movie scores,

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1840
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2319 מאל

movie scores,

שליחה דורך גראדעמעכעלע »

די כח פון מוזיק איז אין סופי, עס איז נישטא נאך א כח וואס קען מאכן פרייליך טרויעריג רואיג ווילד ווי מוזיק קען, חוץ פון אהערשטעלן א גוטן ניגון קען מען דורך מוזיק אוועקשטעלן א אטמאספעהר א געפיל צוגעפאסט לויטן מצב, דאס ווערט שטארק געניצט אין די פילם אינדורסטרי אלץ א מיטל ארינצושלעפן די אודיענץ אינעם מצב פונעם פילם, צו עס זאל זיין ווען סאלדאטן גרייטן זיך צום שלאכט צו ווען א פערזאן דארף מאכן א לעבן אדער טויט באשלוס אדער ווען מען טרויערט אויף א געליבטע, איז מוזיק הילפבאר צו ערגענצן דעם געפילישן מצב, און ווען א מאווי סקאר געלונגט איז עס גוט אפילו אנעם פילם, צו בארואיגן צושרויפטע געפילן אדער מיטצושפילן צו א טרויעריג מצב צו סתם ווען מען איז אין די מאאד פון א גוטע מוזיקאלישע שטיקל,

איך וויל דא מייחד זיין דעם אשכול פאר א קאלעקציע פון מאווי סקארס, איך וועל אנהייבן מיט עטליכע וואס איך האב יעצט אין קאפ אז זיי האבן גערעדט צו מיין נשמה, און איך בעט די מבינים בדבר זאלן צולייגן פון זייער קאלעקציע,

1) ערשט אז אוודאי די theme פונעם באקאנטן שינדלער'ס ליסט מאווי וואס סטיווען ספילבערג האט ג'גנבעט פון מיכאל שניטצלער'ס ליכטעלע ניגון... געשפילט דורך יצחק פערלמן, עס דריקט גאר שטארק אויס דעם טרויעריג כאראקטער פונעם פילם,
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=XLK5OWU2YGw[/youtube]

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר