חברים,

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
[NAMELESS]

חברים,

שליחה דורך [NAMELESS] »

א וועלט אזוי ריזיג,
שפירט זיך שפיזיג,
מענטשן אלע מיני,
שווארצע ווייסע רויטע גרינע,

שטורעמעס פון אלע זייטן,
קוים איך קען מיר האלטן,
איך ווער פארשוועמט צום תהום,
דורך א ים ברוב עם,

רעגן פון טרערן,
שניי פון שטויב,
ווארפט זיך אין די אויגן,
דערשטיקט דאס הארץ,

און פון צווישן די נעפל,
א אינזעל ערשיינט,
א קליין ליכטזייל,
מיט א פארבלענדענדע שיין,

איך זיץ אויף איר פעסט,
מיין הארץ דארט רועט,
מיינע אויגן עפענען זיך אויף,
קוקן רואיג אויף די וועלט,

ליבע פריינט דאס זענט איר,
א פעלזן שטיין זיך צו האלטן,
אינמיטן א שאקעלדיג וועלט,
פארלוירן אינעם מילך וועג,

איר דערהערט די שטילע שטימעס,
פון סטרינעס פון מיין הארץ,
פארשטייט די טיפע געפילן,
פון אונטער מיינע ווייניג ווערטער,

אייער קשר איז אנגעבינדען,
פעסט צו מיין ריקענביין,
פון דערווייטענס פיל איך זיכער,
דורך אייער שטריק פון ליבע,
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

wow wow wow
שפראכלאז פון דיין שפראך.‎
אנבעליוועביל!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערליך, הערליך שיין!
אנגעהויבן אן אשכול, אפגעשריבן א שטיקל פאעזיע, ארויסגעברענגט די הרגשים, הפלא ופלא.

והמשכיל בעת ההוא ידום...
אהרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
האט שוין געלייקט: 452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל

Re: חברים,

שליחה דורך אהרן »

א פאעזיע אזא שיינע,

פון הארץ ווערטער ריינע,

צענומען מיט אפאר שורות,

די טיפע און שטארקע ידידות.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
פארשפארט