איז אפלאזן די עלטערנס דרך א עטישע עוולה?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

איז אפלאזן די עלטערנס דרך א עטישע עוולה?

שליחה דורך moshav zekeinim »

טאמער פארשטייען זיך די עלטערן מיט די קינדער טראץ קולטורעליעזע שפאלטונגען צווישן זיי, דאן איז עס א ברכה און נישט אויף דעם איז געווידמעט אונזער שמועס. איך וויל זיך באציען ווען דער קוךטורעליעזע שפאלט פאראורזאכט א ווירקליכער אומאראפשלינגבארער שפאלט צווישן עלטערן און קינדער, וואס ביידע צדדים זיכן דאן שטיצע ביי די געזעלשאפט, און ביידנס מהלכים זענען דערהערבאר ביי געוויסע קרייזן מענטשן:

די צד פון די עלטערן ביי חרדים, איז שארף, איינזייטיג, אן קיין פשרות און אן קיין סברות: אזוי איז עס, דאס קינד וואס לאזט איבער אונזער דרך איז אונז מצער און ער טוט א געפערליכער עוולה, נקודה.

די צד פון די קינדער ווידעראום ווערט עפ"י רוב באגלייט מיט גאנצעטע פסיכאלאגישע אויפגעקלערטע מיינונגען, און די אפעציעלע בעלי דעת טוען זיי שטיצן.

ביידע צדדים פארמאגן א געווער צו כאפן די גאס, די עלטערן "שטאטוסקווא" און די קינדער "אזויגערופענע יושר", ביידע ניצן עס גוט אויס צו זייער זייט, און אמאל געווינט דער און אמאל געווינט דער און אמאל איז נישטא קיין געווינער.

אלס איינער וואס האלט זיך אלס א בעל יושר, וועל איך געוויס נישט אננעמען די טענה פון שטאטוס קווא, און איך וועל ליבערש צולייגן אן אויער צו די קינדער וועלעכע קומען מיט סברות, און ברענגען ארויף יושר'דיגע טענות בנוגע זייער חרות.

איז אבער מיין שאלה דא, צו איז טאקע די שטאטוסקווא טענה פון די עלטערן בלויז שריים פונעם אומ'יושר'דיגן פונסטערן מיטל אלטער, און די קינדערס טענה א ריין ענלייטמענט יושר'דיגע טענה?

אפשר הערן זיך די עלטערן'ס אומזיניג און די קינדערס פארשטענדליך, טאקע דערפאר ווייל היינט איז א אמאליגער פארשטענדליכער זאך פשוט אונטערדרוקט געווארן דורך דעם דור פון חוצפה יסגי?!

קומט אויס אז די יונגע האבן נישט בעסערע סברות, זייענדיג יונג, ברויכן זיי חרות און רייטן פשוט אויף די אידילאגיע פון חרות וואס איז היינט פאפולער, בעת די עלטערן וועלעכע ברויכן אן אויסגעפארעמט לעבן (עכ"פ כלפי די שליטה אויף זייערע קינדער) פאררופן זיך אויף די אמאליגער אידיאלאגיע פון חיי טראדישן (דערמאן זיך ווי טוביה דער מילכיגער שרייט "טראדישן").


אלזא, וועלעכער אידיאלאגיע איז ריכטיגער? עס איז מיר שווער צו ענטפערן. דער רמב"ם'ס שביל הזהב איז דא אויך גילטיג, אפגעזהן פון וועלעכע מהלך עס איז ריכטיגער, לדעתי דארף דער טאטע זעהן צו פארשטיין די געברויך פונעם קינד'ס חרות, און דער קינד דארף זעהן צו רעספעקטירן די עלטערן'ס געפילן. דאס זיך נישט רעכענען פון איין צד מיטן אנדערם קען שאפן אומגעהוירע צער איינער פארן אנדערן.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

כבר פסקו חז"ל בנין נערים סתירה.
(די שמועס דארט איז געווען גראדע גאנץ א אקטועלע טעמע איבער שטייערען, ווי אזוי מ'קויפט איין די עולם בעסער).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירח, ס'איז נישט דומה.
דו וואלסט אויך געזאגט אויף גאלילעי אז 'בנין נערים סתירה', און אריסטו'ס חשבונות מיט די כוכבים ומזלות זענען ריכטיג...

בנין נערים סתירה קומט נאר אריין ווען די זקנים האבן עקספיריענס דערין, ווען זיי קענען מסביר זיין זייער שטאנדפונקט, און ווען זיי האבן אויפגעוויזן זייער סוקסעס מיט זייער מהלך ביז יעצט.

לא כן ענינינו זה, וואס עקספיריענס איז נישטא, הסברה אין אונזער קו איז זיכער נישטא, און די מורא'דיגע סוקסעס איז אודאי און אודאי נישטא. עכ"פ זיי שטייען נישט בעסער פון די קינדער'ס בנין נערים. סך הכל זענען זיי נערים וואס זענען אויפגעוואקסן און זענען שוין 50 יעריגע נערים. והא ראי', זיין טענה איז 'שטאטוס-קווא', וואס דאס מיינט אין אנדערע ווערטער 'כ'האב דיר נישט וואס צו ענטפערן לגוף הטענה, חוץ פון זאגן שטאטוס-קווא, ווייל בעצם בין איך באנקראטירט'.

דערפאר איז דא א ספק השקול [וואס נעמען גראדע ארום פארשידענע אנדערע פאקטארן אויך, שכעת אינני רוצה לפורטם].
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: איז אפלאזן די עלטערנס דרך א עטישע עוולה?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער סטאטוס-קווא איז געבויט אויף א סתירה צווישען א טאטע'ס רעכט אויף א קינד און דער קינד'ס ווילען זיך אויסצו'ארבעטען לויט זיין נאטור. וויבאלד די רעכט איז נישט קיין תורה'דיגט, אפגעזען פון די סתירה פונ'ם קינד'ס ווילען/פליכט פאר זעלבסט אויסדרוקען, ממילא הער איך נישט קיין סתירה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

Re: איז אפלאזן די עלטערנס דרך א עטישע עוולה?

שליחה דורך [NAMELESS] »

די קינד'ס שיטה האט דאך אויך מענטשן וואס זענען פון די עלטערע עיזש. טאקע נישט זיין טאטע, אבער אויך פון די פריערדיגע דור. קען מען נישט זאגן אז די טאטע האט א מעלה איבער די קינד מיט'ן זיין עלטער
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

איך ברענגט ארויס אז ביידע האבן "סימפאטיע" אין גאס. איינער מחמת סברה און איינער מחמת שטאטוסקווא, און א רעכטדענקיגער מענטש דארף זיך לכאורה נישט רעכענען בכלל מיטן לעצטן מהלך. אבער למעשה נאכן אריין טראכטן קען זיין אז דער יונגער סברהדיגער שיטא איז נישט מער יושרדיג ווי דער עלטערער אומ'סברה'דיגער שיטה. און בכל אופן דארף מען וויסן דער מיטל וועג.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פארוואס מוז מען נאכמאכן די עלטערן? לויט "שטאטוסקווא" וואס דארף איינער טוהן אז זיין טאטע באלאנגט צו א שרעקליכע קולט א שטייגער ווי העלבראנץ וכודומה?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

שטאטוסקווא האט לדעתי נישט קיין שום תוקף קעגן דעם ערך פון חירות, אבער וויבאלד אונטער דעם שטאטוסקווא טענה ליגט למעשה א געוואלדיגער ווייטוג פון די עלטערן, דעריבער, אלס עטישע סיבה, דארף מען זיך רעכענען מיט זיי.

איך זאג "זיך רעכענען" ד.ה. לכל הפחות עס נעמען אין חשבון. און פארשטענדליך, טאמער די עלטערןס מהלך איז בכל אופן אומדערטרעגליך פארן קינד, איז דאך חייך קודמין, אבער דאס איז נאכדעם וואס יר האט זיך פראבירט צו רעכענען מיט זיי.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

א טאטע פון א קינד וואס פאלט אריין אין העלבראנץ קולט מעג זיין ברוגז אויפן קינד? א טאטע וואס איז פרום מעג אנקוקן א קינד וואס גייט אראפ פון וועג ערגער וואו ווען ער גייט צו העלבראנץ... און לשיטתו איז דער צד שכנגד נישט שכל'דיג. דער פראבלעם פונעם עקסטרעמיסטישן טאטן איז (לדעתי)אין נישט קענען קענען זען די לעגעטימקייט פונעם זונ'ס באשלוס און נישט אין וויאזוי ער רעאגירט צו זונ'ס באשלוס וואס איז אין זיין מח א באשלוס פון טויט
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

געווענליך ווי מער שמאל קעפיג און פארמאכט מען לעבט אין א קאמיונעטי, אלס מער אהרט עס.

אפגעזעהן צו די עלטערנס אידאלאגיע פון פארמאכטקייט איז ריכטוג צו נישט, איז מיין מיינונג אז וויבאלד דער דרך העולם איז אז ער באדערט שטארק א טאטן פון א פארמאכטער קאמיונעטי אז דאס קינד לאזט עס איבער, דארף דעריבער דער קינד זיך רעכענען דערמיט ככל האפשר.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

chusid האט געשריבן:א טאטע פון א קינד וואס פאלט אריין אין העלבראנץ קולט מעג זיין ברוגז אויפן קינד? א טאטע וואס איז פרום מעג אנקוקן א קינד וואס גייט אראפ פון וועג ערגער וואו ווען ער גייט צו העלבראנץ... און לשיטתו איז דער צד שכנגד נישט שכל'דיג. דער פראבלעם פונעם עקסטרעמיסטישן טאטן איז (לדעתי)אין נישט קענען קענען זען די לעגעטימקייט פונעם זונ'ס באשלוס און נישט אין וויאזוי ער רעאגירט צו זונ'ס באשלוס וואס איז אין זיין מח א באשלוס פון טויט

איין סעקונדע. מען רעדט דא פון OTD? בסך הכל רעדט מען פון טוישן אביסל. כ'ווייס אז דער טאטע שרייט אז אזוי הייבט זיך עס אהן... אבער פאר די סעיק אוו די קאנווערסעשאן איז א שפאן לינקס אסאך מער פארשטענדליך און מ'קען עס פשוט'ער מסבר זיין. משא"כ א קליינטשיקער טריט צו שיכן העלבראנץ א זאך וואס מ'קען נישט מסבר זיין אדער פארשטיין אהן נישצן די ווערטער ווי "נעבעך", "אזוי ארבעט עס", א.א.וו.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: איז אפלאזן די עלטערנס דרך א עטישע עוולה?

שליחה דורך נולד מאוחר »

פאר מיין מיין טאטע איז געווען מיין בלוי קאלער דזשאב חרפות און בישות, נאכן ארבעטן אין אן אפיס פאר אפאר חדשים האב געשפירט סאיז נישט פאר מיר, סגעבט מיר נישט קיין סיפוק. האב איך געטון איז גוט פאר מיר, וואס געבט מיר סיפוק און מיין טאטע זאל דיעלן מיט זיין צער. אז ער איז נישט גרייט אראפשלינגען זיין בישות כדי איך זאל האבן א בעסער לעבען, דיסערוועד ער נישט איך זאל זוך רעכענן מיט עם.
דאס זעלבע איז מיט אטד אדער עני טויש, אויב איז דאס א זאך וואס געבט מיט סיפוק, משמעות און לעבען און ער קענען נישט פועלן מיר צי זאגן, טו וואס איז גוט פאר דיר, זאל ער נישט באשאפן קיין מענשטען.
וואס מאכט עם טראכטן אז ער ווייסט בעסער וואס איז גוט פאר מיר? אויב בין שוין 40 יאר אלט קען איך מיך שוין פארמעסטען מיט זיין חכמה? היו אבויט איך האלט אז פאר עם איז גוט א בלוי קאלער דזשאב, וועט ער קאנסידרען מיין מיינונג?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דער נושא קען מען אפלערנען פון אסאך צדדים, אבער בפשטות איז ביי אונז אידן פאראן די מושגים פון צאי לך בעקבי הצאן, מסורה, נישט משנה זיין, שאל אביך ויגדך, און נאך. ממילא איז פארשטענדליך אז אויב א קינד נויגט אפ פונעם דרך המקובל טוט עס וויי פאר די עלטערן.

און בכלל שפירן עלטערן אז זיי זענען שוין אדורך די יונגע צעלאזטע יארן און זענען שוין עלטער און באזעסן, און זיי שפירן אז זיי האבן קלארער ארויס דעם תכלית החיים, אלזא איז א ווייטאג אויב זייערע קינדער פירן זיך אויף לייכטזיניג וואס קומט נישט מתוך הכרה אז דאס אז דער ריכטיגער לייף סטייל, נאר אין אלגעמיין מתוך הפקירות און פריקת עול. וקצרתי מאוד.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אפשר איז עס נישט די ריכטיגע אשכול אבער כהאב נישט געטראפן א בעסערע פלאץ, א אמתע מעשה וואס איך קען פון די נאנט וואס האט אויפגעשאקלעט און געשטינקן אין די גאנצע שטאט, זייער אינטערסאנט.

http://narrative.ly/healing-hasidic-mas ... ric-drugs/
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

די 'דיני' פון די מעשה הייסט ___ און יעדער אין מאנסי קען די מעשה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

וואס עס רעגט מיך אויף מיט די אלע אט''ד און חרדים חדשים אינטערוויוס/ביכער איז ווי געזונט זייער סעלעקטיוו מעמארי און סעלעקטיוו סטאריטעלינג ארבייט.

אינטרעסאנט ווי יוסי 'פארגעסט' צו דערציילן אז זי האט מוותר געווען מרצונה אויף אירע פינעף קינדער! וואס הייסט מוותר געווען? זי האט פשוט אנגעקלאפט אויף איר מאן'ס טיר און געזאגט דא האסטו די קינדער און גוד ביי (איך האב עס מיטגעהאלטן כמעט לייוו).
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איז עס נישט געווען אין ב"פ? די סטאר איז זיכער אין ב"פ
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך mevakesh »

איך אויך האט געשריבן:וואס עס רעגט מיך אויף מיט די אלע אט''ד און חרדים חדשים אינטערוויוס/ביכער איז ווי געזונט זייער סעלעקטיוו מעמארי און סעלעקטיוו סטאריטעלינג ארבייט.

אינטרעסאנט ווי יוסי 'פארגעסט' צו דערציילן אז זי האט מוותר געווען מרצונה אויף אירע פינעף קינדער! וואס הייסט מוותר געווען? זי האט פשוט אנגעקלאפט אויף איר מאן'ס טיר און געזאגט דא האסטו די קינדער און גוד ביי (איך האב עס מיטגעהאלטן כמעט לייוו).

אויף ווי ווייט איך האב געלייענט רעדט ער נישט קיין ווארט פון איהר געשיכטע נישט קיין גוטס און נישט קיין שלעכטס נאר פון זיין איבערלעבעניש
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך אויך האט געשריבן:די 'דיני' פון די מעשה הייסט ...


גבאים ווי זענט איר יעצט אויס צומעקן פריוואטע נעמען ?????????????????????
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך אויך האט געשריבן:וואס עס רעגט מיך אויף מיט די אלע אט''ד און חרדים חדשים אינטערוויוס/ביכער איז ווי געזונט זייער סעלעקטיוו מעמארי און סעלעקטיוו סטאריטעלינג ארבייט.

אינטרעסאנט ווי יוסי 'פארגעסט' צו דערציילן אז זי האט מוותר געווען מרצונה אויף אירע פינעף קינדער! וואס הייסט מוותר געווען? זי האט פשוט אנגעקלאפט אויף איר מאן'ס טיר און געזאגט דא האסטו די קינדער און גוד ביי (איך האב עס מיטגעהאלטן כמעט לייוו).


איך קען די מעשה גאר גיט, אמת אז איר מאן ברענגט אויף די קינדער, דעס מיינט נאכנישט אז זי האט אויפגעגעבן די קינדער, אירע קינדער רעדן מיט איר און באזוכן איר און האבן שטארקע שייכות מיט איר, וואס וואלסטו געוואלט זי זאל אויפברענגען די קינדער איר וועג אדער איר געוועזענע זאל האבן די קינדער? ווען ס'וואלט געוועהן פארקערט וואלסטו געשריגן אז זי איז א רשע'נטע, עניוועי שרייב נישט קיין האלבע מעשיות, זי איז אדורך אסאך צרות און יסורים אין איר לעבן, און שרייב נישט קיין עכטע נעמען ווען יענער האט אליינס נישט געשריבן, זיי האבן קינדער אין די סיסטעם וואס דארפן שידוכים טוהן אין די סיסטעם און זיי זענען אינגאנצן אומשולדיג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

חוצפה שאין כמוהו אז מ׳מעקט נישט אויס די עכטע נעמען! הזאת קאווע שטיבל?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

חוץ מזה זי האט א אייגענע ביזנעס און זי מאכט שיין געלט און זי האלט בעיסיקלי אויס אירע קינדער און איר געוועזנע, דעס מיינט אויפגעגעבן די קינדער???? נישט אין מיין דיקשאונערי.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

אז דיני האט מוותר געווען מרצונה אויף אירע פינעף קינדער! וואס הייסט מוותר געווען? זי האט פשוט אנגעקלאפט אויף איר מאן'ס טיר און געזאגט דא האסטו די קינדער און גוד ביי (איך האב עס מיטגעהאלטן כמעט לייוו).


כמע"ט ר"ת כיש מיר אין טוחעס וד"ל.

דיין כמעט מיטגעהאלטענע מעשה איז אויסגעזויגען פונ'ם דמיון. די קינדער זיינען ביי איר כסדר. די קומיוניטי וואלט איר געדארפט נוצען אלס ביישפיל "אט איז א פרוי וועלכע האט ערמעגליכט איר פרומע מאן אויפהאדעווען איר קינדער אויפן חסידישען דרך, אפילו עס האט איר געקאסט טאג טעגליכען פיזישע קשר".

נו, אם אין דעת...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום shtriemel, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חכמה בגויים אל תאמין
פארשפארט