קונטרס חדש לבאר גודל ''איסור'' תגלחת נשים בזמה''ז must read!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 7:11 pm
- געפינט זיך: ביני לביני
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

בעומדי פה הננו רוצה לתת שבח והודאה צום בורא כל עולמים פאר די געוואלדיגע מציאת וואס איך האב געטראפען אין דעם נושא.
איך בעט דער וואס האט הערות אדער הוספות, זאל נישט טראכטן צוויי און מיר שיקען אויף פאסט antitorahfraud@gmail.com און עס וועט זיין א בחינה פון כל זמן שממשמשין בה..
איך ווייס אז דער קונטרס וועט הייבן ברעמען און אפשר שאקלן ליפן, אבער איך בון ברור אז יעדער ווארט איז אמת, ממילא אהוב את האמת עד כדי מיתה.
איין זאך רבותי: די ''ספעלינג'' מיינע טויג נישט, איז טאמיר איינער זעהט א גראבע טעות און האט געדולט צו שיקן זאל מען טון א טובה.. יישר.
איך בעט דער וואס האט הערות אדער הוספות, זאל נישט טראכטן צוויי און מיר שיקען אויף פאסט antitorahfraud@gmail.com און עס וועט זיין א בחינה פון כל זמן שממשמשין בה..
איך ווייס אז דער קונטרס וועט הייבן ברעמען און אפשר שאקלן ליפן, אבער איך בון ברור אז יעדער ווארט איז אמת, ממילא אהוב את האמת עד כדי מיתה.
איין זאך רבותי: די ''ספעלינג'' מיינע טויג נישט, איז טאמיר איינער זעהט א גראבע טעות און האט געדולט צו שיקן זאל מען טון א טובה.. יישר.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 7:11 pm
- געפינט זיך: ביני לביני
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 17, 2013 9:35 am
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל
Re: קונטרס חדש לבאר גודל ''איסור'' תגלחת נשים בזמה''ז must r
אנדרוגינוס*
Sent from my SM-G900T using Tapatalk

עמוד 1 שורה 13, חילוק*
Sent from my SM-G900T using Tapatalk
Sent from my SM-G900T using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: קונטרס חדש לבאר גודל ''איסור'' תגלחת נשים בזמה''ז must r
די ספעלינג ברויך א גוטן מגיה מהחל ועד כלה.
אדערווייז איז דאס זייער א פיינער קונטרס, מסתמא וועט מען יעצט אנהייבן זען אלע פרומע מדקדקים הייסן די ווייבער זיך מער נישט צו שערן.
דער תוספתא איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט, איך האב אלס געוויסט דער היתר איז אז מ'שערט זיך אינגאנצן און מ'לאזט נישט איבער די פאות, אבער לויט דעם תוספתא קומט דאך אויס אז א מצורעת טאר אויך נישט און דארט שערט מען דאך גענצליך אפ. איז מוכרח אז דאס איז פשט אין תוספתא? אפשר קען מען לערנען אנדערש? איז דא ראשונים וואס זאגן אזוי פשט אין תוספתא?
אפאר הערות נאר. די אלע טעמים און הסברים פארוואס די חששות פון די בני אשכנז זענען נישט ריכטיג (בהנחה אז דאס איז טאקע די טעם; לערן דורך דעם אשכול דא אויף ק"ש וועסטו זען אז ס'איז נישטא קיינע ראיות ממש צו זאגן אזוי), איז נישט לענין. זייער אסאך גדרים וסייגים, בפרט ובעיקר וואס קהילות האבן זיך איינגעפירט במשך הגלות, נישט מדינא דגמ' איז אזאלכע זאכן וואס איז קלאר מותר ע"פ חז"ל והלכה און מען דארף נישט חושש זיין, דאך האט מען מחליט געווען - מאיזה סיבה שיהיה - יא מחמיר צו זיין דערויף. און עס איז נישט שייך זיך צו דינגען מיט די נוהגים כן אז זיי זענען נישט גערעכט מיט זייער סברא. סוף כל סוף פירן זיי זיך אזוי. (חוץ אויב די כוונה איז לאפוקי מתוקף דין 'מנהג' ולומר דהוה כמנהג לא לעשות מלאכה ער"פ קודם חצות. וגם בזה יל"ע אי גם לגדר וסייג אינו מנהג).
וויי - בייא - האר איז נישט דירעקט דער שמועס, נאר א ווייטער קאזין. מ'קען האלטן אז זיך אפשערן די האר - הטעונים כיסוי - איז א מצות עשה דאורייתא און נאכאלס גיין מיט ביי האר, און מ'קען לאזן וואקסן די האר לאנג ווי דער גלות, אבער עס גוט צודעקן עס זאל זיך נישט ארויסזען גארנישט, האט מען נישט קיין ביי האר. (וד' החת"ס בתשו' שהביא מהזוהר - והמנהג כמותו - להוכיח נגד שערות היוצאות חוץ לצמתן, לא נתיישבו כ"צ, דהמתירים יאמרו שהזוהר לא מיירי בהנך שערות בכלל. בכל אופן איז ביי האר א ענין פון לאזן האר מגולה, און האט נישט קיין שייכות מיט שערן שערות המכוסים).
לגבי אשה קירחת, פשוט כביעתא בכותחא אז זי איז פונקט אזוי מחויב בכיסוי, ולא לישתמיט שום פוסק או מחבר להיפך.
ווער איז הרב כ"ץ פון קרית יואל?
עני וועי, תחזקנה ידיכם. נישט אז איך פלאן יעצט צו אנהייבן זיך פירן אזוי להלכה, במחכ"ת מיט אלע דיוקים און ראיות אייערע איז דא גענוג און נאך גדולי עולם וואס האבן דאס מתיר ומחייב געווען; אבער אין א דור וואס עס שטעלט זיך אויף איינער - וואס אגב איז יענער בכלל נישט גערעכט מיט זיינע טענות - און דערקלערט אז שייטלעך האבן נישט קיין שום היתר בעולם און ער צאלט 20 טויזנט דאלער ווער עס שאפט א היתר, איז זייער גוט אז ס'איז דא איינער אויף די פארקערטע זייט אויך. הייב אן צו מארקעטן דיין קונטרס איבעראל, טו וואס יענער טוט, און מיט די צייט וועסטו הערן אז ס'האט אויפגעטון ביי אידן אויכעט. נאך אלעם, שייטלעך, אויב עפעס איז נישטא קיין ראיה לאיסור, דער דיון איז נאר אויב ס'איז דא ראיה להיתר פון די גמ', (דער אמת איז אבער אז מ'ברויך נישט קיין שום ראיה להיתר, מהיכי תיתי זאל עס זיין אסור?) און אפילו אויב איז עס אסור איז עס זיכער נאר א דרבנן. דיין שאלה איז דאך אבער אויף דאורייתות ממש! עס איז דא א שטיקל חיוב אויף דיר (זינט דו גלייבסט דאך זייער שטארק אין דיין בירור און די מסקנא) עס מפרסם צו זיין אויף געהעריגע קאנווענציעלע וועגן, צווישן בני תורה ולומדיה.

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
דעת תורה האט געשריבן: אבער אין א דור וואס עס שטעלט זיך אויף איינער - וואס אגב איז יענער בכלל נישט גערעכט מיט זיינע טענות - און דערקלערט אז שייטלעך האבן נישט קיין שום היתר בעולם און ער צאלט 20 טויזנט דאלער ווער עס שאפט א היתר, איז זייער גוט אז ס'איז דא איינער אויף די פארקערטע זייט אויך. הייב אן צו מארקעטן דיין קונטרס איבעראל, טו וואס יענער טוט, און מיט די צייט וועסטו הערן אז ס'האט אויפגעטון ביי אידן אויכעט.
נאר איין קליינע חילוק יענע איד האט א נאמען אבער דער אנטי תורה פראוד איז א בן בלי שם
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
Re: קונטרס חדש לבאר גודל ''איסור'' תגלחת נשים בזמה''ז must r
ווייל עקסטרעמיסטען דארפען זיך נישט שעמען ביי אונז. מ'האט שוין אמאל ארויסגעווארפען איינעם'ס קינד ווייל ער איז ע עקסטרעמיסט?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
- געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
- האט שוין געלייקט: 452 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
Re: קונטרס חדש לבאר גודל ''איסור'' תגלחת נשים בזמה''ז must r
לית דין בר נש האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן: אבער אין א דור וואס עס שטעלט זיך אויף איינער - וואס אגב איז יענער בכלל נישט גערעכט מיט זיינע טענות - און דערקלערט אז שייטלעך האבן נישט קיין שום היתר בעולם און ער צאלט 20 טויזנט דאלער ווער עס שאפט א היתר, איז זייער גוט אז ס'איז דא איינער אויף די פארקערטע זייט אויך. הייב אן צו מארקעטן דיין קונטרס איבעראל, טו וואס יענער טוט, און מיט די צייט וועסטו הערן אז ס'האט אויפגעטון ביי אידן אויכעט.
נאר איין קליינע חילוק יענע איד האט א נאמען אבער דער אנטי תורה פראוד איז א בן בלי שם
ער ווארפט דען פאשקעווילען? לית דין אפשר לייגסטו דא ארויס דיין גאנצער פראפייל און אפשר גאר קענען מיר זיך טרעפן איבער א גלאז מאראנצען זאפט? אט אט דא איז די פלאץ פאר מענטשען וואס ווילן אויסליפטערן זייערע געדאנקען, רויערהייט, נאו סטרינגס אטעטשד, און ווילן הערן וואס די האסט צו זאגן דערוועגן, און זיי ווילן דייקא נישט הערן וואס דו האסט צו זאגן וועגן זיי פערזענליך, במילא זאגט ער דיר נישט זיין נאמען.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
אהרל'ע די האסט ביי עני טשענס גיזעהן אויף וואס איך באציה זיך?
איך האב בכלל נישט גירעדט צו אנטי תורה פראד און איך האב בכלל נישט גירעדט וועגן די נושא וואס ער בארירט.
איך האב גירעדט צו דעת תורה וואס האט אים געזאגט אז ער זאל ארויסגיין ארבעטן בפה ובכתב אויף וואס ער האלט איז ריכטיג אזוי ווי דער יעניגע וואס רודערט קעגן שייטלעך! האב איך סך הכל געזאגט אז איינער וואס איז באהאלטן אונטער אנטי תורה פראד מאנטל קען נישט ארויסגיין אויפן וועלט מיט א מייק ער קען טאקע סך הכל דאס טוהן זיצן און שרייבן אויף קאווע שטיבל.
איך האב בכלל נישט גירעדט צו אנטי תורה פראד און איך האב בכלל נישט גירעדט וועגן די נושא וואס ער בארירט.
איך האב גירעדט צו דעת תורה וואס האט אים געזאגט אז ער זאל ארויסגיין ארבעטן בפה ובכתב אויף וואס ער האלט איז ריכטיג אזוי ווי דער יעניגע וואס רודערט קעגן שייטלעך! האב איך סך הכל געזאגט אז איינער וואס איז באהאלטן אונטער אנטי תורה פראד מאנטל קען נישט ארויסגיין אויפן וועלט מיט א מייק ער קען טאקע סך הכל דאס טוהן זיצן און שרייבן אויף קאווע שטיבל.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
- געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
- האט שוין געלייקט: 452 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
לית דין בר נש האט געשריבן:אהרל'ע די האסט ביי עני טשענס גיזעהן אויף וואס איך באציה זיך?
איך האב בכלל נישט גירעדט צו אנטי תורה פראד און איך האב בכלל נישט גירעדט וועגן די נושא וואס ער בארירט.
איך האב גירעדט צו דעת תורה וואס האט אים געזאגט אז ער זאל ארויסגיין ארבעטן בפה ובכתב אויף וואס ער האלט איז ריכטיג אזוי ווי דער יעניגע וואס רודערט קעגן שייטלעך! האב איך סך הכל געזאגט אז איינער וואס איז באהאלטן אונטער אנטי תורה פראד מאנטל קען נישט ארויסגיין אויפן וועלט מיט א מייק ער קען טאקע סך הכל דאס טוהן זיצן און שרייבן אויף קאווע שטיבל.
סארי לית דין, מייו טעות, דעת תורה האב איך געהאט געליינט בעפאר, נישט איבערגעליינט געהעריג פארן מגיב זיין.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 7:11 pm
- געפינט זיך: ביני לביני
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
בנוגע דער דעת תורה קאמענט:
איך בין זייער אנטוישט פון די רעזאלטאטן פון דעם קונטרס. איך האב דעם קונטרס שוין ארויס געשוקט צו אסאך תורה'דיגע אידען און די קאלטע אויפנאמע קען מיר פארפרירען אויף טויט. נישט אז דיע אידען האבן געלאכט פון דעם אינהאלט, אדרבא מענטשען שיקען מיר גאר ווארעמע בריוון פון התחזקות און שטיצע פאר די עצם רעיונות און ראיות ברורות וואס רוב אידען זענען מודה אז עס איז גענוג שטארק אויף צו ווייזען די מסקנא. (כ'האב אויך באקומען אסאך הערות אויף די ''ספעלינג'')
אבער די אלגעמיינע תירוץ צו אזעלעכע סארט קונטרסים איז:
''מיין רב, און סאטמארע רבי זי''ע, האבן אויך געקענט דעם תוספתא.. און פארט האבן זיי געזאגט.. בלא בלא בלא...''
אינטריסאנט איז אבער אז מיר טרעפן נישט זיי זאלן זאגן עפעס א תשובה בנוגע פשט אין דעם תוספתא, אדרבא טאמיר איינער קען דאס אפ-פרעגן זאל ער מפיץ זיין א תשובה לדברינו.
די דאזיגע בני תורה וועלן ווייטער צווינגען זייערע טעכטער מוט גוטן און מוט בייזן, מקיים צו זיין דעם מנהג תמיה. און טאקע פאר דעם געב איך נישט ארויס מיין קונטרס ברבים..
די שיטה פון ''ס'איז מיר גוט אזוי..מיין טאטע האט אזוי געטון'' וואלט אפשר געווען גוט פאר דיר אבער וואס איז מוט דיינע קינדער? פארוואס דארפן זיי ליידן? פארוואס צווינגסטו אזא מנהג אויף דיינע דורות?
וואס וואלט דער רמב''ם געזאגט צו איינער וואס ''בייגראבט נישט א פרוי וואס שעיוו''ט נישט אין בית החיים, מחמת גודל פרוצתה''?
וויאזוי קען מען מאכן עפעס וואס איז א חיוב דאורייתא אויף נישט צו א חיוב דאורייתא אויף יא?
ווייל די סאטמארע רבי זי''ע האט אויך געוויסט פון דעם תוספתא?
אינטערשטע שירה:
דו קענסט דריקען קונטרסים בוז איבער-מארגן ס'העט דיר גארנישט העלפן.. קיינער געבט נישט קיין קראץ.. און מוט דעם ענדיג איך מיין מערכה פון פראבירען מתקן זיין דער וועלט..
ייישר כח קאווע שטיבל פאר מיר געבן דעם 'אפערטונעטי' פון מפיץ זיין דעם קונטרס. האצמיר אלע א גוטען יאר.

קיקט אויס זייער אינטערסאנט, אבער פליז איך האב שוין אפשר צוואנציג יאהר נישט געליינט א הלכה בירור. איינער זאל פליז אראפשרייבן בקיצור אין אידיש די הויפט פוינטס
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: קונטרס חדש לבאר גודל ''איסור'' תגלחת נשים בזמה''ז must r
דו געבסט צו שנעל אויף. נעכטן האסטו דיך איינגעשריבן דא מיטן גאנצן פרישקייט אז מ'גייט הערן פון דיר אסאך חידושים. נאך איין טאג, פלוצלינג ביסטו מער נישטא.
איך זאג דיר, פון סתם שיקן צו פריוואטע יחידים גייט גאר נישט געשען. אויב האסטו געמיינט בעפאר אז יא, איז עס א מקח טעות.
וואס דו קענסט יא טון איז, ארויס טראגן דעם ענין צום רשות הרבים - א זאך פון וואס די רבנים און דער סיסטעם האבן די מערסטע מורא. כי כל העדה כולם קדושים. דאס איז די טאקטיק וואס אלע עקסטרעמיסטן למיניהם נוצן, נאך וואס די רבנים על פי רוב לאכן זיך אויס פון זיי. טו דו דאס זעלביגע. סתם צו לעוועלען די פלעי פיעלד. אויב קענען די עקסטרעמיסטן באאיינפלוסן דעם דעת הקהל - און דאדורך באווירקן דעם סיסטעם - לצדם, קענסטו אויך. זיצן אויף ק"ש אדער שיקן צו רבנים קומט נישט אן אין ערגעץ. ליבערשט פארשפרייט דיינע חידושים אין די עכטע קאווע שטיבלעך, הלא הם הכוללים למיניהם. קענסט עס אפילו שרייבן אויף אידיש. גלייב מיר ווען עס קומט צו סקעטשי זאכן אזוי ווי תגלחת נשים וכדו', איז די איינציגסטע זאך וואס ארבעט לטובת דעם סיסטעם איז די בורות מוחלטת בנושא. די מינוט וואס דער ציבור ווערט עדיוקעיטעד, קוקט מען עס שוין אן מיט גאר אן אנדער בליק, און אויטאמאטיש ווערט 'אוט אוו די קוועסשאן' אזא סארט רדיפה ווי נישט לייגן אין בית החיים צוליב אזא זאך.
איך זאג דיר, פון סתם שיקן צו פריוואטע יחידים גייט גאר נישט געשען. אויב האסטו געמיינט בעפאר אז יא, איז עס א מקח טעות.
וואס דו קענסט יא טון איז, ארויס טראגן דעם ענין צום רשות הרבים - א זאך פון וואס די רבנים און דער סיסטעם האבן די מערסטע מורא. כי כל העדה כולם קדושים. דאס איז די טאקטיק וואס אלע עקסטרעמיסטן למיניהם נוצן, נאך וואס די רבנים על פי רוב לאכן זיך אויס פון זיי. טו דו דאס זעלביגע. סתם צו לעוועלען די פלעי פיעלד. אויב קענען די עקסטרעמיסטן באאיינפלוסן דעם דעת הקהל - און דאדורך באווירקן דעם סיסטעם - לצדם, קענסטו אויך. זיצן אויף ק"ש אדער שיקן צו רבנים קומט נישט אן אין ערגעץ. ליבערשט פארשפרייט דיינע חידושים אין די עכטע קאווע שטיבלעך, הלא הם הכוללים למיניהם. קענסט עס אפילו שרייבן אויף אידיש. גלייב מיר ווען עס קומט צו סקעטשי זאכן אזוי ווי תגלחת נשים וכדו', איז די איינציגסטע זאך וואס ארבעט לטובת דעם סיסטעם איז די בורות מוחלטת בנושא. די מינוט וואס דער ציבור ווערט עדיוקעיטעד, קוקט מען עס שוין אן מיט גאר אן אנדער בליק, און אויטאמאטיש ווערט 'אוט אוו די קוועסשאן' אזא סארט רדיפה ווי נישט לייגן אין בית החיים צוליב אזא זאך.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
יעצט גענדיגט ליינען דעם בירור וואס איז זייער שיין אראפגעלייגט
און יעצט מיינע צוויי צענט
איך בין צוגעגאנגן צו דעם בירור ווי עס קומט דא א נייע טענה וואס האט עפעס דייקא בזמן הזה (אפשר האט איך שלעכט פארשטאנען און עס שטייט אפילו בזמן הזה) נו מען נעמט זיך לערנען און מען זעט זיך פאר די אויגן מיט די טענה פון די שואל ומשיב נאר אביסל ברייטע אויסגעשמיסט. נו נו מען האט שוין געהערט די טענה, איון דרכי תשובה (קפ"ב ס"ק י"ב) רעד שוין דערוועגן און עס קען זיין אז די רופסט דאס תירוצים דחוקים, קען זיין, אבער זיי האבן געוויסט פון דעם און האסט נישט אנדעקט אמעריקע (פארמיש נישט וואס איך זאג אז דער רבי זעכרוינעלווראכע האט אויך געקענט דער תוס' ווייל דאס גלייבן זיי אבער און דרכי תשובה רעד ער דערוועגן איז שווער צו זאגן ער האט נישט געוויסט וואס ער שרייבט)
סתם איז מיר אויך געווען אינטערסאנט אז די ברענגסט פון ר משה פיינשטיין פון זיין גדלות בתורה איז נישט קיין וויכוח (וואס ער האט נישט אנגענימן די תקנה און זיין ווייב האט זיך נישט געשוירן) שרייבט ער אז עס איז אסור פאר א פרוי זיך צו שערן ווען די מאן לאזט נישט ווייל זיך איז מחיוב לעשות רצון בעלה ע"כ ממש געפערלך ר' משה האט אויך פארזעהן אזא הארבע איסור פון לא תלבש? ער דארף טרעפן מצדיק צו זיין דער מאן וואס פארלאנגט עס אז עס איז א גדר שלא תתגנה עליו?
וואס ברענגט ער פון די קהילת יעקב, אפשר להתיר בעת הצורך...כשעת הדחק וכו' וכו' ווער פארשטייט דער סטייפלער? זיכט צו טרעפן אז מען טאר נישט און מען דארף נישט עובר זיין א לאו?
און די אשכול דא און שטיבל רעד מען וועגן ווען עס איז איינגעפירט די תקנה און קיינע האט נישט געקענט טרעפן א דאקמעט אדער א בירור פון די וואס האבן דאס איינגעפירט נאר שפעטער האבן געזאגט טעמים דערויף. אויב אזוי איז נישט שייך אפצופרעגן קיין טעם ווייל דער טעם איז נישט דער טעם וואס מען האט געגעבן פארן איינפירן נאר די שפעטערע האבן עס געזאגט בדרך אפשר (ענדליך צו די איסור פון קטניות וואס וועט ברייט ארימגערעד און יענער אשכול) און נאך אזא פאל דערמאנט מיך פון די הלכה החמירו בנות ישראל שאפילו רואות טיפת דם כחרדל יושבות עליה שבעה נקיים וואס אונזער חז"ל זאגן אינז און ברכות אז דאס איז א קלארע הלכה וואס האט נישט קיין עומק און דאס זאל מען לערנען פארן דאוונען, איך האב פארשטאנען די גמרא ווייל אויף חומרא דרבי קען מען זאגן טעמים מקען פארשטיין וואס ער האט מורא געהאט אבער דא וואס איז פשט און דער חומרא נאר וואס דען מען האט אזוי איינגעפירט און איך בין נישט געווען ווען די בנות ישראל האבן דאס איינגעפירט קען איך נישט זאגן וואס דאס איז און פארוואס מען האט עס מתקן געווען (גיי פרעג א פרוי וואס קען גאנץ מעגלך זיין געליטן אויף או סי די אבער דעטס טו בעד)
למעשה וואס יעדער זאל טיהן גיי איך נישט זאגן און יעדער זאל אליינס פסק'נן (א שאד עס קומט נישט ארויס פון א נוטראלע בליק אויף דער נושא אדער זאגט איינער אזוי און זעהט אין יעדער מ"מ אז עס שטימט לויט עהם און די אנדערע טיהט דאס זעלבע)
לאמער דיר זאגן הרב אנטי טורע פראד, די האסט גענימן א גיטע וואפן וואס נאר דאס קען עפעס טוישן און טאקע דערפאר האבן די רבנים אזוי מורא פון די אינטערנעט עס געט א שופר פאר ווער עס וויל עס נעמען און ווער דער עולם איז גרייט איוציהערן און פארשטייט זיך ווער עס רעד צום זאך אלזא שרעק דיר נישט און טיהן וואס די האלסט דער פון אויבן וויל פון דיר

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: קונטרס חדש לבאר גודל ''איסור'' תגלחת נשים בזמה''ז must r
על משכבי בלילות האב איך אביסל געליינט דער קונטרס. מ'דארף נאך אביסל צייט און קאפ דערצו.
אבער בנוגע דער פרסום, מ'דארף עס פאררעכטען, ווייל אן דעם ליינט זיך עס נישט, און טאקע פארשפרייטען אין די כוללים. א ריזיגע פערצענט פון חסידיש'ע ווייבער, כפי מה ששמעתי, גיבען אויף דאס שערען נאך א פאר יאר. אבער זיי הייבען זיך אן אנצוקוקען ווי קייליקע'ס. ווען זייער מענער וועלען וויסען אז ירידה זו עליה היא, וועט עס שוין אנדעריש אויסקוקען און מ'וועט זיך נישט פארלירען פון די איין מעשה 'מרידה'.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 7:11 pm
- געפינט זיך: ביני לביני
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
יהושע חיים האט געשריבן:יעצט גענדיגט ליינען דעם בירור וואס איז זייער שיין אראפגעלייגט
און יעצט מיינע צוויי צענט
איך בין צוגעגאנגן צו דעם בירור ווי עס קומט דא א נייע טענה וואס האט עפעס דייקא בזמן הזה (אפשר האט איך שלעכט פארשטאנען און עס שטייט אפילו בזמן הזה) נו מען נעמט זיך לערנען און מען זעט זיך פאר די אויגן מיט די טענה פון די שואל ומשיב נאר אביסל ברייטע אויסגעשמיסט. נו נו מען האט שוין געהערט די טענה, איון דרכי תשובה (קפ"ב ס"ק י"ב) רעד שוין דערוועגן און עס קען זיין אז די רופסט דאס תירוצים דחוקים, קען זיין, אבער זיי האבן געוויסט פון דעם און האסט נישט אנדעקט אמעריקע (פארמיש נישט וואס איך זאג אז דער רבי זעכרוינעלווראכע האט אויך געקענט דער תוס' ווייל דאס גלייבן זיי אבער און דרכי תשובה רעד ער דערוועגן איז שווער צו זאגן ער האט נישט געוויסט וואס ער שרייבט)
סתם איז מיר אויך געווען אינטערסאנט אז די ברענגסט פון ר משה פיינשטיין פון זיין גדלות בתורה איז נישט קיין וויכוח (וואס ער האט נישט אנגענימן די תקנה און זיין ווייב האט זיך נישט געשוירן) שרייבט ער אז עס איז אסור פאר א פרוי זיך צו שערן ווען די מאן לאזט נישט ווייל זיך איז מחיוב לעשות רצון בעלה ע"כ ממש געפערלך ר' משה האט אויך פארזעהן אזא הארבע איסור פון לא תלבש? ער דארף טרעפן מצדיק צו זיין דער מאן וואס פארלאנגט עס אז עס איז א גדר שלא תתגנה עליו?
וואס ברענגט ער פון די קהילת יעקב, אפשר להתיר בעת הצורך...כשעת הדחק וכו' וכו' ווער פארשטייט דער סטייפלער? זיכט צו טרעפן אז מען טאר נישט און מען דארף נישט עובר זיין א לאו?
און די אשכול דא און שטיבל רעד מען וועגן ווען עס איז איינגעפירט די תקנה און קיינע האט נישט געקענט טרעפן א דאקמעט אדער א בירור פון די וואס האבן דאס איינגעפירט נאר שפעטער האבן געזאגט טעמים דערויף. אויב אזוי איז נישט שייך אפצופרעגן קיין טעם ווייל דער טעם איז נישט דער טעם וואס מען האט געגעבן פארן איינפירן נאר די שפעטערע האבן עס געזאגט בדרך אפשר (ענדליך צו די איסור פון קטניות וואס וועט ברייט ארימגערעד און יענער אשכול) און נאך אזא פאל דערמאנט מיך פון די הלכה החמירו בנות ישראל שאפילו רואות טיפת דם כחרדל יושבות עליה שבעה נקיים וואס אונזער חז"ל זאגן אינז און ברכות אז דאס איז א קלארע הלכה וואס האט נישט קיין עומק און דאס זאל מען לערנען פארן דאוונען, איך האב פארשטאנען די גמרא ווייל אויף חומרא דרבי קען מען זאגן טעמים מקען פארשטיין וואס ער האט מורא געהאט אבער דא וואס איז פשט און דער חומרא נאר וואס דען מען האט אזוי איינגעפירט און איך בין נישט געווען ווען די בנות ישראל האבן דאס איינגעפירט קען איך נישט זאגן וואס דאס איז און פארוואס מען האט עס מתקן געווען (גיי פרעג א פרוי וואס קען גאנץ מעגלך זיין געליטן אויף או סי די אבער דעטס טו בעד)
למעשה וואס יעדער זאל טיהן גיי איך נישט זאגן און יעדער זאל אליינס פסק'נן (א שאד עס קומט נישט ארויס פון א נוטראלע בליק אויף דער נושא אדער זאגט איינער אזוי און זעהט אין יעדער מ"מ אז עס שטימט לויט עהם און די אנדערע טיהט דאס זעלבע)
לאמער דיר זאגן הרב אנטי טורע פראד, די האסט גענימן א גיטע וואפן וואס נאר דאס קען עפעס טוישן און טאקע דערפאר האבן די רבנים אזוי מורא פון די אינטערנעט עס געט א שופר פאר ווער עס וויל עס נעמען און ווער דער עולם איז גרייט איוציהערן און פארשטייט זיך ווער עס רעד צום זאך אלזא שרעק דיר נישט און טיהן וואס די האלסט דער פון אויבן וויל פון דיר
דאס אז איך האב נישט אנדעקט אמעריקע איז א גוטע זאך, ווייל טאמיר קום איך טאקע מוט א פארשטופטע תוס' וואס קיינער קען נישט, דאן קען מען זאגן אז ס'איז א שיטה יחידאה וכו', אבער להאמת אז מ'קוקט אריין אין די פוסקים זעהט מען אז אלע ברענגען דעם תוספתא אלס מקור האיסור ממילא בין איך ווייט פון א מחדש אדער א 'קולומביס' נאר איך ברענג נאר די אמת וואס איז נישט אזוי באהאלטן..
בנוגע די סטייפלער איז מיר נישט אזא חידוש אז ער האט נישט דערמאנט דעם תוספתא, אבער בנוגע ר' משה איז מיר געווען א געוואלדיגע חידוש וצ''ע ווייל ווי געזאגט איז דאס א דבר ידוע.
אנדערע זאגן קלאר אז ס'איז דא אויף דעם לא תלבש בזמה''ז ווי ר' עובדיה יוסף ועוד, כ'האב אבער להדיא משמיט געווען דיע שיטות וואס טראגן נישט קיין שום ווערט ביי אינז..
דער דרכי תשובה דערמאנט נישט דעם תוס' ווייל זיין תשובה שטומט אבסעלוטלי נישט מוט דעם תוס' (ער זאגט אז די איסור איז נאר מוט פיאות הראש) איז ממילא צ''ע וואס ער וואלט געטון אחרי ראות התוס' (ער וואלט מסתמא געמאכט א צווייטע תירוץ.. כדרכו בקודש ליישב מנהגי ישראל)
איין זאך וואס איך פארעכן א גרויסע חידוש און די עולם האט עס אביסעלע פארזעהן איז דברי הארי הק' ווייל מיר רעדן איין די פרויען אז ע''פ קבלה וחסידות איז עס א הארבע זאך, און שטעלט זיך אויס אז ע''פ זוהר וקבלה איז עס גאר א הארבע זאך נישט צו שערן און אזוי טוען טאקע אסאך ערליכע הימל אידען אין ירושלים כידוע וז''ל הארי הק':
"ואמנם נוקבא דזעיר אנפין הנקראת בחינת עשיה שבאצילות וכל אחיזת הדינין ושורשם הם בה ואם נעביר הדינים גם מראש הנקיבה יתבטלו לגמרי, ולכן האשה אינו מגלחת ראשה ואדרבה מגדלת שער ראשה כנודע כדי להשאיר שורשן הדינין". וביאור הרח''וו שא''א לבטל הדינין לגמרי כי דינים הם צורך גבוה והם מכלל קיום העולם.