דער משוגע'נער טשורטשיל (פרי עט הדר)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
[NAMELESS]

דער משוגע'נער טשורטשיל (פרי עט הדר)

שליחה דורך [NAMELESS] »

יא, שוין איינמאל א משוגע'נער געווען. אבער א געזונטע משוגע'נער ווי מ'רופט עס ביי אונז יידן. א געזונטער ווייל ער איז געווען גוט אהערגעשטעלט פאר זיין ארבעט, געטוהן צו דער זאך און פארשטאנען וואס ער האט צו טוהן. געקעמפט אין די צווייטע וועלט מלחמה מיט אן אייזענעם ווילן אזש ער האט נישט געקענט מוחל זיין די אמעריקאנער "יענקס" פארן אפשטעלן די מלחמה אזוי פריה. און שפעטערע יארן זיך איינגעשטעלט צו קומען צו הילף פאר יידן אין ארץ ישראל.

פאר איר שפרינגט אויף, ניין, מ'רעדט דא נישט פון דעם אלעם באקאנטען ווינסטאן טשורטשיל, דער וועלט'ס בארימטען בריטישער פרעימער מניסטער אין די מלחמה יארן. צי ער איז אויך געווען משוגע? דאס פאדערט א דעבאטע פאר זיך. אבער אונז רעדן דא פון א ריכטיגע משוגע'נער, אזאנס וואס ווען די רעגירונג קען זיך דאס ערלויבן שרייבט מען אים איין אין אן אנשטאלט.

וויאזוי האט ער נאר געהייסן? יא, טשורטשיל האט מען געשמועסט, דאס איז אבער נאר זיין לעצטע נאמען. פאר מ'גייט ווייטער, קיין שום שייכות גראדע צום בריטישן פרעימער'ס משפחה. זיין ערשטע, בעסער געזאגט זיינע ערשטע נעמען זענען געווען "דשאן מעלקאם טארפ פלעמינג", האט איר שוין פיהר. נאט אייך א פינפטען, גערופן האט מען אים "דזשעק", בלשון חבה. און שפעטער, ווען ער איז אויסגעוואקסן דאס וואס ער איז געווען האט מען אים צוגעגעבן נאך א נאמען, "דער וואנזיניגער דזשעק", אדער אין ענגליש Mad Jack, און מיט דעם נאמען איז ער שוין פארבליבן און אריין אין די היסטאריע.

דזשעק טשורטשיל.jpg



געבוירן געווארן איז ער אין 16'טען סעפטעמבער יאר 1906. וואו, דאס איז שוין אביסל פארפלאנטערט. הייסן הייסט עס אז ער איז געבוירן אין "סיילאן", היינט איז זי סרי לאנקא, אן אינזל לאנד דרום פון אינדיע. יענע יארן איז זי געווען א טייל פון די טערעטאריע וואס גרויס בריטיאן האט זיך פארשמעקט צו האלטן אונטערן בלוטיגע אקופאציע פון די "בריטישע זון וואס גייט קיינמאל נישט אונטער", און שפעטער איר איבערגעלאזט 'אויפן וואסער' דערמאלאזירט און צובלוטיגט ביזן היינטיגן טאג. דזשעק'ס עלטערן האבן געוואוינט אין סיילאן יענע תקופה וואס דזשעק איז געבוירן, טשורטשיל דער טאטע און דער זיידע האבן ביידע דארט געדינט די בריטישע מלוכה. אנדערע געבן אן זיין געבורטס פלאץ אלס "האנג קאנג", אויך אן אינזל דאן פארכאפט ביי איר מייאסטעט דער קעניגרייך. א דריטע גירסא זאגט גאר אז דזשעק איז שוין געבוירן געווארן צוריק אין ענגלאנד. בכל אופן, דאס איז יעדער מודה עכ"פ אז ער איז געבוירן געווארן, אויך שוין א געווינס. ערגעץ אין יענע צייט האבן זיינע עלטערן זיך צוריקגעקערט קיין סאורי, ענגלאנד, דרום מערב פון לאנדאן. פון דארט זענען זיי געגאנגן קיין האנג קאנג, אויך פארן קעניגרייך'ס דינסט. ביז אין 1917 ווען ער האט זיך אומגעקערט צוריק אהיים קיין ענגלאנד, גראדואירט מיליטערישע קאלעדש אין 1926, און ווייטער צוריק ארויס אויף דער וועלט, דאס מאל שוין אליינס, העלפן די בריטישע הערשער אנהאלטן זייער מאכט אויף די אקופירטע געביטען. געפארן איז ער נאך בורמא, היינט זעלבסשטענדיג אלס "מאינמאר", נאך א צופליקטע שלאכטפעלד שיריים פון די אמאליגע מלוכה. וואס האט "דזשעק דער צופידעלטער" געטוהן פאר זיין מיליטערישע דינסט אין בורמא? יא, טאקע דאס, געשפילט פידל. נישט פונקטליך א פידל, זיין באליבטע מוזיק אינסטרומענט איז געווען א "בעגפייפ", אזא סארט גרויסע כלי מיט פייפערלעך וואס אין דעם האט זיך דזשעק פארליעבט און איר קיינמאל מער נישט איבערגעלאזט וואו אין שלאכט ער איז נאר נישט געגאנגען. וואס נאך ער האט אויפגעטוהן אין יענע עק בריטישע וועלט איז געווען רייזן אויף זיין מאטערביציקל אויף די לענג און ברייט פון דעם גאנצען בריטישן אינדישע ראיאן, טייל מאל, בעיקר טאקע אין בורמא וואו אויסגעפלאסטערטע שאסייען איז נישט געווען אין טראדיציע, האט ער מיט די הענט געפירט זיין ביציקל דורך קליינע טייכן און זומפן. טויזענטער מייל האט ער אזוי ארויפגעלייגט אויף זיין לאנגווייליגקייט און דערמיט געדינט זיין לאנד. נישט ווייניג מאל האבן זיינע קאפיראזן ארויסגעברענגט זיינע אויבערהארן פון די כלים. איין עפיזאד פון יענע צייטן דערציילט ווי איין טאג האט ער זיך אנגערוקט צו א מיליטערישע פאראדע מיט א שירעם..., צו די אויפברויזענדע פראגע פון זיין קאמאנדיר וואס איז פשט דערפון האט ער גענטפערט מיט א גראדקייט "ווייל ס'רעגנט, מיין הער".

דזשעק אויף זיין מאטערביציקל.jpg



צען יאר שפעטער, אין 1936 האט ער אפגעדינט זיין חלק און פארלאזט די מיליטער. אביסל האט ער דאן געארבעט פאר א צייטונג אין ניירובי קעניע, ווי איר האט מסתמא צוגעטראפן, אויך דאן גרויס-בריטיאן'ס א שפחה נחרפת. אביסל האט ער טאקע -- צוריק אין ענגלאנד -- געשפילט זיין בעגפייפ פאר פרנסה, אביסל האט ער פרובירט זיין מזל אין די שאו ביזנעס. דא און דארט האט ער נישקשה מצליח געווען, אויסגעקוקט האט עס אז דער פארבלייבט שוין א ציווילע בירגער פאר די רעשט פון זיין לעבן.

דזשעק שפילענדיג אויף זיין בעגפייפ.jpg



זיין טיטול "משוגע'נער" האט ער אבער זיך נישט פארדינט פאר זיין גרויסן בעגפייפ אויף די פלייצע. הגם פאר דעם אליינס וואלט ער עס ווען אויך כשר פארדינט, האט ער אבער איבערצייגט זיינע קאלעגן און אויבערהארן אז ער איז אומשטאנד אויף סאך העכערס פון דעם. אין 1939 ווען היטלער איז אריין קיין פולין און דערמיט אריינגעשלעפט ענגלאנד אינעם קריג האט זיך דזשעק צוריק אריינגערוקט אין די ארמיי מיט א פרישע פלייסיגקייט ווי קיינמאל פארדעם און דארט זיך גענומען מאכן היסטאריע. ווער ס'האט שוין אמאל אביסל געליינט איבער די שלאכטן ביים צווייטען וועלט'ס קריג ווייסט אז איינס פון די הויכפונקטן פון דעם קריג איז געווען די וואפען פארמעסט. ביידע, די אליאירטע און די אקסיס האבן אהערגעשטעט אן אויסווייל פון נייע גאר מאדערענע סארט וואפען וואס דאס אליינס האט געגעבן דעם קריג א פנים ווי קיינמאל פארדעם. פון די דייטשע יו-באוט, די ענגלישע "עניגמע" קאוד ברעכער, די רוסישע AK-47 און מיג-15 פליגער, ביז דעם אמעריקאנער אטאם באמבע. דאס אלעס האט נישט בארירט אונזער דזשעק, ער איז געגאנגן אין שלאכט מיט א זאפאס פון מיטל-אלטער וואפען, א שווערד, א פייל-און-בויגן, און זיין באליבטן בעגפייפ. דאס זענען געווען זיין עיקר וואפן געצייג. געזאגט האט ער אז אן אפיציר וואס לאזט זיך ארויס אויף אן אקציע אהן זיין שווערד איז נישט געהעריג אנגעקליידט. דאס איז געווען וויאזוי ער האט פארשטאנען מלחמה. און נישט נאר פארשטאנען נאר אויך געטוהן למעשה. אין מאי פון 1940 איז זיין בריגאדע, די "מאנטשעסטער רעגימענט" ארויסגעשיקט געווארן צו ערפאנגען א דייטשע פאטראל גרופע אין פראנקרייך. די קאמף איז געווען א שווערע, די דייטשן האבן געהאט א בעסערע פאזיציע פון די ענגלישע און געהאמערט אהן רחמנות. טשורטשיל ווייסט נישט פון קיין ברטנורא, ער כאפט זיין פייל-און-בויגן און ציהלט צום ריכטיגן פונקט, גלייך אין ברוסט פונעם דייטשען סארדשען, די איבריגע דייטשן ווערן געכאפט אין שאק און צומישעניש זעהענדיג א פייל זיך ארויסשטעקן פונעם רוקען פון זייער הויפט, און איידער וואס וואו ווען האבן זיך די בריטישע א לאז געטוהן אויף די דייטשן און זיי באהאגעלט מיט טויטליכע פייער און געמאכט פון זיי א תל און מיט דעם אריין אין די היסטאריע אלס די איינציגסטע פייל געשאסן אין שלאכט ביים צווייטן וועלט'ס קריג.

דזשעק מיט זיין פייל-און-בויגן.jpg



נישט לאנג נאכדעם, סוף מאי פון יענעם יאר האט זיך אויסגעשטעלט אז די בריטישע זענען צו שוואך אין פראנקרייך קעגן די דייטשע אקופירער. די בריטישע, אונטער שווערע פייער, האבן זיך געמוזט צוריקציען ביז צום אנדערן זייט קנאל צוריק קיין ענגלאנד. דאס ריקצוג פאר זיך איז אויך נישט אדורך מיט ווייניג בלוט. איינע פון די שווערסטע שלאכטן איז פארגעקומען אין דאנקירק, צפון מערב פראנקרייך. דארט האט אונזער דזשעק ווידער געקעמפט ווי א לייב צו פארטיידיגן און עוועקואירן די פילע פארוואונדטע סאלדאטן. איינמאל איז אים אפילו אריין אין קאפ אפצוראטווען א צושאסענם בריטישע טאנק דורך איר איינשפאנען צו זעקס מיליטערישע טראקס. די אקציע איז גראדע אדורכגעפאלן, ס'איז אים אבער געלונגן אפצושוינען די לעבעדיגע סאלדאטן פון די דייטשע קוילן. אים אליינס האט זיי גבורה אויך געקאסט א פרייז, דארט אין ברען פון בריטישן ריקצוג האט אים אליינס געכאפט פון א דייטש א שאס. איינמאל זעהט אים זיינס א קאלעגע פונדערווייטענס רייטן אויף זיין מאטארביציקל מיט די פיילן און זיין בויגן הענגען פון די זייטן און א דייטשע העלמעט אויף זיין העדלייט. "האלאו! האסט אפשר א טרונק?" שרייט טשורטשיל צו זיין חבר. וואו ער קומט נענטער דערזעהט ער בלוט פארשמירט אויף דזשעק'ס אויער. "וואס איז דאס" פרעגט ער אים, "נעה, א דייטשע מאשין גאן", ער איז געווען צו אפגעמוטשעט אפצויאגן זאגט ער...

זיינע קאלעגען האבן אים געכאפט צו א באהעלטענישט און פארבאנדעזשירט זיינע וואונדען. צו לאנג אבער האט דזשעק נישט געקענט שטיין אוועק פון שלאכט פעלד.

מעד דזשעק מיט זיינע מאדנע וואפן ביי די זייטן.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

איך האב זיך באלעקט מיט דיין ארטיקל, זייער unique אראפגעלייגט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ליפא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נאך א יאר איז אדורכגעלאפן און דזשעק האט זיך ווידעראמאל געשפירט צי לאנגווייליג. אין 1941 האט ער געהערט אז די ארמיי זוכט קאנדידאטן צו פארמירן א קאמאנדא גרופע פאר ספעציעלע אפעראציעס, דזשעק האט נאך נישט געהאט קיין איינונג וואס פאר א סארט ארבעט די ארמיי האט פאר די געזוכטע קאמאנדאס, אבער קודם האט ער געכאפט און זיך איינגעשריבן. אין דעצעמבר 1941 האט ער געהאט די ערשטע געלעגענהייט אנצופירן אן אייגענע רעגימענט קעגן די דייטשן אין נארוועגיע. ווי נאר זיין שיף איז נאנט געקומען צום בארטען איז דזשעק אראפגעלאפן די רעמפ גלייך אין שלאכט אריין אויסשרייענדיג זיין באקאנטע "קקאאאממאאנדאאאוו!!!", מיט איין האנט פאכענדיג מיט זיין שווערד, מיט די אנדערע האנט שפילט ער עפעס א סקוטישע מארש אויף זיין בעגפייפ. ווי נאר ער דערזעהט די ערשטע מחנה דייטשן כאפט ער א גראנאט און שיסט עס אריין אונטער אן אויגענבליק פארכאפענדיג די דייטשן אין שאק און פארזיכערט אן ענגלישער אויבערהאנט נאכפאלגענדיג א זיג פאר די בריטישע אקציע.

נאך אן אקציע וואס דזשעק האט אנגעפירט איז אים אונטער-געקומען א יאר דעראויף, דאסמאל אין איטאליע. און ווען דזשעק טוט עפעס מוז עס זיין אויף זיין נוסח. על כל פנים, צו מאכן די מעשה קורץ, זיין אויפגאבע איז געווען צו פארכאפן א דייטשע וואך פאזיציע אין סיציליע. דזשעק, פונקט ווי אלעמאל, איז געלאפן פאראויס פאר זיינע קאמעראדן און זיך געשטעלט אין ליניע פון פייער. אנקומענדיג צום ערשטען וואך פונקט האט ער מיט זיין שווערד פארכאפט צוויי דייטשן מיט זייערע וואפען. פון דארטן האט ער זיך גערוקט פאראויס צום צווייטן פונקט און אזוי ווייטער, אלעמאל פארכאפענדיג לעבעדיגע כפרות צוזאמען מיט זייערע כלים. ביזן ענדע פון די נאכט איז אים דערגאנען צו פארכאפן צוויי און פערציג דייטשן מיט זיין בלויזן שווערד און דערקלערט די אקציע א סוקסעס. אה, כמעט פארגעסן, דזשעק האט זיך נישט געספראוועט אוועקצונעמען ביי די דייטשן זייערע וואפען, ער האט ענדערש זיי געמאכט שלעפן זייערע ביקסן, קאנאנען און באמבעס, צוזאמען מיט זייערע פארוואנדעטע קאלעגן מיט זיך, זיי האבן פשוט געציטערט אין די הויזן צו ווידערשפעניגען אין דזשעק'ס א ווארט און געפאלגט ווי וואוילע דייטשע שעפעלעך.

מערקט טשורטשיל אויף די רעכטע זייט לויפענדיג מיט זיין אויסגעשטרעקטע שווערד.jpg



צוויי יאר שפעטער, אין יאנור 1944 איז טשורטשיל געשיקט געווארן קיין יוגעסלאוויע מקבל פנים זיין א דייטשע פאזיציע, איינע די לעצט פארבליבענע דייטשע פאזיציעס אין יוגעסלאוויע. אין מאי האבן די אלעאירטע אונטערגענומען א קאמפלעצירטע אקציע אויף דעם קאראטיעשע אינזל "בראטס" אוואו די דייטשן האבן זיך פאבראקירט אויף דריי בערג. זאכן זענען נישט געגאנגען ווי געוואונטשען פאר די אלעאירטע און די דייטשן האבן אוועקגעלייגט זייערע אטאקירער איינס ביי איינס נאך פאר ס'איז זיי אפילו דערגאנגען צום ציהל. דזשעק איז געווען איינע פון די לעצטע זיבן קאמאנדאס וואס האבן יא דערגרייכט די דייטשע וואך טורעם אויפן בארג, דריי פון זיי שווער פארוואונדעט, אבער דארט האבען זיינע זעקס קאלעגן אויך גענדיגט זייער לעבן. דזשעק האט אנגעהאלטן זיין פאזיציע מיט אן איבערמענטשליכע גבורה און אויסגעשאסן אויף די דייטשן ביז זיין לעצטע קוילן מאגאזין. ווען ס'איז אים שוין נישט איבערגעבליבן וואס צו טוהן האט ער געטוהן וואס ערווארטערט פון א "משוגע'נעם דזשעק", נעמליך זיך אוועקגעזעצט מיט א רואיגקייט שפילן אויף זיין בעגפייפ אן אנדערע סקאטישע מלחמה ליד באקאנט אלס "וועט איר מער נישט צוריקומען אהיים?" ווארטענדיג צו קומען ווערן אפגענומען ביי די ארומרינגעלדער דייטשן. זיצענדיג אזוי איז ער פארוואונדעט געווארן פון א גראנאט וואס איז געווארפן געווארן צו זיין ריכטונג און דאן זענען זיי אים געקומען פאנגען. די דייטשן גראדע האבן באקומען א באפעל פון אויבן קיינעם נישט צו לאזן ביים לעבן, הפנים די מאדנע סצענע פונעם בריטישען סאלדאט האט זיי געמאכט פארקוקען פון פראטאקאל און אים גענומען פארכאפט לעבעדיגערהייט. אנדערע זאגן אז די נאמען "טשורטשיל" האט ביי זיי געקלינגען א גלעקעל, פארשטאנען האבן זיי אז דער מוז עפעס האבן א משפחה פארבינדונג מיטן ענגלישן פרעימער און געהאלטן אז ס'איז וויכטיגער אים צו האבן לעבעדיג פאר אויספארשונג. טשורטשיל אליינס האט שפעטער אנגעגעבן אז א "ווערמאכט" קאמאנדיר האנס טורנער האט אים אפגעשוינט זיין לעבן זאגענדיג צו אים "דו ביסט א סאלדאט, איך בין א סאלדאט, איך וועל נישט צולאזן די ציווילע 'קצבים' זיך מטפל זיין מיט דיר, איך וועל קיינעם נישט אויסזאגן אז איך האב באקומען דעם באפעל". פאר זיי האבן זיך צושיידט האט אים טשורטשיל איבערגעלאזט א נאטיץ אז אויב נאכן קריג קומט אים אויס צו זיין אמאל אין לאנדאן זאל ער אריינפאלען פאר א נאכטמאל, צולייגענדיג דערביי זיין טעלעפאון נומער. נאכן קריג ווען די יוגעסלאווער האבן געהאלטן ביים איבערגעבן האנס פאר די רוסן האט דזשעק זיך אריינגעמישט און אפגעראטעוועט זיין לעבן. פון דארט האט מען אים געפירט קיין בערלין, נישט פאר ער האט פארכאפט אויפן וועג אראפ פון פליגער איבערצולאזן אן אנגעצינדענם שוועבל אין די מיסט קאסטן פאראורזאכענדיג א פייער און א פאניק פאר זיינע פארכאפער. נאכן איבערצייגן זיך אז דער חברה מאן טראגט נישט עפעס א ספעציעלע ווערט פאר די דייטשע שפיאנאזש האבן זיי אים אפגעשקיט צום טרויעריג-באקאנטען זאקסענהאוזען קאנצענטראציע לאגער.

די זאקסענהאוזען קאנצענטראציע לאגער.jpg



דארט אין זאקסענהאוזען האט ער זיך באקאנט געמאכט מיט עטליכע הויכראנגיקע עסטערײכישע איינגעשפארטע. זיצן אין תפיסה איז אבער נישט געווען אויף דזשעק'ס ליסטע פון אקטיוויטעטן, מיט די צייט איז אים געווארן לאנגווייליג און באשלאסן צו כאפן א שפאציר. איין נאכט האט ער מיט נאך א בריטישע נעווי אפיציר אונטערגעקראכן די צוים און געמאכט פליטה. זײ זענען אפגעגאנגן א הונדערט און צוואנציג מייל מיטן חשבון צו מאכן עס צום באלטישן ים. אין ראסטאק, א פאר מייל פארן ים האט מען זײ געכאפט און אפגעשיקט קיין נידערדארף, נאצי אקופירטע טערעטאריע פון עסטערייך/איטאליע (היינט צוריק איטאליע) צו אן ארטיגען לאגער.

דזשעק, אין דייטשע געפענגעניש.jpg



דארט האט ער אויך נישט געפילט אז ס'איז זיין פלאץ. מיט די צייט האט ער אנגעהויבן ארויסקוקן אויף א געלעגענהייט ווידעראמאל צו הייבן פוס. ער האט זיך אוועקבאהאלטן אין קעשענע עטליכע צוויבל מיט א ראסטיגע בלעכענם קען ס'זאל אים צונוץ קומען ווען ס'געלונגט אים צו אנטלויפן. איין נאכט אין אפריל 1945 איז אים עס אונטערגעקומען ווי געוואונטשן, ס'איז געשען א קורצשלוס אין לאגער און דזשעק האט אויסגענוצט די געלעגענהייט אוועקצושפאצירן פון די ארבעט אין די נאכט אריין. ער האט אזוי אנגעצויגן א וועג פון הונדערט און פופציג מייל אויף דרום צו די אלפען בערג, אריבער די גרעניץ צו די אלעאירטע זייט פון איטאליע. אויפן וועג, ווען זיינע צוויבל זענען אים אויסגעלאפן האט ער זיך געשפייזט אויף גרינצייג וואס ער האט גע'גונב-מן-הגנב'ט פון נאצי אקופירטע פעלדער און עס אפגעקאכט אין זיין בלעכענעם פושקע. דאס מאל איז אים עס געלונגען, אויפן אכטן טאג פון זיין רייזע, שלעפענדיג זיך אויף אן אויסגעדרייטע פוס האט ער באמערקט אן אמעריקאנער קאנוואי פון טראקס, ער האט זיי אפגעשטעלט און איבערצייגט ווער ער איז און זיי האבן אים אפגעגעבן צוריק צו די ענגלענדער.

גארנישט האט דזשעק אזוי געשטערט זיין מנוחה ווי הערענדיג אין ענגלאנד אז די מלחמה איז מער ווייניגער פאראיבער. ער האט עס נישט געקענט אראפשלינגן אז ער האט פארפאסט אזא גרויסע טייל פונעם קריג. האט ער זיך אבער געטרײסט אז כאטש זענען געבליבן די "ניפס", א שאנד צונאמען פאר די יאפאנעזער, די יאפאנעזישע מלחמה האט זיך נאך פארצויגן נאכדעם ווי די דייטשן האבן זיך אונטערגעגעבן אין מאי 1945.

אומר ועושה, דזשעק שרייבט זיך איין אויף א מיסיע צום ווייטן מזרח, סוף כל סוף איז מזרח נישט געווען אזוי ווייט פון אים, ער קומט דאך עפעס פון בורמא און קען זיך אביסל אויס מיט די ארטיגע הלוך ילך. אנקומענדיג האט ער געלאנדעט אין אינדיע וואו עס האט אים אפגעווארט נאך א קלאפ, דארט איז ער געוואויר געווארן פון די צוויי אטאם באמבעס מיט וואס די אמעריקאנער האבן פלאך געמאכט היראשימא און נאגאסאקי און דערמיט געברענגט דעם קריג צו אן ענדע. אזא עגמת נפש איז שוין געווען מער ווי וואס דזשעק האט געקענט אריבערטראגען, האט ער א זאג געטוהן זיין חבר, "דו ווייסט, ווען נישט די פארשאלטענע יענקיס וואלט מען געקענט אנציען די מלחמה פאר נאך א צען יאר"...

טשורטשיל געבענדיג אנווייזונגען זיינע זעלנער.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פון דארט האט ער זיך צוריקגעקערט אהײם, פאר אביסל צייט צוריק אריין אין די שאו ביזנעס. אבער נישט פאר לאנג, דזשעק טשורטשיל'ס נאטורליכע פלאץ איז געווען מלחמה, דארט האט ער זיך געשפירט ווי א פיש אין וואסער. איז ער אריין צוריק אין מיליטערישע שולע, דאסמאל זיך צו לערנען אלס א פאראטרופער. ווי נאר ער איז געווען גרייט מיט זיין נייע צייכענונגען האט ער זיך אנגעשלאסן אלס צווייטער קאמאנדיר פאר די "היילענדער" פיסגייער רעגימענט. די היילענדערס האט מען אפגעשיקט קיין פאלעסטינע אנצוהאלטן די שטילקייט אין לאנד און -- אומעמטליך -- דערשטיקן די יידישע אמביציעס פאר אן אייגענע היימלאנד אוואו אראפצולייגן דעם קאפ פון צוויי טויזענט יאר גלות ליידן.

הרב מאיר כהנא, א קאנטרעוויסיאלער ציוני'סטישער ראסיסט, אין זיין בוך "לשכים בעיניכם" וואס ער האט אפגעשריבן זיצענדיג אין תפיסה אין ישראל, שרייבט ער אז איינע פון די שטערקסטע געטליכע ניסים וואס מדינת ישראל האט בייגעוואויט ביי איר גרינדונג איז געווען דאס מאסן-אנטלויף פון הונדערטער טויזענטער אראבער פון זייערע היימען איבערלאזענדיג דאס לאנד מיט א שטארקע יידישע מערהייט. ער גייט דארט ווייטער אריין ארויסצוברענגן זיין קראנקע וויזיע פאר א מדינת ישראל אין די צוקונפט, וואס ער ברענגט אבער נישט ארויס איז די פאקט אז די מאסן פאניק ארויסוואנדערונג פון די אראבער איז שוין גארנישט געווען אזא הייליגע נס. די הויפט פאקטאר אין די טעראר און פחד וואס די אראבער האבן זיך געפונען יענע טעג איז געווען א פרשה וואס פארפלעקט די ישראל היסטאריע נאך ביזן היינטיגן טאג, די פרשה פון "דיר יאסין".

פאלעסטינער אראבער אנטלויפן פאר זייער לעבן אין 1948.jpg


וואו אהין זאל איך גיין.jpg



דיר יאסין איז געווען אן אראבישע דארף אין די געגענט פון וואו ס'איז היינט הר נוף, מערב ירושלים. אין די חדשים ציווישן די יו. ען. "צוטיילונגס פלאן" נאוועמבער פון 1947, ביז אפריל פון 1948 -- א חודש פארן גרינדונג פון מדינת ישראל -- האבן די דארף'ס עלטסטע זיך גאנץ גוט פארשטאנען מיט די ציוני'סטישע "הגנה". דא און דארט איז יא ארויס אטאקעס פונעם דארף אנקעגן די יידישע מושבים ארום, פילייכט פון פרעמדע וואס האבן זיך אריינגעכאפט אין דארף, אבער אין אלגעמיין האבן די דארף איינוואוינער געלעבט מיט א פארזיכערונג אז וואס עס פאסירט נאר נישט אויפן פאליטישן פראנט זענען זיי ארויס פון די שלאכטן און גייען נישט זיין קיין מלחמה ציהל. אין 9'טען אפריל האט זיך אלעס אבער געטוישט, די צוויי יידישע טעראריסטישע גרופעס אצ"ל און לח"י האבן -- נאך לייגן אויסטערלישע דרוק אויף די לעגעטימע ציוניס'טישע פארטיידינגונגס גרופע די הגנה זיי צו לאזן אונטענעמען אן אנוואזיע אויפן דארף -- זיך א לאז געטוהן אין די פארטאגס שעה'ן מיט א מערדעליכע בלוטדארשטיגקייט אויף דיר יאסין און אנגעזייט א חורבן מיט א בלוט באד. די שחיטות האבן אנגעהאלטן א גאנצען טאג, ביזן נאכט צופאל זענען איבער הונדערט אראבער ערמארדערט געווארן, א צאל פארוואנדעטע, און דעראונטער עטליכע וועלעכע זענען גענומען געווארן אין געפענגעניש קיינמאל מער נישט צוריק צו קומען. ווען די טאג איז פאראיבער און אין לאנד האט מען זיך געכאפט וואס דא איז פארגעקומען האבן די פאראנטווארטליכע פארן פאלק געלאזט הערן זייערע שארפסטע פראטעסטן, דעראונטער די הגנה, די סוכנות און די רבנות הראשית. די אצ"ל און לח"י פון זייער זייט האבן יא פרובירט צו פארענטפערן זייערע מעשים, קיינער האט זיי אבער נישט געגעבן גערעכט ביזן היינטיגן טאג.

דיר יאסין קרבנות.jpg



די שמועות איבער די יידשע שחיטה אין דיר יאסין האט זיך שנעל פארשפרייט אין די ארומיגע אראבישע געגענטער. ס'האט נישט צוגעגעבן צו זייער רואיגקייט א גאנצע רייע מיט אויפגעבלאזענע גוזמאות מיט נומערן וואס ביידע, סיי די אראבישע פרעסע אין לאנד און אין ירדן און סיי די יידן האבן פארשפרייט ציווישן די מאסן איבער גאר שענדליכע ברוטאליטעטן און פארגעוואלדיגונגס וואס זאלן האבן פאסירט יענעם טאג אין דיר יאסין, יעדער מיט זיין כוונה. די אראבער האבן געהאט אין חשבון אויפצוברויזן די געמיטער, און די יידן פון זייער זייט איז זיי גוט אויסגעקומען אנצוזייען א פאניק און א שרעק ציווישן די אראבער. עד היום הזה ווערן די שוידערליכע שילדערונגען גענוצט דורך די אנטי ישראל פראפאגאנדע כוחות אפגעזעהן פונעם פאקט אז די קלארע בילד פון וואס האט יא און וואס האט נישט פאסירט אין יענעם טאג איז שוין לאנג אויסגעקלארט און פעסטגעשטעלט געווארן דורך עטליכע אומאפהענגיגע פארשער. פאר יענע תקופה האט עס אבער געהאט א פארקערטע אפעקט וואו די אראבער האבן זיך געוואנטשן. ווען די מלחמה האט זיך פאקטיש אנגעהויבן אין מאי 15, ווי נאר די יידישע סאלדאטן האבן זיך באוויזן ביים גרעניץ פון אן אראבישע געגענט האבן דאס מערהייט געהויבן פוס און אנטלאפן פאר זייער לעבן. ס'איז געווען פעלע, אין חיפה למשל, וואו די יידישע שכנים האבן זיך געבעטן ביי די אראבער נישט צו פארלאזן און צוגעזאגט זיי צו שיצן, זייערע געבעטן זענען אבער געפאלן אויף טויבע אויערן, די פחד וואס איז באפאלן די אראבער פון די אלע שמועות איבער די יידישע ברוטאליטעטן האט זיי נישט געלאזט נעמען קיינע שאנסען. (אגב, א גרויס טייל פון יענע פלטים האבן זיך נאך קיינמאל נישט ארויסגעזעהן פון די פלטים לאגערן עד היום הזה און דאס איז איינע פון די שווערסטע שטרויכלונגען צום שלום פראצעס ציווישן ישראל און פאלעסטינע שוין פאר יארן ווייל זיי, נאטורליכערהייט, פארלאנגען צוריקצוגיין צו זייערע היימען, און ישראל פון די אנדערע זייט קען זיך דאס נישט ערלויבן אויף איינמאל פארפלייצן דאס לאנד מיט מיליאנען אראבער אומסימפאטיש צו מדינת ישראל).
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די רופן פאר נקמה האט נישט געשפעטיגט צו קומען. פיהר טעג שפעטער האבן א חברה פון הונדערטער אראבער פון די אומגעגענט אפגעווארט און באפאלען א יידישע מעדעצינישע קאנוואי פירענדיג דאקטורים, נורסעס און סופלייס דורעכפארענדיג שייח' גראח. דארטן איז אדורכגעלאפן א שמאלע דורכגאנג אויפן וועג צום הדסה שפיטאל אויפן הר הצופים. די וועג, באלאגערט מיט אראבישע באפעלקערונג פון די זייטן איז בכלל געווען א שליסל קאנפליקט אין די אומרוען יענע צייט ווייל דאס אומזיכערקייט אויף דעם איינציגסטן אדורכגאנג האט פאקטיש געמיינט א באלאגערונג אויפן שפיטאל. יעדעס מאל וואס א יידישע קאנוואי האט דארט געדארפט אדורך פארן איז עס געווען א גאנצע אונטערנעמונג פון באוואכונג. עמטליך האבן די בריטישע געדארפט אנהאלטן די זיכערהייט דארטן, אזוי איז געווען אפגעמאכט אז זיי נעמען אחריות אויף די טראנספארטען צום שפיטאל זייענדיג א הומענטערישע אנשטאלט, וויפיל אבער האבן דען די יידן געקענט זיך פארלאזן אויף די קעגענזייטיג געשטימטע בריטישער, האבן זיי געמוזט זיך אליינס פארטיידיגען. דאס מאל איז עס אבער אריבער די כוחות פון די געציילטע הגנה באגלייטער, די אראבער האבן אונטערגעשטעלט א מינע וואס האט אויפגעריסן ווי נאר די ערשטע טראק איז איר אריבערגעפארן און געשטעלט דעם גאנצן קאנוואי אויף אן אפשטעל, און דאן זיך גענומען האמערן מיט קוילן און גראנאטען אויף די באשיצטע טראקס, באסעס און אמבולאנסען. די טראקס זענען טאקע געווען געבויעט צו קענען איבערטראגן קוילן אטאקעס, האט עס אבער אויך געהאט אירע גרענעצען. די אראבער האבן געפייערט אהן אויפהער דערווייל וואס די יידישע האבן מיט די לעצטע כוחות אפעלירט צו די בריטישע פאר הילף, אהן ערפאלג. אפאר מייל ארויפציר איז געשטאנען א בריטישע וואך קאמפאניע אבער האבן זיך נישט גערירט פון פלאץ צו קומען צו הילף די באלאגערטע יידן.

דער איבערפאל.jpg



דזשעק טשורטשיל איז אויך געווען אין די געגענט, ווי נאר ער האט געהערט די הילף'ס רופען איז ער אריינגעשפרינגן אין די ארבייט. צום ערשט האט ער פרובירט צוזאמצושטעלן א בריטישע קאמאנדא צו קומען ארויסראטעווען די פארכאפטע, זיינע קאלעגן האבן אבער זיך אנטזאגט צו זיין רוף. דזשעק האט נישט אויפגעגעבן און, אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט זיך אריינגעשטעלט אין פייער ליניע און צוגעפארן ווי נאנט מעגליך נעבן די פארכאפטע קאנוואי, ארויס פון זיין מיליטערישע האלב באשיצטע אויטאמאביל און צושפאצירט צופיס אינעם פייער אריין ביזן ערשטן באס און פרובירט עטליכע מאל ביז ס'איז אים געלונגען צו כאפן די אויגן פון די געציילטע הגנה זעלנער. וויאזוי ס'איז אים געלונגען אויסצומיידן די אראבישע קוילן האט דזשעק שפעטער אנגעגעבן "איך האב געלאכט צו די אראבער, פון איין זייט צו די אנדערע. מענטשן וועלן ענדערש נישט שיסן אויף איינעם וואס שמייכעלט צו זיי, כ'האב זיי געמאכט לאכן די אראבער האבן זיי נישט געשאסן אויף מיר". האט איר מלחמה סטראטעגיע פון א משוגע'נעם...

איבערבלייבענישן פון די מעדעצינישע קאנוואי..jpg



אלענספאל איז געלונגן פאר דזשעק צו אלאמירן צוועלף פון זיינע מענטשן, ווייט נישט גענוג אפצושלאגן די אראבישע אטאקע און זיי פארטרייבן. וואס ער האט יא פארגעשלאגן די יידן איז אז ער וועט זיי העלפן עוועקואירן אין די אנקומענדיגע בריטישע געפאנצערטע טראקס. ער האט צוגעזאגט די יידן שוץ ווי ווייט מעגליך פון זייערע אויטאס ביז די בריטישע, ער האט זיי אנגעזאגט אז ס'איז זייער מעגליך אז ס'וועט זיין קרבנות אויפן וועג, אבער זיצן דא איינגעשפארט איז זיכער נישט קיין תכלית ווייל אט אט שטארקן זיך די אטאקירער און דאן איז שוין קיינער נישט פארזיכערט. די יידן פון זייער זייט האבן אים פארגעהאלטן פארוואס זאל ער נישט צום ערשט פארטרייבן די אראבער אויף וואס דזשעק האט זיי פארשטיין געגעבן אז דאס איז נישט עפעס וואס ס'איז מעגליך מיט אזא קליינעם קאמאנדא. די יידן, הערענדיג אז דאס עוועקואירן קען קאסטן נפשות האבן ענדערש געקליבן אויסצווארטן אויף פארשטערקעטע הילף פון די הגנה וואס איז למעשה קיינמאל נישט אנגעקומען, די בריטישע האבן זיי אפגעהאלטן פון קומען צו הילף. דזשעק האט זיך פרובירט מיט זיי צו שפארן אבער זיי האבן אים העפטליך אפגעזאגט. דערווייל איז איינע פון דזשעק'ס מענטשן שווער פארוואונדעט געווארן האט זיך דזשעק געמוזט צוריקציען צו זיין אויטאמאביל און פון דארט מיט אלע כוחות פארטיידיגט די מעדעצינישע קאנוואי מיט הייס געווער. ביז א קורצע צייט האבן זיך די אראבער געשטארקט אויף די ארעם באשוצטע קאנוואי און זיי אויפגעריסן אין פלאמען איינס ביי איינס. גענדיגט האט זיך עס מיט אכט און זיבעציג יידישע געפאלענע.

נאך איין לעצטע מאל האט זיך דזשעק איינגעשטעלט דאס לעבן פאר די יידן. דאס איז געווען גלייך נאך די אטאקע ווען די יידן האבן אנערקענט אז יעצט איז שוין אפילו דער שפיטאל אויך נישט פארזיכערט האט זיך דזשעק טשורטשיל אריינגעזעצט אין זיין דשיפ און אדורכגעשניטן א וועג ארויף צום הר הצופים און ארענדשירט די עוועקואציע פון זיבן הונדערט דאקטורים, פאציענטן און סטודענטן צו זיכערהייט.


*******


מיטן אויפלעזונג פונעם בריטישן מאנדאט אין פאלעסטינע האט זיך אויך גענדיגט טשורטשיל'ס גאלרייכע מיליטערישע קאריערע. דזשעק האט זיך אומגעקערט אהיים איבערלאזענדיג אלעס אונטער זיך, זיין שווערד, זיין פייל-און-בויגן, מיליטערישע מונדיר, אלעס, אבער נישט זיין נאטור צו וואנזיניגקייט. יארן שפעטער וועלן רייזענדע אויף די מעטרא באן אין ענגלאנד אפטמאל מיטהאלטן א מאדנע ספעקטאקעל, אינמיטן וועג שטעלט זיך אויף אן עלטערע פאסאזשיר, עפענט אויף די פענסטער און ווארפט ארויס זיין בריעף-קעיס אין די נאכט אריין. אראפגייענדיג די קומענדיגע סטאנציע האבן די איבריגע פאסאזשירן נאכגעבליקט דעם מאדנעם פארשוין נישט וויסענדיג אז דער האט נארוואס אריינגעווארפן זיין טאשקע אין זיין אייגענעם הויף זיך איינשפארענדיג נישט דארפן עס אהיימשלעפן פון די באן סטאנציע ביז זיין שטוב...
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערליך שיין! שפאנענד, דראמאטיש, אינהאלטסרייך, און די שפראך! אמ"ג!

מאוד אהבתי את המאמר. מיין שאלה איז נאר: ווי קומט אונזער חעלעמער צום טשורטשיל?...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אה, כ'האב געשריבן אן ארטיקל אויף אים, דארטן זענען מיר נאנט געווארן
באניצער אוואטאר
מבקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 355
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

שליחה דורך מבקר »

זייער אן אינטערעסאנטע ארטיקל, באמת געווען אן עונג יו"ט.

איין הערה וויל איך מעורר זיין, די מעשה פון די עראבישע דערפל דיר יאסין איז נישט אזוי פשוט, כדי נישט צו אנקוקן די פאסירונג נאר איינזאטיג לייג איך אהער א לינק צו ויקיפדיה, וירא הקהל וישפוט.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

הערליכע ארטיקל.. פרשת דיר יאסין איז נישט אזוי פשוט ווי איר לייגט דאס אראפ, ס'איז דא נאך זייטן צום מטבע, ודי בזה.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דיר יאסין, טאקע א הייקעלע נושא. איך האב שטארק פראבירט צו דעקן דעם דיר יאסין פרשה אביעקטיוו און נייטראל. ס'איז פארשטענדליך אז א ייד זאל האבן מער געפיהל צו זעהן דעראין אן אנטי-ישראל סענטימענט, אפגעזעהן ווי ווייניג קריטיק כלפי ישראל זאל אויסגעלופטערט ווערן. וכן לאידך גיסא, פונקט אזוי וועט א שונא ציון, אראבישע ווי יידישע, קענען ווען טרעפן אין מיינע קורצע ווערטער א שטארקע פרא-ישראל צוגאנג. ס'איז נישט מער ווי נארמאל.

לכשעצמי האב איך פראבירט זיך צו האלטן צו אלגעמיינע אנגענומענע היסטארישע פאקטן אין די פרשה.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

און אזוי ווי געזאגט, האסט מיר געמאכט לאכן איבער גאנץ יו"ט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

Re: דער משוגע'נער טשורטשיל (פרי עט הדר)

שליחה דורך ביליג »

הערליך געשריבן ממש געפילט ווי איך בין אויפן שלאכטפעלד גרוסע שכוח !

Sent from my SPH-L520 using Tapatalk
ביליג איז טייער...
shmelka
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2013 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: דער משוגע'נער טשורטשיל (פרי עט הדר)

שליחה דורך shmelka »

היצטערט געליינט דעם ארטיקל.
הערליכע שטיקל!

Sent from my SM-G800F using Tapatalk
פארשפארט