נייעס אין די וועלט פון בתי מדרשים ובתי כנסיות

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

נייעס אין די וועלט פון בתי מדרשים ובתי כנסיות

שליחה דורך בעל מדות »

א היסטארישע מקח איז געשלאסן געווארן אויף דעם אור אלטן בנין הבית המדרש "טאהש" אויף העריסאן און היוז סטריט. אין וויליאמסבורג ווען קהל יטב לב מהר"א וועלכע הערן נישט אויף צו שלינגען פראפערטי לעצטענס האבן יעצט דעם בנין אויך ארויפגעשטעלט אויף זייערע פארמעגן ליסטע.

די בנין וועלכע איז מיט יארן צוריק ארויפגעוואקסן מיט א פראכט זאלנדיג צו דינען די געברויכן פון די טאהשע קרייז איז נתנדב געווארן דורך הרבני הנגיד ר' חיים לאקס ע"ה און ערגעץ אינמיטן די בניה איז זי מיסטריעז געווארן אפגעשטעלט און געווארן אריינגעצויגן אין א קאמפליצירטע געשעעניש, (וואס די דעטאלן דערפון זענען נישט נוגע דא און ביטע נישט אריינגיין דערין) נעמענדיג דעם בנין אויף א קלאציגן שפאציר, לאזנדיג איר אפשימלען פאר לאנגע יארן.

לאחר פטירתו פון די טאהשע רבי זצוק"ל האט זיך א שטיקל ריר געגעבן דארט און שמועות האבן אנגעהויבן קורסירן אז די בנין ווערט געלייגט אויף "סעיל" ווען פילצאליגע קהלות און אינדיווידיעלן האבן זיך אנגעהויבן רייסן דערויף פאר א שטיק צייט.

יעצט ערב שבת איז אנגעקימען די נייעס אז קהלת טאהש האט לעגאל איבערגעשריבן דעם בנין פאר קהל יטב לב און וועט דינען די אינטערעסן פון די געגנט לכאורה אלץ נייע בית המדרש (מיין שפאקולאציע ב. מ.)

ביטע טוט מיר צוליב און פארצימעסט נישט דעם אשכול, אויב האט איר עפעס אביעקטיווע נייעס אין די וועלט פון בתי מדרשים, און אזוי ווייטער לאזט אייך גערן הערן דא.

א גוטע וואך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
סביב העולם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
האט שוין געלייקט: 795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: נייעס אין די וועלט פון בתי מדרשים ובתי כנסיות

שליחה דורך סביב העולם »

FWD: @SatmarLive: Kol Mevaser V'oimer:
Hanhulas HaMoisdes signed contract w/ Tosh Kehila to Buy Pre-Ready New Building on Harrison Ave. x Hewes St. in Wmsbg.

.
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
אהרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
האט שוין געלייקט: 452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל

Re: נייעס אין די וועלט פון בתי מדרשים ובתי כנסיות

שליחה דורך אהרן »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אהרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

מיט דעם קען מען פארשטיין די ניחום אבילים נסיעה פון מהר"א
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואלט געווען ראטזאם זיך צו האלטן צו די בקשה פון דער פותח האשכול נישט צו פארצימעסן דא.
צו שרייבן העיט קעגן סיי וועלכער קהילה ביטע גייט אין צימעס צו דער אשכול פון יענער קהלה און געט דארט אויס די כעס.
ס׳איז ליידער א ביטערער מציאות דא אז איעדער נייעס וואס האט צו טון מיט א קהילה דארף ווערן ברוינלעך...
אהרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
האט שוין געלייקט: 452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל

Re: נייעס אין די וועלט פון בתי מדרשים ובתי כנסיות

שליחה דורך אהרן »

.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וויפיל האט זיך טאהש געלאזט באצאלן?? איך הער עפעס א גאר גאר הויכע סומע וואס דאס איז די סיבה וואס קיינער האט דאס נישט געוואלט אפקויפען
פארשפארט