גיי גלייב!!! (--- פרי עט הדר)

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
[NAMELESS]

גיי גלייב!!! (--- פרי עט הדר)

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]
גיי גלייב 1.png
[/center]
"וואס הייסט? עס איז א בפירוש'ע צייטונג!" - דאס זענען ווערטער וואס מען הערט כסדר ביי היציגע דעבאטעס. דזשורנאליזם איז אייביג באטראכט געווארן אלס א פאקטישע באגרינדונג, אויף וואס מען האט זיך אין דעבאטע נישט געקענט שטעלן. דאס געשריבן ווארט איז אייביג פאררעכענט געווארן פאר א דבר קבוע וקיימא, א קאלטע פאקט. אבער אנדערש ווי היינט, ווען טעכנעלאגיע איז שטארק פארגעשריטן, און נייעס באריכטן ווערן פארשפרייט אין רגעים, און עס איז א זעלטענהייט אז א צייטונג זאל מאכן א טעות מיט א באריכט, וואס איז געזויגן מתחילתה עד סופה, (כאטש מען טרעפט אזאנס אין די מאדערענע וועלט אויך, א שטייגער ווי "דשעיסאן בלעיר" פון די ניו יארק טיימס, צו "דזשעק קעלי" פון די יו עס עי טאדעי, צו גאר אונזער היימישער [tag]עקספרימענטירער[/tag]) דאך איז אמאל געווען גאר אנדערש, ווען די צייטונגען זענען געווען גאר פרימיטיוו און צוריקגעשטאנען, איז געווען א מצוי'דיגע זאך, אז עס זענען ערשינען גאנצעטע באריכטן, צומאל באגלייט אפילו מיט עדות, און אין א וואך צוויי שפעטער איז ערשינען א "מעוות לתקון" ווי די רעדאקציע ציהט צוריק - מיט רויטע בושות - אויף דעם פאלשן באריכט. אזא געשעעניש פלעגט צומאל זיך דורך ווישן אומבאמערקט, און צומאל פלעגט דאס זיין א קלאסאלן דורכפאל פארן צייטונג.

פארצייטנס איז דער אידישע לעבן נישט געווען אזוי צענטראליזירט ווי היינט צוטאגס. און רוסלאנד, אוקריינע, פוילן, גאליציע, רומעניע, זענען געווען צושפרייט הונדערטע הונדערטע שטעטלעך, און כדי צו וויסן די נייעס, האבן די צייטונגען געמוזט צוקומען צו אינפארמאטארן אינערהאלב די געגענטער און שטעטלעך. צומאל פלעגן סתם מענטשן אויך אריין שיקן נייעס פון זייער וואוינארט, וואס דאדורכדעם פלעגט אפט זיין אזאנע עקספרימענטירער טיפ מענטשן, וואס פלעגן שיקן פאלשע באריכטן צו די צייטונגען, געווענליך געבויט אויף מאטיוון פון שנאה, זיך אפצורעכענן מיט יענעם א גוטס.
 [center]~~[/center]

אט הערט א מעשה [וואס איז האפנטליך יא אמת...]:

געווען איז עס איין טאג, ווען די תלמידים פונעם גרויסן גאון ר' ברוך בער לייבאוויטץ, דער 'ברכת שמואל' זצ"ל, דערציילן פאר זייער רבי'ן מיט גרויס שאק און צובראכנקייט, אז עס איז אנגעקומען א ידיעה פון די צייטונגען אז דער גאון עולם לבית בריסק און רבי פון רבי ברוך בער - הגאון רבי חיים בריסקער שבק לן חיים, ער איז ליידער נפטר געווארן. ר' ברוך בער בלייבט זיצן גלייכגילטיג, ווי כאילו נישט צו אים זענען די רייד געווענדעט. שפעטער אין טאג ווען עס איז אנגעקומען א שליח מיטן בשורה, איז ר' ברוך בער געכאפט געווארן אין א שאק, הערנדיג [און קולט זייענדיג] די טרויעריגע בשורה, און איז צוזאם געפאלן פון גרויס צער און צובראכנקייט.

אויב וואונדערט איר זיך, פארוואס ער האט אזוי ווייניג געגלייבט די מודעה אינעם צייטונג, דאן דארפט איר ליינען די פאלגענדע אמת'ע מעשיות וואס זענען פארגעקומען אין אלטער היים, און איר וועט פארשטיין וויפיל נאמנות א צייטונג האט געקענט טראגן.

