מ׳גייט חאלאמויד האלטן!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1603 מאל

מ׳גייט חאלאמויד האלטן!

שליחה דורך עזריאל »

ס׳נעמט אזוי לאנג ביז מ׳ווערט דא גרייט צו גיין... אויב מ׳איז נישט גרייט אין דריי מינוט גייט מען נישט!

פארוואס טוסטו יעצט אויס דיין שיך? אוי קעי דו בלייבסט דא! יעדער קען גיין צו די קאר חוץ מושי ווייל ער האט אויסגעטון די שיך.

פארוואס זעצטו דיך אראפ אויף די זאמד מיט די נייע הויזן? נו גיי שוין אריין אין קאר, זעץ דיך שוין אראפ ווייל אויב נישט דרייט מען זיך שוין צוריק!

פארוואס בינדט׳סטיך נישט צו? ווילסט א פאליס זאל נאכאמאל קומען?

הער אויף צו שרייען, ווייל דו פליעסט ארויס פון קאר אינמיטען די הייוועי.

ניין! קיינער באקומט נישט דעי דרינק, ס׳איז מאמי׳ס. האסט פארשטאנען?

ווער ס׳וויל קומען צו באבי מארגן זאל שוין אויפהערן שרייען דא. מאמי קענסט שטיל מאכן יענקי?
אויב דא ווערט נישט שוין שטיל לעש איך אויס די סידי... איך קען נישט הערן מיין אייגן קול, ס׳זאל שוין ווערן שטיל אין די בעק....

מושי פארוואס האסטו געשטויסן יענקי? נו נו איך זעה אלעס, איך זעה פונקטליך וויאזוי די פירסטיך אויף, אלעס גייט שטיין אויף דיין מצוה צעטיל, דו קומסט נישט שמחת תורה אין שול....

מושי איך האב מיר נאך נישט גענוג גערעגט? ווילאנג וועסט נישט כאפן צוויי פראסקעס וועט נישט זיין גוט?

נא נא, אוי וועסטו כאפן אינדערהיים....

פארוואס אייביג ווען מ׳גייט אהיים דארף יעדער וויינען?

נו גיי אריין אין די קאר... אבער שוין.... וויפל מאל נאך גיי איך דארפן הייסן? פארוואס קענסטו נישט פאלגן מיט איינמאל הייסן? נישט גענוג געווען מיט איינמאל הייסן?

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר