אין שרעק פון די שווארצע
אין שרעק פון די שווארצע
יאפ, דאס יאר גייט מען קויפן דאס אתרוג'ל איידער יום כיפור, אויסצומיידען די נערווירענדע געיעג, טאקע ווען עס איז נאך פארהאן א שפע פון אתרוגים אויפן מארק. נו, איך בין אריבער צו יחיאל שמואל שו"ב, מרדכי מנשה'ס א פלומעניק, דער אויסגערופענער מוכר וסוחר. עס שמעקט שוין דעם אתרוג גערוך, אה, איך שפאנציר דורך די באלאטען און ביציקלעך אין קעלער ביז איך דערזעה מיך אינעם שאץ-קאמער פון אתרוגים.
אן ערהאבען בילד האט זיך אנטפלעקט פאר מיר, א בילד וואס וואלט אנע קעגנערשאפט זיכער געווינען דעם "פוליצער פרייז". פון אלע זייטן שטייט מען מיט נעזער וואס האלטן אינטער די גלעזער און לאאפ'ס אין די האנט, יונגעלייט, בעלי בתים און זקנים, ביינעזאם מיטן אויסגעשפילטע דיאמאנטן סוחר וואס שפילט נאך מבין.
עס הערשט אן ערענסטקייט און א געוויסע סארט שטילקייט אינעם צימער אזש מען קען הערן די נאז בלעזלעך אטעמען אריין און ארויס. דער מעסט דעם גידול, ווען דער מעסט צו די גארטעל איז טאקע חניוקיש. און א דריטער איז גאר באוואפענט מיט א הויפן אינסטרומענטן, אפערירענדיג אן אתרוג'ל אן איינשלעפן נעבעך. מיט טוט פיקס, א נידעל, און גאר מיט שפייעכטס צו ארום וואשן... און אין פאל פון פארלוירענקייט, זיך באוואפענט מיט חלב פון די הבדלה ליכט.
אה, וואס ברויכט איר געוואגטער, ווענדט יח"ש שו"ב זיין באסאווע שטימע צו מיין ריכטונג. איך דארף א יאנעווע דאס יאר, ס'דאך שמיטה.
ער קומט צו גיין מיט א האלצערנעם שאכטל אתרוגים.
ווי אזוי ער ערלויבט זיך צו האלטען אזא האקעלע צומח ווי אתרוגים ווייס איך נישט, הענט וואס זענען פסול צו טאטשען עופות ווייל זיי דערווערגען זיך בלויז בנגיעה, הענט וואס קאמפיטען מיט 'גסות' ווי פאניע-בראט. צריך לאוקמי אז זיין געשאנקענע מזל מאדים היט אים אפ.
ער רופט זיך אן, האלב צו מיר האלב צום חלל: געוואגטער, שוין 15 יאר וואס די ביסט נישט דא געווען, איך האב געמיזט סטאפען דיר אוועקצולייגן, הא, האסט געמיינט וועסט טרעפן עפעס געמיינער? (=בעסער אין רוסיש, א שפראך וואס ער ליבט צו ניצן, א שטייגער ווי א 'חסיד של פעם' גאר יעצט ארויס פון רוסלאנד.) איך האב מיר פאררויטעלט, וויסענדיג וואס עס גייט מיר ערווארטן, אבער איך מיין עס איז נאך ווערט נאכן שפארען זיך ארום פינעוו זעקס טויזענט דאלער די יארן.
איך הייב אן קוקען אהין און הער, נע, זאג איך מיט קווענקלעניש, ברענג עפעס בעסערס. נאך א קורצע אינטערזוכונג איבער די געשטעל פונעם נאניע, קומט ער שוין צו גיין מיט די סמעטענע, אלע געפירקלט מיט אומברעכבארע מיליטערישע קאודס, אלטץ פארפאקט אין די האריגע וואונדלען וואס ענדעלט ווי עס איז פאבריצירט דורך די בערד אין מקוה. ער לייגט אראפ די סחורה, פארגעסט נישט צו צולייגן די יערליכע מעסידזש: ווייסטאך 'דעי יאר' איז דא א מורא'דיגע שארטעדזש, ווי צו צו גרייטן, אויף חמש מאות פלאס...
אינדערזייט פון מיר שטייען א גרופע מבינים, מען ווייזט זיך די ארכיאלאגישע געפינסן המונחים בין שקיעה לבליטה, אלע איינגעבויגן מיט ערענסטע געזוכטער, מען זוכט דעם פארברעכער פונעם יאר הינדערט, די שווארצע באקטעריעס. אלע מיט לאופס צו די האנט, 20x, 17x, און אפי' א 25x loop!, לויטן גאנג פון די יארן, שאץ איך פאר ביז דריי יאר קומט טעלעסקאפען... אויף מיין עהערן ווארט!
ער קומט ווידער צו גיין, דאס מאל וואקט ער צו צו א בעלבתישע יונגערמאן, מיט צוויי אתרוגים אין האנט, שושקענדיג, דער דומ"ץ האט געהאלטן אן אויג אויף די צוויי פאר זיין צווייטע אויסוואהל, כאפ נאר א בליק דערויף, איך ווייס נאך נישט צו איך זאל עס בכלל פארקויפן, אפשר גיי איך גאר נעמען פאר מיר זעלבסט.
יאפ, דאס האט שוין געכאפט די אויגן פונעם בעלבעטישע [עמעראצישע] יונגערמאן, אראפ געלייגט 900 מאות עובר לסוחר. און ארויס א גליקליכער [און בא'גנב'עטער]
נאך דער באזוך איז מיר שוין אין איינוועגס פארענטפערט געווארן די גמרא אין בבא קמא, אז מען שאצט 'נזיקין' וויפיל א מענטש איז זיך גרייט צו לאזן קאסטן אויף אפצושניידן די נאז. אוודאי! די גאנצע פרייז פונעם אתרוג ווענדט זיך דאך נאר לויט די אויסקוק פון די נאז...
הכלל, איך האב געצאלט מיין חלק און ארויס געגאנגען פון דארט מיט אויפברויז, און באשלאסן גלייך צו שרייבן איבער די אתרוגים סאמאטוכע, און דאס אלטץ וואס די ליינסט יעצט. דאס איז אלעס פריש פון א שעה צוריק.
[center]~~~~~[/center]
דאס איז א חלק פון מיינע באמערקונגען איבער די שווינדלערישע געשעפט וואס שפילט זיך איבער יאר יערליך, ואין פוצה פה:
~ א גרויסע פראצענט פון אונז קויפט אתרוגים מיט גאר קנאפע ידיעות, ווייסן כמעט בחייכון וביומייכון וואס זיי קויפן בכלל.
מען זוכט און זוכט, גריבלען און נישטערן, און ווייסן ניטאמאל אז כמעט יעדער אתרוג איז כשר לכתחילה! (און אזא אפענע הלכה אין מחבר אז "ירוק כעשב השדה פסולה" האט מען נישט קיין איינונג!)
און אז די ווילסט דייקא יא גרובלען, ווייסטו אז לולבים איז זעלטן דא כשרים?!
~ דאס איז ברור אז רוב סוחרים שאצען לויט דיינע הרגשים און דיין אויסזעהן. (עצה טובה, ווייז נישט ארויס קיין הרגשים און התפעלות, עס וועט זיך דערקענען אין טייסטער)
~ ווי זענען די דיינים? ווען די סוחרים האבן געהויבן די פרייזן פון פיש, האבן די חכמים ברוב רחמנותם מבטל געווען די מצווה פון פיש לכבוד שבת. ווי זענט עטץ רבנים ווען מען דארף אייך?
~ יונגערמאן! ווען איר שאקעלט ווען בחדרי חדרים אן ארום ווייזן דאס אתרוג פון מעכל צו רעכל, וואלט איר אויך געצאלט אן אלפ'ל, (און אפי' יא, האלט איך נישט אז עפ"ר איז עס חביבות המצווה, נאר ענדערש מחמת ס'האט זיך אזוי אריינגעגעסן)
~ סוחר לעבן! די מיינסט ווייל היינט צוטאגס איז מען אייך שוין מצרף למנין פאר זאת חנוכה, מיינט אז איר זענט אויס שודדים ומלסטי הבריות?
נו, איז דער שחור פון "פורים אין באגדאד" נישט הייליג גערעכט ווען ער שרייט: "אר יאו מעיקינג א ליצאנעס אף מי? 800 באגס פאר א לימען ענד א סטיק??!!"
האטס מיר אלע א שמחת יום טוב, און א כשר'ע ביליגע ד' מינים.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער געוואגטער יונגל: ייש"כ. זייער שיין אראפגעלייגט. דברים כהווייתן. ווען די חז"ל האבן געזאגט (אין מס' סוכה) אז מ'קען געבן פאר אן אתרוג ביז א שליש מער וועגן הידור מצוה, האבן זיי זיכער נישט געמיינט דעם היינטיגן מצב וואו די אתרוג סוחרים שלעפן ארויס די אויסגעהארעוועטע פאר דאללער פון ארימעלייט וועלכע קענען זיך נישט ערלויבן צו קויפן נייע מלבושים און שיך פאר זיך און פאר די משפחה לכבוד יו"ט, מיט שווינדל און גניבה און פאפעריי. ס'וואלט געדארפט אויפשטיין עטליכע (גויים...?) און מאכן אזא טומל מיט די אתרוגים ווי מיט די כפרות. נאר די אתרוגים מאכן נישט קיין קולות און שמעקן נישט אן גאנצע געגנטער אזוי ווי די טשיקנס...
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
ווי אזוי שלעפט מען ארויס פון די היינטיגע אינגעלייט מער געלט ווי אמאל?
אז ער וויל א שיינע אתרוג, זאל ער צאלן וויפיל דער סוחר בעט, אויב וויל ער נאר צאלן א פופציגער, וועט ער בארומען אזא אתרוג וואס איז ווערט א פופציגער.

מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
א איד קיין שום אתרוג איז נישט ווערט מער ווי א פופציגער ממילא זאל ער קענען פיקען וועלכע אתרוג ער וויל פאר א פופציגער.
זיי ביטע מסביר וואס איז טייערע געווארן אין א אתרוג זייט ישראל שווארץ האט איבער גענומען די מארקעט? פארוואס איז אמאל נישט גיוועהן צו באקומען א אתרוג פאר מער ווי הונדערט פופציג דאללער? און פארוואס זענען נישט גילעגן אתרוגים באהאלטן מאחורי הפרגוד?

טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
אלס אן אחרוג סוחר זעה איך אז די עולם איז נישט אינפארמירט אין די אחרוג מסחר וויפיל ארבייט עס ליגט אין דעם, דאס אראפ פארן אין א ווייטע לענדל אן קיין שום אידישע הצטרכות, און 8 אינדערפי איז מען שוין אויפן פעלד אונטערן הייסע זון וואס באקט אן אויפהער,
צו ווייסטו אז מען באצאלט אויף יעדע סינגל אחרוג קרוב צו א פיפציגער! וואס א גרויס פראצענט איז גרבעטש ווייל מען באצאלט וואס דו שניידטסט און דעמאלטס איז עס שמוציג און מען קען נישט געהעריג אפשאצן די ארגינעלע ריינקייט, איז צו זאגן אז א אתרוג איז נישט ווערט מער ווי 50 דאלער איז אבסוראד, @לית דין בר יש (אין אידיש: ביסט נישט קיין מענטש... דארפסט איבערבעטן די אתרוג סוחרים.
און ווען עס קומט שוין ענדליך אן מיט די שיף הייבט זיך אן די עבודת הפרך פון רייניגן וואס עס נעמט צענדליגע- הונדרעטע שעות ווענט זיך וויפיל סחורה מען פארמאגט, און דעמאלטס שטעלט מען אסאך אין די זייט אלס גארביטש אדער צום טישל אויף 13.
דערנאך דאס סעילס פאר אונזער ציבור איז נישט פון די געשמאקע ענינים.
חוץ מכל זה קען מען נישט ארבייטען אויף 10% ווי א אמעזאן סעללער ווייל די גאנצע סעילס דארף גיין אין א קארגע 8-9 טאג און די ערשטע טאג סוכות איז די ריינסטע אתרוג גארנישט ווערט מען קען עס אפילו נישט אוועקלייגן פאר נעקסטע יאר.
לויט מיין ריסערטש האט א אתרוג א מארקעט פרייס און יעדער בעט ביילייפיג די זעלבע פרייז אינקלודינג ישראל שווארטץ נאר די נאסע ליילך אויף עם איז נאר די אדידוט... בד"וו די לעצטע עטליכע יאר האבן זיינע קינדער איבער גענומען די ביזנעס ווי זיי האבן גאר גוטע און פריינדליכע קוסטעמער סערוויס און פאר א 2 מאות קענסטו האבן א שיינע סעט און מורוקא פאר 250 מיט א הערליכע דערי לולב. און לויט עדות זענען די אנדערע סוחרים היבש טייערע יא פאר די אתרוג בעט ער נאר 200 אבער פאר די לולב בעט ער האף 75.

- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: אין שרעק פון די שווארצע
די ארץ ישראל׳דיגע קאסטן אויך אזוי פיל ? און וואו אזוי האלטן זיי חשבון וויפיל דו נעמסט ?
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
רבי געוואגטער,
איך האב דיר געלייגט, ווייל דיינע אויסדרוקן זענען אייזן, און האסט מיך מהנה געווען.
לעצם הענין האב איך צוויי נקודות,
1) דיין אילוסטראציע פון אתרוג האנדל איז מער ווייניגער א פארגאנגענהייט, ווייל רוב סוחרים בעטן היינט ארום $150-200 פאר א סעט (אויסער די וואס זוכן א לעקסעס אתרוג מיט לעקסעס סערוויס, און 'וויל' צאלן $800), אויף א אתרוג וואס ביז 7-10 יאר צוריק האט מען באצאלט מינומים 3 הונדערט טאלער, און איז געווען אוועקגעלייגט אין א 'שווארצע בעג' העכער די שאפע.
2) דיין אנטי-סיסטעם און אנטי-רבנים טאן וואס דו האסט צוגעלייגט צום סוף, איז נישט אין פלאץ, קען מען דען נישט קויפן א כשר'ן אתרוג פאר א שיבוש ? וואס זענען זיי שולדיג אז דער ארימער אינגערמאן האט זיך פונקט דערמאנט ביי די מצוה פון אתרוג צו מקיים זיין דעם זה קלי ואנוהו, און זיך קויפן א טייערען אתרוג ? בשעת ווען אויף זיין פארגעלטן טלית וועט ער אויף קיין פאל נישט אויסגעבן אפאר טאלער עס געהעריג צו קלינען צו מקיים דעם זעלבן מצוה.
די חילק פון פיש ביז קעדילעיק אתרוגים איז כרחוק מזרח ממערב,
איך האב דיר געלייגט, ווייל דיינע אויסדרוקן זענען אייזן, און האסט מיך מהנה געווען.
לעצם הענין האב איך צוויי נקודות,
1) דיין אילוסטראציע פון אתרוג האנדל איז מער ווייניגער א פארגאנגענהייט, ווייל רוב סוחרים בעטן היינט ארום $150-200 פאר א סעט (אויסער די וואס זוכן א לעקסעס אתרוג מיט לעקסעס סערוויס, און 'וויל' צאלן $800), אויף א אתרוג וואס ביז 7-10 יאר צוריק האט מען באצאלט מינומים 3 הונדערט טאלער, און איז געווען אוועקגעלייגט אין א 'שווארצע בעג' העכער די שאפע.
2) דיין אנטי-סיסטעם און אנטי-רבנים טאן וואס דו האסט צוגעלייגט צום סוף, איז נישט אין פלאץ, קען מען דען נישט קויפן א כשר'ן אתרוג פאר א שיבוש ? וואס זענען זיי שולדיג אז דער ארימער אינגערמאן האט זיך פונקט דערמאנט ביי די מצוה פון אתרוג צו מקיים זיין דעם זה קלי ואנוהו, און זיך קויפן א טייערען אתרוג ? בשעת ווען אויף זיין פארגעלטן טלית וועט ער אויף קיין פאל נישט אויסגעבן אפאר טאלער עס געהעריג צו קלינען צו מקיים דעם זעלבן מצוה.
די חילק פון פיש ביז קעדילעיק אתרוגים איז כרחוק מזרח ממערב,
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
עמעזאן האט געשריבן:אלס אן אחרוג סוחר זעה איך אז די עולם איז נישט אינפארמירט אין די אחרוג מסחר וויפיל ארבייט עס ליגט אין דעם, דאס אראפ פארן אין א ווייטע לענדל אן קיין שום אידישע הצטרכות, און 8 אינדערפי איז מען שוין אויפן פעלד אונטערן הייסע זון וואס באקט אן אויפהער,
צו ווייסטו אז מען באצאלט אויף יעדע סינגל אחרוג קרוב צו א פיפציגער! וואס א גרויס פראצענט איז גרבעטש ווייל מען באצאלט וואס דו שניידטסט און דעמאלטס איז עס שמוציג און מען קען נישט געהעריג אפשאצן די ארגינעלע ריינקייט, איז צו זאגן אז א אתרוג איז נישט ווערט מער ווי 50 דאלער איז אבסוראד, @לית דין בר יש (אין אידיש: ביסט נישט קיין מענטש... דארפסט איבערבעטן די אתרוג סוחרים.
צדיק טייערע יאך קען דאס פון די נאנט און איך בין שוין געפארן מיט צוויי חברים דריי מאל שניידן אונטער די זון די האסט מיר גארנישט מחדש גיוועהן נישט מיט די פרייזן און נישט מיט די ארבעט איך האב דאס אלעס געוויסט פאר איך האב געשריבן מיין תגובה. און איך האלט נאך אלץ אז עס איז א שטיק גניבה.
עמעזאן האט געשריבן:לויט מיין ריסערטש האט א אתרוג א מארקעט פרייס און יעדער בעט ביילייפיג די זעלבע פרייז אינקלודינג ישראל שווארטץ נאר די נאסע ליילך אויף עם איז נאר די אדידוט...
די מארקעט פרייס האט ישראל שווארץ אנגעמאכט און פארדעם ליגט די ליילעך אויף אים ביז ער האט נישט מאנאפלירט די מארקעט (וואס האט זיך אגב נאכגעלאזט) איז נישט גיוועהן אזאנע פרייזן.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 15
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 19, 2015 1:40 pm
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
Re: אין שרעק פון די שווארצע
קאסטנער האט געשריבן:ליפא האט געשריבן:וואו?
ווילימסבורג: לי עוו.
בארא פארק: 13th עוו.
דאס יאר איז די מארקעט אויף לי עוו געווען היבש טייערער צוליב שמיטה
Sent from my SM-G360P using Tapatalk
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: אין שרעק פון די שווארצע
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:זיך איינגעהאנדעלט אן אתרוג ביים מאנסי יריד פאר אונטער דרייסיג טאלער.
אה, אז דו רעדסט פון שיינקייט; די אתרוג אין די מחניים ביכלעך ווי די גאנצע שטאט איז זיך צאם געלאפן זען איר וואונדערליכן פראכט, פארשטעקט זיך פאר מיינס.
וועלכע יריד ווילחאוויץ אדער ישיבה ספרינג וואלעי