[center]~~[/center]

הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א - א נאמען וואס באדארף נישט קיין הסברים, מה טובו ומה גדולתו - האט שוין 'מאראנצי' באשריבן מיט אלע אירע קאלירן. אבער זיין יחוס איז אויך נישט אוועק צו מאכען מיט איין האנד. ער ציהט ארויף זיין אפשטאם, ביזן גרויסן תנא ר' חנינא קרא. לאמיר גיין צושטייטלעך, אבער בקיצור.

דער אבי השלשלת 'זילבערבערג' איז געווען הרב בנימין בייניש, ער איז געווען אן איידעם ביי רבי יצחק זאב אוירבאך, (דער שוואגער פון הגאון המפורסם הרב יצחק איציק אוירבאך, מרבני ירושלים. און זיי ביידע זענען געווען איידימער פון רבי יצחק קרא, {לחד גירסא ארויף צום ב"י הרב יוסף קארו (קרא), און-} ארויף ביזן תנא ר' חנינא קרא).

זיין זון איז געווען הרב המפורסם ביותר הגאון רבי משה יהודה לייב זילבערבערג אב"ד קוטנא, ורבן של הקהילות האשכנזית בירושלים.

זיין זון איז געווען הרב חיים יעקב נפתלי אב"ד אירשוב, ער איז נאך געווען א שטיקל מתנגד, כאטש ער איז געווען נאך ביים שפת אמת. (דער אמרי אמת האט נישט פארפעלט אים צו באזוכן יעדעס מאל ער איז געווען אין שטאט!)

זיין אייניקל איז געווען הגאון הרב אברהם בנימין בייניש מרבני ווארשא ואח"כ אב"ד פיטסבורג, וואו ער האט פארטרעטן אין א געוויסע זין חסידי גור אין אמעריקא. (ער איז שוין יא געווען א חסיד נלהב, און א תשובה שרייבט ער אמאל: דעם רבי'נס א ווארט דארף מען אפלערנען ווי א גאנצע תוס'...). ער איז געווען א מחותן מיט דער ירושלימער רבי פון קראונהייטס - פון ווי עס שטאמט ר' ברוך אייזענבערג ע"ה ומשפחתו.

געוויס וועט אייך שאקירן אז הרב צבי מאיר שליט"א'ס טאטע'ס טאטע איז גאר געווען א פאלנער משומד!

ליינט מיט שפאנונג א באריכט איבערן זון פון רבי אברהם בנימין זילבערבערג.


[center]א סענזאציאנאלע שאקירנדע באריכט אין די ווארשעווע צייטונגען:[/center]

[center]
גיי גלייב 2.png
[/center]

אין די ווארשאווער רבני'שע קרייזן ווערט איצט פיל גערעדט וועגן דעם שרעקליכער טראגעדיע, וואס עס לעבט יעצט איבער דער באקאנטער ווארשאווער מורה הוראה הרב ר' אברהם בנימין זילבערבערג, וועמענס זוהן, אויך א רב איז אוועק צו די מיסיאנערן קיין לאנדאן און זיך דארט אפגע'שמד'ט.

די סענסאציאנאלע געשיכטע שטעלט זיך פאר אזוי:

הרב ר' אברהם בנימין זילבערבערג איז אין משך פון לאנגע יאהרן געווען דער הויפט אנפירער פון די "שומרי שבת" אין ווארשא, און איז געווען אן ערענסטער קאנדידאט אויף אפיציעלן רב פון ווארשאווער ראבינאט. מיט צוויי יאר צוריק איז ער אוועק געפארן קיין אמעריקא, פון וואנען ער איז ביז'ן היינטיגן טאג נישט צוריקגעקומען.

ווי מען גיט איבער, איז הרב זילבערבערג קיין אמעריקא געפאהרען זאמלען געלד פאר א ישיבה.

[center]
גיי גלייב 3.png
[/center]
[center]הגאון ר' אברהם בנימין בייניש אב"ד פיטסבורג[/center]

דעם רב זילבערבערג האט דערווייל אין ווארשא פארטרעטען זיין זוהן דער יונגער רב זילבערבערג, וועלכער פלעגט זיך, אגב, אזוי אויסצייכענען מיט זיינע רעדעס אין די שוהלען, ווי דעם פאטער.

