ריכטיג האט געשריבן:כמיטב ידיעתי איז אין בריסק דער עיקר דער מאראקאנער אתרוג, און די באקאנטע מעשה 'אז מען האט ניט איז מען פטור' גייט אויף דעם.
איך האב פארשטאנען יענער מעשה אז אפילו פאר'ן שוואכ'ן מאראקאנער אתרוג האט ער אזוי בא'ארבעט.
לויט וואס איך קען זיי, ווען ס'איז נאר דא א ברירה פון איינס, וואלטען זיי גענומען א תימנ'ער.
איך האב יענער וואך געהערט אז ר' משה פיינשטיין האט גענומען דריי אתרוגים. והוא פלא.
אין לעיקוואוד ישיבה שטייט איינער מיט א גרויסע באקס פון כל מיני סארטען, און די פרומאקע'ס גייען צו שאקלען דערמיט. טאמער דער עולם איז מיר מתיר, וועל איך אפשר כאפען א בילד און ארויפלייגען. אבער מ'מוז מיר דערמאנען!