[center]גשמיות מוז מען אריינכאפן אויף די וועלט. אין קבר נעמט מען זיך גארנישט מיט.[/center]
אין רוסלאנד האט מען זיך געגרייט צום געשעהעניש פונעם יארהונדערט; מען גייט צום ערשטן מאהל אין היסטאריע מחנך זיין דעם באן. עס איז דער שמועס אין אלע מקוואות, אלע וואונדערן זיך א וואגן אהן קיינע פערד? אוממעגליך.
מען גרייט אהן דעם בימת הכבוד פאר'ן צאר, אונטער איהם זעצט מען די זקני המדינה, אלע זענען געקומען זיך צוקוקען צום פלא.
און, יא, לא פחות ולא יותר די באן הויבט זיך אהן רירן פון פלאץ מיט די אייגענע כוחות. דער גאנצער ציבור איז ארויס פון התפעלות, חוץ פון די זקנים, זיי האבן גע'טענה'ט ס'קען נישט זיין, עס מוז זיין אז ערגעצוואו זענען דא באהאלטן עטליכע פערד.
אויפן איינלאדענונג פונעם דירעקטאר זענען זיי ארויף אויפן באן און אנגעהויבן זוכן אין אלע ווינקלען. נו, מ'זוכט און מ'זוכט, והילד איננו, עס איז טאקע נישט דא קיין פערד. יעצט זענט איהר צופרידן? פרעגט דער דירעקטאר, רופט זיך אהן דער עלטסטער: גערעכט, מיר האבן טאקע דורכגעקוקט דעם באן און נישט געפונען קיין געווענליכע פערד, עס מוז אבער זיין אז ערגעץ טיף אינעם מאטאר, אין א פארבארגענעם ארט, באהאלט זיך עפעס א קליין פערדל...
-----------
מיין מאמע – זאל אונז פירן קעגן משיח'ן – האט שוין לאנגע יאהרן א קביעות'דיגע נוסח פאר די חולים. ווי נאר די כזית המוציא האט זיך באקוועם געמאכט און די אויגן הייבן אהן וואנדערן צו די געפילטע פיש הויבט זיך אהן די וועכנטליכע חשבון הנפש; דער האט חתונה געמאכט, דער האט איהר נערוועז געמאכט וכו' וכו', דערנאך קומט א ליסטע פון באקאנטע וועלכע דארפן נאכאלץ א רפואה וואס ווערט צוגעענדיגט מיט א 'בתוך שאר חולי ישראל'.
די לעצטערע צייטן אבער איז צוגעקומען נאך א ווארט, 'עמו' – בתוך שאר חולי עמו [וועמענ'ס?] ישראל, יו קנאו, נאך א לשון הקודש ווארט פאר די עקסטערע הארס-פאוער, אן עקסטערן זעץ פאר די מען אין פאוער אז דא מיינט מען ביזנעס. ביסיידס, דער פון אויבן קען נאך חלילה לאנגווייליג ווערן.
איהר קלערט אז זי איז אמאהל געווען באוואוסטזיניג איבער די החלטה? עה... ס'איז געפארן פון הארץ צום מויל, עס האט ביים מח בכלל נישט באזוכט.
---------
שטעלט אפ סיי וועלכע מענטש אויף די וועלט און פרעגט איהם אויב ער איז א ראציאנאלער מענטש, אודאי! וואס פאר א פראגע, יעדער איינער בלי אויסנאם איז שפיץ שכל. אפי' די פאפיולער תורה אז פאר "לאוו" טוהט מען אומראציאנאלע שריט, איז אויך נאר ווייל שכל זאגט אז ליבע ברענגט/ערלויבט אומראציאנאלע שריט...
אבער, כ'בעט אייך רעגט מיר נישט אויף, סיריעסלי, ווי אר פריטי מעססד אפ...
איהר ווייסט פארוואס די קלעביגע מאדנע גרינע עיליענס מיט צוויי נעזער אויפן שטערן האבן זיך נאכנישט אינטערדאוסד צו אונז? כ'וועל אייך מגלה זיין: זיי זענען שוין דא געווען, ווי זיי האבן געזעהן ווי מיר זעהן אויס זענען זיי אנטלאפן ונשמתם בידם.
אזא אומבאלומפערטע צורה איז א חידוש אפי' ביי זיי; די אויבערשטע האלב גוף איז פארמאכט סאליד, אויף די צוויי אונטערשטע עקן פון דעם כמו-רעקטענגעל הענגן צוויי לאנגע שטעקענס. פונעם אויבערשטן טייל רעקטעינגעל קומען ארויס זייטוועגס אזעלכע לאנגע דארע שטעקענס וועלכע בייגן זיך, וועך... זיי הענגן אזוי אראפ זייטוועגס...
העכער דעם אלעם איז דא א באלי מיט כל מיני לעכער, גראדע, שיפע, אראפ, ארויף. צוויי פון די לעכער זענען אנגעפולט מיט עפעס א רונדיגע מאשי זאך.
אוי, כ'בעט אייך, נישט בשעת'ן עסן...
דרייען זיך די [ראציאנאלע] בני אדם בדמות שדים ארום אויף די וועלט און זוכן דריי זאכן: ***, געלט, און כבוד. גאנץ א שיינע רעזומעי.
האלב פון די באפעלקערונג איז אטראקטירט צו די אנדערע האלב. הא הא, דאנט עיווען געט מי סטארטעט. ריעלי? און מען דרייעט זיך ארום מיט בלעכענע פענימער, וואס אין די ווארלד ווייד וועב איז ראנג וויט יו?
ס'איז שוין היינט א גאנצע אינדוסטרי, פאר די ריכטיגע פרייז קען מען באקומען די אא סחורה, אבער אפילו בחורים וועלכע קענען זיך נישט ערלויבן קענען שוין היינט באקומען ביי די קיאסקן אין עק שטאט גאנצע מאגאזינען פון די לעצטע מאדעל צלמים, הערליכע, הארץ פארכאפענדע, אויסגעשניצטע פסלים, איך דארף דאך אייך נישט זאגן וואס טוהט זיך אין די מקוואות, פאר א פאר שקל קען מען שוין היינט האבן א צלם-כיס, ה"י וויפיל שיינע אידן געבן עס א כאפ ארויס פון בוזעם, ווי א רוח-באזעצטער גיבן זיי זיך א שנעלן בוק און לייגן שנעל צוריק.
לעצטענס האט זיך געפענט א מקום וואו מען קען זיך צוקוקען ווי אנדערע בוקן זיך און קושן דעם צלם – בהדרכת דזשימי קימעל [הגם אנדער-עידזש איז נאך דערווייל פארבאטן].
(למעשה איז די גאנצע תאוה צו עבודה זרה אן עוועלושענערי פראסעס, די וואס זענען גוט מיט די געטער זיי סורווייווען.)
----------
יא, ענד האו עבאוט נגיעות?
וואט די העל איז ראנג וויט אס? כ'מיין אז אזא קראנקהייט האט נישט בדומה לו, פארוואס זאל א מענטש האלטן אז ער איז בעסער, געלונגענער, קלוגער, שענער, מער מאראליש וכו' וכו' פון א צווייטן? ווייל גראדע ביסטו 'דו', גראדע ביסטו דער הו דאעס די טינקינג?
האו סיק איז דעט.
מען דארף קיינעם מסביר זיין ווי טיף אין דער ערד ער געפונט זיך, כאשר יאמר מארק טוועין 'deep down in his private heart no man much respects himself', אבער דאס וועט נישט צוריקהאלטן אונזער ספישיעס פון אריינקומען אין שוהל מיט אויסגעקעמטע בייכער שפילן דעם שפיל, וואקינג דע וואק ענד טאקינג דע טאק.
----------
ידידינו [tag]טאמבל סאס[/tag] שרייבט אין איינע פון זיינע אשכולות ווי אלס קינד פלעגט ער טראכטן וויאזוי זיך ארויסצודרייען פון גיהינום: ער וועט 'אויפגעבן' און מחליט זיין אז די יסורים גייען איהם נישט אהן, און פטור אן עסק...
ס'איז באמת א געוואלדיג ווארט. וואס עס טוהט זיך אין קאפ, וואס טוהט זיך אין מח האט נישט קיין שייכות מיט וואס דער קליינער, צודרייעטער, פערדל אין הארץ האט צו זאגן, עס איז באמת א געוואלדיגע פסיכאלאגיע, ס'טוהט וויי? נו, איז וואס? ס'גייט מיר נישט אהן.
[דאס איז חוץ מן הנקודה שע"פ פילאזאפיע יש לעיין פארוואס טאקע וויל מען עפ"י שכל נישט קיין יסורים און יא הנאות. פארוואס 'טאקע'. דאס טוהט מיר וויי און דאס ברענגט מיר הנאה, פון דעם איז שוין אטאמאטיש מחויב אז דאס וויל איך נישט און דאס יא? אפשר וויל איך יסורים?]
--------
זה כל האדם. עס איז דא ריינע, קאלטע, אויסגעהאלטענע מח/ראציאנאל, און דערנאך איז דא 'אונז'. צו מיין מאמע אדער מיין געריבענער חבר איז נישט צופיהל א חילוק. נאר וואס, מען דארף אבער וויסן אז עס איז דא אן אמת, עס איז דא א הימל.
דער רבי רש"ב נ"ע האט אמאהל געזאגט גאר א טיעפן מאמר וואס דער עולם האט נישט געהעריג מיטגעהאלטן, זענען חסידים אריין פרעגן פארוועמען האט דער רבי דאס געזאגט?
האט דער רבי גענטפערט, סיי א מענטש סיי א בהמה ביידע גייען אויף דער ערד און קענען צום הימל נישט דערגרייכן, די בהמה גייט אבער מיט די קאפ אראפ און ווייסט נישט פון עפעס אנדערש, א מענטש גייט אבער מיט'ן קאפ ארויף און זעהט אז ס'איז דא א הימל.
מען דארף וויסן אז 'עס איז דא' א הימל.
----------
עס איז א וועלט'ס איינרעדעניש אז עס איז דא צוויי באזונדערע זאכן, גשמיות און רוחניות. ס'איז דא 'מציאות' און ס'איז דא 'ענינים'. אן אלטע טעות.
עס איז פונקט ווי פרימיטיווע מענטשן וועלן מיינען אז ראדיא כוואליעס זענען עפעס ווייניגער גשמיות ווי פשוטע ליכטיקייט. מיר ווייסן אבער דעם אמת אז אלע כוואליעס – ראדיא כוואליעס און זעהדיגע ליכטיגקייט אריינגערעכענט – זענען די זעלבע מציאות, מחמת טעכנישע סיבות קענען מיר זען געוויסע, און געוויסע נישט.
מאטריאליסטן ווילן אלעס רעצודירן צו בלויזע גשמיות, געפילן, איבערלעבענישן וכו' זענען ניוראנס, עלעקטרישע מעסעדזשעס, הארמאנען וכו'. ואני אומר: זיי זענען גערעכט, עס איז טאקע נישט דא קיין גשמיות ווס. רוחניות.
דאס איז די גאנצע שפיל דא אכציג יאר: מען האט אויסגעשטעלט א פלעיגראונד, גענומען טייל פונעם מציאות און אויסגעשטעלט אין וואס מיר רופן 'גשמיות', עי ווערי סיק פלעיס וואס ווערט ענדערש געפירט דורך קליינע פערדלעך ווי דורך ראציאנאל. דארט האט מען אריינגעשטעלט את האדם לעבדה, זעה וויפיהל דו קענסט משליט זיין את המח על הלב.
יא, רבותי, די לעגענדע איז אמת, אין קבר נעמט מען זיך גארנישט מיט, דארטן גייט מען ערום כיום היוולדו, גשמיות מוז מען אריינכאפן אויף די וועלט ווילאנג מען לעבט.
----------
די גמ' פארציילט אין סוכה נ"ג: תניא אמר ר' יהושע בן חנניא כשהיינו שמחים בשמחת בית השואבה לא ראינו שינה בעינינו, כיצד, שעה ראשונה תמיד של שחר, משם לתפלה, משם לקרבן מוסף, משם לתפלת המוספין, משם לבית המדרש, משם לאכילה ושתי', משם לתפלת המנחה, משם לתמיד של בין הערבים, מכאן ואילך לשמחת בית השואבה.
פרעגט די גמ' וויאזוי קען זיין אז מען איז נישט געשלאפן עטליכע טעג, איני, והאמר רבי יוחנן שבועה שלא אישן שלשה ימים מלקין אותו וישן לאלתר, ענטפערט די גמ' אלא הכי קאמר, לא טעמנו טעם שינה, דהוו מנמנמי אכתפא דהדדי, שטייענדיגערהייט האט מען געדרימלט אויפן צווייטענ'ס אקסעל.
זאגט דער ליובאוויטשער רבי ז"ל, וואס איז דער חילוק פון א מענטש ביז א בהמה? די בהמה גייט אויף אלע פיהר פיס זענען די הארץ און דער מוח אלעמאהל אייניג אויפן זעלבן דרגא, מותר האדם מן הבהמה אז מוחו שליט על לבו - ער גייט שטייעדיג, זיין קאפ איז העכער פונעם הארץ.
דאס איז אלס ווען דער מענטש איז וואך, אבער ווען מען לייגט זיך אין בעט שלאפן איז ביי א מענטש אויך דער מוח אויפן זעלבן דרגא ווי דער הארץ, ביים שלאפן איז ער גארנישט קיין מיוחס.
דאס איז געווען די מעלה ביי שמחת בית השואבה אז מען איז צוגעקומען צום שפיץ מח שליט, אפי' בשעת'ן שלאפן איז מען געווען שטייענדיג – די מוח אין קאנטראל פונעם הארץ.
גוט יו"ט.
גשמיות מוז מען אריינכאפן אויף די וועלט (פרי עט הדר)
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
גשמיות מוז מען אריינכאפן אויף די וועלט (פרי עט הדר)
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
הערליך שיין.
אבער וואס זאל איך זאגן?
אז ס'איז א שיינע מאמר? דאס איז א דבר פשוט.
אז ס'איז גוט אראפגעלייגט? דאס קענען אנדערע אויך.
אז ס'געט א גוטן קיצל? אז דו שרייבסט שארפע געדאנקען מיט א זיסע שפראך? אז דו שרייבסט פינף זאכן ללא קשר וואס זענען זיך וואונדערליך גוט מקשר צוזאמען?
כ'וועל זאגן פשוט'ער: הערליך שיינע טיפישע [tag]ונבנתה העיר[/tag] ארטיקל...!
אבער וואס זאל איך זאגן?
אז ס'איז א שיינע מאמר? דאס איז א דבר פשוט.
אז ס'איז גוט אראפגעלייגט? דאס קענען אנדערע אויך.
אז ס'געט א גוטן קיצל? אז דו שרייבסט שארפע געדאנקען מיט א זיסע שפראך? אז דו שרייבסט פינף זאכן ללא קשר וואס זענען זיך וואונדערליך גוט מקשר צוזאמען?
כ'וועל זאגן פשוט'ער: הערליך שיינע טיפישע [tag]ונבנתה העיר[/tag] ארטיקל...!