נעמט אין אכט! איידער איר דער'דריקט'.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3783 מאל

נעמט אין אכט! איידער איר דער'דריקט'.

שליחה דורך זר זהב »

מיין טאג האט זיך יענעם טאג אנגעהויבן גענוי אווי יעדן נארמאלן טאג. כ'וואלט אפילו געזאגט אז ס'האט זיך אנגעהויבן בעסער אווי א רעגולערן טאג. כ'האב זיך געשפיערט גוט מיט מיר פאר א טויש...
איך האב זיך דערוועקט פריער ווי געווענליך - 9:30 -, ביי מיר איז דאס ווי א כמו פארטאגס אויפגעשטייאכטס. גארנישט האט מיר פארגעזאגט אז עפעס עפעס וועט מיר היינט גיין נישט ווי געוואונטשן, מילד גערעדט.

איך קוק זיך ארום נאך האלב פאר'חלומט, מיין מי ימצא פופט פיין אריין אזוי ווי זי איז געוואוינט יעדן טאג ביז חצות לשיטת ר"ת, אזא וואוילער שעפעלע. -- איך שפיר עפעס אן עקסטר'ן ענערגיע, כ'ווייס נישט פונקטליך וואס דאס באדייט. איין זאך האב איך געוואוסט קלאר: איך גיי היינט דאווענען מיט מנין פון אנהייב ביז'ן סוף, און נאר הערשט נאכדעם זיך זעצן טרינקן/לייענען קאווע. -- דאס טוה איך אלץ א דזשעסטער פאר ג-ט ווען איך שפיר זיך גוט.

איך טוה זיך שנעל אן מיינע הויזן, ברילן, וועסטעל, און פאר וואו וואס ווען נעם איך מיין קליינעם טראטשאקעל צום פלעי גרופ, א שאד יעדע מינוט! זיי הייבן אן 9 אזייגער פארוואס זאל איך פארלירן געלט? טראכט איך צו מיר ווען מיין קליינער לויפט א פרייליכער אריין אינעם קרעמעל וואו דער טיטשער שטייט מיט א האלב געמאכטן שמייכל אויסשרייענדיג: "שפרינצעלע! א גוטן מארגן!!"

שוין, יעצט דריי איך מיינע טריט צום ביהמ"ד, איך דערזעה א מנין וואס האלט ביי פארנט, איך דאווען, איך גיי אהיים איך שפיר זיך ווי דער גרעסטער צדיק, אמער איך האב געדאווענט מיט מנין היינט!

אינדערהיים זינג איך זיך אונטער, איך מאך זיך א טאוסט מיט אייער שפייז, איך האב נערווען אפילו צו מאכן א ירקות סאלאד. מיין ווייב דערוועקט זיך און זי פרעגט מיר צו איך בין אקעי? "דו סאונסט הייפער היינט!" זאגט זי מיר מיט א פארוואונדערטע צופרידענע שמייכל. "וואס מיינסטע" פרעג איך איר, דו ווייסט דאך איך בין אביסל מודי, יעצט בין איך אזוי באלד וועל איך זיין אנדערש, איך ווייס נישט.
זי גיבט נישט אויף: "ניין, דו ביזט א מענטש היינט, נארמאל און צום זאך, זעסט אויס ווי ס'פעלטער גארנישט און הלוואי זאל עס אזוי בלייבן. "אמן". וואס גייט מיר עס אן?
-------------------------

מיין ווייב זעהט ווי איך בין שמח וטוב לב, מיינט זי אז זי קען מיר יעצט בעטן עד חצי המלכות און ס'וועט זיין ותעש. הייבט זי אן: "חיים נו קום יעצט אויפרוימען די שטוב מיט מיר. (און דו האסט געמיינט זי גייט מיר בעטן א טייערע קלייד אדער סתם 1000 דאלער הא? ניין. הער צו צו אירע קליינע השגות) דיינע פאפיטעס שולעכטס ליגן שוין דארט 3 וואכן נעבן דעם קאמפיוטער, און איך קען נישט אליין פאלדן אזויפיהל וועש. אקעי!

ס'קומט 3 אזייגער, איך פיק אויף מיין קליינעם פון פלעיגרופ און איך גיי שאפן אין א דערנעבנדיגן גראסערי. (גראסערי? גראסעריי!)
איך האנדל איין 2 ריב איי סטעיקס פונעם בוטשער דעפארטמענט, וויאזוי קענען זיי עס האבן אזוי ביליג אגב? בלויז 8.99 א פונט מיט א גוטן הכשר. שוין איך גיי באלד גרילן אין קיך מיט די ווייב, זי קוקט מיר אן מיט 2 גרויסע אויגן וויאזוי איך שפאציר אריין אזוי העפי מיט 2 סטעיקס, איך זעץ מיך שפילן אויף דער ערד מיט די קליינע, זי קוקט ווייטער מיט וואונדער. איך אבער זעה איר באהאלטענע פרייד. און איך "שוין" איר טראכענדיג: ווילאנג מיינט צו גיי איך טאקע זיין אזוי ווי זי וויל? ווייסט זי נאך נישט אז דאס איז בן לילה היה ובן לילה אבד? אקעי נישט ממש, ס'קען נעמען אפאר טעג. אבער דאך!

5 נאכמיטאג, באקום איך א טעקסט א חבר פרעגט מיר צו איך וויל לערנען, יענער חבר האט גראדע מער ליעב צו זיין מיין "מגיד שיעור" ווי א "חברותה". אבער איך בין גוט געלוינט און איך זאג אים יא כעל זיין אין שיל ביז 15 מינוט... ס'ווייב קוועלט!

איך קום אהיים און איך זאג הויך אז מ'גייט גרילן!
אריין אין קיך קומט דאס ווייב מיר העלפען און זי פרעגט מיר צי איך מאך זיך נאריש? "דיין פלאטץ איז ביים קאמפיוטער! איך בין נישט צוגעוואוינט דיר צו זעהן דא אין קאך מיט ארויפגעשארצטע ארבעל..." אירע אויגן שיינט.
-----------------------------
מיר האבן צוזאמען געלייגט דאס 4 יעריגס קינד שלאפן, דער קליינער איז געקראכן אינעם דיינונג רום, מ'האט שוין אפגעגעסן די סטעיקן, איך זאג מיין ווייב אז יעצט יעצט יעצט מוז איך שוין טאקע לויפן צום קאמפיוטער! זי אגריעט... "ביזט געווען אזוי וואויל קענסט גיין, איך גיי קאלן חנה פעלע מיין שוועסטער." אקעי גוט!
---------------------------
איך קום אריין אין מיין כמו אפיס, איך צינד אן קאווע שטיבל און......... טראאאאאאאאאאךךך!!!

צו מיין פרייליכן טאג איז געקומען אן ענדע!!!

איך קוק גוט אויפן סקרין צי איך זעה גוט, און יא. איך זעה עס נישט בלויז איין מאל איך זעה עס 2 מאל.
------------------------------
תם ולא נשלם.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר