וויירעל וואטסעפפ מעסעזשעס
Re: וויירעל וואטסעפפ מעסעזשעס
נעקסטע יאהר קום איך ארויס מיט א נייע ביזנעס.
באלד ערב סליחות אנגעהויבען, עפן איך א ווערהויז, גרויס א סיטי בלאק, מיט א לאנגען קאנוועיאר בעלט, יעדער צאלט איין ביים בודקע גלייך ביים אריין קומען 300 אמעריקאנע דאלערען, אין ער שטעלט זיך ארויף אויפן בעלט מיט א בעסקעט אין די האנט און יאלא געפארען......
די ערשטע זאך פארט אריין אין בעסקעט א סליחות'ל מיט אשר יצר פאפיר (טאמער וויל ער וויינען ביי סליחות) נאכהער פארט מען ווייטער,
צווייטע סטאפ, פליט אריין א פלעשקעלע האניג מיט א שהחיינו'קעלע פון פירות ארץ ישראל, מיט צען ברעקלעך פאר תשליך........
מען פארט ווייטער......
דריטע סטאפ, א פעקעלע "קלי צום" פאר צום גדלי' בהשגחת אב''ד אהבת נשים אנשי פאדהייץ,
ווייטער גייט די פערטע סטאפ, באקומסטו א פלאסטיק אויפן הוט מיט א זאגערעל אין א כפרהלע דרייט זיך אויטאמאטיש ארום, (פאר עקסטרע פיפציג סענט וועט מען געבען א כפרה'לע מיט א פעמפער)
העלן מיר פארען ווייטער....
סטאפ נומבער פינעף,
וועט שטיין עפעס א שמש אין טיילען לעקעך אין הבדלות מיט נייע לוחות תשע''ו, אין ער וועט אינאיינוועגס אויך געבן א שמייס פון אינטען..... במקום מלקות.
סטאפ זעקס....
איין טינק אין מקוה.....און דעטס אלל,
סטאפ זיבען.....
א פושקעלע ריינע טאביק פונעם טאהש'ער משמש, א פעקל נאז פאפיר. און א געשריבענע גאראנטיע פאר א זויבערע לבנה מוצאי יו'כ, און עס וועט זיין א ספעציעילע באמפ יוצא צו זיין די כשם שאני רוקד, אין א חזן מיט א מעכטיגע שטומע וועט אויסזינגען דעם טובים מאורות ניגון......
סטאפ נומער אכט....
ווען אריינפאלען צו דיר אין בעסקעטל א פארקלעבטע באקס, מיט די גאנצע חתונה.... (ד' מינים) געבינדענערעהייט, מיט א סטיקער אז ס'האט געקאסט קרוב צו א אלף.....
סטאפ נומער ניין.....
א טיקעט צו איינע פון די פלעיס, מיט א גוטע זיץ אויף די ברענטשעס ביי דיין רבי'ן זאל זיין צו מצוות אוישפיזא....
סטאפ צען....
א זעקל האלעפצעס, מיט לחיים, מיט אינסטראקשענס וויאזוי שיכור צו ווערן דורך א גלעזעל סאדע וואסער, אויך וועט מען קרוגען פאר די קינדער פענער מיט טשאינג גאם צו די הקפות....
בקיצור אלעס אינטער איין דאך אין פאר א נישטיגער אפצאהל
פון דריי הונדערט טאלער, פארשפארט די תשרי יאגעניש מיט די קלויבעניש מיט די עגמת נפש'נישט.........
נ. ב הושענות וועט מען מוזען אליינס קלויבען, איך וויל מיך נישט איינרייסען מיטן שמש

-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 12:56 pm
- האט שוין געלייקט: 35 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל
ראשעקאל האט געשריבן:נעקסטע יאהר קום איך ארויס מיט א נייע ביזנעס.
סטאפ נומבער פינעף,
וועט שטיין עפעס א שמש אין טיילען לעקעך אין הבדלות מיט נייע לוחות תשע''ו, אין ער וועט אינאיינוועגס אויך געבן א שמייס פון אינטען..... במקום מלקות.
איך מיין אז די לוחות גייט דיר יעדער צוריק געבן ווייל זיי גייען שוין דארפען די ע"ז לוחות
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: וויירעל וואטסעפפ מעסעזשעס
די פאלגענדע האב איך באקומען און א מעסעדש, איינער האט עס מיר מזכה געוועיזן, עס שמעקט ווי א קאפירטער פעסטירטער שטיקל פין אייוועלט.קאם, אבער קבל את הגיט'ס מממי שאמרו, והנה.
