זכור ימות עולם (היום יום)

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

י"ב תשרי

שליחה דורך שעפטל »

ב'מ"ט: "וירא אליו ד'" – לויט די שיטה אין תוס' אז אברהם אבינו האט זיך מל געווען אום יום הכיפורים (עי' תוס' ר"ה יא.) איז היינט געווען שלישי למילה. דער אייבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו באילוני ממרא, און די דריי מלאכים זענען געקומען אויספירן די דריי שליחות'ן ווי עס שטייט אין די סדרה.

ה'תשמ"ב: אין דעם טאג האט אויסגעבראכן די שווערע מלחמה צווישן איראק און איראן, וואס האט זיך געצויגן אכט יאר און געלאזט קאנסקווענצן אין די צוויי לענדער און איבער'ן גאנצן מיטל מזרח ראיאן, דערונטער בשייכות מיט אחב"י אין ארה"ק, ביז'ן היינטיגן טאג.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

א דאנק

שליחה דורך גאנצל »

בשם אלע היסטאריע ליינער
ווילן מיר געבן א דאנק א שיינער
פאר דער איינער
ריינער
פיינער
מיט פעסטע ביינער
שארפע ציינער

די וואן ענד אנלי שעפטל
מיט זיין העפטל
און אונז בעט מיר גיי ווייטער אן מיט'ן גאנצן קרעפטל (מל' קראפט)

א זייטיגע בקשה ווער עס קען צוהעלפן צולייגן עפעס אינטערסאנטס זאל אונז מהנה זיין
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

י"ב תשרי

שליחה דורך לאשיצער »

איך בין נישט איינגעשריבן אויף "היום" אבער אפשר קען איך צוגעבן אינטערעסאנטע געשעענישן פון דער וועלט געשיכטע. טאמער אינטערעסירט מען זיך דערמיט.

ה'תש"ג׃ היינט האט זיך אנגעהויבן דער "מאנהעטן פראיעקט" אונטער דער אנפירונג פון גענעראל לעזלי גראווז. דער ציל איז געווען צו שאפן די ערשטע נוקלעארע באמבע.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

י"ד תשרי

שליחה דורך שעפטל »

ב'תתקל"ה: די ערשטע יו"ט פון זיבן טעג ביים חנוכת הבית פונעם בנין בית הבחירה, דער ערשטער בית המקדש יפה נוף משוש כל הארץ, האט זיך געענדיגט, און דער ערשטער טאג יו"ט סוכות האט זיך אנגעהויבן די צווייטע חנוכת הבית יו"ט פון זיבן טעג ביז הושענא רבה, ווי עס שטייט אין די פסוקים פון דברי הימים און אין מאמרי מדרשי חז"ל. (וי"א תתקל"ו)

ה'תקע"ג: אין דעם טאג איז נפטר געווארן הטפסר המרומם בעל צדקה וחסד ר' משה מאיר בן ר' אנשיל רויטשילד ז"ל (עפ"י נוסח המציבה אין פראנקפורט), דער מייסד פון די ראטשילד דינאסטיע (מאנכע שרייבן י"ג תשרי, אבער עס איז טעות: ווי עס שטייט אויף די מציבה, איז ער נפטר געווארן ביינאכט מוצאי שב"ק, י"ד, און געקומען לקבורה ערב יו"ט בייטאג). אפיציעל גערופן "מאיר אנשיל" (געמישט זיין נאמען מיט'ן טאטנ'ס), איז ער געווען איינער פון עלעף געשוויסטער מיט'ן משפחה נאמען האן, און שפעטער געטוישט משפחה נאמען צום מטבע-וועקסלען פירמע וואס דער פאטער האט געגרינדעט. מיט זיין פארשטאנד צו פינאנץ, האט אים א גרויסער שר גענומען צו פירן אויסלענדישע הלוואות. ביים פראנצויזישן אויפשטאנד אין תקמ"ה איז זיין נאמען נאך מער געוואקסן. שפעטער האט דער שר געדארפט אנטלויפן אין מלחמה, און באהאלטן אן אסטראנאמישן אוצר ביי ראטשילד אין וויין קעלער. נאך די קריג, ווען ער האט צוריק געגעבן די גאנצע פקדון אומבארירט, איז געווען א גרויסער קידוש ד' אויף זיין ערליכקייט און דער ראטשילד נאמען איז אויסגעוואקסן אין צדקה און עשירות איבער די גארער וועלט.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"ה תשרי

שליחה דורך שעפטל »

ה'קנ"ט: דער ערשטער טאג אלס לאנדאן מעיאר פון לארד וויטינגטאן, וועלכער האט "פארלעצט" די בריטישע פארבאט קעגן אריינלאזן אידן אין לאנד, דורך אריינברענגען א אידישן דאקטאר פון אויסלאנד אים צו העלפן, פונקט ווי קעניג הענרי האט עטליכע יארן שפעטער געברענגט א איד פון אויסלאנד צו זיין דער הויפט דאקטאר אין קעניגליכן הויף טראץ די לעגאלע גזירה דערקעגן.

ה'תש"ב: די נאציס ימ"ש הייבן אן צו דעפארטירן די אידן פון דייטשלאנד צו די געטאס אין פוילן.

ה'תש"נ: אין דעם טאג איז פארגעקומען די פרעצעדענטלאזע היסטארישע "כינוס חתם סופר," איבערצו'חזר'ן די הייליגע פשרה'לאזע מסורה און הדרכה לדורות פון הייליגן בעל ההילולא מרן רבינו החתם סופר זי"ע, אראנדזשירט דורך "כולל שומרי החומות" אין "ארמארי" זאל אין וויליאמסבורג, בהשתתפות רבבות אלפי ישראל ובראשם גדולי הדור נ"ע ולהבחל"ח לאויט"א.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"ו תשרי

שליחה דורך שעפטל »

ג'תתכ"ז: אין דעם טאג בימי בית שני, האבן די קנאים זיך געשטארקט אויף די רומאים.

ה'תקל"ד: א היסטאריקער אין יענע תקופה שרייבט אז די אינדיאנער וואס וואוינען ארגינעל אין אמעריקע נאך פאר'ן גרינדונג פון די פאראייניגטע שטאטן שטאמען מעגליך פון די "עשרת השבטים".

ה'תש"ה: אין אנהויב פון לעצטן יאר פון ביטערן חורבן אייראפע, ווערט ריגא, פוילן, באפרייט פון די נאציס ימ"ש דורך די רוסישע ארמיי.

ה'תשמ"ט: אין א"י האט אויסגעבראכן א שרעק פון "פאליא" נאכ'ן אנטדעקן צייכנס פון די וויירוס.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"ז תשרי

שליחה דורך שעפטל »

ג'תט"ו: אין די ערשטע תקופה בזמן בית שני, ווען אידישע קינדער האבן במשך דריי טעג נאכאנאנד מרבה געווען מיט תענית, תפילה און תשובה אויפ'ן חטא פון ע"ז בימי בית ראשון, איז דער יצר הרע פון ע"ז בטל געווארן דורך עזרא הסופר און די אנשי כנסת הגדולה. אויך דער יצה"ר פון עריות איז אפגעשוואכט געווארן, כמבואר בחז"ל, וועגן דעם זענען די טעג ימי שמחה און מען זאגט נישט תחנון.

ה'רמ"ו: ביים "שאנצינאו" דרוק אין איטאליע, ערשיינט לאור עולם דער פירוש הרד"ק אויף ספרי הנביאים יהושע, שופטים, שמואל און מלכים.

ה'תר"נ: די אנטיסעמיטישע "מאי געזעצן" פון צארישן רוסלאנד, קעגן אידישע אייגענטום אין לאנד, איז אביסל לייכטער געווארן, אז אידן האבן געמעגט דינגען הייזער, אבער נישט קויפן.

ה'תשס"ב: א "דעלטא" פליגער צווישן אטלאנטא און ניוארק מאכט "עמערדזשענסי לאנדונג" אינמיטן וועג, און דער פליגער ווערט עוואקואירט, צוליב "צוויי מיטל-מזרח אויסזעהנדע מענער" וואס רעדן "א פרעמדע שפראך." עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין נישט מער ווי ... צוויי אידן וואס דאווענען אויפ'ן עראפלאן. (אומפארשטענדליך, אבער דאס איז געווען אין די לופט, "אין די לופטן," אין די ערשטע צייטן נאך די סעפט. 11 טעראר אטאקעס.)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

שעפטל האט געשריבן:
ה'תש"נ: אין דעם טאג איז פארגעקומען די פרעצעדענטלאזע היסטארישע "כינוס חתם סופר," איבערצו'חזר'ן די הייליגע פשרה'לאזע מסורה און הדרכה לדורות פון הייליגן בעל ההילולא מרן רבינו החתם סופר זי"ע, אראנדזשירט דורך "כולל שומרי החומות" אין "ארמארי" זאל אין וויליאמסבורג, בהשתתפות רבבות אלפי ישראל ובראשם גדולי הדור נ"ע ולהבחל"ח לאויט"א.


האסט מער פרטים איבער דעם?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"ח תשרי

שליחה דורך שעפטל »

ד'קע"ה: אין די צייטן פון נשיא הסנהדרין רבן גמליאל (הרביעי, בן רבי יהודה נשיאה בן רבן גמליאל בן רבינו הקדוש) ביים צווייטן דור אמוראים, האבן די רוימישע הערשער אין א"י פארבאטן צו האבן א "נשיא" ביי אידן.

ד'תרע"ג: עבד על ראחמאן ווערט הערשער פון קארדאווא, שפאניע, און באלד דערנאך האט ער אויפגענומען רבי חסדאי אבן שפרוט אלס פערזענליכער דאקטאר און נאכדעם אלס הויפט שר המלוכה, דורך וועלכן רבי חסדאי האט געהאלפן אויפבויען די גאלדענע תקופה פון יהדות ספרד בימי הגאונים והראשונים און געהאלפן מיט חכמה און שתדלנות די אידן פון אלע ארומיגע לענדער.

ד'תתקמ"ח
: אין דעם טאג האבן די מוסלמענער קרעפטן אונטער צלאח א דין איינגענומען די שטאט ירושלים עיה"ק און פארטריבן די קרייצציגלער. (אין ווייטערדיגע יארן זענען געקומען נאך עטליכע רונדעס פון קרייצציגלער, שאפנדיג ביטערע צרות און הריגות אויף אידישע קינדער לענגאויס זייער וועג קיין א"י, אבער זיי האבן מער קיינמאל נישט באקומען קיין שליטה אויף ירושלים.)

ה'קכ"ז: אין סיציליע, איטאליע, איז ארויס א גזירה אז בתי מדרשים טארן נישט ווערן אנגעזען אויף די דרויסנדיגע זייט פון די געביידעס.

ה'תע"ט
: הגאון רבי מאיר הלוי הורוויץ זי"ע, באקאנט אלס "מהר"ם טיקטין" און פון די ערשטע ראשי בית אב פון די הייליגע גזע פון משפחת הורוויץ, איז געווארן אויפגענומען אלס רב פון טיקטין.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"ט תשרי

שליחה דורך שעפטל »

אין דעם טאג האט רבינו ראש הגולה אבי מנהגי אשכז רבי יעקב הלוי (דער "מהרי"ל") גוזר תענית געווען אויף די גאנצע קהלה אין מגנצא (מיינץ), ווייל הושענא רבה אינדערפרי האט מען זיך טועה געווען און געלייגט טלית ותפילין לאנג פאר'ן עלות השחר, מיינענדיג אז די זון האט שוין אויפגעשיינט. ביים סוף פסוקי דזמרה האט מען באמערקט דעם טעות, און געווארט כמעט נאך א שעה צייט ביז נאכ'ן עלות צו קענען דאווענען ווייטער. דער מהרי"ל האט אזוי מחמיר געווען איבער'ן גרויסן טעות צוליב די פילע שמות און ברכות לבטלה פונעם גאנצן קהל, און האט געפינען א סמך בקרא אז צוליב קדושת יו"ט דארף מען מדחה זיין אזא תענית ביז נאך יו"ט אבער נאך אלץ אין זעלבן חודש, איז עס נקבע געווארן אויף דעם טאג. מען האט געזאגט סליחות, געליינט "ויחל," און דער גאנצער עולם איז געווען שרוי בתענית, ווי געברענגט אין ספר מהרי"ל הלכות סוכה. [די יאר פון די מעשה נורא ווערט נישט דערמאנט אין ספרי הקורות, אבער דער מהרי"ל האט געלעבט אין די ערשטע תקופה נאך די בעלי תוס' והראשונים, אין די יארן ה"א ק"כ-קפ"ז.]

