אינטערסאנטע און אינהאלטסרייכע ארטיקלען נישט צו פארפעלן

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

אינטערסאנטע און אינהאלטסרייכע ארטיקלען נישט צו פארפעלן

שליחה דורך בעל מדות »

איך לייען אסאך, און אפטמאל קימט מיר אויס זיך צו אנשטאלפערן אין ארטיקלען וועלכע איך גיי ארויס פון התפעלות און אריין אין א ווילדן שטימונג נאכן איהר אפלייענען, נאכדערצו ווען עס קימט יעצט אין די לענגערע זומער וואכן און חדשים און עס איז דא מער צייט צו פארברענגען מיט די אמאליגע וועג פון אינטערטעינמענט אויפן פארנעם פון פאפיר.
עס זענען דא פארשידענע אשכולות וועלכע באנעמען זיך זעלבסט איבער פארשידענע אויסגאבעס, אבער עס איז נישט פארהאן -לפי מיין קורצע איבערזיכט- א אשכול וועלכע זאל זיין א ארט ווי מען זאל זיך פארשלאגן ארטיקלען און זיי הויעך אויסרימען בכדי אנדערע זאלן דערפון אויך קענען הנאה האבן.

אפטמאל ווען א שרייבער פון א ארטיקל קימט אריין מיט אביסל א שלאבערישן נאמען, אדער מיט נישט שרייעדיגע פיקטשער'ס ווערט עס נישט געקוקט ביי מענטשן און בליקן עס דורך זייער אויבנ'אויף'דיג ווארום אסאך מאל ווען זיי זאלן ווען וויסן וואספארא שיינע אינטערסאנטע ארטיקל דאס איז וואלטן זיי שטארק חרטה געהאט פארן זיי דורכמישן און דא איז מיין ציל מיט דעם אשכול.

די קאווע שטיבל פאלק וועלכע אינאיינעם איז פארמירט א מאכטפולע לייענער באזע מיט שווערע טויזענטער אויגן, נישטערן נאטורליך דורך יעדע אויסגאבע, דזשורנאל, צייטונג און ביכל וועלכע קימט נאר ארויס אויפן מארקעט און מיט א כח הרבים, ווען מען ווייסט פון אנדערע וואס האבן שוין געלייענט א געוויסע ארטיקל און זיי טיילן עס מיט אין פובליק וואלטן מיר זיכער מער הנאה געהאט ביים נעמען די פובליקאציעס צו די אויגן.


פארוואס זאג איך עס אייך? איך האב די וואך געלייענט אין די שטערן (חודש אייר) א אינטערוויו מיט א שניידער וועלכע האט א אינטערסאנטע היסטאריע און ממש איך געדענק נישט איך זאל ווערן אזוי איבערגענימען פון א געשריבענע ארטיקל.

איך האב עפעס מיטגעלעבט מיט דעם געשיכטע זיינע לאכנדיג און וויינענדיג אינמיטן, טרינקענדיג מיט דורשט יעדעס ווארט וואס ער האט נאר געשריבן.

פארשטייט זיך נישט צו יעדעם רעדט יעדע ארטיקל אבער איך שטעל עס פאר פארן ציבור און איך בין זיכער אז נאך אסאך וועלן דערפון הנאה האבן.

איך וועל פרובירן צוצוצייכענען יעדעס מאל איך האב הנאה פון עפעס אן ארטיקל און איך האף עס וועט גיין ווי מיין סלענג לויטעט איך פרוביר אבער עס קען נישט גיין איינזייטיג.

האט'ס מיר א גוטע וואך
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

איך געדענק נישט איך זאל האבן אזויפיל הנאה פון ליטעראטור אין מאמע לשון ווי דעם סוכות.


די "שטערן" האט אהערגעשטעלט עפעס א אויסערגעווענליכע ארבעט, איך האב ספעציעל הנאה געהאט פון די ארטיקל "דער הויפט שונא פון אייסיס, אסאד, און פוטין: דער סעלפי שפיאנאזש גענעראל.

זי איז א אינטערסאנטע פענאמענען ווי א איינצעלער מאן האט זיך געמאכט וועלטבארימט מיט א אייגנארטיגע שפיאנאזש אפאראט, מיר האט עס זייער געכאפט ספעציעל אבער די צווייטע ארטיקל וואס איך האב געליינט מיטן נאמען "אפעראציע טשאווין דע הואנטאר" איז עפעס נישט צום גלייבן איך בין געווען געשפאנט נישט קענענדיג אראפלייגן דעם מאגאזין ביזן שטוינענדע ענדע, איך גאראנטיר אייך אז איר וועט נישט חרטה האבן פון דאס ליינען.


די מאמענט צוגאבע "רודפים" האט מיר אויך גענימען אויף א רייד, איך וואלט רעקאמענדירט די מאגאזין פאר יעדעם דא, איך מיין אז עס לוינט די פאר דאלער.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ממש דאס געוואלט שרייבן, דער שטערן איז זייער גוט פאר דראמא, און מאמענט איז זייער גוט וועגן די רודפים.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

Re: אינטערסאנטע און אינהאלטסרייכע ארטיקלען נישט צו פארפעלן

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויך הנאה געהאט פון די רודפים חלק, נאר עס איז מיר אינטערעסאנט אז זיי האבן נאר געדעקט פון די אינגלעך און בחורים, איך מיין אז פאר די עזרת נשים איז פונקט אזוי וויכטיג ,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יעצט 2:10 ביינאכט האלט איך אינמיטן די ארטיקל פון 'טופאק אמארו' משכונות דראמא אינעם אמבאסאדור'ס רעזידענץ.

גאר דראמאטיש.
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך אליצפן »

בעל מדות האט געשריבן:

מיר האט עס זייער געכאפט ספעציעל אבער די צווייטע ארטיקל וואס איך האב געליינט מיטן נאמען "אפעראציע טשאווין דע הואנטאר" איז עפעס נישט צום גלייבן איך בין געווען געשפאנט נישט קענענדיג אראפלייגן דעם מאגאזין ביזן שטוינענדע ענדע, איך גאראנטיר אייך אז איר וועט נישט חרטה האבן פון דאס ליינען.


אינטערסאנט אז פאר איבער צען יאר צוריק האר דער שטערן באשריבן אט דער מעשה אין עטליכע פארזעצונגען. כ'בין נייגעריג וויפיל ליינער פון דא געדענקען נאך יענע באשרייבונג.
אני מת לחיות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 17, 2013 9:35 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך אני מת לחיות »

כ'האב געליינט ביי די סעודות החג די רודפים קונטרס, אלע קינדער האבן מיטגעהאלטען, יעדער האט באקומען א פיינע מוסר לכל החיים.
פארשפארט