מיט 6 חדשים צוריק איז דער יונגער זילבערבערג נעלם געווארען. מען האט אים געזוכט און נישט געקאָנט געפונען. מיט 2 חדשים שפעטער האט זיך צום הרב ר' שלמה דוד כהנה געווענדעט דער גערער טיש-זיצער ר' יוסף מאיר מילכווערגער פון אדרעסס מילא 5, וועלכער האט דעם רב פארטרויט א סוד: ער האט נעמליך דערצעהלט, אז מיט עטליכע יאהר צוריק האט ער זיינס א 16-יעריג מיידעל פער'קנס'ט פאר'ן יונגען רב זילבערבערג און האט אויף זיין טאכטער'ס און דעם חתנ'ס נאמען אריינגעלעגט אין א באנק-קאסעטקע דעם נדן אויף א סומע פון 10 טויזענד זל.

דער חתן, דער יונגער רב, האט מיט א קונץ ארויסבעקומען דעם נדן און מיט'ן געלד נעלם געווארען. נאך עטליכע חדשים זוכען איז איהם געלונגען געוואויר צו ווערען, אז ער געפינט זיך אין שטאקהאלם, וואו ער האט זיך גע'שמד'ט. ער איז געווארען א גאנצע "שישקע" ביי די דארטיגע מיסיאנערן. ר' יוסף מאיר מילכווערגער האט דעריבער געבעטען, אז מען זאל איהם ארויסגעבען פטורין פאר זיין טאכטער, כדי זי זאל קאָנען ווערען א כלה פאר א צווייטען חתן.

דער רב כהנה האט זיך דאן געווענדעט קיין שטאקהאלם און לאנדאן, וואו ער האט זיך גענוי אינפארמירט וועגען דער ריכטיגקייט פון דער סענסאציאנאלער שמד-געשיכטע.

נאכדעם ווי 2 יודישע עדות פון לאנדאן האבען בעשטעטיגט, אז עס איז טאקי א טרויעריגער אמת, אז דער יונגער רב זילבערבערג האט זיך טאקי גע'שמד'ט און איז אין לאנדאן א גאנצער מאכער ביי די דארטיגע מיסיאנערען, האט הרב שלמה דוד כהנה ארויסגעגעבען דעם פריילין מילכווערגער פטורין.

ערשט איצט איז די ווארשאווער רבנים געווארען קלאר פארוואס דער פאטער פון יונגען רב זילבערבערג קומט נישט צוריק פון אמעריקא קיין ווארשא. ער קומט נישט צוריק צוליב עגמת נפש.


[center]און א הוספה איבער דעם, שרייבט 'דער עקספרעס' א טאג שפעטער.[/center]

נישט מיט קיין לייכט געמיט האט "אונזער עקספרעס" איבערגעגעבען די דאזיגע נישט היימליכע ידיעה. די רעדאקציע האט שוין וועגען דער טהאַט פון יונגען רב זילבערבערג געהאט ידיעות מיט עטליכע וואכן צוריק, אבער מיר האבען די ידיעות נישט געוואלט פארעפענטליכען, אבער נאכדעם, ווי עס זענען קיין ווארשא דערגאנגען ידיעות, אז דער יונגער רב זילבערבערג פיהרט אין לאנדאן א דאפעלטע שפיעל: ער איז א גאנצע "שישקע" ביי די דארטיגע מיסיאנערען און פארקעהרט גלייכצייטיג צווישען יודען, וואו ער זוכט נאך צו פאנגען נשמות, זענען מיר געווארען געצוואונגען צו פארעפענטליכען די גאנצע געשיכטע, כדי איהם אזוי ארום צו דעמאַסקירען פאר דע-גאנצער יודישער עפענטליכקייט. הגם מיר באזיצען נאך א סך פרטים וועגען דער אויפפיהרונג פון יונגען זילבערבערג נאך פאר זיין אבפאהר פון פוילען, דאך האלטען מיר זיך אפ די אלע פאקטען צו פארעפענטליכען.
 


[center]~~[/center]

דער ווארשאווער אידענטום האט געקאכט ווי א קעסל פון די שוידערליכן פאסירונג.


[center]צוויי חדשים פאריבער און דא האט איר פרישע באריכטן:[/center]

[center]
גיי גלייב 4.png
[/center]

מיט א צייט צוריק איז אין "אונזער עקספרעס" געווען אפגעדרוקט א ידיעה וועגען הרב הערש מאיר זילבערבערג, וועלכער וואוינט לעצטענס אין מאנטריעאל (קאנאדע).

[center]
גיי גלייב 5.png
[/center]
[center]אהרן צייטלין דער עורך פון אונזער עקספרעס[/center]

[i]דארט איז געווען דערצעהלט, אז הרב הערש מאיר זילבערבערג איז אוועק פון ווארשא נאכדעם ווי ער האט צוגענומען א סומע פון 10 טויזענד זל. וואס איז געווען דעפאנירט אין "באנק זאבאדני" דורך זיין צוקונפטיגער שווער.

ווייטער איז געווען געשריבען, אז נאכ'ן פערלאזען ווארשא איז ער אנגעקומען קיין שטאקהאלם און לאנדאן, דארט האט ער זיך גע'שמד'ט און אלס מיסיאנער איז ער אבגעפאהרען קיין אפיסיניען.

איצט שטעלען מיר פעסט, אז מיר זענען אריינגעפיהרט געווארען אין א טעות, ווייל אלץ, וואס עס איז געווען געשריבען אין יענער נאטיץ אנטשפרעכט נישט דער ווירקליכקייט.

דערין האבן מיר זיך איבערצייגט פון א רייה דאקומענטען, וואס זענען אונז צוגעשטעלט געווארען.

קודם-כל ווייזט זיך ארויס, אז הרב הערש מאיר זילבערבערג האט בכלל נישט געקאָנט אבּנעהמען קיין געלד פון דער "דעפאזיטען באנק", ווייל לויט'ן דעפאזיטען אפמאך מיט דער באנק האט קיינער פון זיי ביידען, דאס הייסט נישט הרב הערש מאיר זילבערבערג און נישט זיין צוקונפטיגער שווער, נישט געקאָנט אבּנעהמען דאס געלד איינער אהן דעם צווייטען.

ווייטער ווערט פעסטגעשטעלט פון די דאקומענטען, אז נאכ'ן פערלאזען פוילען איז הרב הערש מאיר זילבערבערג אבגעפאהרען קיין ניו יארק, וואו ער איז איצט א פלייסיגער תלמיד אין דער ישיבה ר'יצחק אלחנן (קאוונע) און איז גלייכצייטיג דער גייסטיגער פיהרער פון דער קהילה "בית חסידים דפּוילין".
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אז דאס אלץ איז אמת, האבען מיר פעסטגעשטעלט אויפ'ן נרתר פון פאלגענדע דאקומענטען, וואס זייער ריכטיגקייט איז בעשטעטיגט דורך א רעיענט:

1) די שיפס-געזעלשאפט "נדוניע אמעריקא ליניע" שטעלט פעסט, אז דער פאסאזשיר פון דער דריטער קלאס הרב הערש מאיר זילבערבערג איז ארויסגעפאהרען פון פוילען דעם 19'טען מערץ אוהן איז אנגעקומען קיין קאפענהאגען דעם 20-טען מערץ און פון קאפענהאגען איז הרב הערש מאיר זילבערבערג ארויסגעפאהרען דעם 28-טען קיין ניו יארק און אנגעקומען קיין ניו יארק דעם 6-טען אפריל. פון דעם בריף ווייזט זיך ארויס, אז הרב הערש מאיר זילבערבערג איז קיינמאל נישט געווען נישט אין שטאקהאלם און נישט אין לאנדאן, נאר ער איז גלייך פון ווארשא דורך קאפענהאגען געפאהרען קיין ניו יארק וואו ער איז אנגעקומען פאר פסח.

2) דער פרעזידענט פון דער ישיבה ר' יצחק אלחנן אין ניו יארק הרב דר' ב' רעוועל, שטעלט פעסט, אז הרב הערש מאיר זילבערבערג איז רעגיסטרירט אין דער ישיבה און בעזוכט אלע טאג די שיעורים.

3) הרב ר' שלמה יאסקאוויטץ, דער איידעם פון גערער רבי'ן שליט"א, וועלכער איז צוריקגעקומען פון אמעריקא פאר ראש השנה, זייענדיג צוזאמען מיט הרב הערש מאיר זילבערבערג אין אמעריקא, שטעלט פעסט, אז הרב הערש מאיר זילבערבערג איז א העכסט-פרומער און עהרליכער מענש מיט אויסגעצייכענטע מעלות ומדות טובות און אז הרב הערש מאיר זילבערבערג איז קיינמאל נישט געווען נישט אין שטאקהאלם און נישט אין לאנדאן, אז ער איז אנגעקומען קיין ניו יארק גלייך פון פוילען פאר פסח, ער לערנט אין דער ישיבה ר' יצחק אלחנן אין ניו יארק ווי אויך אין גערער שטיבעל.

4) דער פרעזידענט פון דער שוהל "בית החסידים דפוילען", וואס געפינט זיך אין ניו יארק אויף מאנטגאמערי 9-11 בעשטעטיגט דורך א שבועה, וואס איז בעשטעטיגט דורך אנ'אמעריקאנער רעיענט, אז הרב הערש מאיר זילבערבערג איז געווארען פערבעטען פון דער שוהל אנצונעהמען א פאסטען אלס רב מיט א פענסיע פון 2,000 דאלאר יעהרליך.

5) דער קאמיסאר פון העכסטען געריכט אין מאנטריעאל (קאנאדע) בעשטעטיגט, אז ער האט פעסטגעשטעלט די פערזענליכקייט פון הרב הערש מאיר זילבערבערג דורך זיין פּאס און דורך זיין אונטערשריפט. איך אליין ---שרייבט דער קאמיסאר--- האב דורכגעקוקט און דורכגעלייענט די אלע אויבענדערמאהנטע דאקומענטען און בעשטעטיג:

א) אז הרב הערש מאיר זילבערבערג, וואס האט לעצטענס געוואוינט אין ווארשא אויף מענהאף 26 איז געשטאנען פאר מיר אין מיין קאנצעלאריע דעם 20-טען יולי 1936; אז ער איז ארויסגעפאהרען פון פוילען דעם 19-טען מערץ 1936 און איז אנגעקומען קיין ניו יארק דעם 6-טען אפריל 1936.

ב) אז הרב הערש מאיר זילבערבערג איז א תלמיד פון דער ישיבה ר' יצחק אלחנן אין ניו יארק און אויך פון גערער שטיבעל.

ג) אז הרב הערש מאיר זילבערבערג איז אנגענומען געווארען אויף א פאסטען אלס רב אין דער שוהל "בית החסידים דפוילן" אין ניו יארק.

ד) אז אלע ארטיקלען, וואס זענען געווען געדריקט אין די ווארשאווער צייטונגען וועגען הרב הערש מאיר זילבערבערג זענען נישט ריכטיג און נישט בעשטעטיגט.

די דאזיגע דאקומענטען זענען בעשטעטיגט דורכ'ן פוילישען קאנסול אין מאנטרעאל (קאנאדע).

דערמיט בעטען מיר ענטשולדיגונג ביים הרב הערש מאיר זילבערבערג, ביי זיינע עלטערן און משפחה פאר דעם עגמת נפש, וואס מיר האבען זיי פערשאפט.

[center]
גיי גלייב 6.png
[/center]
[center]ישיבת יצחק אלחנן (קאוונע) אפיליאירט מיט Yeshiva University.[/center]
[center](קרעדיט מורשת)[/center]

א שטיקל אויסצוג פונעם צייטונג "דער היינט" November 15, 1936, וואו זיי באריכטן פון וואו אזא פארדריסליכער טעות האט זיך גענומען.

לויט זיי - ווי קאמיש עס הערט זיך - זענען גאר מיר ארטאדאקסן שולדיג אין זייער מיס-אינפארמאציע.


איצט האבען מיר צו דעס אלעס געוואלט צוגעגעבן, ווי אזוי די דאזיגע אויסטערלישע און פאלשע ידיעות איז ענטשטאנען. נעמליך, דער יונגער רב איז, ווי עס ווייזט זיך ארויס פון די דאקומענטען פון דער שיפס-ליניע "נדיניא אמעריקא", איינגעשטיגען אין דער שיף צו פאהרען קיין אמעריקא און קאפענהאגען, פון קאפענהאגען האט ער געשריבען א בריף אויף א בלאנק פון האטעל, וואו ער איז איינגעשטאנען אלס פאסאזשיר פון דער שיפס-געזעלשאפט, דער האטעל טיטילירט זיך אלס "מיסיאנס-האטעל" פון דער פוילישער שיפס-געזעלשאפט, אין די ארטאדאקסישע קרייזען האט מען דאס ווארט "מיסיאנס", וואס האט די בעדייטונג פון "אין אויפטראג" פון דער נדיניא-שיפס-געזעלשאפט אויסגעטייטשט, אז דאס א מיסיאנערען-האטעל און דער יונגער רב איז אוועק צו די מיסיאנערען און ממילא האט ער שוין בעדארפט פאהרען קיין לאנדאן אין דער הויפט-קווארטיר פון די מיסיאנערען, כאטש ער האט לאנדאן פאר די אויגען נישט אנגעקוקט.

אט אזוי ארום איז דאס צוליב דעם שלעכטען טייטש פון א אונשולדיג ווארט דורך נאאיווע חסיד'ישע אידען, ענטשטאנען דער גאנצער בלבול אויף דעם יונגען רב זילבערבערג און דורך די ארטאדאקסישע קוועלען איז עס געקומען אין דער אידישער פרעסע.

צווישען אנדערע צייטונגען איז די דאזיגע ידיעה געווען געדרוקט אויך אין "היינט". מיר האבען פערשאפט דער פאמיליע פון געעהרטען הרב זילבערבערג אונבאגרינדעטען עגמת נפש.

אלס סאטיספאקיע האבען מיר אויפגעקלעהרט, ווי אזוי די דאזיגע מיספערשטענדעניש איז ענטשטאנען און די פאמיליע פון הרב זילבערבערג, וועלכע שטאמט פון גרויסען רבני'שען יחוס, וועט געוויס אננעהמען אונזער ענטשולדיגונג פאר דעם פערדרוס, וואס מיר האבען איהר פארשאפט.
 

[center]~~[/center]
הרב הערש מאיר איז געווארן א סוקסעספולע ביזנעסמאן און אן עסקן לטובת הכלל, און איז געווען א שרייבער אין רבנ'ישע ירחונות ווי 'הפרדס' און נאך. ער איז ליידער אומגעקומען אין א טראגישער עקסידענט אין יאר תש"כ.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין שטאט קיידאן (רוסלאנד) איז דער רב געווען דער באקאנטער הרב שמחה זלמן טרויב זצ"ל, ער איז געווען א זוהן פון הגאון רבי אברהם שמעון טרויב זצ"ל. דער רבי אברהם שמעון, איז געווען פון די גרויסע און באקאנטע שרייבער אין די צייטונגען ווי "המליץ", "המגיד", און "הכרמל", ווי ער האט לוחם געווען מיט די דעמאלטס'דיגע משכילים, און זיי האבן אים טאקע צוגעטיילט - נאך א גרויסער סכסוך - דעם פארשעמנדן נאמען "דער רב דער האמאפאט". נאכן פטירה פון זיין טאטע, האט רבי שמחה זלמן איבער גענומען די פירערשאפט אין שטאט. (הרב הגאון רבי יעקב לאנדא רב דבני ברק איז זיינס א רעכטע אייניקל, זיין ווייב 'מינה' איז געווען א טאכטער פון פראדל די טאכטער פון קיידאנ'ער רב).

אט דא איז נתפרסם געווארן א טרויעריגער באריכט:

[center]
גיי גלייב 7.png
[/center]
[center]א באריכט אין צייטונג "המגיד" אין דאטום ב' סיון שנת תר"מ:[/center]

[center]קיידאן. א נישט גוטע שמועה געט ארויס מיין פעדער, פון די פטירה פון אונזער רב רבינו הרב הגאון המפורסם מוהר"ר שמחה זלמן טרויב. די פעדער ציטערט צווישען מיינע פינגער ווען איך דערמאן זיך אז די קרוין פון עדת קידאן און איר שיינקייט פראכט איז ארויפגענומען פון איר קאפ, והאי שופרא בלי עפרא, טאמער וועל איך אנפאנגען צו פארציילען אלע זיינע מעלות און אלע תיקונים וואס ער האט מחדש געווען אין אונזער שטאט פון ווען ער האט איבער גענומען די הנהגה פון שטאט, וועט די יריעה זיין צו קורץ. נאר פון די הספד דערקענט זיך די גרויסקייט אין תורה און מעלות.

זונטאג פרשת אמור, נאך חצות היום איז ארויס זיין נשמה למנוחה, מאנטאג זענען געקומען די איינוואוינער פון קידאן אים צו באגלייטן צו זיין אייביגע רוה. נאך זיין ארון זענען געגאנגען די חשובע פון אונזער שטאט, מיט טרערען אויף זייערע באקען. און די זיבען טובי העיר האבען געטראגען זיין ארון ביז די בית החיים, וואס דארט זענען באגראבען זיינע עלטערן, דארט האט מען אים מספיד געווען מיט א הספד מר, מיט א גרויסע און שווערע טרויער, ביז די אנוועזענדע איז צוגאנגען פאר געוויין.

דער אויבערשטער זאל טרייסטען אונזער פאריתומטע שטאט, ווייל יעצט איז זי געבליבען אן א פירער און פארזארגער.

ברוך ליב ב"ר אברהם שו"ב ב'קיידאן.
[/center]

[center]
גיי גלייב 8.png
[/center]
[center]די עורכים פון המגיד: הרב אלעזר ליפמאן זילבערמאן און דוד גורדון[/center]

נאך בעפאר מען איז צו זיך געקומען פונעם גרויסן פארלוסט, און איידער מען האט נאך אויפגענומען א פרישע רב אלס ממלא מקום, איז דא א פרישע מעלדונג אין "המגיד" פון צוויי וואכן שפעטער י"ז סיון תר"מ, ווי דער הרוג איז בא ברגליו...

"אין המגיד נומער 19 איז געווען א הודעה פון שטאט קידאן אין רוסלאנד פון איינער וואס האט זיך גע'חתמ'ט: "ברוך ליב שו"ב", אז הרב הגאון מוהר"ר זלמן שמחה טרויב דער רב פון דארט איז נפטר געווארן. צו אונזער פרייד קענען מיר מודיע זיין אז דער רב נ"י לעבט נאך מיט אונז, אזוי ווי דער רב אליין האט אונז מודיע געווען מיט זיין בריוו.

מיר זענען אריינגעפאלן אין די שטרויכלונג וואס האט באהאלטן פאר אונז דער שרייבער, דער אויסווארף. ווייל עס איז בלי ספק אז אויך די נאמען וואס ער האט גע'חתמ'ט איז פאלש. דער רב האט אונז געשיקט די בריוו, דערנאך וואס ער האט געהערט וואס עס שטייט געשריבן.

אויך וואונדערן מיר זיך אויף די ווערטער פונעם רב נ"י וואס ער זאגט אויף דעם שקרן: "אפשר דארף מען אים דן זיין לכף זכות אז עס איז אריינגעפאלן א טעות אין זיינע ווערטער". ווי קען דען זיין די טעות אין אזא פאלשע זאך".
 

[center]~~[/center]

עס זענען נאך דא פיל אזעלכע דוגמאות, ועוד חזון למועד.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

אזא ארטיקל אהער צושטעלן!!! פון וואו האסטו גענומען די אינפארמאציע?
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך וויל זיך באדאנקען פאר די אלע וואס האבן זיך גענומען די מיה צו אהער שטעלן די מייסטערהאפטיגע אויסגאבע 'פרי עט הדר', וואס האט פארשאפט א ריכטיגע עונג יום טוב.
[center]ראשית כל,
פאר [tag]סמבטיון[/tag] וואס איז געווען דער ערשטער ארויף צוברענגן דער געדאנק לכבוד חג האסיף.[/center]
[center][tag]מה הוא[/tag] כי תלנו עליו: וואס האט זיך אנגעשטרענגט שלא על מנת לקבל, אהער צושטעלן א געלונגענע ארבייט.[/center]
[center]עשר ירועות [tag]אדנירם[/tag]: וואס זיינע צען הענט זענען אויס געשפרייט איבערן גאנצן שטיבעל ווי נאר עס פעלט אויס, און אויף דעם וואס ער האט מיר פערזענליך געהאלפן בעצה ובמעש.[/center]
[center]וב[tag]moshav zekeinim[/tag] יהללהו: וואס פון א שפעקולאנט און אוואנטוריסט איז ער ארויס א העלד, באווייזענדיג א ארבייט וואס איז כמו רעזערווירט געווען פאר כוכב. יא! דו האסט באוויזן א מעסיוו ארבייט![/center]
[NAMELESS]

תחית המתים אין שטאט סקווירא

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]תחית המתים אין שטאט סקווירא[/center]
דאס איז ווי אזוי עס ווערט באריכטעט אינעם פאפולערן פרעסטיזשפולען 'המליץ' כ' אייר תרמ"ב.

סקווירא, קיובער גיבערניע. - "נישט צו לאנג צוריק איז אויסגעגאנגען אן עלטערער איד אין עלטער פון די זיבעציג. ער האט אויסגעהויכט זיין נשמה ערב שבת בין השמשות, און מען האט נישט אנגעיאגט אים צו באגראבען נאך אין יענעם טאג ווי דער מנהג לויטעט, נאר מען האט אים געלאזט ביז מוצאי שבת, און דערנאך וואס מען האט געמאכט הבדלה זענען אריבער געקומען די וואס זענען זיך מתעסק מיט חסד של אמת, צו אפרעכטן די טהרה און אים ברענגן צו קבר ישראל, און אויסלייזען זיין נשמה פון פיין און וואגלעניש.

אבער ווען זיי האבן אים מטלטל געווען און צוגערירט צו זיין לייב, האבן זיי געזעהן אז ער האט זיך אויפגעוואכט, און געשאקעלט זיינע גלידער, זיי האבן ווי צום טויט דערשראקענע געהויבן פיס און אנטלאפן פונעם נפטר. אזוי איז דער מת אויפגעשטאנען תחית המתים פאר זייערע אויגן. און ער האפט נאך צו לעבן ביז לאנגע יארן ביזן טיפן עלטער."

[center]יצחק אסטראווסקי[/center]

דער רעדאקטאר פון המליץ, אלכסנדר צעדערבוים אדער בעסער באקאנט מיטן פעסוואדענים 'ארז', איז ביסיידס זיך פאררופען אלטץ שומר תורה ומצוות, איז ער געווען אן אויסגעשפראכענער לוחם אנטקעגן די פרומע ציבור ורבניה אין רוסלאנד, פארשטייט זיך אונטערן שלייער פון יושר און צדק...

ווידער, פון דער צווייטער זייט האט ער אנגעהאלטן נאנטע באציאונגען מיט סאמע בארימטע אידישע פירער, א שטייגער הרה"ק ר' דוד'ל טאלנער, הר' יצחק אלחנן קאוונער. באזונדער פלעגט ער פארוויילן ביים צדיק הרה"ק ר' איציקעל סקווערער זצ"ל, ווי צווישן פולע אנדערע משכילים און דענקער האט ער געפונען אן ארט ביי דעם הייליגער איד, וואס חוץ גדלותו בתורה וצדקות איז ער געווען איין שטארקער חכם מיט קליגשאפט און שארפקייט, ווי מען האט געהאט מיט וועם צו פירען א דיאלאג. וכידוע איז ער זיי נישט שולדיג געבליבן קיין פרוטה!

אויסער זיין קביעות'דיגע קאלומס אינעם צייטונג, פלעגט צעדערבוים אויך אפט צושרייבן צו באריכטן זיינע רייצערישע באמערקונגען. דאס איז וואס ער האט צוגעשריבן צום אויבנדערמאנטע באריכט:

[center]"און וואס וועלן ענטפערן די קנאים אין דיין שטאט?[/center]איך גיי אויס צו הערן וואס האט צו זאגן דער צדיק און חכם ונבון מ' יצחק טווערסקי, וואס איך בין באקאנט מיט אים פנים אל פנים, און איך האב געהערט זיין מיינונג איבער אסאך ענינים מיט קלוגשאפט און פארשטאנד. וואס וועט ער זאגן צו די געשעעניש וואס האט פאסירט אין זיין שטאט, און זיכער אז די חברה קדישא לייט זענען פון זיינע חסידים..." [center]אר"ז[/center]

[center]~~~[/center]

עס גייט פארביי א קארגע צוויי וואכן, און עס איז דא פרישע נייעס אין 'המליץ':

סקווירא. 15 יוני - אין המליץ נומער 16 איז אפגעדרוקט אן ארטיקל פון דא אין שטאט, אז די חברה וואס פארנעמען זיך מיט באגראבן טויטע, האבן געוואלט באגראבן לעבעדיגערהייט אזא איינער וואס האט אויסגעזען טויט אין זייערע אויגן. דאס איז א שקר מוחלט. ומעשה שהיה כך היה: אויף אן אלטער שוואכער איד איז ארויס א קול אז ער איז געשטארבן אין שבת. מוצאי שבת ווען איינע פון די מתעסקים איז געקומען צו מטפל זיין באגרעבעניש, האט ער אים געפונען אין א מצב ווי ער ראנגעלט זיך צווישן לעבן און טויט. נאך עטליכע טעג, איז ער נפטר געווארן.

עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו זען דאס פנים פון צעדערבוים ביים געוואר ווערן אז אנשטאדט טרייבן קאטאוועס פון די נעבעך'דיגער חסידים צו וואס ער האט זיך צוגעכאפט ווי צו א געבראטנס, איז ער ארויס דער אפ'געפאטשטער פונעם שפיל.
פארשפארט