חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)

שליחה דורך דעת תורה »

אויף יו טיוב האב איך געפונען עטליכע - טייל גאר פאפולערע - אידישע פילמען, געמאכט דורך אידישע טעאטער שפילער אינעם פאר - מלחמה'דיקן פוילן אינאיינעם מיט ניו יארקער פראדוצירער, איך פאר מיר האב - טייל פון זיי - שוין לאנג געזוכט, און איך שטעל זיך פאר עס קען זיין אינטערעסאנט פאר אנדערע אויך, לייג איך עס אהער.

די בכורה קומט זיכער פאר די מסתמא מערסט באקאנטע פילם, 'טובי' דער מילכיגער'. דאס איז אראפ געשפילט די לעבנס געשיכטע פון א כאראקטער אין שלום עליכם'ס ביכער. דרייסיג יאר שפעטער בערך האט מען פון די זעלבע געשיכטעס געמאכט דעם וועלט בארימטן פילם - אויף ענגליש - 'פידלער אן די רוף'. יענץ איז מער באריכות, קאווערט מער טעכטער און עקספלאורט מער די מענטשליכע געפילן. אבער די אידישע איז דאך פארט אידיש, און איז מסתמא מער נענטער צום מקור (אליין א פיקטיווע באשעפעניש).

די צווייטע לייג איך מיין פעיוואריט, 'א בריוועלע דער מאמען'. איך גלייך דאס די מערסטע סאם האו.

'מאמעלע' - מער א קאמעדיע ווי סובסטאנץ.

'דעם חזן'ס זון' חלק א, חלק ב - א פילם געמאכט אין אמעריקע, דער חזן אינעם פילם (דער זון) איז דער בארימטער חזן 'משה אוישערס'.

'דער פורים שפילער' - נישט געקענט געהעריג וואטשן צוליב די פוילישע איבערזעצונג וואס שרייט איבער די אריגינעלע.

Laughter Through Tears - איצט געפינען תוך כדי שרייבן די תגובה, אור אלט, די סאונד טרעק עקסטער צוגעלייגט.

מ'זאל געדענקען פיל מאל איז דא שאלות פון קול באשה.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

שכוח פאר א בריוועלע דער מאמען, זייער הנאה געהאט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווי איז די המלצה פון 'חשוב'ער מחנכות'?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)

שליחה דורך ירא שמים »

ביטע שרייב די נעמען פון די פילמען
סביב העולם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
האט שוין געלייקט: 795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)

שליחה דורך סביב העולם »

פאר אלע טעלעגראם באניצער איז דא א טשענל מיט אלע גיטע יידישע מאוויס אין פלעיס
נ. ב. מדארף האבן די לעצטע טעלעגראם אפדעיט אז די לינק זאל ארבעטען

https://telegram.me/ch2015and

.
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מ'קען עס טוהן אויף די קאמפיאטער אדער נאר אויף די פאון?
סביב העולם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
האט שוין געלייקט: 795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)

שליחה דורך סביב העולם »

ביידע אבער מען דארף זיי up to date with the latest version וואס האט די טשענלס

.
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

שליחה דורך ירא שמים »

דער דיבוק
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)

שליחה דורך mevakesh »

@ירא שמים נאדיר א לינק
http://youtu.be/9Eaz_JEHqXM
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)

שליחה דורך ירא שמים »

ביי טייל פון די פילמען ווער איך צומישט וואסערע לעבנס שטייגער זיי קומען פארשטעלן א פרומע צו א פרייע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ירא שמים האט געשריבן:ביי טייל פון די פילמען ווער איך צומישט וואסערע לעבנס שטייגער זיי קומען פארשטעלן א פרומע צו א פרייע.

ירא שמים: ביי דעם פילם ..."דער דיבוק"...און די אנדערע פילמס און טעאטער שפילן פראדוצירט אין פוילן פאר די צווייטע וועלט מלחמה, איז אייביג (אדער אין רוב פעלער) דא אן אונטער-טאן פון חוזק און ליצנות פון דעם ערליכן אידישן לעבנס שטייגער. און פון רבי'ס און חסידים. למשל אזוי ווי אין דעם טעאטער פארשטעלונג..."דער אידישער גענעראל"...וואו מ'מאכט חוזק פון דעם אידישן גענעראל אז ער איז קיינמאל נישט געווען גרייט פאר מלחמה. אדער איז ער געגאנגען, אדער געקומען פון די מקווה אדער בית המדרש...דאס מיינט נישט אז די פארשטעלוניגען זענען נישט אוינטרעסאנט. אבער דאס אפשפעטן און ליצנות מאכן פון דעם טראדיציאנאלן לעבנס שטייגער איז אייביג אן אינטעגראלער טייל פון די פילם אדער טעאטער שפיל.
ס'איז אויך דא אנדערע פילמס. מערסטנס פראדוצירט דאהי אין אמעריקע וועלכע האבן אן אנדערן מעסעדזש. און זיי חוזק'ן נישט אפ פון די ערליכע אידן. למשל, דער פילם ..."העסטער סטריט"...נאך א גאס פון די איסט סייד וואו ס'האט געוואוינט א גרויסער קיבוץ פון אידישע אימיגראנטן פון די שפעטע 18'טער יארן ביז די 40'ער יארן פון דעם 20'סטן יארהונדערט. וואו דער מעסעדזש איז זייער קלאר. אז א יעדער טוישט זיך און ווערט אמעריקאניזירט. אפילו די פרומסטע און ערליכסטע אידן און תלמידי חכמים. נאר אין יענעם פילם אז דא עטליכע ווערסיעס און זיי האבן ארויסגעשניטן א פאר סצענעס פון דעם אריגינאלן פילם, וועלכער איז באזירט אויף א באשרייבונג אין א ביכל וועלכעס הייסט ..."אן ביעאינג דזשואיש"...וואס האט שיינע בשרייבונגען פון דעם לעבנסשטייגער פון די אידן וועלכע זענען געקומען קיין אמעריקע מיט בערך 150 יאר צוריק...!
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)

שליחה דורך ירא שמים »

דער דיבוק גראדע האט מיר נישט צומישט ווייל יענס איז אינגאנצען פרום , א בריוועלע די מאמע האט מיר צומישט לדוגמא די טאטע גייט א בארד און זינגט הודו לה׳ כי טוב און די מאמע גייט אייגענע האר וכדו׳
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)

שליחה דורך דעת תורה »

אייגענע האר איז פשוט א ראיה אז דער פילם שטעלט פאר א לעבן אונטער די רוסישע מלוכה, נישט אונטערן קיר"ה. דער טאטע גייט אנע קאפל, נאר מיט א הוט. אגב מאמעלע איז די זעלבע זאך. לכאורה שטעלט עס פאר דעם עמך איד ברחבי אייראפע, אין די צייט בעפאר / נאך די ערשטע קריג, די עלטערן זענען נאך טראדיציאנאל און די יונגערע מער מאדערן (יר"ש קענען זיי ביידע האבן דאס זעלבע. אפילו די וואס זענען געבליבן אידיש, שומתומ"צ, כל זמן זיי זענען נישט געווען קיינע חסידים האבן זיך געטוישט די לבוש און התנהגות צו מער מאדערן, געגאנגען אין אוניווערזיטעטן א.א.וו.).

נאר איך וואלט נישט צופיל אריין געלערנט אין די פילם'ס, איך ווייס נישט ווי שטארק זיי האבן געסטיקט צו די פאקטן, ווי אויטענטיש ס'איז, דאס איז דאך נישט קיין דאקומענטערי ס'איז ענטערטעימענט פאר אידן פון יענעם דור וואס האבן מילא אלעס מיטגעלעבט, מ'איז נישט אויסן זיי אויסצושפילן דעם כלל, נאר דעם יוצא מן הכלל.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
מיד ווי א בוים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2020 2:55 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

Re: חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)

שליחה דורך מיד ווי א בוים »

די אלע לינקס ארבעט שוין נישט איז דא ערגעץ ווי איך קען דאס זעהן?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

שליחה דורך דוד שריפטליך »

berlbalaguleh האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:ביי טייל פון די פילמען ווער איך צומישט וואסערע לעבנס שטייגער זיי קומען פארשטעלן א פרומע צו א פרייע.
ירא שמים: ביי דעם פילם ..."דער דיבוק"...און די אנדערע פילמס און טעאטער שפילן פראדוצירט אין פוילן פאר די צווייטע וועלט מלחמה, איז אייביג (אדער אין רוב פעלער) דא אן אונטער-טאן פון חוזק און ליצנות פון דעם ערליכן אידישן לעבנס שטייגער. און פון רבי'ס און חסידים. למשל אזוי ווי אין דעם טעאטער פארשטעלונג..."דער אידישער גענעראל"...וואו מ'מאכט חוזק פון דעם אידישן גענעראל אז ער איז קיינמאל נישט געווען גרייט פאר מלחמה. אדער איז ער געגאנגען, אדער געקומען פון די מקווה אדער בית המדרש...דאס מיינט נישט אז די פארשטעלוניגען זענען נישט אוינטרעסאנט. אבער דאס אפשפעטן און ליצנות מאכן פון דעם טראדיציאנאלן לעבנס שטייגער איז אייביג אן אינטעגראלער טייל פון די פילם אדער טעאטער שפיל.
ס'איז אויך דא אנדערע פילמס. מערסטנס פראדוצירט דאהי אין אמעריקע וועלכע האבן אן אנדערן מעסעדזש. און זיי חוזק'ן נישט אפ פון די ערליכע אידן. למשל, דער פילם ..."העסטער סטריט"...נאך א גאס פון די איסט סייד וואו ס'האט געוואוינט א גרויסער קיבוץ פון אידישע אימיגראנטן פון די שפעטע 18'טער יארן ביז די 40'ער יארן פון דעם 20'סטן יארהונדערט. וואו דער מעסעדזש איז זייער קלאר. אז א יעדער טוישט זיך און ווערט אמעריקאניזירט. אפילו די פרומסטע און ערליכסטע אידן און תלמידי חכמים. נאר אין יענעם פילם אז דא עטליכע ווערסיעס און זיי האבן ארויסגעשניטן א פאר סצענעס פון דעם אריגינאלן פילם, וועלכער איז באזירט אויף א באשרייבונג אין א ביכל וועלכעס הייסט ..."אן ביעאינג דזשואיש"...וואס האט שיינע בשרייבונגען פון דעם לעבנסשטייגער פון די אידן וועלכע זענען געקומען קיין אמעריקע מיט בערך 150 יאר צוריק...!
פארוואס האבן זיי אויסגעשניטן חלקים פונעם פילם?
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

שליחה דורך דוד שריפטליך »

mevakesh האט געשריבן:@ירא שמים נאדיר א לינק
http://youtu.be/9Eaz_JEHqXM
די לינק ארבעט נישט
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

שליחה דורך דוד שריפטליך »

סביב העולם האט געשריבן:פאר אלע טעלעגראם באניצער איז דא א טשענל מיט אלע גיטע יידישע מאוויס אין פלעיס
נ. ב. מדארף האבן די לעצטע טעלעגראם אפדעיט אז די לינק זאל ארבעטען

https://telegram.me/ch2015and

.
די לינק ארבעט נישט ווייל עס האט פארלעצט קאפירייט רעכטן
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

שליחה דורך דוד שריפטליך »

דעת תורה האט געשריבן:אויף יו טיוב האב איך געפונען עטליכע - טייל גאר פאפולערע - אידישע פילמען, געמאכט דורך אידישע טעאטער שפילער אינעם פאר - מלחמה'דיקן פוילן אינאיינעם מיט ניו יארקער פראדוצירער, איך פאר מיר האב - טייל פון זיי - שוין לאנג געזוכט, און איך שטעל זיך פאר עס קען זיין אינטערעסאנט פאר אנדערע אויך, לייג איך עס אהער.

די בכורה קומט זיכער פאר די מסתמא מערסט באקאנטע פילם, 'טובי' דער מילכיגער'. דאס איז אראפ געשפילט די לעבנס געשיכטע פון א כאראקטער אין שלום עליכם'ס ביכער. דרייסיג יאר שפעטער בערך האט מען פון די זעלבע געשיכטעס געמאכט דעם וועלט בארימטן פילם - אויף ענגליש - 'פידלער אן די רוף'. יענץ איז מער באריכות, קאווערט מער טעכטער און עקספלאורט מער די מענטשליכע געפילן. אבער די אידישע איז דאך פארט אידיש, און איז מסתמא מער נענטער צום מקור (אליין א פיקטיווע באשעפעניש).

די צווייטע לייג איך מיין פעיוואריט, 'א בריוועלע דער מאמען'. איך גלייך דאס די מערסטע סאם האו.

'מאמעלע' - מער א קאמעדיע ווי סובסטאנץ.

'דעם חזן'ס זון' חלק א, חלק ב - א פילם געמאכט אין אמעריקע, דער חזן אינעם פילם (דער זון) איז דער בארימטער חזן 'משה אוישערס'.

'דער פורים שפילער' - נישט געקענט געהעריג וואטשן צוליב די פוילישע איבערזעצונג וואס שרייט איבער די אריגינעלע.

Laughter Through Tears - איצט געפינען תוך כדי שרייבן די תגובה, אור אלט, די סאונד טרעק עקסטער צוגעלייגט.
די אלע לינק'ס ארבעטן מער נישט אלס רעזולטאט פון א קלאגע אריינגעגעבן דורך די נאציאנאלע צענטער פאר אידישע פילמס
מ'זאל געדענקען פיל מאל איז דא שאלות פון קול באשה.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)

שליחה דורך טאמבל סאס »

נאך איינער האט געוואטשט די אמאטושרישע סטאף פון ראביי פערעלאוויטש?
https://www.boruchperlowitz.com/

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)

שליחה דורך שערי יושר »

לכבוד חוה"מ וועל איך ארויף לייגן לינקס צי אלטע מאוויס אויף אידיש אז די עולם זאל הנאה אויף א כשרע אופן און זיצן אינדערהיים רואיג אין נישט אנדרייען נאך חסידות מחלוקת'ער...

דעת-תורה האט שוין ארויפגעלייגט אפאר לינקס אבער אלע זענען שוין עקספייערט וועל איך איך איבערלייגן

ראש וראשון איז דער פילם "טוביה" תרצ"ט וואס מען האט געפילמט אין שאטן פונעם אויסברעך פון די צווייטע וועלט מלחמה די מעשה איז פונעם אלעמען באקאנטען אידל ר' טוביה דער מילכיגער פון בויבעריק און זיין טאכטער חוה וואס האט זיך פארקאכט אין א שייגעץ און זיך געשמד'ט ל"ע

די פילם איז באזירט אויף די בוך טוביה דער מילכיגער פונעם שרייבער שלום עליכם געשריבן
און פראדוצירט דורך Maurice Schwartz (אברהם משה שווארץ) וואס שפילט אויך אליין טוביה,

ער לייגט אראפ א קינצליכע ארבעט ער שפילט זייער גוט אראפ דעם גלות איד א פארצייטישער ערליכער דארפסמאן מיט זיינע פראבלעמען און צרות מיט זיין פעלזע פעסטע אמונה, די תנועות די קרעכצן די עמעראצישע ווערטלעך, מיט א ב'חן'טע אידיש אזש מען דארף זיך דערמאנען אז עס איז געשפילט

די מאווי קען מען זעהן אויף יוטוב
https://m.youtube.com/watch?v=Q4CqthipSg0&t=2988s

נאכדעם איז דא "דער דיבוק" תרצ"ז די גרעסטע און מערסט באוויסטע פון די אידישע מאוויס עס איז געווארן געפילמט אין פוילן דאס איז געווען אויף א גרויסע בודזשעט מיט א סאך עקטארס

די מעשה איז פונעם בוך מיטן זעלבן נאמען געשריבן דורכן שרייבער שלמה זאנוויל ראפאפורט (ש. אנסקי) די מעשה איז פון א דיבוק וואס איז אריין אין א כלה אין א חסידיש רבי פרובירט איר צו באפרייען פונעם דיבוק, רוב עקטארס רעדן א געשמאקע פוילישע אידיש, די מאווי איז דראמאטיש און ראמאנטיש

מקען עס זעהן אויף יוטוב
https://m.youtube.com/watch?v=-bQCL0UBmLo
מקען קויפן די צוויי מאוויס אויף עמעזאן איבערגעמאכט און פארבעסערט The Jewish Soul: Classics of Yiddish Cinema [Blu-ray] https://a.co/d/2CVHYL5

איך וועל אי"ה באשרייבן און ארויפלייגן נאך אידישע מאוויס מיט דער צייט

בילדבילדבילדבילד

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk
יָדוֹרָש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 12:53 am
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל

שליחה דורך יָדוֹרָש »

טאמבל סאס האט געשריבן:נאך איינער האט געוואטשט די אמאטושרישע סטאף פון ראביי פערעלאוויטש?
https://www.boruchperlowitz.com/

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
ס'איז גוט?
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

:דיסלייק: :ניין: