משנה עתים ומחליף את הזמנים: גלאבאלע סוכות אנווארעמונג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אניהקטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

משנה עתים ומחליף את הזמנים: גלאבאלע סוכות אנווארעמונג

שליחה דורך אניהקטן »

ווער געדענקט נאך ווען האריקעינס פלעגן קומען קיין פלארידא? ווען סוכות איז געווען פראסטיג קאלט?

און אז מען רעדט שוין ווער געדענקט נאך די היימישע עקאנאמי וואס האט עקזיסטירט א דאנק די סוכות-קעלט? "קויפט אונזערע ווארעמע קווילטס און באדעקט אייער סוכה כדי צו האלטן ווארעם," "אינסולירט אייער סכך מיט אונזערע קאָרן שטאנגען", "דיקע קארפעטס צו האלטן אייער סוכה ווארעם" .

ווער געדענקט נאך ווי די אפלייענס סוחרים פלעגן זיך אדווערטייזן פאר סוכות "פאר די בעסטע היטערס און אייוועלעך קומט אריין צו אונז. ספעציעלע היטערס מיט אריינגעבויטע שבת זייגערס," וכו'. ווער געדענקט נאך דעם איד וואס איז געזיצן אין בית המדרש מיט דיקע פידזשאמעס אימפארטירט פון סיביר, ווען ביי דער זייט הענגען צעטלעך, "דער נביא שקר האט פאראויסגעזאגט גרויסע פרעסטן אויף דעם סוכות. קויפט אונזערע ספעציעלע נאכט העמדער זיך צו האלטן ווארעם!" ווער געדענקט נאך ווען מען איז אויפגעשטאנען אינדערפרי אין די סוכה און די נעגל וואסער איז געווען איין שטיק אייז?

ווען מיין יונגל איז מסביר די סיבה פארוואס סוכות געפאלט אויס אין די פרעסטיגע סוכות און נישט אין דעם אנגענעמען פסח וואונדער איך זיך אזוי שטילערהייט. פרעסטיגער סוכות מאן דכר שמיה?

קוקט די בילדער פון די אידן וואס זענען געפארן קיין אומאן ראש השנה מיט פופצן יאר צוריק. ווי זיי זענען אנגעפעלצט פון קאפ ביז פיס. היינט צוטאגס דרייט מען זיך דארט באקוועם מיט די ברייטע געלע טלית קטנ'ס. מען דארף ניטאמאל אנטאן א רעקל. די ברסלבער וואס זענען געפארן אהין פאר ס'איז געווארן פאפולער, פארציילן איבער די שרעקליכע פרעסטן וועלכע פלעגן דארט הערשן. טייל פון זיי זאגן אז דער רבי מיט זיין כח ווארעמט אן אומאן ראש השנה אז אידן זאלן וועלן קומען...

די סיבה פארוואס אזויפיל כפרות שטארבן אויס די לעצטיגע יארן נאך פאר זיי קענען גע'שחט'ן ווערן איז אויך וויבאלד זיי ווערן געהאלטן אונטער די ברענעדיגע היצן, אנשטאט די אמאליגע קילע תשרי טעג און קאלטע נעכט.

חברה, גלאבעל ווארמינג איז עכט. זאגט וואס איר ווילט, מענטשן מאכן עס, ס'איז נאר א מחזור וואס גייט פארביי. למעשה אבער איז עס א פאקט ס'איז שוין יארן נישט געווען קיין פרעסט אין סוכות. די וועלט ווערט ווארעם.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר