אקוראט די זעלבע ביי מיר, זיצן מיר דא ביים סעודת נעילת החג, מיר קענען קוים ווארטן אויף די געפילטע פיש וואס ברויך אריינצוקומען אין געציילטע מינוטן צום פרייד פון משפחת עזריאל וואס קוקט שוין לאנג ארויס אויף די פרייליכע מינוט צו טונקען די חלה אינעם קאטשעניו און כהרף עין אריינשליידערן אינעם עסן לאך שבראש אזוי אז די אפפאל טראפלעך זאלן נישט טרעפן די בארדע וואס האט ווייניגער ווי זעקס שעה צוריק טועם געווען פליישיגע האלאפצעס.
איך פארשטיי נישט פארוואס די עולם גרויסט זיך מיט צוזאם נעמען די סוכה פאנעלן מיד עם שקיעת החמה.
ראשית כל איז פארהאן א קראנטע סטאטיסטיק צווישן ארטאדאקסישע ב'רבבותינו באפעלקערונג אז דער וואס שטייט אויף 5:00 לייגט צוזאם מוצאי יו"ט, פון 6:00 ביז 8:00 אויף שבת נח, פון 8:00 ביז 10:00 אויף א שטארקע רעגן, פון 10:00 ביז 12:00 אויף חנוכה, פון 12:00 אין ווייטער איז עס קביעי וקיימי באיתנו עד בל תאחר דסוכות הבאה, דוק וטישטעך.
אין חוץ מזה, האב איך מיר ביים צוועלעוו מינוט'יגע געשעמטע באשוי --וואס האט זיך געעפענט מיט א שטיקל מאור ענים עפעס וועגן מים נוקבין און די עבודה פון המתקת הגבורות איבער די שרעקעדיגע מאנסטער מנצפ"ך-- אומדירעקט בעקיפין קלאר געשטעלט פאר דעם בלאסע בתולה, אז צונעמען די סוכה געהערט אויסשליסלעך פאר זאת חנוכה.
ווער עס האט זיך נאר אביסעל געווייקט אין חסידות און קען די קליינע אותיות איז עס א דבר פשוט, ווייל די שלימת הבניין די יחודא שלים ענדיגט זיך זאת חנוכה, דעמאלדס האלט מען שוין ביים 'עפילאג' פון די ביכער, וואס איז געקניפט און געבינדען מיט די קנויטען פארברענען.
גראדע איז עס א בפירוש'ע גמרא אויך, פון עבר זמנו... מגו דאיתקצאי... איי בל תוסיף?... נו, ביי חסידים האט מען נישט געלייגט קיין דגוש אויף פלעינע גמרא.