מעשיו, און אז אונז זענען רחמנים, אבער מצד שני ווייסן אונז גוט אזוי ווי [tag]ליפא[/tag] האט ערווענט, אז די אלע תינוקות שנשבו וואס ווערן געבוירן אין די נישט ריכטיגע משפחות מיט די פאקרומטע רעליגיע, פראדוצירן די מערסטע רוצחים און שונאי ישראל וואס האבן אין די לעצטע 70 יאר גע'הרג'עט טויזענטער אידן הי"ד, און א ריזיגע פראצענט פון די הרוגים זענען געווען פאנטעציאלע זעלבסט מעדער, סא וואס אונזער געפיל דארף זיין איז זייער שווער צו זאגן לכאורה עפעס צווישן העלפן די לעבעדיגע און נישט באויינען די טויטע, איך ווייס אליין נישט, איך בין נבוך אין דעם.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
געוואלדיג האט געשריבן:דאס איז שווערע דילעמא, ווייל מצד אחד איז אזוי ווי [tag]אדנירם[/tag] האט געזאגט אונז וואקסן אויף אויפן פסוק ורחמיו עלכל מעשיו, און אז אונז זענען רחמנים, אבער מצד שני ווייסן אונז גוט אזוי ווי [tag]ליפא[/tag] האט ערווענט, אז די אלע תינוקות שנשבו וואס ווערן געבוירן אין די נישט ריכטיגע משפחות מיט די פאקרומטע רעליגיע, פראדוצירן די מערסטע רוצחים און שונאי ישראל וואס האבן אין די לעצטע 70 יאר גע'הרג'עט טויזענטער אידן הי"ד, און א ריזיגע פראצענט פון די הרוגים זענען געווען פאנטעציאלע זעלבסט מעדער, סא וואס אונזער געפיל דארף זיין איז זייער שווער צו זאגן לכאורה עפעס צווישן העלפן די לעבעדיגע און נישט באויינען די טויטע, איך ווייס אליין נישט, איך בין נבוך אין דעם.
דו האסט אפגעפסקנט די נהרגין אלץ פאטענציאלע רוצחים אן זאגן א הסבר אדער ברענגן א ראיה,
וואלסט פארשטאנען א גוי וואס פרייעט זיך ווען אזא אומגליק וואלט חלילה וחס געשעהן ביי אידן, מיט א אויסרייד אז אונז זענען די גרעסטע פראדוצירער פון אצ"ל מיט כ"ך מעמבערס ?
- ליפא
- חבר ותיק
- הודעות: 2159
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
- האט שוין געלייקט: 2314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל
גראדעמעכעלע האט געשריבן:דיין געפיל דארף זיין אז טאטעס פון קינדער מענער פון פרויען באליבטע פון ליבערס קינדער פון מאמעס און סתם מענטשן וואס גאט האט זיך באמיעט צו באשאפן זענען געשטארבן, איבערלאזענדיג א קינד אן א טאטע אים אונפצוציען און זיך באשיצן אונטער זיין פליגעל, א ווייב אן א מאן אויף וועם ארויסצוקוקען וכו'
זייער שווער . א רעליגיע וואס צומאל שיקט א מאמע אן אייגען קינד זיך אויפצורייסן, אדער א שייאט טאטע פון קינדער גייט זיך אויפרייסן צווישן סוני'ס ,איז שווער צו נוצן די 'פאמיליע קארטעל' רחמנות אויף מיר ארויף. ביי זיי איז פאמיליע נישט די העכסטע פריאריטי. דו קוקסט פון דיינע ברילן.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: סטעמפיד נעבן מעקא לאזט איבער הונדערטער טויטע
אדנירם האט געשריבן:גר ותושב האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:ס'נאכנישט דורך קיין 24 שעה, זייט מ'האט געזאגט מפטיר יונה, ווי דער אייבערשטער מוסר'ט יונה פארן חס זיין אויפן קיקיון און נישט אויף די מענטשן פון שטאט נינוה. און דא שרייט מען 'כן יאבדו' אויף מענטשן וואס זענען זיך צאמגעקומען נישט אויף צו גזל'ן אדער הרג'ענען, נאר אויף צו דאווענען צום באשעפער [מיט א קרומע רעליגיע]!
עפעס דארף זיך פונדאמענטאליש טוישן אין אונזער געדאנקנסגאנג.
סאיז נאכנישט אדורך 24 שעה פון ווען מען האט מתפלל געוועין וכל הרשעה כולה כעשן תיכלה כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ און ברוך השם קומט אריין די גיטע בשורה אז למעלה מ700 עובדי עבודה זרה זענען געהאגט געווארן וכן יאבדו כל אויביך השם
טיפשות האט קיין גבול.
הלואי זענט איר טאקע נאר א גר, ווייל אלס תושב שעם איך זיך אז איר באלאנגט צום אידישן פאלק וואס איז ברייט בארימט מיטן זיין 'רחמנים'.
תשובה: ניין איך בין נישט קיין גר און איך בין נישט קיין אויפגעקלערטער וואס זיכט צו פארטיידיגען יעדע ריליגיע וכדומה און עס געפעלט מיך די ווערטער וואס די שרייבסט זיי גייען דאווענען פארן באשעפער. ע"כ.
לעצם הענין.
זעט אויס אז דו פארשטייסט אז די איינוואוינער אין שטאט נינוה זענען געווען אידן. אלזא, זיי זענען געווען גוי'שע עובדי עבודה זרה.
תשובה: דאס האט מיטן באשעפער וואס איר רחמיו על כל מעשיו אבער די גמרא זאגט שוין טאקע הוא אינו שש אבל אחרים משיש איך אלס יוד האב איף די פילע רעכט זיך צו פרייען ווען איך זעי א מפלה און די בני ישמעאל.ע"כ.
זעט אויס אז דו פארשטייסט אז די מוסולמענער זענען עובדי עבודה זרה. אלזא, זייי האבן נישט קיין דין ווי ריכטיגע עובדי עבודה זרה.
תשובה: פיין איז נישט ריכטיגע עובדי עבודה זרה אבער די וישתחוו לפניך כל הברואים זענען זיי נישט מקיים און די ויעשו כולם זיכער נישט.ע"כ.
זעט אויס אז דו פארשטייסט אז 'וכל הרשעה כעשן תכלה' מיינט 'רשעים' און נישט 'רשעות'. אלזא, צייט זאלסט זען וואס ברוריה האט געענטפערט פאר איר מאן רבי מאיר, והודה לה.
תשובה: דארט רעדט זיך פון אידן רשעים און נישט פון גוים ווייל טאמער נישט ווי אזוי וועסטו טייטשן די קומענדיגע?
נקום נקמת דם עבדיך השפוך.
שיני רשעים בחצץ תגרס שכל ואלמן אותם תהרס תשפך דמם ארצה לרס.
שנן ברק חרב בזעמך שכר חיציך מגוי מזעימך וכו' נקם הדם ונקם החמס וכו' בשחוק ובלעג כוחם ימס.
מאויבי אנקמה פזרוני גדע קרנות זרוני.
דרש דמים דון דיננו השב שבעתים אל חיק מענינו.
הרבה יותר ממה שכתבתי כתוב בסליחות בקינות ועוד שאר מקומות.ע"כ.
זעט אויס אז דו פארשטייסט אז 'וכל הרשעה' מיינט אז זיי זענען שולדיג ביים געבוירן ווערן אין די נישט ריכטיגע פאמיליע. אלזא, דערמאן דיך פון די מושג 'תינוקות שנשבו' [ע"פ חזו"א].
תשובה: ביי יודן איז שייך א זאך פון שוגג און וועיגן דעים איז דא א זאך פון תינוקות שנשבאו אבער לכאורה ביי גוים איז נישט שייך אזא מושג.ע"כ.
זעט אויס אז דו פארשטייסט גוט צו רציחה, אבער נישט אזוי שטארק צום 'ורחמיו על כל מעשיו'. אלזא, צייט צו טוישן רעליגיע פון איינער וואס איז דוגל אין רחמנות צו איינער וואס איז דוגל אינעם שווערד.
תשובה: און וואס טוט זיך מיטן לא תחיה כל נשמה דעמאלט איז עס אויך געוועין א ריליגיע פון רחמנות וואס זאגסטו דעמאלט מיטן פסוק ורחמיו על כל מעשיו איך מיין חס ושלום נישט לקנטר איך גלייב באמונה פשוטה אז ורחמיו על כל מעשיו אבער עס איז דא א מושג פון ניצן די שווערד די באשעפער האט געהארגעט די מצריים און אסאך אנדערע און אונז גלייבן אז השם איש מלחמה דאס מיינט אז דיי מיליאנע אומגעקימענע פון די צווייטע וועלט מלחמה איז אויך געקומען פון די באשעפער וואס שטייט אויף עים ורחמיו על כל מעשיו און עס איז נישט קיין סתירה איך וויל נישט און איך דארף נישט אלעס פארשטיין אבער אז דער באשעפער הרגעט אפאר הונדרעט בני ישמעאל האב איך די פילע רעכט זיך צו פרייען כמאמר הגמרא הוא אינו שש אבל אחרים משיש.
עוד הערה קטנה מעשי ידי טובעים בים ואתם אומרים שירה האט דער באשעפער געזאגט פאר די מלאכים אבער די יודן האבן יא געזאגט שירה איז האב איך די פילע רעכט די ארויס גיין און א טאנץ...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום גר ותושב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Re: סטעמפיד נעבן מעקא לאזט איבער הונדערטער טויטע
רחמנות און געפילן קוקט זיך אייביג נאר לויט די אייגענע ברילן, און אויב דו פארשטייסט נישט דו צער פון פארלירן א נאנטע נאר אויב ער שטייט אין דיין אנשי שלומנו ביכל, מעגסטו גיין פאררעכטן דיינע ברילן,
Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
Sent from my SGH-T599N using Tapatalk