הערט אויס ליבע ברידער א אבזערוואזציע וואס איך האב אמאל אפגעהאלטן, זעהנדיג ווי א שכן פון די דריטע שטאק האט אזא שלאנקע שלאק וואס גרייכט ביז למטה מעשרה פון די גראונד לעוועל... און נאכן אריינטראכטען וויאזוי א מענטש קען אין ווילדסטען חלום קומען צי אזא מיס-קאלקאלעשאן זעמיר געקומען צי די החלטה אז דא איז זיכער געווען יד ישראל באמצע.
נאכן גרינטליך נאכפארשן ס'מאכערייקא זעמיר דערגאנגען אז שמער-ש'ווייניגער, אונזער שכן איז א יקל דען זון פון א יקל. קיין גרויס האפענונג האט מען אויף אים קיינמאל געלייגט, אחוץ פון דאס אז ער האט ברוך השם חתונה געהאט צי א געראטן מויד און די צדדים האבן זיך געטרייסט אז וואס ער ווער חרוב מאכן וועט זי צוריקשטעלן...
הכלל, סוכות ווערט וואס א טאג נענטער צי יום כיפור (וועא"מ)... און אונזער שכן האט קיין שלאק פאר א צידעק... נו, ער שמועסט אפ מיט'ן בני בית דאס היינט נאכט אנשטאד אהיימקומען כמנהגו אים זייגער 0:00 וועט ער קודם אריינסטאפען צום "סוכה סענטער" וואס אדווערטייזט אז זיי פארמאגען די "גאר שטארקע דויערהאפטע ספעציעלע העווי שלעקער ניילאנס" און ער וועט איינהאנדלען אזא קאלערדיגע דאכענע פאר די סוכה זיינעם.
ס'בני בית איז מסכים מיטעם. - הגם טיף אין הארצען האט זי חרטה פארן אים נישט אפרעדען דערפון. זי ווייסט דאך יא וואס איר בן זוג איז ראוי אויף. אבער זי טרייסט זיך אז כאטש ווייזט ער סימנים פון פראגרעס און נעמען זעלבסט קאנטראל און ריספאנסעבילעטי אויף אזענע וויכטיגע אישו'ס.
אונזער חבר פעקלט זיך אריבער נאך די ארבייט (ארבייט?! המממ... אזוי רופט ער עס... גיי קריג דיך מיט אים!) ווענדענדיג זיינע טריט צום סוכה סענטער מיטנעמענדיג זיין טלית ותפילין אויפ'ן וועג אהיים.
גלייך ביים אריינשפאנען אינעם טרעילאר הנקרא "סוכה סענטער – די גרעסטע אויסוואל פון אלע פארשידענע כלי משחיתים אינטער איין דאך. גיב אכט נישט צי טרעטען אויף די אויסגעגאסענע שאכטעל 2.1/2 אינטשיגע נעגל!" ווי נאר ער עפענט די טיר ענטפאנגט אים די רוקן פונעם לעצט אריינגעקומענער אינעם "צענטער" צוליב די אבנארמאלע געדרענג אינעם צענטער...
שטייט ער דארט ביים טיר אזוי האלב אינעווייניג און האלב אינדרויסען, ווען יאוש מחשבות הייבן זיך אן וועבען ביי אים אין שלי-מזל חלל הנקרא "קאפ". ער שטייט און ביטערט אינערליך אויף זיין נארישע באשלוס צי קומען אליינס קלויבן א שלאק, "זאל מיין שלאקטע קומען נעקסטיים קלויבען א שלאק" – טראכט ער צי זיך אין ביטערניש... "זי האט דען נישט קיין צייט??" - אבער, דעמעדש דאן בראדער, יעצט ברויך ער ווייזען דרייסטקייט!
ר'שטופט זיך אדורך צווישען א טאטע מיט 4 קינדער אינטער 7... און א בחור מיט צוויי "טו ביי פארס" און א קארדלעס דריל מיט די גרעבסטע ביט צו בארן די אויער פון א עלעפאנט נאכן שש שנים יעבוד ובשביעית יצא. ענדליך קומט ער אן צום "יושב ראש" וואס זיצט איבערגעבויגן איבער א לעפטאפ ווען פון הינטער אים שטייט א אינסטראקטער און צייגט אים אוואו די "ענטער קוה" (ענטער וואס?!) געפינט זיך... און דאן ברויך ער נאר לויפן זעהן פארוואס ספרינט זיך נישט די "אינוואויס".... (מיי גא-ד! מיט די ביינאזמאנעם קאמפיוטער טעכניקער און גיגס....)
הכלל, נאך אזא צעשטויסענע 15 מינוט אן רעזולטאטען נעמט ער קוראזש און רופט אויס הויעך מיט א געמאכטע קאנפידענס: "האלאו, וואו ליגט שלאקנס?..."
"וואס?!"
"שלאקענס! - - נו!! – וויאזוי הייסטעסנאר.... - א שלאק! – א שלאק פאר די סוכה! נו... ווייסעכמיין.... אךך! א.. א שלעע...וואטעווער! זאג מיר וואו ס'ליגט די שלאקענעס".
"אה, א שלאק... "
"יא. נו... וואו איז עס?"
"וועלכע סייז דארפסטו?"
"וואס?!"
"איך פרעג 'וועלכע ס-י-י-ז' דו דארפסט! ווי גרויס איז דיין סוכה?. . . וויפיל פוס?"
"אה הא... אהאם.... עהעם... וויפיל פוס?!.... עההעם... עהה...
"יא. וויפיל פוס?"
"אהם. אהם... כ'ביניש זיכער. אבער כ'מיין אז ס'איז א עוורידש סייז... אפשר 4 פוס?!????"
"סארי, אבער 4 פוס איז נישט עוורידש... און פליז שטיי נישט דא און פראנט, דו שטערסט די טרעפיק פלאו. שקויעך"
באזאטעלט טון באוואשען שלעפט זיך אונזער חברה-מאן אין א זייט. ער קען נאכנישט באשליסן צו ער זאל יא אדער נישט ארויסגיין פון די "סוכה סענטער העד קוואדערס" צי מאכן די פאון קאל צי זיין חנה'לע אז זי זאל אים א טובה טוען און אפמעסטען די סוכה. צום סוף איז אנגעקומען די "גבר האויב ותבקע וואטעווער" און ער ריקט זיך אין א ווינקעל און קלינגט אהיים..
ס'קלינגט איינמאל.... צוויי מאל.... דריי מאל... – אךך! פונקט יעצט הייבט זי נישט אויף????
"סארי, נאו וואן איז עוועילעבעל טו טעיק יור קא..."
ר'האקט אראפ מיט כעס און שימפט זיך אינטער: "אודאי נישט! --- וויאזוי וויל זי זיין עוועלעבעל?????? משוגע מטארע.... מיך שיקט זי דא קויפן א שלאק בשעת וואס זי שלעקטשעט זיך ארום מיט אירע שוועסטערס אויפ'ן פאון. הא?!"
ער שפאנט ארויס אינדרויסען פונעם טרעילאר... קיינער מוז דאך נישט מיטהאלטן אז ער האט הינערנע שלום בית... ר'קאלט נאכאמאל אין פראסטראציע. ברוך השם אז דאס מאל האט זי אויפגעהויבען ביים ערשטען קלינג.
"יא. האסט מיר פארגעסען צו זאגן די סייז פון די סוכה. איך קען נישט קויפן קיין שלאק אויב ווייסעך נישט די סייז!!!"
"איך האב דיך פארגעסען צו זאגן?! ... פארוואס ביסטו געגאנגען פארן וויסן?... וואס האסטו געטראכט?"
"אקעי. וואטעווער.... קענסט פליז גיין קוקען די סייז?"
"איין מינוט. לאמיך גיין נעמען א טעיפ-מעשער".
"ניין, דארפסט נישט קיין טעיפ-מעשאר. יעדע האלץ איז צוויי פוס ברייט. זאג מיר נאר וויפיל העלצער אונז האמיר..." (אהה! וואספארא קלוגע מאן כ'בין!! זי איז זיכער אין שאק פון מיין אינטעלעגענציע!! גוט! אפשר אזוי וועט זי זאגן פאר איר טאטע אז ס'נישט געווען אזא שלעכטע מעטש, און מיין שווער וועט מיך שוין אנקוקען צופרי ביי די קאווע....)
"אקעי, כ'בין דא אויפ'ן גאס. איינס, צוויי, דריי, פי... ... ... ... ... אקעי, כ'זעה 17 העלצער"
"אקעי שקויעך. ביי"
"דאפ - - -
דייל טאון......
ער מאכט א שנעלע קאלקעלעשאן. 17 העלצער 2 פוס א האלץ איז 30... פיר און דרייסיג!... פלאס אביסעל פאר מיסיס סרח העודף, איז א קיימא לן פון זעקס און דרייסיג פוס. נו גוט, וועט מען נעמען א 40 פוסיגס.
מיט אימפעט יאגט ער אריין צום סוכה טרעילאר און שפאנט זיכערערהייט צו צים טישל. "אקעי. איך דארף א פערציג פוסיגע שלאק!"
"אקעי, גיי דארט אויף די רעכטע זייט די לינקע שאנק די צווייטע שעלף די לינקע באקס פון אויפען אראפ. דארט ליגט 40 פוסיגע *שלעקעס*"
(ער האט גוט אויפגעכאפט די "שלעקעס טשעפע" פונעם גרויס-האלטערישע ראצער'ל ביים קאמפיוטער. אבער ער איז מחליט אז ער גייט עס נישט נעמען פערסאנעל...)
ער שלעפט זיך פאראויס. שטופט זיך דורך די מאסן "סארדינען-אויף-צוויי-פוס" און הייבט אן זיכן א 40 פוסיגע שלאק. - פארגעסט נישט! ער האט נאכאלס די טו"ת מיט זיך... - ער דרייט איבער אלע שעלוועס. ווארפט אויף אלע שלאקסעס'עס... ביז! ער טרעפט ענדליך א 40 פוסיגס.
ער באצאלט און יאגט אהיים.
אנקומענדיג אהיים האבן אים שוין אפגעווארט צוויי נעפיוס וואס די בני בית האט פארשאפט מיט איבערצייגען זייער מאמע אז פון זיי האלטן אין שטוב וועט נישט ארויסקומען קיין גרויס ניצען און גוטס. נו, האט זי די וואוילע מומע זיי איינגעשפאנט צו העלפן פארוואסערן די בזיונות וואס איר שכנגד איז אבאוט טו ברינג עלייוו...
יאווען זיך אזוי פעטער און נעפיוס איבער א ריזען שטיקעל שלאק פלעסטיק 40 ביי 10 גרויס. און שטייען אויף לייטער און קעסטלעך און דרילן אריין די מערב זייט פון די שלאק אינעם בנין אריין.
אבער דא שלאגט איין נעפיו פאר אז ס'זעהט עפעס אויס ווי ס'איז צו לאנג די שלאק...
"ס'איז *זייער לאנג*" לייגט דער צווייטער צו.
דער פעטער צייגט קענטעניס און ערקלערט זיי אז ווען די שלאק וועט זיין שיעף פארניצט עס מער שטחים ווי ווען ס'איז גראד, און דערפאר האט ער געקויפט אזאנס וואס איז גענוג לאנג.
געענדיגט באהעפטען צום וואנט, און "יאלא!" מען ראולט אראפ די רעסט און..... ס'ראאאוווללללטטטטט......
ס'ראולט און ראולט און ס'זעהט נישט אויס ווי ס'גייט אמאל אויפהערן...
אלע לויפן זיי צוזאמען אראפ אויפן גאס זעהן וואס אזאנס ס'האט פאסירט. און פאר זייער אויגען אנטפלעקט זיך דאס שטוינענדע. נעמליך די שלאק גרייכט כמעט ביז די גראז... צוויי שטאק אראפ...
דער אינטערשטער שכן עפענט זיין באדעקטע סוכה פענסטער און רופט אויס סארקאסטיש: "זאג נאר, האסט פארגעסען צו באהעפטען די שלאק פון אויבען?!"
אונזער חבר כאפט א קדחות און פיצט ארויף צו זיך אין שטוב און שטעלט ס'ווייבל אויף א קרייץ פארהער. ער וויל דערגיין וואספארע מיסקאלקעלעשאן דא איז פארגעקומען.
זי זאגט אים, "איך ווייס נישט. דו האסט געזאגט אז יעדע האלץ איז 2 פוס. נו, כ'האב אבגעציילט די העלצער און ס'איז געווען 17...."
וועלכע העלצער האסטו געציילט??? - פרעגט ער איבעראשט.
"וואס הייסט? די פון די פארטש געיט" - זאגט זי בתמימות
"יוי!!!!!........ רבונו של עולם!!!!!...... די פארטש געיט העלצער?!???? די 6 אינטשיגע העלצער??? דאס האסטו געציילט????... יוי...... "
"וואס איז?... נ ני נישט נישט דע דעיס הא האסטו געזאגט אז כ'זאל ציי ציילען?!" - פראבירט זי צי דערשטיקען די טרערן...
"ניין" - זאגט ער. "די סוכה ברעטער האב איך געוואלט זאלסט ציילען. יעדע האלץ פון די *סוכה* איז צוויי פוס"...
"שוין. יעצט וועט מען מוזן בעטן דעם שכן ער זאל אראפבינדען די שלאק ביי זיך..."
***
"האלאו! כ'קען כאטש אויסשניידען א פענסטער אין די שלאק פלעסטיק?" - הערט ער פלוצלינג ווי דער שכן שרייט...
"שנייד מיין פריינד, שנייד" - שרייט ער אראפ באזיגטערהייט...
און אט אזוי איז צושטאנג געקומען די "שלאק-געיט סקאנדאל" פון וואס מיר אלע האבן אזוי הנאה יעדעס מאל מ'זעמיר די לאנג הענגעליגע שלאק פלעסטיק'ל וואס איז מחובר צום דריטן שטאק, אבער איז באהאפטען צום ערשטען.
איי ואת #סרח העודף...
גוט יאנטעף אלע ברודער! האט א שמחת יו"ט, ונזכה לישב בסוכות עורו של לויתן מיט הקב"ה בראש!

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 12:56 pm
- האט שוין געלייקט: 35 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל
אבינו שבשמים,
בחודש האחרון, תקעתי בקרן של איל, אכלתי ראש של דג, סבבתי תרנגול על הראש, נעלתי נעלי גומי, לבשתי חליפה, מעל זה חלוק בד לבן, התפללתי וצמתי 25 שעות, ישבתי בתא עם תקרת קש בליתי עם ההורים של אשתי שלושה ימים רצופים ועוד שלושה עם הורי, הסתובבתי עם עץ קטן ופרי ביד, דפקתי 5 ענפי עץ על הריצפה, אכלתי כמעט 4 קילו בקר, עגל, לשון ושאר בשרים עם סוגים אחרים של מזונות וארוחות עד כדי מוות, רקדתי שעות ארוכות עד אפיסת כוחות, השתמשתי בששה ימי חופשה בלי לזוז מהבית וישבתי בבית הכנסת יותר שעות מאשר בעבודה.
וכל זה כי ציווית אותי וכמוני עשו רבבות יהודים בכל העולם.
אז רבש"ע, פרגן לנו איזו תקיעה אחת (בשופר גדול אם אפשרי) ותשלח חמור לבן אחד (עם המשיח עליו, כן?) ותבנה לנו סוכה אחת (זו של דוד, הנופלת...) ותבשל לנו ארוחה בשרית אחת (שיהיה שור הבר, סבבה).
רק רבש"ע אם אפשר, בבקשה -הערב!!!

עזריאל האט געשריבן:אבינו שבשמים,

וקודשא בריך הוא שוחק באותה שעה, ואומר: 'נצחוני בני, נצחוני'...
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
אדנירם האט געשריבן:עזריאל האט געשריבן:אבינו שבשמים,
בחודש האחרון, תקעתי בקרן של איל, אכלתי ראש של דג, סבבתי תרנגול על הראש, נעלתי נעלי גומי, לבשתי חליפה, מעל זה חלוק בד לבן, התפללתי וצמתי 25 שעות, ישבתי בתא עם תקרת קש בליתי עם ההורים של אשתי שלושה ימים רצופים ועוד שלושה עם הורי, הסתובבתי עם עץ קטן ופרי ביד, דפקתי 5 ענפי עץ על הריצפה, אכלתי כמעט 4 קילו בקר, עגל, לשון ושאר בשרים עם סוגים אחרים של מזונות וארוחות עד כדי מוות, רקדתי שעות ארוכות עד אפיסת כוחות, השתמשתי בששה ימי חופשה בלי לזוז מהבית וישבתי בבית הכנסת יותר שעות מאשר בעבודה.
וכל זה כי ציווית אותי וכמוני עשו רבבות יהודים בכל העולם.
אז רבש"ע, פרגן לנו איזו תקיעה אחת (בשופר גדול אם אפשרי) ותשלח חמור לבן אחד (עם המשיח עליו, כן?) ותבנה לנו סוכה אחת (זו של דוד, הנופלת...) ותבשל לנו ארוחה בשרית אחת (שיהיה שור הבר, סבבה).
רק רבש"ע אם אפשר, בבקשה -הערב!!!
וקודשא בריך הוא שוחק באותה שעה, ואומר: 'נצחוני בני, נצחוני'...
און אלעס בלייבט ביים אלטן
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק