די פאר'אייניגטע דרך הלימוד און די פארצווייגטע -- פרי עט הדר

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

די פאר'אייניגטע דרך הלימוד און די פארצווייגטע -- פרי עט הדר

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א קליינע חלק פון די ארטיקעל האט ערשיינט אין דער פרי עט הדר, ויותר ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן, דעריבער ברענג איך עס אין שטיקלעך, אנההיבענדיג מיט דאס וואס איז שוין געדרוקט.

עס איז באקאנט אין די וועלט, אז דער לימוד בעיון פארמאגט פארשידנארטיגע דרכי הלימוד וויאזוי איר אפצולערנען און פארשטיין, אשר לא קרב זה אל זה מיט אירע פילצאליגע חילוקים, אויף אזוי ווייט, אז עס איז כמעט פארגעסן געווארן דער חלק בלימוד התורה וואס טוט אונז אלע פאראייניגן, און למעשה, איז דער חלק בלימוד התורה וואס איז מאחד צווישן אונז, פילפאכיג גרעסער ווי דער חלק התורה וואס איז מחלק צווישען אונז . כאטש עס קוקט אויבן אויף נישט אויס אזוי .

וויל איך דא, לכבוד שמחת תורה, ארויסברענגען דער אלטער אנגענומענער וועג בכל תפוצות ישראל וויאזוי מען פלעגט שטענדיג צוגיין צו א סוגיא . דערנאך וויל איך שרייבן וואס די חידושים פון שפעטערע דורות זענען געווען לגבי די פריערדיגע . און דריטנס, וויאזוי זיי זענען אנגענומען געווארען בתפוצות ישראל .

[center]לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא[/center]

הגאון ר' חיים וואלאזשינער זצ"ל האט געזאגט: "דער שפיץ פון קענען לערנען איז ארויסצובויען א נייען דין פון א גמרא", דאס הייסט אז א מענטש וואס קען דאס טוהן, און פון א סוגיא אין ש"ס קען ער אפלערנען א נייע הלכה, הייסט עכט געקענט לערנען.

ווי באקאנט איז דער תכלית פון לימוד התורה, אז מען זאל צוקומען צו וויסען וואס עס איז דער רצון הבורא, ד .ה . לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא - יעדער דיוק אין א סוגיא, יעדער פלפול אין איר, דארף זיין מיטן ציל, צו קענען ארויסברענגען די הלכה אויף למעשה.

דורך-אויס די דורות, האבען פיל גדולי ישראל זיך באקלאגט אויף די דרכי הלימוד פון געוויסע לומדים וואס זענען אוועק פון די דרך אמת, און פארגרייזען דורך דעם פונעם ריכטיגן פשט . מען זעט באשיינפערליך אז מען האט אלץ געוואלט אז דער לימוד הגמרא זאל זיין דער יסוד פון לערנען הלכה, און מ'זאל לערנען די סוגיא ביז צו איהר פרטים אויף צו קענען ארויסנעמען די הלכה, און מ'זאל נישט לערנען די הלכה פון ערגעץ אנדעריש אחוץ די גמרא.

יעדער שוועריגקייט, יעדער דיוק, יעדער סברא אדער סיי וועלעכער הערה דארף זיין לצורך צו פארשטיין דעם סוגיא זעלבסט, און נאר אויף דער יסוד קען מען ארויסברענגען די הלכה פונ'ם סוגיא.

פאלגנד זענען עטליכע ביישפילן וואס מען דארף נעמען אין באטראכט כדי ארויס צו קומען מיטן סוגיא קלאר:

-וואס האט תוספות געמיינט קודם ביים פרעגן די קשיא, און וואס האט זיך אים געטוישט לויטן תירוץ.

-וואס טוט אויף די הערה פונ'ם מהרש"א

-וויאזוי דארף רש"י האלטען זיך צו באשיצען פונ'ם השגה פון תוספות און טאמער דער שיטה פונ'ם רמב"ן איז גאר א דריטען אדער שטימט עס מיט איינער פון זיי. נאכאנאנד קען מען טרעפען אזעלכע הערות און חשבונות, וואס ווארפען א ליכט אויף די ענין.

מ'דארף זיך אויך אריינלייגען אין די סברות פון די שיטות, פארוואס האלט דער אז זיין הלכה איז ריכטיג, און וואס איז די סברא פון די חולק. וואס דערמיט קען מען פארשטייען פארוואס די ערשטערהאט נישט אזוי געהאלטען און פארוואס דוקא די ראיה איז גאר א קשיא.

די חשבונות פון די סוגיא זענען פונקט אזוי וויכטיג ווי די סברות, וויבאלד ביידער זענען די אבני הבנין פון די הלכה למעשה.

[center]עד היסוד[/center]

אלס אן הקדמה צום פאלגענדן פרק, איז וויכטיג צו דערמאנען וואס דער ספרי זאגט אין פרשת האזינו. שטייט דארט אזוי:

"יערף כמטר לקחי: ר' יהודה אומר, לעולם הוי אדם כונס דברי תורה כללים, שאם כונסן פרטים מייגעים אותו ואין יודע מה לעשות.

משל למלך שהלך לקיסרי וצריך מאה זוז או מאתים זוז הוצאה, נוטלים פרט מייגעים אותו ואין יודע מה לעשות, אבל אם מצרפם ועושה אותו סלעים פורט ומוציא בכל מקום שירצה, ע"כ.

עס זעט אויס אינ'ם ספרי עפעס וואס א פשוט'ער בליק זעט נישט, נעמליך אז די "סוגיות הש"ס זענען געשריבען געווארען אין אן אופן פון כללים", ד.ה. אז אלע זאכן וואס קוקן מיטן אויבערפלעכליכער בליק אויס ווי בלויז א פרט, איז באמת א כלל, א ביישפיל, און א יסוד, וואס פון דעם דארף מען אפלערנען אויף אנדערע זאכען. (און דעריבער זאגט דער ספרי אז מען זאל נישט לערנען אויף אן אופן פון פרט).

א ביישפיל איז, דער ארבעה אבות ניזוקין אין אנהייב מסכת בבא קמא (שור בור וכו'). אן איבערפלעכליכער קאפ זעט א מזיק פון אש אלס א גיילער פייער, און א בור איז א גרוב אויסגעגראבען אין גאס מיט א שויפעל. דער וואס וויל לערנען די יסוד פארשטייט אז די מזיק פון אש איז א מזיק וואס כח אחר מעורב בו, דער בור איז הפקיר נזקיו, און נאך און נאך. ס'ווערט גאר אן אנדערע וועלט און אן אנדערע טייטש אין די גמרא.
און דאס איז טאקע די ארבעט פון א ריכטיגער עמל בתורה, ארויסצוברענגען די יסוד פון א משל, אז מ'זאל עס קענען אפלערנען. דאס איז די סברא פון די סוגיא, די נשמה פון די סוגיא.

און אז מען טוט אלס אפלערנען אויף אזא אופן אז מ'זאל קענען ארויסנעמען די "יסוד פונ'ם סוגיא", וועט מען זיך נישט טועה זיין ווען עס קומט צו א מדמה זיין מילתא למילתא מיינעדיג אז די גמרא רעדט פון איהר באגרעניצטע פאל, נאר דער גמרא קומט אונז לאזען וויסען א יסוד, און פון דעם קען מען זיך אפלערנען צו אנדערע ערטער, און דאס איז די ערשטע טריט צום לימוד ההלכה.

[center]ספרי גדולי הפוסקים[/center]
מיט בערך ניין הונדערט יאר צוריק האבן אנגעהויבן ערשיינען ספרי הפוסקים. אנגעהויבן פונ'ם רי"ף און דערנאך די רמב"ם, ביז דער באקאנטער ארבעה טורים און דער גולת הכותרת דער שולחן ערוך, און אנדערע צענדליגע און הונדערטער שפעטעריגע ספרי פוסקים עד ימינו אלה, וואס זיי האבען מלקט געווען, מכריע געווען און מגדיר געווען די פסק למעשה.

אבער שוין באלד אין אנהייב פון דער ערשיינונג, בימי הרמב"ם, האבן גדולי ישראל ארויס געוויזן קעגנערשאפט צו דער מהלך פון לערנען דעם פסק ההלכה אן א וויסן איר מקור.

דער רא"ש שרייבט אזוי (תשובות הרא"ש כלל ל"א סי' ט')
'וכן טועים כל המורים הוראות מתוך דברי הרמב"ם ז"ל ואינן בקיאין בגמרא לידע מהיכן הוציא דבריו טועין להתיר האסור ולאסור את המותר, כי לא עשה כשאר המחברים שהביאו ראיות לדבריהם והראו על המקומות היכן דבריהם בגמרא ומתוך זה יכול לעמוד על העיקר ועל האמת. אבל הוא כתב ספריו כמתנבא מפי הגבורה בלא טעם ובלא ראיה וכל הקורא בו סבור שמבין בו ואינו כן, שאם אינו בקי בגמרא אין מבין דבר לאשורו ולאמתו ויכשל בדין ובהוראה. לכך לא יסמוך אדם על קריאתו בספרו לדון ולהורות אם לא שימצא ראיה בגמרא. וכן שמעתי מפי אדם גדול בברצילונה שהיה בקי בתלתא סדרי ואמר תמהתי על בני אדם שלא למדו גמרא וקורין בספרי הרמב"ם ז"ל ומורים ודנים מתוך ספריו וסבורין שיכירו בהם, כי אמר אני מכיר בעצמי כי בג' סדרים שלמדתי אני מבין כשאני קורא בספריו אבל בספריו בהלכות קדשים וזרעים אינני מבין בהם כלום וידעתי שכך הוא להם בכל ספריו עכ"ל'.

און דער וואס מיינט אז ס'גילט נאר אויפ'ן רמב"ם, זאל מוחל זיין מעיין זיין וואס מען האט פריער געשריבען פונ'ם ספרי.

אויך דער באקאנטע לשון פונ'ם מהרש"א (סוטה כב.) וואס ער שרייבט כלפי דעם שו"ע איז כדאי נאכצוברענגען:

'ובדורות הללו אותן שמורין הלכה מתוך שו"ע והרי הם אין יודעין טעם הענין של כל דבר אם לא ידקדקו מתחלה בדבר מתוך התלמוד שהוא שימוש ת"ח וטעות נפל בהוראותם והרי הן בכלל מבלי עולם ויש לגעור בהן עכ"ל'

אויך דער של"ה רעדט דערוועגן, און אויך אנדערע פריערדיגע.

פאר נאך א וויכטיגער מראה מקום אין דער ענין זעהט אין דער הקדמה פונ'ם בעל תוס' יו"ט צו זיין ספרים על הרא"ש, (געדרוקט אין די ברכות גמרא פאר'ן רא"ש) וז"ל:

'הלא הדבר ידוע ומושכל, שאינו דומה השונה פרקו כפי משא ומתן של הלכה והמסתעף ממנו, לשונה את פרקו מהכללים שיצאו ממוך משא ומתן של הלכה שזה צריך אמנם שיפול לרחבו אחור לעיין מאין ולאין ומבטן מי יצאו כ״ש שאף המפרשים הנזכרים ברוב הפעמים לא כתבו רק מראה מקום ולא הסוגיא עצמה שא״כ לא יספיק לו הלימוד הזה כלל באותן המקומות וגדולה מזו ומזו שע״י הלמוד מתוך משא ומתן של ההלכה יוודעו אי אלו הסברות הישרות הקיימות ואי אלו הסברות הבלתי ישרות ואינם מתקיימות ודרכי ההיקש והדתיות ועי״ז בשביל כן יתרשמו בנפשו ויחזקו בשכלו הסברות הישרות וההקישות האמתיים ובמה נדחו ההפכים והזרות מה שלא יועיל לזה הדרך השני כלל וזה מבואר לכל משכיל הבלתי מתעקש ונוסף על זה שהוא דבר ידוע ג״כ שהמשיג מהמאוחר אל הקודם אינו בשלמות כמו המשיג מהקודם אל המתאחר שהוא השגת המסוב מהסיבה וזהו בעצם ההבדל שבין החקירה ע״י שכל האנושי שצריך שתהיה מהמתאחר שהוא המושג בחוש אל המוקדם הבלתי מושג בחוש ובין הידיעה שע״י השפעת הנבואה שתהיה מהמוקדם אל המתאחר בהפך מההשגה הנזכר וכמו שפירש זה ג״כ בעל העקידה בתתלת פרשת ויצא ונקיש מזה אל כל הידיעות והלמודים אשר בכללם ג״כ ידיעת ולימוד משפטי ודיני התורה שאנו בהם עכ"ל.

דברים כדרבונות, פייערדיגע רייד וועגען די וויכטיגקייט פון קענען סוגיות און סברות אויף צוצוגייען צו א הלכה פסוקה. די איבעריגע חלק פון זיין הקדמה איז אויך זייער אינטרעסאנט, עי"ש.

די נושאי כלים ומפרשים אויפ'ן שו"ע ווייזען אונז די וויכטיגקייט פון די סוגיא אין די הלכה. זיי האבן זיך נישט פארלאזט אויפ'ן טור און אויפן שו"ע מיט די רמ"א. זיי האבען זיך געמיהט צו לערנען די מקורות, אפצולערנען חידושים, צומאל זיך דינגען אויף הכרעות פון פריערדיגע, צומאל ברענגען ראיות און אויס'חשבונ'ען די גמרא אנדערש. מ'זעט פון זיי דעם יסוד אז דער חשבון פונעם סוגיא איז די מקור פון אלע הלכות. אז מ'קוקט אין דרישה און פרישה ווי ער בא'ארבעט די חשבונות פון א ראשון, די הו"א און די מסקנא, די דיוקי לשונות און די חילוקי לשונות צווישען די ראשונים, קען מען זען וואס ער האט געוואלט און וואס ער האט געהאלטען פאר אן עיקר אין לערנען.

מיר זעען דערפון, אז דער צוגאנג פון נאכגיין דער מקור פון א פוסק איז נישט קיין שיטה פון א געוויסע מדינה צו גזע, נאר דאס איז געווען דער אנגענומענער דרך אלעמאל.

דער מענטש וואס גייט צו צום פוסק נישט קענענדיג בעפאר דעם די סוגיא אויף וואס די הלכה איז געבויט, איז א ווי א מגשש באפילה, ער קען נישט וויסען די יסוד ההלכה, און ער קען נישט פארשטייען וויאזוי מדמה צו זיין דעם פסק צו אנדערע פעלער.

דער תכלית פון די פוסקים איז בלויז צו מכריע זיין און מסביר זיין די סוגיא. ווען איינער קען נישט די סוגיא, קען ער נישט פארשטיין דעם פסק, ווייל דער סוגיא און איהר חשבונות זענען ווי דער יריעה אויף וואס די פסק איז געשריבען, און אן די יסוד איז דער פסק אותיות פורחות באויר ואין להם על מה שיסמוכו.

א טיף ווארט כלפי דעם ענין ווערט נאכגעזאגט פון הרב חיים וואלאזינער זצ"ל: "די וועלט זאגט אז לערנען פוסקים אהן די סוגיא איז ווי עסען א תבשיל אהן פלפלים, און איך זאג אז עס איז אזוי ווי עסן פלפלים אהן תבשיל". (ד.ה. אז דער עיקר פעלט).



[center]אסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא - ווער און וויאזוי[/center]

די חז"ל אין מסכת נדה (כ:) שטעלן אוועק א יסוד, אז: 'אין לדיין אלא מה שעיניו רואות', דאס מיינט, אז א דיין וואס איז הגיע להוראה מעג פסק'ענען לויט די די מקור ההלכה וויאזוי ער פארשטייט מיט זיין אייגענער שיקול הדעת, און איז נישט מחוייב חושד צו זיין טאמער א צווייטער דיין וואס איז קלוגער ווי איהם וועט האלטן אנדערש פון אים. און דאס איז געזאגט געווארן אפילו כלפי א פריערדיגער גדול.

און ווער איז א דיין וואס איז "הגיע להוראה" וואס קען זיך דינגען אפילו מיט פריערדיגע?

דאס איז א מענטש וואס קען די סוגיות הש"ס מיט א קלארקייט, עד כדי כך אז ער קען דערפון פסקנ'ען א שאלה מיט זיכערקייט און איבערצייגונג ע"פ אמת (און נישט פון עקשנות און תאוות הנצחון) אויף א דרגה וואס ער איז געווענליך נישט חוזר פון דעם פסק!

און אזוי שרייבט דער רבינו האי גאון (מובא בטור חו"מ סי' ג' ועוד):

'כל שהוא חשוב כרב נחמן בדורו ופקיע במשנה ותלמוד ופקיע נמי בשיקול הדעת ומעיין בדיני כמה שנין ומנסין ליה זימנין סגיאין ולא חזו ביה טעותא, כגון האי מומחה לרבים' עכ"ל.

דאס איז גילטיג פאר יעדער מענטש לויט זיין מצב פון פארשטאנד. וויבאלד יעדער מענטש וואס לערנט א גמרא מוז אנקומען צו פירוש רש"י אויפ'ן סוגיא, קיינער קען שוין נישט אליינס לערנען גמרא, דעריבער קען ער זיך נישט דינגען אויף רש"י. אזוי אויך גייט עס ביי יעדער מענטש כפי זיין מצב ווי ער האלט. אויב ער קען אליינס מסיק זיין א סוגיא ווי ער פארשטייט, מוז ער זיך נישט אומטערטעניגען צו א צווייטען.
צ.ב.ש. דער ש"ך האט געהאט א כח הוראה קעגען די שו"ע, וויבאלד ער האט געלערנט די סוגיות הש"ס אליינס, און אויף דעם האט זיך געבויעט זיין 'הגיע להוראה', זיין שיעבוד האט זיך נישט געצויגען ביז צום הוראה פונ'ם שו"ע.

היינטיגע צייטן טרעפן מיר נישט קיין מענטשען וואס לערנען א סוגיא אהן די פרשנות פון די ראשונים און די גדולי הפוסקים, דעריבער קענען מיר קיינער וואס האט א רעכט אליינס זיך צו דינגען אויף א ש"ך צו א מג"א. אבער טאמער איינער לערנט דער מקור הסוגיא מיט די פוסקים אן די פרשנות פון אנדערע, און ס'געלונגט איהם, ער האט עס גוט ארויס אן א דארפן מארגען חוזר זיין טרעפענדיג א טעות, דאן איז ער א הגיע להוראה און ער דארף זיך נישט רעכענען מיט די תשובות האחרונים, אפילו אם כגובה ארזים גבהם, ווייל אין לדיין אלא מה שעיניו רואות. און די הלכה איז נישט קיין פאראייניגטע זאך מיט בלויז איין מהלך.

עס האט דעריבער נישט קיין זון פאר צוויי פוסקים זיך צו שלאגן און רייבן, ווייל א דעה פון א הגיע להוראה דארף אנגענומען ווערן אלס א סטאבילער דעה.

[center]דער תלמיד חכם און זיין פלאץ אין די סוגיא[/center]

אבער טאקע דערפאר וואס אין לו לדיין אלא מה שעניו רואות, קומט אויס אן אינטרעסאנטע זאך. נעמליך, אז יעדער ברענגט זיך זיין אייגענער גאט'ס געשאנקענער נאטור אין ביהמ"ד אריין. אזוי דארף זיין און אזוי וועט זיין. און לויט יעדנס דרכי המחשבה וההגיון, זענען געבויט די חילוקים צווישען איין פוסק און א צווייטען.

אז מ'וועט באטראכטן די מהלכים פון פארשידענע פוסקים לדורותיהם, קען מען באמערקן זייער שטארק זייער פארשידענהייטען אין נאטור, וואס פון דעם איז ארויס פארשידענהייטען אין לערנען, און יעדער איינער האט זיין וועג פון טראכטען און לערנען.

מ'זעט פארשידענע מהלכים ביי די גדולי הדורות, יעדער לויט זיין נאטור.

דער אורים ותומים ברענגט אריין א נייע סברא אינ'ם סוגיא, וואס איז ביזדערווייל נישט אויסגעשמועסט, און מ'קען מיינען ס'איז א חידוש זיינער, דערווייל איז ער מסביר פארוואס די חשבון פון די גמרא איז אלס געוואנדען אויף די סברא, און וויבאלד צום סוף האט מען עס אפגעפרעגט אינ'ם סוגיא, איז דער הלכה און די סברא אין גאנצען אנדעריש – דער סברא וואס ער ברנגט אריין און האט אזוי מכריח געווען, איז גאר די זאך וואס די גמרא האט אפגעפרעגט . ער טוט אזוי צו ראשונים אויך, ברענגענדיג א סברא און דערנאך בויען די גאנצע שיטה פון די ראשון אורום די סברא . ס'אזי שווער צו שילדערען בכתב, אבער מ'זעט עס דארט נאכאנאנד.

דער חתם סופר אין זיין תשובות (נישט אזוי אין חידושים על הש"ס) קען אריינגייען אין א סוגיא מיט א גאנץ אייגענע קשיא וואס די ראשונים האנדלען נישט, און א מחלוקת הראשונים וואס איז נישט די אלגעמיינער. ד.ה. אז יעדער וואס לערנט די סוגיא זעט א מחלוקת הראשונים למשל רש"י און תוספות, און צוויי שיטות פון איין זייט האבען א זייטיגער מחלוקת אויף א קליינעקייט כלפי די עיקר נושא, עכ"פ רעלאטיוו צו די גרויסע מחלוקת. דער חת"ס קען זיך באציען דוקא אויף דער מחלוקת און מחדש זיין עפ"י דעם. גראדע דער חת"ס איז געשריבען אין אן אופן אז דער וואס קען נישט די סוגיא קלאר מיט איהר חשבונות, קען נישט קיין עברי אין זיין תשובות. ער קען טועה זיין אויף מותר און אסור, ווייל מ'זעט קלאר אז ביי איהם האט עס נישט געהאט קיין חשיבות אויב מ'קען נישט די סוגיא קלארעהייט.

רבי עקיבא איגר האט א גאנג צו פרעגען א קשיא, וואס א נארמאלע למדן וואלט אראפגעקוקט אויפ'ן קשיא. נו נו, איז דער סברא פון חז"ל אביסל אנדעריש ווי אונזערע, מה כל הרעש? דערווייל בויט ער און בויט ער אויף דעם, און ער ווייזט אט דער למדן אז וואס ער האלט פאר נישט וויכטיג איז די סאמסט'ע וויכטיגסטע חלק וואס אויף דעם דרייט זיך די גאנצע מעשה. טאמער דער תירוץ איז אז דאס איז לאו דוקא, אויב אזוי האט תוס' געקענט זאגען די זעלבע לאו דוקא אין זיין פאל. אלא מאי, ער האט געהאט א ראיה פון די לשון אזוי, אויב אזוי קען מען ברענגען א פארקערטער ראיה. ער בויט גרויסע חידושים אויף הערות וואס פון אנהייב קוקען אויס ווי קליינעקייטען. נאכ'ן זיך אריינטוהן זעט מען אז פנים חדשות באו לכאן. און אזוי איז עס ביי יעדער למדן און יעדער ת"ח. ער האט זיך מהלך המחשבה, זיין ערציאונג, און ברוב דעות פון אסאך פארשידענע מענטשען און מענטשהייטען, קומען ארויס חידושים און יסודות, וואס יעדער איינער נעמט ווי ער פארשטייט.

(איך מיין נישט צו שטעלען איינער קעגען די אנדערע, איך מיין נאר צו ווייזען אייגענארטיגע זאכען פון יעדער איינער. זיי דינגען זיך נישט, זיי זענען נאר אנדעריש. דעריבער שרייב איך עס אזוי, און נישט אין אן אופן פון איינס קעגען די אנדערע, אדער למשל וואס וואלט יעדער איינער פון זיי געזאגט אויף א סוגיא)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

[center]חלק ב'[/center]

[center]די אינערליכע עבודה פון לערנען און פסקנ'ען און פארשטייען א סברא[/center]
נאך א קענטיגע זאך אין די ספרי הפוסקים איז די חשיבות פון א סברא. די הלכות האבען געמוזט קלאפען. מ'האט נישט ממציא געווען אליינס קיין סברות, אלס האט געדארפט א ראיה פון ש"ס, אבער מ'האט געזוכט די סברות פון ש"ס, נישט זיך פארלאזענדיג אויף 'אזוי איז'. די גמרא איז געגעבען געווארען צו פארשטייען, און מ'האט אלס געזוכט פארוואס א הלכה זאל זיין אזוי, און אויף דעם געבויט חילוקי דינים. די נתיבות איז באזונדער גרויס אין דעם, אבער אלע האבען זיך גערעכענט דערמיט.
פון די צוויי זאכען ווערט אויסגעשפארט א דריטע זאך. יעדער קען אליינס פארשטייען אז געוויסע מצוות און עבודות זענען אייניג פאר יעדער איינער, מער ווייניגער. דער שאקל'ען לולב און עסען מצה איז די זעלבע פאר יעדער איינער. דער חילוק צווישען די יאנאווער אתרוג און די חזון איש אתרוג איז גאר א קלייניקייט לגבי דעם. אבער אנדערע מצוות זענען אינגאנצען אייגענ'ס. אמונה, עבודת המדות, עבודה שבלב, די זאכען זענען פערזענליך כפי דער מצב און די פארשטאנד פון א מענטש. מ'דארף זיך אליינס פלאגען און זיך באנוצען מיט די אייגענע כוחות און נטיות צו ווערען אויסגע'ארבעט, און קיין שום זאך איז נישט פאר'ן כלל און נישט געמאסטען מיט אנדערע.
לערנען איז אויך אזוי. יעדער מענטש האט זיין וועג פון פארשטייען און נאר מיט דעם קען ער לערנען און נאר מיט דעם קען ער פסקנ'ען. דאס איז אלס ווייל לערנען איז א חכמה, א וועג פון נוצען די שכל אשר חננו אותו אלקיו אויף צו פארשטייען זיין תורה. וויבאלד די גאנצע תורה איז יסודות סברות און הבנה, דעריבער זענען צוויי מענטשען קיינמאל אין די זעלבע מצב, און קיינער פארשטייט נישט אין גאנצען יענעמ'ס מצב, און זיין גאנצע אחריות איז נאר צו זיך און זיין פארשטאנד.
דאס איז א וויכטיגער יסוד אין לערנען און אין חינוך. ווען מ'איז מחנך קינדער צו קענען לערנען, דארפען זיי וויסען אז זיי וועלען מוזען ארויסברענגען די אייגענע פארשטאנד און אויפבויען זייער פערזענליכקייט כדי עס זאל זיך אויסדרוקען אין לערנען. אנדעריש קענען מיר זיין אין געפאר אז מיר וועלען אויסקוקען ווי מאשינען, וואס זאגען אלע נאך די זעלבע זאך, און אלע פארשטייען אויף די זעלבע אופן, און קיין שום עכטע פלפול חברים און רבתי בדעות וועט נישט זיין. (אגב, וועגען דעם טאקע פאסט נישט די אלע מחאות, אסיפות און הפגנות וועגען פסקי הלכה. דו האלטס'ט אזוי, דער צווייטער האלט אנדעריש. ער מוז עפעס בייגען זיין קאפ צו דיר? ס'מוז דען אזוי זיין אז נאר איינער פון ענק איז גערעכט? גאנץ תורה איז כפי וואס דער ת"ח האלט ביי זיך, און טאמער א צווייטע האלט אנדעריש פון איהם, דארף ער זיך נישט בייגען).

מ'קען ממחיש זיין די חשיבות פון א סברא און וויסען וויאזוי אפצולערנען מיט א הומאריסטישע מעשה פון ר' חיים בריסקער. איינער אן עם הארץ האט איהם געפרעגט פארוואס ער זעט אומעטום 'שתי דינים', צוויי ערליי יסודות, פארוואס קען עס נישט זיין איינס? האט ער איהם גע'ענטפערט 'איהר זענט אמאל געווען ביי א שבע ברכות?'
'יא, אוודאי!'
'און מ'האט געזאגט אלע ז' ברכות?'
'יא'
'איהר ווייסט אז די הלכה איז אז מ'קען עס נישט זאגען נאר ווען ס'איז דא פנים חדשות?'
'יא, מ'גייט זוכען פנים חדשות אריינצוקומען באטייליגען אין די סעודה'
'איהר ווייסט אז התורה העידה על כלי חרס שאינה יוצאת מידי דופיה לעולם? נאר ווען יא? זאגט תוספות (פסחים ל:) ווען מ'לייגט עס צוריק אין כבשונות – אינ'ם גרויסע אויווען, און אזוי ווערט עס א נייע כלי, ווייל 'פנים חדשות באו לכאן', און ס'איז שוין נישט קיין כלי בלוע מאיסור. פרעג איך דיר, ט'פארוואס דארף מען גייען זוכען א מענטש צו באטייליגען אינ'ם סעודה? זאל מען אריינברענגען א טאפ, און פנים חדשות באו לכאן?'
אזוי האט ר' חיים מסביר געווען, אז ווען ער זעט צוויי דינים, איז עס ממש אזוי ווי יעדער מענטש זעט די חילוק צווישען די פנים חדשות פון א טאפ און פנים חדשות פון א שבע ברכות, ודו"ק.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

[center]חלק ג'[/center]

[center]דער חידוש פון הרב חיים בריסקער[/center]
אזוי איז געווען די דרכי הלימוד אומעטום, ביז א קורצע צייט צוריק. מיט עטליכע 150 יאר צוריק איז געווארען א נייע עפאכע אין לערנען. עיר וקדיש מן שמיא נחית, ס'איז אריין אינ'ם וועלט הרב חיים סאלאווייציק (תרי"ג – כ"א אב תרע"ח) און ער האט אויסגעלערנט עפעס א נייע זאך, מאנכע שווערען ביי דעם, אנדערע שעלטען עס אפ אדער שפעטען אין דעם, אבער אלע מאכען זיך צו טוהן אין דעם. לאמיר זען צו ער האט טאקע אזוי פיל מחדש געווען, און צו די אפשפעטען איז אויף איהם צו אויף עפעס אנדעריש.
קודם דארף מען אויסרעדען אביסל וועגען דער מהות פון ר' חיים. ער איז אוועק גאנץ יונג, ביי די פינף און זעכציג, אבער פון זיין יונגער יארען איז ער געווען גערעכענ'ט כאחד מזקני הדור. אינ'ם באקאנט'ן פעטערבורגער אסיפה אין תרס"ב האט ער זיך געשפארט, און געזיגט, מיט זקני רבני ליטא א שטייגער ווי ר' דוד קארלינער ועוד. ער האט איבערגענומען זיין טאטענ'ס רבנות אין בריסק, אבער ער איז געווען אייגענארטיג אין אלס, לערנען פסק און הנהגה. זקני הרבנים האבען זיך מכניע געווען צו זיין מיינונג, אפילו אן קיין שום אפיציעלע מאכט. ער האט נישט געהאט קיין כח איבער אנדערע, נאר אז מ'האט אין איהם איינגעזען א זעלטענע גאון, און אן אויסנאמליכע גלאטקייט. מ'קען אסאך שמועס'ן אויף זיין מדות תרומיות, זיין מדת החסד, זיין מסירות נפש פאר אנדערע, זיין דקדוק המצוות, און זיין גלאט'ן ריינעם קאפ, אבער דא איז דער עיקר זיין לערנען און זיין מהלך, וואס מ'דארף אפלערנען און זען ווי ווייט ס'איז אונז נוגע.
מ'קען זאגען אז דער חידוש פון ר' חיים בריסקער איז צוטיילט אין צוויי. איינער איז קלאר זיין מיינונג געווען און די צווייטער איז אפשר א פועל יוצא פון זיין מהלך, לאו דוקא א סוף מעשה במחשבה תחלה. דער ערשטע איז דאס וואס ס'הייסט אין זיין אייגענע שפראך "מיר דארפען נישט פארשטייען פארוואס, נאר וואס". דאס איז א צוגאנג צו סברא און למדות, אז יעדער זאך וואס מ'וויל פארשטייען דארף מען נאר קענען דעקען די הלכה וואס ס'רעדט זיך, וואס האט דער תורה דא מחדש געווען, נישט פארוואס דארף עס אזוי זיין. מיט א משל וועט עס ארויסקומען קלארער, עי' להלן. די צווייטע זאך וואס איז ארויס פון ר' חיים'ס חידוש איז אז פון דעמאלס האט מען אנגעהויבען לערנען די דין און איהרע גדרים אן די גאנצע פלפול. ביז דעמאלס איז יעדער סברא וואס די פוסקים און מפרשים האבען געזאגט אויף צו פאר'ענטפערען א פאר קשיא'ס אין סוגיא, אויף מסביר זיין א תמוה'דיגע שיטה און אויפצובויען א גאנג אינ'ם גאנצע סוגיא. יעצט אבער האט מען אנגעהויבען צו לערנען די סברא אליינס. נישט אין די וועלט אריין, נאר ברגע מ'זעט א הלכה אין א גמרא, פאדערט עס שוין א פשט און א הגדרה. אוודאי איז דער מציאות אזוי אז דער הלכה פאדערט א גדר, אבער ביז ר' חיים זעט מען אז מ'האט געזאגט אלע יסודות אונטער'ן רובריק פון א קשיא צו א הלכה'דיגע שאלה. פון דעמאלס האבען זיין תלמידים, וואס מיט די זייט האבען כובש געווען רוב לומדי התורה בעיון אין דער וועלט, צומאל מיט כיבוש מרצון און צומאל בריקעדיגעהייט, איינגעפיהרט דער וועג פון טראכטען אויף יעדער זאך.

[center]א ביישפיל פון א חידוש פון ר' חיים[/center]
א משל פון די ערשטע זאך קען מען ברענגען פון א ר' חיים אין הלכות מכירה (פט"ו הל"א). ר' חיים פרעגט א שטארקע קשיא. די הלכה ביי אונאה איז אז שתות קנה ומחזיר אונאה. ד.ה. ווען איינער פארקויפט עפעס און ער האט יענעם אפגענער'ט אינ'ם פרייז מיט גענוי א שתות, א חפץ וואס איז ווערט פינף האט ער פארקויפט פאר זעקס, איז דער מכירה גילטיג אבער ער דארף צוריק געבען די אונאה, און דער רמב"ם זאגט עס אפילו ווען דער מאנה האט זיך אויך טועה געווען און ער האט געמיינט אז ער טוט רעכט. דער גמרא זאגט אז די גאנצע דין פון אונאה איז נאר ביי אונאת ממון, אבער ביי א טעות במדה ובמשקל ובמנין איז אפילו במשהו בטל מקח. פרעגט ר' חיים, הן אמת אז מצד דער מתאנה איז עס אונאת ממון, און שתות קנה ומחזיר אונאה, אבער מצד דער מוכר האט ער דאך פארקויפט צו ווייניג. ער האט געוואלט פארקויפען אזוי פיל פאר זעקס און דערווייל לאזט זיך אויס אז ער מוז עס געבען פאר פינף. ביי איהם איז עס א טעות במדה במשקל ובמנין, פארוואס זאל ער נישט קענען מבטל זיין די גאנצע מקח?
ענטפערט ר' חיים מיט א גרויסע יסוד אין הלכות מכירה ואונאה. ער שפארט ארויס פון דא אז דער דין אונאה איז נישט קיין דין טעות, אז ער האט פארקויפט און אפגעמאכט פאר א געוויסע פרייז, בלייבט דאס די פרייז פון די חפץ און ער האט איהם נישט באגנב'עט די חפץ, און מצד די מקח צווישען זיי איז די געלט דער תמורה פון די חפץ, נאר דער תורה מיט איהר פסוק פון ולא תונו האט מחדש געווען א נייע סארט גזילה וואס דאס הייסט אונאה, אז ווען מ'נערט איינעם אפ אינ'ם שיווי החפץ הייסט עס געגזל'ט יענער איבעריגער זוז. דעריבער איז קיין טעות נישט דא אינ'ם עיקר מקח, און דער מכירה איז חל ווי מ'האט אפגעמאכט, און א זייטיגער סבה האט געהייסען צוריק געבען די געלט. אבער לגבי טעות במדה ובמשקל ובמנין, וואס דאס איז א געהעריגע טעות אינ'ם מקח, מ'האט נישט געטוהן לויט'ן פלאן און די אפמאך, דעריבער קען מען חוזר זיין אויפ'ן גאנצע מקח, ווייל נישט דאס האט מען אפגעמאכט, דאס וואס מ'האט איבערגעגעבען איז נישט לויט'ן דעת פון די צוויי.
ממילא ווען מ'איז קנה ומחזיר אונאה, דאס הייסט אז די מקח איז חל און דער מוכר האט געקראגען וואס ס'קומט זיך איהם. נאר דער נייער דין הייסט צוריק געבען די זעקסטער זוז, אבער שטערען שטערט עס נישט די עיקר מקח.
יעצט די יסוד איז נוצליך אין אסאך ערטער, נישט נאר אין הלכות אונאה, נאר אויך אין הלכות פון פסיקה אין חו"מ און אין הלכות רבית. ווען מ'רעדט פון די סוגיא פון פוסקין און טרשא ווען מ'טוישט פרייזען צוליב הקדמת המעות, און מ'דארף זען צו ס'איז דא רבית דערין אדער נישט, דארף מען געדענקען די יסוד אז די מקח איז אלס וואס מ'מאכט אפ, און די אונאה און די חילוק אין פרייזען צווישען די ווערט און וואס מ'מאכט אפ איז נישט קיין סתירה צום מהות פונ'ם מקח וואס מ'האט אפגעמאכט צווישען זיי, עכ"פ ביי אונאת שתות.
אבער פאר א בעל סברא איז דער יסוד בכלל נישט פארשטענדליך לפי מושכל ראשון. דער טייטש פון אונאה איז אפנער'ן. טאמער יענער ווייסט אז דאס איז נישט די פרייז איז דאס קיין אונאה נישט (נישט אלס דבר שבממון, נאר בחפצא איז עס נישט קיין אונאה), ט'וואס איז דער חילוק צווישען טעות במדה ובמשקל ובמנין און אונאת ממון? מ'קען פראבירען צו זאגען א סברא אהין און אהער, אבער ר' חיים האט עס נישט גע'ארט אויסצורעדען און ער האט זיך נישט געשטעלט אויף דעם און נישט זיך געפארעט דערמיט. פון די חילוקי דינים זעט מען אזא יסוד, און דאס מיינט דא די תורה. דאס צוטיילען דינים אין צוויי, און זוכען די מקור פון יעדער דין, און נאר די מקור, נישט קיין שום שכליות, איז דער יסוד פון די דרך הלימוד פון ר' חיים. די שפעטערע דורות פון די גזע האבען עס פארברייטערט מער און מער. דער בריסקער רב איז מער איינגעזוימט ווי ר' חיים און נאך איהם זיין תלמידים און זיין קינדער'ס תלמידים, די וואס האבען געלערנט ביי זיי און זיך געהאלטען ביי די זאך, זאגען אזעלכע תורה. דער עקסטרעמסטע אין דער הינזיכט איז הרי"ד סאלאוויציק מבוסטון. זיין תורה איז נקי מחשש סברא, נאר די דינים, און דעריבער איז טאקע או"ח זיין שטארקסטע פעלד. דארט רעדט מען נישט פון דעת און נישט פון כוונה און נישט אפמאכ'ס, דעריבער קען מען אלס ארויפלייגען אויף די תורה.
אבער לגבי די ברייטער וועלט, איז דער חלק פון ר' חיים ווייניג אנגענומען. בעלעבאטישע סברות פון אומד דעת און מארק חשבונות זאגט מען נישט צווישען ערנסטע לומדים, אבער דאס אז מ'דארף אוועקלייגען די שכל אין א זייט און נאר זוכען די סיסטעם פון די מאשין וואס רופט זיך די תורה, איז נישט אנגענומען. די גדולי הפוסקים נאך ר' חיים א שטייגער ווי דער חזוון איש און ר' משה פיינשטיין זענען זיכער נישט אזוי, נאר אפילו פון די וואלאזינער חדר, אזוי ווי ר' ברוך בער און ר' איסר זלמן ועוד, האבען נישט אנגענומען דער חידוש אויף דער עקסטרעמע אופן. ר' איסר זלמן שרייבט שוין אין זיין הקדמה אז מ'קען נישט בלייבען מיט דעם אין גאנצען (עי' להלן), און ר' ברוך בער וואס א חוץ א תלמיד פון ר' חיים, איז ער אויך געווען א חסיד זיינער, מ"מ ווען ער צטיילט דינים אין זיין ברכת שמואל איז עס געגרינדעט אויף סברא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

[center]חלק ד'[/center]

[center]ווי ר' חיים איז אנגענומען געווארען[/center]
נאר וואס יא? דער חידוש פון ר' חיים האט פאראורזאכט א נייעם צוגאנג צו יענער סברא. פון דעמאלס, אלע די וואס ווילען נאך לערנען סוגיות מיט זייער לומדות, האבען געזאגט זייער סברות צוזאמען מיט די הגדרה, ד.ה. ר' חיים זוכט נאר די הגדרה און וויל פארגעסען פון די סברא, די פריערדיגע האבען געלייגט די סברא אריין אין די חשבון און די פלפול הסוגיא, נאך ר' חיים האבען זיינע תלמידים און די ראשי ישיבות אריינגעלייגט די סברא אין די הגדרה וואס זיי האבען זיך אפגעלערנט פון ר' חיים. אנדערע האבען זיך מער פארלייגט אויפ'ן סברא, אזוי ווי ר' שמעון שקאפ צו ר' חיים טעלזער, און אנדערע האבען זיך מער פארלייגט אינ'ם הגדרה און די סברא איז נאר להמחיש את הענין און טיפער פארשטייען יענער סברא, א שטייגער ווי ר' ברוך בער וכדו'.

פון די ווידערשטאנד אקעגען ר' חיים'ס חידוש, קען מען זען אז מ'האט זיך פארגרייזט אין דעם. פון די לאקאלע גדולים, אזוי ווי דער מרחשת ודעימיה, זעט מען אן עקרונות'דיגע מחלוקת, אבער אין די ווייטערע פלעצער איז צושפרייט אזא ענין אז ר' חיים האט מחדש געווען צו זאגען אייגענע סברות, און דעריבער דערווייטערען זיי זיך פון זאגען א סברא און פראבירען צו פארשטייען די לומדות פון א סוגיא. מ'קען אין גאנצען נישט איינשטילען די מענטשליכע גייסט, דעריבער קומט שטענדיג אדורך די מחשבות און סברות פון דער וואס לערנט, אבער מ'פראבירט זיך נישט צו ארבעטען דערויף, און אוודאי נישט זיך בויען אין זאגען בעסערע סברות און צונעמען די סברא. דאס איז א געוואלדיגע שאד, ווייל מ'קען בלייבען קרח מכאן ומכאן, נישט די אלטמאדישע מהלך פון אפלערנען די סברא פון א זאך, און נישט די מאדערנע מהלך פון מגדיר זיין דינים אן א סברא, וועט בלייבען אין די הענט, און מ'קען בלייבען מיט א תורה חסרה.

אבער נאך דער חידוש פון ר' חיים מגדיר צו זיין יעדער הלכה אויף איהר פלאץ, איז ארויסגעקומען א גאנג פון אויפהערען זאגען די חידושים אויפ'ן פלפול הסוגיא און די הלכה למעשה. א יסוד און א הגדרה איז שוין געווען געבויט אין די עיקר הלכה, און די ערשטע טריטען פון די סוגיא. מ'האט שוין נישט געדארפט קענען די אלע שיטות הראשונים אויף צו דערגייען די מקור הענין, אפילו מיט ווייניג ידיעות און כמעט נישט האבענדיג אריינגעקוקט אין די ספרי הלכה, האט מען שוין געקענט ארויסהאבען א פשט אין די סוגיא. אוודאי איז דאס א חלק פון ירידת הדורות, אז קעפ זענען שוואכער און מ'האלט נישט ביים זיך אזוי מיהען און פלאגען אויף זאכען וואס זענען פון אנהייב ווייניגער געשמאק, ביז מ'קומט צו צום יסוד הענין.

מ'דערציילט אז ווען הרב ישראל סאלאנטער האט געהערט ר' חיים בריסקער בצעירותו, האט ער זיך אויסגעדרוקט אז פאר'ן נייעם דור וועט עס אויספעלען און דער אויבישטער האט שוין אנגעגרייט דער תריס בפני הפרענות. דער חפץ חיים וואס איז אויך געווען פונ'ם אלטע'ן דור האט איינגעזען די נייע מהלך אלס א וויכטיגע זאך פאר'ן נייעם דור, און דעריבער האט ער אריינגענומען א תלמיד פון ר' חיים בריסקער (ר' נפתלי טראפ) אלס א מגיד שיעור אין ישיבה, העכער דער אלטע ראש ישיבה (הרב משה לאנדינסקי). ער האט געהאלטען אז די יונגער דור דארף עס האבען. דאס איז אלס מסתמא צוליעב די צווייטער זאך פון ר' חיים, אז די קלענערע דורות וועלען זיך נישט באמי'ען אין א סוגיא גענוג צו דערגרייכען די יסוד דעפרון דורך די פוסקים און די היקף הסוגיא, און זיי קענען בלייבען לער פון יעדער שטיק הבנה, דעריבער איז דאס א תועלת אז מ'זאל קענען טראכטען און אריינלערנען אפילו נישט קענענדיג די גאנצע ענין.

מ"מ ער האט נישט געזיגט אין גאנצען אין דעם, עכ"פ נישט פון אנהייב. מ'זעט אין שערי ישר פון ר' שמעון שקאפ, וואס איז נישט געווען קיין עמטליכע תלמיד פון ר' חיים, האבענדיג געלערנט אין וואלאזין ווען ר' חיים איז נאך געווען א יונגערמאן אויף קעסט ביי זיין שווער (ר' רפאל שפירא) און זיין עלטער שווער (דער נצי"ב), אבער ער האט אסאך גערעדט מיט איהם, א ברייטקייט פון אמאל. אין די שיעורים אין ישיבה האט ער געלערנט בעיקר אויפ'ן פלאץ, כדרכי הראשי ישיבה, אבער פון שערי ישר זעט מען ווי ער האט גענומען אחריות פאר די גדולי הפוסקים, ווי ער לערנט אפ די סברא פון א פרי חדש, צו ער איז מחדש א נייעם חילוק אין די פסק פון א נודע ביהודה, אז ער האט גענומען ר' חיים און אריינגעשלעפט אינ'ם אלט'ן מהלך, און געמאכט א ריכטיגע שילוב צווישען זיי.

הרב איסר זלמן שרייבט אינ'ם הקדמה צו אבן האזל חלק ג' א מערקווידיגע זאך וז"ל, והנה מצאתי לנכון לכתוב איזה דברים על דרך החידושים בכלל, ועל דרכי החדושים והביאורים בספרי, החדושים החשובים וראויים לתשומת לב מיוחדת המה אלה אשר יהיה מהם תועלת להמעיינים בדרכי הסברא, כאלה המה השיעורים בהישיבות, אולם אם נבוא לדרכי החידושים על סדר הרמב"ם אשר מטרתם לבאר כל חמירא בדבריו לא יתכן להעמיד הכל על כלל זה שמה שאין בזה העמקה בסברא לא יבא בקהל החידושים, כי לא בכל מקום יהיו הביאורים והישובים האמתים דוקא בדרכי החלוקים וההגדרות בעמקי הסברא, ואם אמנם דרך החדוש שיצא מזה תועלת למעיין הוא דוקא לנתח יסודות ההלכה ולהגדיר גדריה, שכן הורה לנו אדמו"ר גאון ישראל בשיעוריו כאשר יראה המעיין בספרו המאיר עינים "חידושי רבנו חיים הלוי", אבל לא בכל מקום אשר יקשו לנו דברי הרמב"ם אפשר ליישב בדרך זה, הרבה פעמים יתכן שאין שם מקום להגדרות וחלוקים והבאור האמיתי יוצא מתוך עיון בהבנת הסוגיא ובבירור פירושי הראשונים וגם בזה דרושה התעמקות ועיון רב עיי"ש שהאריך במשל נעים פון הרב יעקב מזאגער מ"מ בווילנא (כפי הנראה, איז דאס דער רב הכולל אין נ.י., וואס ער איז געווען א מגיד אין ווילנא און האט געשריבען א ספר מיט'ן נאמען 'לבית יעקב' און ער שרייבט יענע ענין אין זיין הקדמה). פון צווישען די שורות זעט מען וואס ר' איסר זלמן האט איינגעזעהן אלס די חידוש פון ר' חיים (בדרכי החלוקים וההגדרות בעמקי הסברא) און די פארצייטישע מהלך (עיון בהבנת הסוגיא ובבירור פירושי הראשונים), און פארוואס ר' חיים, אויב וויכטיג, איז נישט די גאנצע לעזונג צו פארשטייען תורה.

[center]דער חסרון מיט וואס אונז זע'מיר געבליבען, און חיזוק דאס צו לעזען[/center]
אבער למעשה ביז היינט צו טאגס איז געווארען דער חילוק ווי א יסוד איתן, אז די הגדרות אין סברא באלאנגען נאר אין די גמרא, און די פלפולים להלכה זענען נישט פאר די וואס טוען זיך אריין אין די סברא און די הגדרה. ווייניג מענטשען לאזען זיך אזוי אריין אין די סברא און אויך אין די פלפול הסוגיא, און נאך דעם אין הלכה גרונטליך. מאנכע לייגען זיך אריין אין פסק און לערנען אסאך טור ב"י מיט פוסקים, אנדערע לערנען כדרך הישיבות בעיון אויפ'ן פלאץ, און אנדערע ווילען זיך נישט לאזען פאר נייע מהלכים, לערנען זיי פלפולים אויפ'ן חידוד מהלך. אז איינער זאל נאכגייען אלע דריי מיט א קלארקייט איז זייער זעלטען היינטיגע צייטען, און ס'ווערט שוין נישט גערעכענט פאר א ציל אין אסאך פלעצער.

געבליבען זענען מיר מיט א צוטיילטע תורה. אדער לערנט מען די סוגיא און איהר סברות, אדער לערנט מען די טרוקענע פסק הלכה. דאס משלב זיין די צוויי, אז די הלכות און פרטי דינים זאלען קומען אלס א פועל יוצא פון א גרונטליכער קענשאפט פון די סוגיות און די סברות, ווערט זעלטענער און זעלטענער. כמעט אלע 'בירורי הלכה' אדער תשובות וואס קומען ארויס, זענען געבויט אויף די שו"ע און פוסקים, און מ'קוקט נאך די גמרא ווען ס'פעלט אויס, און כמעט אלע בירורי הסוגיות און חידושים נעמען נישט קיין אחריות פאר די פוסקים.

לכבוד שמחת תורה, לאמיר אלע מחזיר זיין עטרה ליושנה, צוריק ברענגען דער מהלך הלימוד פון אמאל, אין אנהייבען לערנען א סוגיא על עומקה והקיפה, און אריינקומען צו די פוסקים מיט א רוקביין פון א קענשאפט און א בליק אויפ'ן הלכה און איהרע יסודות, וואס טוט שיינען אין יעדער פרט דין און יעדער נייער שאלה וואס קען ארויסקומען. אזוי וועלען מיר אלע קענען אנקומען צו א אמת'ער מצב פון 'הגיע להוראה'.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

דאס האב איך געהאט געשריבן אויף דיין ארטיקל
געוואלדיג האט געשריבן:[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] האט אנגעהויבן מיט א הערליכע ארטיקל אויף וויאזוי איך זאל היינט לערנען א בלאט גמ' לאסוקי שמעתתא און אז קיינער זאל נישט קענען זאגן 'אט אזוי לערן איך', אבער ווי א ארטיקל אין דער בליץ, ווערט דאס אפגעהאקט ביים סאמע הויכפונקט.


אבער יעצט איז דאס א דבר השלם, להתענג ולברך עליה, א הארצליכן דאנק.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

געהערט אמאל אזא מעשה: ר' משה איז מסדר קידושין און דער חתן האט געלייגט דער טבעת אן זאגן הרי את מקודשת, זאגט ר' משה אז עסוקין באותו ענין איז אויך גוט. דארטן איז אויך געווען א ר"י פון בית התלמוד (ניט ר' ארי' לייב, ווער קען מיר דערמאנען די נאמען?) און ער האט גע'טענה'ט אז ר' שמעון שטעלט דאך א יסוד אז די אמירה איז א חלק פון די קידושין, ר' משה האט שטארק מקפיד געווען און האט גע'אסר'ט יענער ר"י פון פסק'נען א שאלה. און יענער האט האט טאקע געפאלגט און האט קיינמאל ניט גע'פסק'נט. (מסתמא איז די שאלה געווען אביסל מער פון וואס איך שרייב)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: די פאר'אייניגטע דרך הלימוד און די פארצווייגטע -- פרי עט

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הרב ברוס פלעגט עס נאכזאגען. די עדים האבען נישט געהערט דער ווארט 'זו', און וויבאלד ר' ברוך בער זאגט (נישט נאר איהם, אסאך זאגען עס. איך האב געזען דער ראגאטשאווער זאל מתיר זיין א קידושי שחוק מיט די סברא) אז דער אמירה מאכט די געלט פאר כסף קידושין, קען עס פסל'ן די קידושין. ר' משה האט געזאגט 'ווייס מען דאך, אבער ס'איז נאכאלס כשר'. הרב ברוס האט געשפארט אז ר' משה האט גוט געקענט ר' ברוך בער'ס תורה, אבער אזוי געפסקנ'ט. ער האט אליינס נישט געוואלט פסקנ'ען די זאך נאכדעם אלס הכנעה צו ר' משה.
ס'שטימט בעסער, ווייל ר' משה האט נישט געהאט אזא נאטור צו 'אסר'ן א מענטש צו פסקנ'ען'.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יעצט באמערקט אז א שטיקל פעלט אינ'ם ערשט'ן תגובה. איך האב עס געלייגט קאלירט פאר דער וואס האט שוין געליינט. אין א טאג צוויי וועל איך ארויס נעמען די קאליר.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט