בראשית האט געשריבן:יעצט צום ענין פון אמונת צדיק וויל איך דערמאנען א צוואות בעש"ט פאר זיינע תלמידים ווער זאל אים איבערנעמען האט ער קלאר געזאגט זיין זוהן ר' צבי כידועה אבער וואס איז געווארן? מסירת נפש? אמונת צדיקים? גארנישט! מהאט געזעהן סטויגט נישט איז מען געגאנגען ווייטער.
תמיה רבתי: זיי מסביר וואס די ווילסט ארויס בריענגען. ע"כ.
יעצט לייג עס אינקאנטראסט מיט דו מציאות וועגן אומן ווען כלל ישראל וואינט בכלל נישט אין יענע לענדער.
תשובה: וועט מען באקומען אביסל מער שכר פארן פארן און אלע טלטולים און עגמת נפש וואס מען גייט אדורך.
און מאך דאס פאר יסודות אין עיקרי אמונה. עוד דוגמא די תיקון כללי וואס געשעט ח"ו אז איינער לייגט צו א עלעפטע קאפיטל? א קפיטל תהלים ברענגט דאס קליפת מיט חיצוניים? עי' בשער הצדיק ח"ג.
תשובה: אין הספר תחת ידי אפשר שרייב וואס עס שטייט דארט ווייל איך פארשטיי נישט וואס די האסט געשריבן.
וע"ז נאמר בליקוטי מהר"ן אות רנ"ה אז אמונת צדיק אהן קיין דעת ברענגט א נפילה אין אמונה
תשובה: אינו תחת ידי עכשיו אבער איך מיין ער רעדט דארט א נפילה און אמונת צדיקים דאס הייסט אז אמונת צדיקים דארף קומען מיט דעת אנדערש פון אמונה בשם וואס דארף זיין מיט אמונה פשוטה.ע"כ.
און ליידער זעהט מען געוויסע קביצות אין ברסלב טאקע האבן געמאכט פון רבין א עבודה זרה מדאווענט צי אים מדינט אים מטרעט אויף די י"ג עקרים. להמשיך.
איך האב נאכנישט געטראפן די קבוצות און אוודאי אז מען קען נישט פסלענען א דרך החסידות ווייל קבוצות וואס טוהן נישט ריכטיג שרייב נאר וועלכע חסיד די ביסט און בין זיכער עס איז דא געניג וואס צו שרייבן דארט אויך.
א דאנק, אבער ווען איך פאטשקע נישט מיין צייט דא, וויל איך בעסער לערנען תורה, איך האף דו האסט נישט קיין פאראיבעל. אז מצות ישוב ארץ ישראל קומט פונ'ם קיבוץ אין אוקרייאנה, נישט פון עולי בבל, איז צו ווייט א טע'אריא פאר מיר צו דערהייבען. באט קיפ איט אפ. מאכט'ס א לעבען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א דאנק, אבער ווען איך פאטשקע נישט מיין צייט דא, וויל איך בעסער לערנען תורה, איך האף דו האסט נישט קיין פאראיבעל. אז מצות ישוב ארץ ישראל קומט פונ'ם קיבוץ אין אוקרייאנה, נישט פון עולי בבל, איז צו ווייט א טע'אריא פאר מיר צו דערהייבען. באט קיפ איט אפ. מאכט'ס א לעבען.
די ווערטער כמבואר בדברי אדמור מיינט אויף ארויס צו ברעינגען די המשך אז מיט דעים אלעם וואס אפילו ר נחמן זאגט אויך אזוי נעמט עס נישט אוועק פון אומאן וידוע אז און ברסלב איז געוועין א מוראדיגע ענין קדושת הארץ עי ליקיטי מוהרן ולקיטי הלכות ושאר ספרים און ר נחמן און ר נתן זענען אפילו געפארן קיין ארץ ישראלאון קוק און ליקוטי תפילות מוראדיגע תפילות בנוגע ארץ ישראל איז אויף דעים זאגט אז ראש השנה עולה על הכל אפילו אויף דיעם.
גר ותושב האט געשריבן:פון ווי שטאמט די ברעסלעבע תיקון חצות ותיקין השתוקקת צו ארץ ישראל אויב נישט פון חזל?
דו האסט נאכגעברענגט אז קדושת ארץ ישראל קומט פון עפעס א אוקריינישע קיבוץ. איינער וואס רעכט אפ חצות ווייל ער איז א ברסלב'ער האט אליינס פארגעסען פון חז''ל
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גר ותושב האט געשריבן:פון ווי שטאמט די ברעסלעבע תיקון חצות ותיקין השתוקקת צו ארץ ישראל אויב נישט פון חזל?
דו האסט נאכגעברענגט אז קדושת ארץ ישראל קומט פון עפעס א אוקריינישע קיבוץ. איינער וואס רעכט אפ חצות ווייל ער איז א ברסלב'ער האט אליינס פארגעסען פון חז''ל
ניין נישט דאס האב איך געזאגט איך האב געזאגט איך האב געזאגט אז אפילו און ברסלב האט מען אסאך עוסק געוועין און דעים ( מער ווי און אנדערע פלעצער ) דאך האט ר נתן געהאלטן אז אומאן ראש השנה איז מער חשוב.
נאכן איבער קוקען אלע תגובות זעה איך אז זאכן חזרן זיך איבער מיט אנדערע ווערטער און מי שרוצה קען איבערגיין מה שכבר כתבתי לעיל און ווי איך פארשטיי איז עס שוין נכלל אין אלע שפעטערדיגע תגובות חוץ אז איר ווילט דווקא האט איר מוסיף געווען אפאר סתירות. והבוחר יבחר. לענינינו קענסטו נישט שרייען אז וואס ווילסטו פון רבי נתן ער איז היינט אנגענומען אין גאנץ ברסלב און נאכדעם פארלאנגן פון די גאנצע וועלט ענק נאכצוטאנצען. אויב ווילסטו די גאנצע וועלט דארף מען קוקען וואס האט די גאנצע וועלט געהאלטן איבער אים. וואס איז געווען די מיינונג פון רוב גדולי ישראל איבער דעם אפגערעדט דו מיינונג פון רוב תלמידי מהר"ן. You can't have it both ways ווי עס שטייט אין ספר המדות אות מריבה אז אפילו איין צדיק איז גערעכט אין הימעל גייט מען נאך די רוב.
בראשית האט געשריבן:על ידי צדיק אמת קען זיכער נישט מיינען דו אלע אנדערע צדיקים די ל"ו צדיקים וואס זענען איינגעפלאנצט אין יעדע דור.
Resignation notice.
ווילאנג עס איז געוועין א שמועס איבער וואס עס שטייט און אויף פאשידינע פאקטן האב איך געפיהלט פאר וויכטיג צו זאגן וואס איך ווייס מען זאל נישט קענען מסלף זיין בדברים של הבל אבער ווען עס הייבט זיך אן מיט דברי ליצנות און שאלות און פארוואס עס שטייט און וואס אנדערע האלטן צו האלטן נישט האט דאס נישט מיט מיר ווער עס וויל קען איבער נעמען די פעידער אז איך וועל האבן וואס מוסיף צו זיין וועל איך אפשר אבער איך וויל נישט זיין די נחשון וואס זאל זיך אריין ווארפן און די מים עמוקים שאין להם סוף מסביר זיין חסידות פאר ליטווישע און שיטת ברסלב פאר אנדערע חסידות וואס קיין איינער גייט לכאורה זיך מילא נישט אוועק רוקן פון דרכי אבותם איז עס א שאד די צייט און מיר וועלן בלייבן גידע פריינט. וכשם שאקבל שכר על הדרישה כך אקבל שכר על הפרישה.
איך וועל נאכאמאל זאגן בקיצור וואס איך האב געזאגט איך בין דא געוועין צו זאגן וואס ר נחמן און ר נתן זאגן און האלטן אבער איך בין נישט דא זיי צו פארטיידיגען פארוואס זיי זאגן און האלטן
איך זעי עינק האבן נישט פארשטאנען וועל איך מפרט זיין ברחל בתך הקטנה וואס איך זאג איך בין דא געקומען גראד מאכן די פאקטן און דאס האט איך געטוהן 1) ר נחמן איז אוועק און אומאן און נישט און ברסלב viewtopic.php?p=303032#p303032
אזוי ווי איך האב שוין געשריבן איך האב געזעהן אז מיר גייען סתם איבער וואס מהאט שוין געזאגט וחוזר חלילה און לפענ"ד אלע מראי מקומות קען מען מסביר לויט ווי מיר האבן ערווענט האבן מיר געפילט אז מיר האבן יוצא געווען אינזער פליכט און ממילה האלט איך אז א ברסלבער זאל אנהאלטן זיינע מסורה לפי דעתם של המשפיעים אפילו סאיז מלא סתירות איך מיין 1. מדארף קומען צו אומן דווקא משום די זעלבע סיבה וואס רבי נחמן האט דארט געוואלט ליגן 2. מדארף קומען צו אומן דווקא משום רבי נחמן האט געזאגט כל העולם תלוי בר"ה שלי נומבר איינס איז מקום נומבר צוויי איז צום רבין. ולפענ"ד איז כמו שביארתי. און די איין צוויי קוואוטס וואס מדארף לפי זה מסביר זיין קען מען גרינג פארענטפערן דאס וואס ער זאגט צו זיין זוהן יצחק אפילו אין עפעס עזרה פון א ביהמ"ד אין אומן לדעתי רעדט ער אז אפילו דו התנגדות וועט זיין שטארק און ער וועט בלייבען איינער אליין צוקומען צום קיבוץ זאל ער זיך האלטן שטארק און קומען אפילו צי עפעס עזרה אבער אבי קומען. גיין אויף אייזענס אויף אלע פיר האב איך שוין געשריבן וחוזר חלילה אנדערע נקודות האסטו נישט געוואלט פארשטיין אדער מסביר געווען אהן נאכקוקען ווי אזוי דיר שמעקט. פאקטן בנוגע ברסלב דינען א רבי אדער דאווענען צי אים ווייל ער איז מקבל תפילות לייקענסטו אזאך וואס אליינס געהערט עטליכע מאל אז די ווילסט גוגל עורך דין ערן בן עזרא ספר ההוכחות בענין זה. בלייבט מיר נאר איבער די כל העולם תלוי בר"ה שלי מיינט ער זיין עבודה. וועל איבערקוקען אויב אלעס ווערט פארענטפערט לפי זה ממילה עקספעקסטו אז ביי מיך זאל אלעס שטימען אבער דו לויפסט אוועק אשטאט זיצען און פארענטפערן.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ממש צוגעפאסט דא. ווען ר' שמואל שפירא איז געווארען א ברסלב'ער, האט ר' איסר זלמן געזאגט 'תיקון חצות איז א געוואלדיגע דערהויבענע עבודה, דאווענען כוותיקין איז אין חז''ל שטארק אויסגערימט. אבער דאס איז אלס ווען מ'טוט עס פאר די חצות אדער דער וותיקין. ווען מ'טוט עס ווייל מ'איז א ברסלב'ער חסיד, איז עס ווערטלאז'. וכן לעניינינו. ווען קדושת הארץ שטאמט פון עזרא הסופר און עולי בבל, מיט'ן פסוק 'והיטיבך והרבך מאבותיך', איז עס אויסגעהאלטען. ווען ס'קומט פון א קיבוץ אין אוקרייאנה איז עס גארנישט מיט נישט, נישט בעסער ווי ציונות.
איך פארשטיי די ווארט פון ר' איסר זלמן אז ווילאנג תיקון חצות איז פאר גלות השכינה הרי זה חשוב אבער טאמער איז עס א תשוקה צי א רבי איז עס ווערטלאז. און רוב מקומות איז די רבי א מיטל צי ווערן נאנט צום אויבערשטן ועל דרך זהו אלע ספרי מוסר וחסידות אין ברסלב הוא דבר רגיל לומר דער אויבערשטער זאל העלפן מזאל קענען מקרב זיין נאך מענטשן צום רבין און ווערן מקורב וכו'. אין שו"ע שטייט פארן דאווענען להתבונן אין די גדלות השי"ת צמאון להשם איז מען אין ברסלב מתבונן שיש לנו רבי כזה. You can disagree