ה'רי"א: אין דעם טאג האט דער קייסער פון בעהרן ארעסטירט די אידן פון פערציג שטעט אינעם פראווינץ, צוגערויבט זייערע פארמעגנס, און נאכדעם פארטריבן.

ה'תש"ה: די "נילאשעס," נאצי-אליאירטע אנטיסעמיטן, נעמען איבער די הערשאפט אין אונגארן, און נעמען זיך אטאקירן די אידן מיט צרות צרורות, מיט'ן הויכפונקט די שוידערליכע הריגות ביים טייך וואס לויפט אדורך אינמיטן די הויפטשטאט בודאפעסט, הי"ד. (דאס איז דער באדייט פונעם געדענקמאל ביים טייך וואס באשטייט פון "שיך")

ה'תשס"ה: געוויסע היסטאריקער קומען צום אויספיר אז אין די צייטן פון חורבן אייראפע האט דער אמעריקאנער פרעזידענט רוזוועלט פערזענליך געגעבן א באפעל פאר די אליאירטע כוחות קעגן באמבארדירן אוישוויץ.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ל' תשרי

שליחה דורך שעפטל »

ה'תקמ"ב: קייזער פראנץ יוזעף מעלדט נייע געזעצן צו געבן פולע גלייכבארעכטיגונג פאר אידן אין די עסטרייך- אונגארישע אימפעריע, וועלכע זענען אריין אין קראפט איבער צוויי חדשים שפעטער. אבער מיט די "גלייכע רעכטן" איז אויך געקומען די "גלייכע פליכט" צו דינען אין מיליטער. די צוויי זאכן האבן ליידער געפירט צו אסימילאציע, און ביז א גאר קורצע צייט, א יאר צוויי דערויף, האט זיך אנגעהויבן די ערשטע ווינטן פון השכלה אין דייטשלאנד און עסטרייך.

ה'תקס"ט: אין דעם טאג האבן אידן אין פרעשבורג געהערט א גרויסן רעש פון ביה"ח, און זענען געקומען צום הייליגן חתם סופר זי"ע פרעגן פשט, האט דער חת"ס געזאגט עס קומט עפעס ביים ביה"ח, און שפעטער (י"ב שבט) איז געווען א גרויסע פארפלייצונג וואס האט חרוב געמאכט דעם ביה"ח, און נאך שפעטער זומער איז געקומען די שווערע מלחמה צווישן דייטשלאנד און פראנקרייך, און דער ביה"ח איז פריש צושטערט געווארן זייענדיג גאר נאנט צו די מלחמה פראנטן.

ה'תר"ה
: הגה"ק רבי נתן הכהן אדלער זצ"ל בעל "נתינה לגר", ווערט אויסגעוועלט צו זיין דער ערשטער הויפט רב פון גאנץ ענגלאנד און די בריטישע מלוכה, און דער גאון וקדוש האט געפירט די בריטישע רבנות בגאון ועוז במשך 45 יאר ביז זיין פטירה אין תר"נ.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

א' חשון

שליחה דורך שעפטל »

ב'תמ"ח: אין דעם טאג, אין לעצטן יאר פון גלות מצרים פאר די גאולה, האט זיך אנגעהויבן אויף די מצריים די מכה פון דבר (לויט די שיטות אז יעדע מכה האט געדויערט א חודש).

ג'תתקל"ה: ועשו לי מקדש - אין דעם טאג האט שלמה המלך צוזאמען מיט כלל ישראל געענדיגט בויען דעם ערשטן בית המקדש, נאך עבודת הקודש פון זיבן און א האלבן יאר דורך ארום הונדערט פופציג טויזנט אידן אויפצובויען דעם בנין בית הבחירה, יפה נוף משוש כל הארץ.
נאכ'ן פארטיגן די בוי ארבייט האט מען געווארט ביז איבעראיאר ח' תשרי צו מחנך זיין דעם ביהמ"ק, ווי עס שטייט אין די פסוקים און אין דברי חז"ל.

ה'ק"ל: די זיבעטע און לעצטע קאמף פון די רוצחישע "קרייצציגן" איינצונעמען א"י האט זיך געענדיגט אין זייער וויסטן דורכפאל, און איסלאמישע הערשער האבן געהאט קאנטראל אויפ'ן לאנד ביז צום בריטישן מאנדאט און דערנאך די ציוניסטישע ממשלה ביז היינט, ווען מיר ווארטן און האפן אויף די גאולה שלימה, ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים בב"א.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ב' חשון

שליחה דורך שעפטל »

ה'תס"ה: פורים פוזנא, ווען קעגנערישע זעלנער פון פוילן און זאקסן האבן באהאגלט די שטאט מיט צענדליגער טויזנטער קאנאן קוילן, און די לאקאלע הערשער האבן דאן געהייסן די אידן אויפהייבן די געפארפולע אויפרייס מאטעריאל, אבער בנסי נסים איז קיין שום איד נישט געשעדיגט געווארן. [וי"א ג' חשון]
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ג' חשון

שליחה דורך שעפטל »

כורש מלך פרס נעמט איין מלכות בבל, שליסנדיג די עפאכע פון נבוכדנאצר און זיינע נאכפאלגער לדראון עולם. (עטליכע יאר דערויף האט זיך געענדיגט גלות בבל, און די אידן זענען צוריק ארויף קיין א"י און אויפגעבויט דעם צווייטן בית המקדש).

ה'ק"ן: זעכצן טויזנט אידן זענען זענען פארטריבן געווארן פון ענגלאנד אינעם ביטערן גזירת גירוש דורך קעניג עדווארד.

ה'תס"א: אין דעם טאג איז ארויפגעקומען קיין ירושלים עיה"ק א שיירה פון ארום טויזנט אידן, אין שפיץ פון הגאון רבי יהודה החסיד פון שעדליץ, פוילן. נאך בלויז דריי טעג איז רבי יהודה החסיד נפטר געווארן. די חבורה איז צושיידט געווארן, און בלויז א קליינע טייל זענען געבליבן אין ירושלים, געגרינדעט די שוהל און חצר על שמו.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ד' חשון

שליחה דורך שעפטל »

ד'תתקכ"ו: דער הייליגער רמב"ם איז אנגעקומען קיין ירושלים עיה"ק, א האלב יאר נאכ'ן דערגרייכן די ברעגעס פון ארץ הקודש, און באשטימט דעם טאג אלס א יום טוב לו ולזרעו אחריו. [וי"א ו' חשון]

ה'רמ"ג: די פארשאלטענע שפאנישע אינקוויזיציע באשטימט דעם טרויעריג- בארימטן צורר היהודים טארקוועמאדא ימש"ו אלס הויפט אינקוויזיטאר.

ה'תקי"ח: אויף די ביטערע עצה פון די פראנקיסטן ימ"ש, האט א פוילישער הויפט גלח ארויסגעגעבן א גזירה פון פארברענען אלע גמרות אין לאנד ר"ל. אין געגנט פון קאמיניץ-פאדאלסק איז ליידער פארגעקומען די גזירה פון שריפת התלמוד, אבער איבער'ן גאנצן לאנד איז די גזירה בטל געווארן דורך די השתדלות פונעם בארימטן שתדלן רבי ברוך פון גריכנלאנד, און צוויי וואכן שפעטער איז דער גלח ימ"ש פארשלאפט געווארן מיט א סטראוק וואס האט אים שפעטער אומגעברענגט, כן יאבדו.

ה'תק"פ: פורים באסניע – דער הערשער אין לאנד, רודזשי פאשא, האט געהייסן די אידן אין הויפטשטאט סאראיעווא באצאלן א טייערן סכום געלט, און ער האט געלאזט ארעסטירן דעם רב און ראשי הקהלה און זיי געדראעט מיט טויט שטראף ח"ו, אבער בחסדי ד' איז די גזירה בטל געווארן און די אידן באפרייט געווארן ווען דער פאשא האט פלוצלינג געמוזט אנטלויפן פון לאנד, און די אידן אין באסניע האלטן א יו"ט אין דעם טאג.

ה'תש"ד: ביים חורבן אייראפע, איז אין דעם טאג אומגעקומען עקד"ה הרה"ק רבי קלונימוס קלמן שפירא הי"ד פון פיאסעצנא, בעל "חובת התלמידים," בן הרה"ק רבי אלימלך מגראדזיסק זי"ע, ווי אויך הרה"ק רבי יעקב יצחק דן הי"ד בן הרה"ק רבי אלימלך מנחם לאנדא זי"ע מסטריקוב, אין טרעבלינקע לאגער, און אויך הרה"ק רבי שלמה דוד יהושע הי"ד מסלונים בן הרה"ק רבי אברהם זי"ע.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ה' חשון

שליחה דורך שעפטל »

ג'תכ"ז: אין די ערשטע תקופה פון די יוונים און זייערע צרות אויף כלל ישראל, פירן זיי אדורך שווערע הריגות אויף אידן אין בית שאן, א"י. [וי"א ו' חשון]

ד'קע"ד: אין דעם טאג האט אויסגעבראכן א שווערע פאגראם און גזירות גירוש אויף אידן אין אלכסנדריא, מצרים.

ה'רכ"ח: די אידן אין לאנדוי, דייטשלאנד, ווערן געצווינגען צו טראגן געלע לאטעס, כמעט פינעף הונדערט יאר פאר'ן חורבן אייראפע.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ו' חשון

שליחה דורך שעפטל »

ג'של"ט: לויט דברי חז"ל און פוסקים, כמבואר בשו"ע, איז דער טאג א יום תענית צדיקים, ווייל נבוכדנאצר מלך בבל האט געהייסן בלינד מאכן די אויגן פון צדקי' המלך און אומברענגען זיינע קינדער, נאכ'ן ווערן געכאפט אנטלויפן פון ירושלים ביים חורבן בית המקדש. [וי"א ז' חשון]

ה'קכ"ו: דער קעניג פון סיציליע, איטאליע, גיט ארויס א גזירה אז שוהלן טארן נישט ווערן אנגעזען פונדרויסן. ][

ה'תכ"ה: אין שפאניע זענען דעם טאג אומגעקומען עקד"ה איבער צוויי הונדערט און דרייסיג אנוסים הי"ד, דורך די אינקוויזיציע.

ה'תשע"ד: אין דעם טאג איז אנטדעקט געווארן די דראמאטישע רעטונג ארבייט פון גינאו בארטאלי, אן איטאליענער חסיד אומות העולם, וועלכער האט געראטעוועט א געשאצטע 800 אידן אין איטאליע ביי די צווייטע וועלט מלחמה. בארטאלי האט געהאלטן זיין העלדישע ווערק אלס א העכסט געהיימע סוד, און הערשט 13 יאר נאך זיין טויט, זיבעציג יאר'ן נאך די קריג, איז עס אנטדעקט געווארן.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ז' חשון

שליחה דורך שעפטל »

ג'של"ט: לויט דברי חז"ל און פוסקים, כמבואר בשו"ע, איז דער טאג א יום תענית צדיקים, ווייל נבוכדנאצר מלך בבל האט געהייסן בלינד מאכן די אויגן פון צדקי' המלך און אומברענגען זיינע קינדער, נאכ'ן ווערן געכאפט אנטלויפן פון ירושלים ביים חורבן בית המקדש. [וי"א ו' חשון]

ה'ק"י: דער פויפסט אנערקענט אז דער בלבול אויף אידן וועגן פארגיפטן די וואסער קוועלער אין אייראפע – וואס אויף דעם האבן ליידער פאסירט אזויפיל פאגראמען און הריגות פון אידן הי"ד – איז א פאלשער בלוט-בלבול.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ח' חשון

שליחה דורך שעפטל »

ג'תתכ"ו: ביים סוף תקופת בית שני, האבן די אידן אין דעם טאג געהאט א גרויסע נצחון אויף די רוימישע ארמייען.

ה'תמ"ה: די ערשטע שוהל אין אמעריקע ווערט געעפנט מיט א געהויבענע חנוכת הבית.

ה'ת"פ וי"א תפ"ה: די חורבה שוהל אין ירושלים פון רבי יהודא החסיד ווערט אונטערגעצינדן, און עס זענען ליידער פארברענט געווארן פערציג ספרי תורה. (אוו עס איז שפעטער געווארן איבערגעבויט דורך די תלמידי הגר"א אין ארה"ק)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ט' חשון

שליחה דורך שעפטל »

ג'תתכ"זוי"א תתכ"ו: ביים סוף תקופת בית שני, איז דער טאג געווען א יום שמחה אין ירושלים, ווייל מען האט זיך געשטארקט אויף א גרויסן פארנעם קעגן די רוימישע קרעפטן. (וי"א ח' חשון)

ה'צ"ט: אין דעם טאג האט פוילן באשטעטיגט די רעכטן פון אידישע איינוואוינער אין לאנד.

ה'תקי"ט וי"א תק"כ: א שווערע ערדציטערניש האט פאסירט אין צפת מיט הונדערטער קרבנות.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

י' חשון

שליחה דורך שעפטל »

ה'ל"ח: די בריטישע קעניגרייך ארעסטירט נאנט צו זיבן הונדערט אידן און פארשיקן זיי צום טרויעריגן טורמע פון "טאוער אוו לאנדאן." טייל פון די אידן, דערונטער רבנים וגאונים וראשי הקהלה, זענען אומגעברענגט געווארן עקד"ה, און די אנדערע זענען צוגערויבט געווארן פון אלע זייערע פארמעגנס. (וי"א כ"ג חשון)

ה'ת"ר: דער סולטאן פון טערקיי ערקלערט אז דער טרויעריגער בארימטער "בלוט בלבול אין דמשק" איז טאקע דאס, א פאלשער בלבול, און ער ערקלערט אומלעגאל צו מאכן אזעלכע פאלשע בלבולים אויף אידן, און אז אידן האבן פולע בירגער רעכטן איבער די גאנצע טערקישע אימפעריע.

ה'תר"כ: שוועדן גיט ארויס גינסטיגער געזעץ אז אידן ווערן ערלויבט צו קויפן שטחים אין לאנד.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

י"א חשון

שליחה דורך שעפטל »

א'תרנ"ו: אין דעם טאג איז נפטר געווארן מתושלח, זיבן טעג פאר'ן מבול, אין עלטער פון 969 יאר, די מערסטע אריכות ימים זינט בריאת העולם, און דער אייבערשטער הייסט פאר נח אריינצוגיין אין די תיבה, ווי עס שטייט אין די פסוקים, "כי לימים עוד שבעה..."

יארצייט פון רחל אמינו, רחל מבכה על בני', ושבו בנים לגבולם.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

י"ב חשון

שליחה דורך שעפטל »

ה'נ"ח וי"א ה'נ"ט: איבער צוויי הונדערט אידישע קרבנות הי"ד פאלן ביי די ביטערע "רינדפלייש פאגראמען" אין די שטאט היילברון, און נאך פילע הונדערטער אין רויטנבורג, נורעמבורג און ווירצבורג.

ה'רמ"ד: אין דעם טאג האט רבינו השר דון יצחק אברבנאל אנגעהויבן שרייבן זיין בארימטן ספר על התורה, נביאים וכתובים.

ה'תקכ"ו: די לעצטע אויטא-דא-פע אין פארטוגאל איז פארגעקומען דעם טאג דורך די ארטיגע אינקוויזיציע, וואס האט במשך הונדערטער יארן אומגעברענגט עקד"ה טויזנטער קדושים הי"ד ויצאה נשמתם באחד.


ה'תשנ"ו: אידישער רוצח (פון די מתנחלים אדער, לויט קאנספיראציעס, אייגענע ציוניסטישע אגענטורן) ערמארדעט ציוניסטישן ראש הממשלה יצחק ראבין.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארשפארט