זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
איך שרייב דא דירעקט צו מיין שכן, צו די גייסט עס נאך זען בעפאר שבת חול המועד ווייס איך נישט, אבער את חלקי עשיתי כאטש מלבי לטייפא.
הארך איין ליבע שכן, ווער עס האט דעקלארירט סוכה זיצן ווייס איך, און דער אומן שעשה אותך ווייס איך אויך ווער ער איז, און איך וועל מיט אים אין דעבאטע זיך ניט שטעלן, אבער דאס אז די באמבאדירסט מיר מיט דיין שטומע געהערט אויסשליסלעך אין דיין אויטעריזאציע.
ובכן, דאס אז די 'קענסט' זינגען איז בכלל נישט קיין חסרון, איך וואלט דיר נאך פארלייעט א פלאש מייאנעז צו א פעקל לאקשען, אבער די חסרון איז אז די ביסט בדעה ברורה אז די מוזט שטאלצירען מיט דיינע ראסטיגע שטום בענדער איז מיר נישט צום הארצן, די זינגסט off the Derech... אויף די שווארצע קנעפלעך!, יא, איך זאג דיר בפה מלא : "די זינגסט נישט שיין" ווען די זינגסט ווען אויף נוטרעל החרשתי, אבער ווען די הייבסט אן "הארגענייזען" דארט ווערט די בראך 'דזשאמבא ריזיג', די טוישט טענער שנעלער ווי דער הערש לויפט, ארויף אראפ ווי א עלעוועיטער, איך האב לכל הדעות א דין דמצטער.
איך וואלט דיר געראטן, ערשטענס, זינג גראד, נישט יעדער מיז וויסן ווי 'גוט די קענסט ארויף ציען. צווייטנס, באנדאזשיר דיר די שטום בענדער, אולי א רויע געלעכל צו צוויי וועט צושטייער געבן לטב. אבער שנעל עס איז שוין באלד שבת.
------
און אז איך רעדט שוין צו דיר ווי מען זאגט open talk פנים מול פנים, שוין די לעצטע דריי יאר בחזקה די ערשטע נאכט טראמפייטערסטע מיט דער נערווירענדער כתר הימנע, אפשר זאגסטו מיר אין וועלכע מקום אויפן כדור מען זאגט כתר די ערשטע נאכט יום טוב?, אחוץ אז די ביסט מכוון לבך קיין בעידזשינג צו קאאלע-לאמפור ווי מען דאווענט שוין כתר.
א גוט שבת
געוואגטער.

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
טו כמנהג בריסק און לערן דיר אויס הושענות בע''פ, דערנאך לייג א קנעפל אויפ'ן טלית. און ערלעדיגט.
#זמןשמחתינו
#זמןשמחתינו
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
איך דריי זיך ארים אן א סידור מיט מיין לולב, שריי הוווווייייישענאאא בלע בלע בלע לבלעלעעלעלאָאָאָ שטילערהייט הוישעעעעענאא הויכערהייט, אזוי בדוק ומנוסה עס פאסירט נישט גארנישט.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 187
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
- האט שוין געלייקט: 87 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
- געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
- האט שוין געלייקט: 452 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
זיץ איך זיך אזוי איינגעבויגען איבער מיין טרייבל אזא צוואצינג מינוט אפשרייבענדיג מיינע פאר צענט, געב א קוק איבער און שמייכל מיך אונטער הממ שיין געשריבן, איך געב א קליק שיק, און אויס, א פארגאנגעהייט דער זיסער ׳איינשרייבען בלאט׳ פאפט אויף.
וואס קען מען טוען גארנישט, געבליבען איין ברירה אריין שרייבן אינעם ספר הזכרעגענזיך דא.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אהרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
און כפארשטיי נישט וואו אזוי דו האסט געקענט שרייבען אהן זיין איינגעשריבען.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
וואס איז די משוגעת אז כמעט יעדע אנליין קאמפאני, ווען איך וויל עפעס ארדערן אדער אפילו בלויז פרעגן א פראגע, פארלאנגט עס צו קאנפירמען נאכאמאל מיין אימעיל אדרעסס? און למען ה' לאזן זיי נישט קאפיען און פעיסטן?
איך קען פארשטיין אז מען וויל זיכער מאכן אז עס זענען נישט פאראן קיין מיסטעיקס, אבער ערבך ערבא צריך, אפשר האט די צווייטע אויך א מיסטעיק? אפשר האט מיין נאמען/אדרעסס/טעלעפאן אויך א מיסטעיק? אפשר גאר מיין קרעדיט קארטל?
א מין משוגעת דאס, איך ארדער אסאך אנליין און יא, עס רעגט מיך אויף!!

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 17, 2013 9:35 am
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
גאנץ יום טוב האב איך געזאגט ביי יעלה ויבא ביום ראש החודש הזה היינט ביי מעריב האב איך געזאגט ביום חג הסוכות הזה [emoji35]
Sent from my SM-G900T using Tapatalk
Sent from my SM-G900T using Tapatalk
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
- געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
- האט שוין געלייקט: 452 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז די משוגעת אז כמעט יעדע אנליין קאמפאני, ווען איך וויל עפעס ארדערן אדער אפילו בלויז פרעגן א פראגע, פארלאנגט עס צו קאנפירמען נאכאמאל מיין אימעיל אדרעסס? און למען ה' לאזן זיי נישט קאפיען און פעיסטן?
איך קען פארשטיין אז מען וויל זיכער מאכן אז עס זענען נישט פאראן קיין מיסטעיקס, אבער ערבך ערבא צריך, אפשר האט די צווייטע אויך א מיסטעיק? אפשר האט מיין נאמען/אדרעסס/טעלעפאן אויך א מיסטעיק? אפשר גאר מיין קרעדיט קארטל?
א מין משוגעת דאס, איך ארדער אסאך אנליין און יא, עס רעגט מיך אויף!!
געווענליך קען מען נישט פעסטען די אימעיל אדרעס נאר ביי די צווייטע, ממילא שרייבט מען עס נאר ביים צווייטען און דערנאך ק/פ צום ערשטען.
אבער פארוואס האסטו סתם אזוי נישט קיין autofill?
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
- געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
- האט שוין געלייקט: 452 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
פארוואס ק/פ ארבעט נישט? ווייל זיי ווילן זאלסט עס דייקא איבערטייפן אזוי איז זיכער אז עס איז מוגה.
און די סיבה פארוואס זיי ווילן דאס דוקא ביים אימעיל אדרעס איז ווייל דאס איז דאך זייער וועג פון קאמיוניקירן מיט דיר, און אויב האבן זיי נישט קיין ריכטיגע אימעיל אדרעס פארלירן זיי קשר מיט דיר, משא"כ אויב דיין אדרעס איז נישט גוט קען דאס פארעכטען.
בד"וו פאר מענטשען וואס קענען גוט טייפן איז געווענליך גריגער צו איבערטייפן, ווי איידער אפירצוקראצען דעם מייזל און מאכן א ק/פ פראצעדאר.
און די סיבה פארוואס זיי ווילן דאס דוקא ביים אימעיל אדרעס איז ווייל דאס איז דאך זייער וועג פון קאמיוניקירן מיט דיר, און אויב האבן זיי נישט קיין ריכטיגע אימעיל אדרעס פארלירן זיי קשר מיט דיר, משא"כ אויב דיין אדרעס איז נישט גוט קען דאס פארעכטען.
בד"וו פאר מענטשען וואס קענען גוט טייפן איז געווענליך גריגער צו איבערטייפן, ווי איידער אפירצוקראצען דעם מייזל און מאכן א ק/פ פראצעדאר.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
- געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
- האט שוין געלייקט: 452 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ביג בויס געשרייבעכץ בלשון העממים
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
איך האב א קאלעגע ביי די ארבייט, וואס זאל איך אייך זאגן, ער איז א פלאכ'ס, פלאך ווי א מצה, יעדער מאל עקסטער ווען עס איז דא אומריהען אין מיטעל-מזרח, הער איך פון פריש, דעם משל דעם געדראשענס, ווי א פאליטישע אנאליזירער, לעשער צינדער צינדער לעשער, כיכיכי... דאס קומט שוין אויטאמאטיש, צוזאמען מיט די נייעס.
און נאך מער לייגט ער צו ווי א געבוירענער אין פאליטיק, פרובירט אלטץ צו אנשטעלן אזא צינישקייט אלטץ הייבט זיך עס אן מיט אזא קליינע שנארכעטץ, כע.. די מעכטיגע מדינה וואס? כנסת דארפען זיי וואס? כע... טאנקען מיסילס צה"ל, קעגען אפאר קליינע אראבערס קענען זיי זיך נישט אנ'עצה געבען...
פשיהא... ממש מעכטיגע מיינונג! אייזען! צולייגט די גאנצע מדינה מיט איין דזשאוק פשיהא... נאך מיט חסדים ורחמים אפילו...
זאג נאר! די האלסט אז ניו יארקער פאליציי וואלט זיך געקענט אן עצה געבען מיט הינדערטע טויזענטער ציווילע פארשוינען וואס נעמען זיך ראיאטירען אויף ימין ושמאל? וואלט עני אנדערע ארמיי געקענט הענדלען בעסער א סיטואציע פון צעיושטע פרעים וואס זענען צושפרייט ווי די פרעש אין מצרים, און דיין שכינות, גראסערי, ביז טוילעט וואשער אין שוהל? דארף מען דיר מסביר זיין אז די חילוק פון האלטן קאנטראל אויף א שונא וואס פארמאגט כאטש א מינימאלע רעגירונג קערפערשאפט ביז די פאלעסטינער איז גרעסער פון די ארמארי בילדינג?
די ביזט א תינוק שלא יצא מאפרוח... די 'מוח(ך) דחוק' וואס די ביזט... (קרעדיט געוואגטער) נישט ווייל די ביזט אויפגעצויגן געווארן מיט די מהלך אז עפ"י הלכה דארף אנגיין אלע הרחקות לגבי די מדינה, מיינט אז יעדער געשעעניש איז זייער שלימזלות. פארוואס דארף דיין פאליטישער בליק (אויך מיר פאליטישער בליק...) צו מעסטן געשענישען זיין אנגעוואנדן און משועבד צו דיין שיטה וואס די ביזט ערצויגן געווארן?

שמעקי, די קומסט אריין נישט קלאר און באציאונג צו מיין תגובה. "לויט ווי אזוי די פארשטייסט", איר זענט דאך נישט מיין קאלעגע, איך רעדט דאך פון גאנץ אן אנדערע סארט מעשה, סא וואס מיינט 'לויט ווי אזוי די פארשטייסט?'
די סיבה פארוואס איך טוה 'גריממצערענען' (ווער געדענקט?) איז פאר די פייער לעשער משל, אשר דשין-ודרשין- ודרעשין בה רבים לכל עת מצוא. אזש עס צינד און לעשט מיינע נערוון.
און די צווייטער נקודה, איבער דעם ספעציפישן פאל פון צולייגן די אומבאהאלפענקייט פון מדינת ישראל פון די ציושעטע פרעים וואס האבן נישט קיין אויטאריטעט כלפי וועם די קענסט סטראשען האנדלען אדער שלום שפרעכעריייען.
אסאך חברה זייער מיינונג איבער פאליטיק איז אנע שום אייגענע טראכטונג 'אביעקטיוו מח פרי זאנע', דיין אידעאלאגיע לגבי מדינה הטמאה --צו די ביזט געקומען צום הכרה צו מיטגעוואקסן אזוי--, פארלאנגט אנצוקוקען מדינת ישראל אלטץ א פראבלעים פאר אידן. אבער צו נעמען יעדער געשעעניש און אויטאמאטיש עס סטעמפלען אלטץ א דורכפאל, ווייל 'בשיטה' איז די מדינה נישט אויסגעהאלטן, מיינט אז ער טראכט נישט אביעקטיוו, און עס רעגט אויף!
באטראכטן מיט א פאליטישע בליק האט קיין שייכות מיט באטראכטן פון א תורה'דיגן פראספעקטיוו.