געפילטע האלאפטשעס

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
[NAMELESS]

געפילטע האלאפטשעס

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
.
.
.
.
דא האט געזאלט זיין עפעס געקלאפטע אותיות וואס איך האב יעצט געפערטיגט אריינפאונטשען אין די קיע באורד פון מיין לעפ טאפ אבל מה אעשה אז די שטן האט זיך אריינגעכאפט ווי ביי דער בעל תוקע אינעם שופר, און פונקט ווען איך האב געדריקט דער שיק קנעפל האט זיך דער אונטערנעט פארפלאנטערט און סאיז ארויף געקומען געמיינע לאזונגן, אויסגעקוקט האט עס ווי געמיינע טשייניזע העקערישע קאודס, דער לעפטאפ האט פארלארן זיינע פארביגע קאלירן און געווארן א בלאסער, דער קאוד האט זיך געליינט עפעס ווי: webpage was not found, און צו מיינע אלע ווייטונגען האט ער נאך צוגעלייגט אזא וויינעדיגער באקסעלדיגער אמאודזשי, נאך לאנג געטראכטע סקונדעס האב איך געגעבן א דריק דאס צוריק קנעפל וואס שטייט דא מיט א א אומבויגזאמקייט אויף די לינקער זייט פון מיין סקירן און מיט שטאלץ פאכעט ער דער דיקער פינגער שארף אויף צוריק אבער ליידער האט עס נישט געהאלפן איך האב פרובירט נאך עטליכע מיטלן אבער אומערפאלגרייך, די קנעפליך טוען דאס איריגע אדער צו גוגל אדער צו קאווע שטיבל-הויפט זייט נאר נישט צו מיין פארקלאפטער מאמר וואס האאט געברויכט זיין שמייכלדיג לכבוד יום טוב.

דער שאדן איז גרויס, חבל על דעבדין, איך האב פרובירט אנצוהייבן פון דאס ניי אבער איך האב מיר גשעפירט ווי א שמאטע, ווי אויך האט זיך אין מיר אנגעצינדן דער לאו קאנפידענץ סינדראם, טראכטענדיג אויף יעדער זאץ (פון וואס ביים ערשטן מאל שרייבן האב איך ווי א נער וואס לאכט פון דער אייגענער וויץ א שמייכל געטון) אז דאס איז קיין וויץ, קיינער גייט נישט לאכן, סגייט זיין קארני, יא ער וועט מיר א לייק טון פאר די מצוה אבער וועט מער לאכן פון מיר ווי פון די אומלאכבארער וויץ, אזוי האב איך אראפגעשניטן איין וויץ נאך דער צווייטער ביז איך האב אנגעהויבן וויינען פון די ערענסקייט פון דער אשכול, ס'געווען אזוי ערענסט אז סהאט זיך געשפירט כאילו סזאל ווען געשריבן ווערן צוויי טעג פאר שאנארבא.

אוי ווער רעדט נאך פון די פילע ספעלינג און גרעממער מיסטעיקס מיט וואס מיין אידיש שריינבענדע פינגערס זענען באכאשעם געבענטשט מיט, א קיצור קרח מכאן וקרח מכאן נאכן אפשרייבן צוויי מאל דער אשכול האב איך עס נאכאמאל פארמעקט און פאר גרויס צער אנגעהויבן טראכטן וואס איך בין ערשט יעצט דורך, איך האב טאקע געטראכט מיט די פינגערס אפשרייבנדיג דאס גאנצער שיקזאל, יעצט זייענדיג פערטיג קאן איך אייך זאגן אז נאכן זיך אויסרעדן צו מיין באליבטע קאמפיוטער וואס האט שטענדיג א אוזן קשבת צו מיינע רייד, קלוגע ווי נערישע אלעס הערט ער מיט די זעלבער נייגער, פיל איך באכאשעם בעסער, און איך טראכט כאטש די שורות מיטצוטיילן מיט אנדערע דא וואס האבן שוין חורה אויך געהאט דער איבעלעבעניש, איך האף נאר אז דאס מאל וועט זיך דער געשריבענער דורך שטיפן די שורה און אנגעקומען למקומו הראוי אן קיין ווידערשטאנד פון די ווערייזאן סערווער'ס.

טיאםטעב
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

האסט פרובירט
Ctrl - shift - T

אויב נישט עסטו וויסן פאר נעקסט טיים.. דאס דארף צו ארבעטען אויף אזא פאל.
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך יודישע שרייבער »

וכדומה.. האט געשריבן:האסט פרובירט
Ctrl - shift - T

אויב נישט עסטו וויסן פאר נעקסט טיים.. דאס דארף צו ארבעטען אויף אזא פאל.

און וואס טוט מען ביי א טעלעפאון?
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

Re: געפילטע האלאפטשעס

שליחה דורך ביליג »

איך שפיר דיין צער! אין נאך שטערקער איז מיין צער פאר'ן נישט זוכה זיין צו זעען דיין ארטיקל חבל על דאבדין
קיינער האט נישט ליב קיין עצות און ספעשעלי נאך וואס עס איז שוין געשען אבער כ'וועל דאך שרייבן לטובתך און לטובת הציבור ... אויב ווילסטו אז ווען דו שרייבסט זאל עס גע'סעפט שרייב עס אויף google docs אדער אויף gmail עס ווערט גע'סעפט אוטומאטיש

Sent from my SPH-L520 using Tapatalk
ביליג איז טייער...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ביליג האט געשריבן:איך שפיר דיין צער! אין נאך שטערקער איז מיין צער פאר'ן נישט זוכה זיין צו זעען דיין ארטיקל חבל על דאבדין
קיינער האט נישט ליב קיין עצות און ספעשעלי נאך וואס עס איז שוין געשען אבער כ'וועל דאך שרייבן לטובתך און לטובת הציבור ... אויב ווילסטו אז ווען דו שרייבסט זאל עס גע'סעפט שרייב עס אויף google docs אדער אויף gmail עס ווערט גע'סעפט אוטומאטיש

Sent from my SPH-L520 using Tapatalk

גוטער געדאנק, וכן נוהגין מכאן ולהבא
פארשפארט