די רשעות פון די היינטיגע מוסדות!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
פינזען האלץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 11, 2015 4:55 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

די רשעות פון די היינטיגע מוסדות!!

שליחה דורך פינזען האלץ »

די רשעות פון נישט אנעמען קינדער אין די מוסדות איז א רשעות וואס עטס פארשטייסט נישט ווי ווייט די רשעות גייט, און ווי ווייט דאס מאכט חרוב כלל ישראל

איך רעד יעצט אפילו נישט פון קיין פריוואטע מוסדות וואס קען מיט רשעות זאגן דעם אויסגעזויגטן תירוץ גיי צו א צווייטע מוסד ווייל וואס האסטו מיט מיר...
איך רעד דא פין קהילה׳ישע מוסדות ווי למשל סאטמאר, וויזניץ , באבוב, ועוד...

מיט וואספארא רעכט ווען למשל סאטמאר נישט אנעמען די קינדער פון א אינגערמאן וואס האט אלע זיינע יארן געלערענט אין סאטמאר? ווייל ער איז א שוואכע אינגערמאן? ענק האבן געהאט צוואנציג יאר איהם צו מחנך זיין אויב ענקער חינוך סיסטעם ארבייט נישט דארפען יעצט נישט זיינע קינדער גיין אין פאבליק סקול!!!

און ס׳איז שוין נישט קיין סוד אז אינז לעבען היינט אין א שווערע וועלט פיל מיט נסיונות וואס אמאל איז נישט געוועהן, אזוי ווי די אמאליגע צדיקים פלעגן זאגן אויף אינזער דור אז בעקבתא דמשיחא וועט מען זיך דארפען דראפן אויף די גראדע ווענט זיך צו האלטן ביים אמונה...

אידישקייט איז גענוג שווער אזוי אויך, עס איט איס... פיל מיט נסיונות... פארוואס מאכט מען עס נאך שווערער??

פארוואס נעמט די מוסדות א אינגערמאן
וואס לייגט תפילין יעדן טאג, דאווענט 3 מאל א טאג, זאגט שמע ישראל ה אלקינו ה אחד, און מען נעמט נישט אריין זיינע קינדער אין מוסדות וועגן ער גייט מיט א פאלא-שירט (קארצע ערמעל) אדער ווייל ער גייט מיט באקעל שיך?!?!?

עטס זענטס נארמאלע מענטשען? פאלא שירט? וואס איז שלעכט מיט קארצע ערמעל???? אידישקייט איז איהם שוין גענוג שווער מיט אלע טעגליכע נסיונות פארוואס מאכטס עטס איהם עס נאך שווערער מיט זאכן וואס האט גארנישט מיט אידישקייט אדער הלכה???

און נאכדעם קימט מען אין ביהמ״ד נאך געלט פאר נחמת ישראל און פאר חסד לאברהם... מען איז ביזי מאכן קירוב רחוקים. זאגשע נאר וואס טוט זיך מיט די אייגענע מענטשען??? הייבטס אן צו טיען קירוב קרובים פאר מען טוט קירוב רחוקים!!!!!
אבער וואס טוט מען אנשטאטס מקרב זיין די אייגענע מענטשען? מען ווארפט אוועק די אייגענע מענטשען?!!?!?!

און מען רעדט נישט דא פין אינגעלייט אפיקורסים מען רעדט פין פשוטע אינגעלייט וואס פאר מאיזה סיבה שהוא זענען זיי אביסל שוואכער ווי די סטענדערד אינגערמאן... וועגן דעם טארן זייערע קינדער נישט האבן קיין מוסד????

און נאך דעם ווינדערט מען זיך פארוואס די אפיקורסישע גרופע ״פוט-סטעפס״ האט שוין ליידער היינט צוטאגס איבער טויזענט מעמבערס!!!
ווייל אז מען ווארפט זיך מיט די אייגענע מענטשען, מען ווארפט בוחרים פין ישיבות, מען ווארפט קינדער פין מוסדות קיקט עס אזוי אויס!!!!!!
הערטס אויף צו אוועקווארפען ענקערע אייגענע מענטשען!!! די אלטע סאטמאר רבי ר׳ יואל זי״ע וואלט דאס קיינמאל נישט געטיען אין ער האט דאס קיינמאל נישט געטיען!!!!
פינקט פארקערט ער האט מקריב געוועהן זיינע מענטשען נישט מרחק געוועהן זיינע אייגענע מענטשען!! און אפילו א נישט זיינס א מענטש פלעגט ער מקריב זיין אפילו אידן ציונים ווען ער האט זיך געטראפן מיט זיי פריוואט האט ער זיי מקריב געוועהן און געגעבן געלט אויב ס׳איז געוועהן פאר א צדקה צוועק.

ס׳איז באקאנט א מעשה פון ר׳ נתן יוסף ז״ל די מנהל פין די סאטמאר ישיבה אין סענסטריט, איז ער אריינגעגאנגען צום סאטמאר רבי׳ן ז״ל זיך באקלאגען אויף א בחור וואס דרייט זיך ליידיג ער דאווענט נישט ער לערענט נישט און ער וויל איהם ארויסווארפען פין ישיבה
האט די רבי באפוילען אריינצוריפען דעם בחור. איז די בחור אריינגעקימען צום רבי׳ן פרעגט איהם די רבי ס׳איז אמת וואס ר׳ נתן יוסף זאגט אויף דיר אז די דאווענטסט נישט די לערענסט נישט?
האט די בחור א שאקל געגעבן מיטן קאפ אין געזאגט אז יא... האט זיך די רבי זי״ע אויסגעדרייט צו ר׳ נתן יוסף אין געזאגט... א בחור וואס זאגט נישט קיין ליגענט ווארפט מען נישט ארויס פון מיין ישיבה!!!

לענייננו די סאטמאר רבי ז״ל האט געוויסט און פארשטאנען די הארבקייט פין ארויסווארפען א בחור פין ישיבה אין די חורבנות וואס דאס טוט ברענגען. און ס׳איז ידוע אז ער פלעגט קיינמאל נישט ארויסווארפען א בחור פין ישיבה חוץ א בחור וואס האט ממש פארדארבען אנדערע בחורים אבער אויסערדעם האט ער קיינמאל נישט ארויסגעווארפען קיין בחורים אין אוודאי אין אוודאי נישט קיין קינדער ילדים שלא טעמו טעם חטא!!

וועלן מאנכע פרובירן צו פארענפערן די הנהלי המוסדות און זאגן אז יעדע מוסד וויל האלטן זייער מוסד פאר א געוויסע קרייז אין אויב איינער אין נישט פינקטלעך ווי די קרייז וואס די הנהלה האט אפגעמאכט זיי זיכען, זענען זיי נישט מחיוב אנצונעמען די קינדער פין די שוואכערע שטיבער

איז אזוי די קהילה׳שע מוסדות קענען ניטאמאל זאגן דעם תירוץ פאר צוויי סיבות.

1)
ס׳איז נישט דיין פריווייטע מוסד און אז מען האט נישט אזוי געטיען 25 יאר צוריק ווען ענקער רבי האט דאס געגרינדערט טו עס יעצט אויך נישט

2)
קינדער בדרך כלל פארדארבען נישט אנדערע קינדער עס איז כמעט א מילתא דלא שכיחא (איך רעד פין פארדארבן. נישט ווי די עקסטרעמע משגאים וועלן זאגן אז ווען א קינד רעד אין חדר פין למשל Uncle Moishy האט ער פארדארבן אנדערע קינדער) אין ווי לאנג זיי פארדארבן נישט קיינעם האסטו נישט קיין רעכט צו שיקן יענע קינד אין תהום אריין

יעצט פאר די פרייוואטע מוסדות, און ישיבות אויך, וועל איך זאגן אזוי... מיט וואספארא רעכט קימסטו אין די וועהלסט זיך?
אז די האסט נישט קיין פלאץ נעם אן דער וואס האט זיך איינגעשריבן ערשט!!!
און אז די ווילסט זיך וועהלן ווייל די ווילסט האבן א מוסד אדער א ישיבה מיט א גיטע נאמען דאס איז נישט קיין תירוץ זיך צו ווארפען מיט אידישע נפשות!!
און אז די עפענסט א מוסד פאר ביזנעס אדער א ישיבה פאר כבוד און די טוסט עס נישט לשם שמים אויפצוטיען פאר אידישקייט אין מיט דעם מאכסטו חרוב דורות מיט דעם מאכסטו חרוב אידישקייט עפען נישט קיין ישיבה עפען נישט קיין מוסד גיי ווער א פלאמער!

ברענג נישט אריין א קאמפעטישען אין די מוסד ליין אז יעדער זאל זיך אנהייבן צו וועהלן אין אזוי חרוב מאכן אידישקייט!! טו דיך אן א בלויע העמעד אין דרייוו א גארביטש טראק אין מאך נישט חרוב אידישע דורות !!!

מען קען נישט אנקיקען א מוסד פון א ביזנעס פערספעקטיוו אין אויף דעם בויען תירוצים אויף אלע רשעות וואס מען טוט, ווייל קען זיין אז ביי א דין תורה וואלט מען געפסקנט אז א מוסד איז נישט מחיוב אנצונעמען קינדער ווען מען קיקט עס ווען אן פון א דיני ממונות פערספעקטיוו ... אבער ס׳איז נישט קיין שום ספוק אז כלפי שמים איז עס נישט אויסגעהאלטן, אין אך אין וויי פאר דער וואס וועט ענפערען אויף יענע וועלט אזעלעכע תירוצים... איך בין יענעם נישט מקנא...

און פאר די אלע טאטעס וואס שרייען איך וויל מיינע קינדער זאלן נאר לערנען מיט קינדער וואס זייערע טאטעס טיען נאר אזוי אין אזוי וכו׳ וכו׳...
וויל איך זאגן אז כלל ישראל איז איין משפחה אין אז ער איז גרייט צו נעמען אויף זיינע פלייצעס די חורבנות וואס דאס מאכט מיט אנדערע קינדער וואס האבן נישט קיין מוסד, מיז ער האבן גרויסע פלייצעס ווייל ס׳איז נישט קיין שום ספוק אז אזא סעלפיש טאטע לייגט זיך אוועק א גיטע באקוועמע ספאט אין גהינום

ווייל ס׳איז נישט אז די ביסט משלח קינדער וואס וועלן פאטענטשעלי פארדארבען דיינע קינדער, נאר די ביסט משלח קינדער ווייל זייער טאטע איז נישט פינקטלעך אזוי פרום ווי דיר. אין די ווילסט זיי שיקען אין תהום אריין??? האלסט טאקע אז דאס איז די רצון השם???

און איך וועל ענק זאגן נאך מער געווענדליך ווען מען נעמט נישט אן א קינד אין א מוסד ווערט אן אנגעצויגענעם מצב אין שטיב און רוב מאל וועט דאס אפילו צוברענגען צו שלום בית פראבלעמען, און צפעציעל ווען א מוסד באשילדיגט איינער פין די עלטערען דירעקט אז ער, אדער זי, איז די סיבה פארוואס מען נעמט נישט אן די קינד, וועט דאס ברענגען צו אן אגענצויגנקייט אין שטיב אין רוב פעלער צו שלם בית פראבלעמען...

איז די תורה האט געלאזט אויסמעקן דעם אייבערשטען׳ס נאמען פאר שלום בית... קימען ענק אין ענק מאכן חרוב שלום בית מיטן נאמען פין די תורה מיטן נאמען פינם אייבערשטען ר״ל!!

אין רבותי די געפיל פון ווערן אפגעזאגט אין זיין ריזשעקטעט איז א מורא׳דיגע שלעכטע געפיל איז דאס קען לאזן זייער א שלעכטע רושם אויף אינגעלייט, מאמע׳ס, בחורים, קינדער, אדער מיידלעך פאר היי סקול...
מען ווארפט זיך אזוי מיט מענטשען מען זאגט אפ דעם מען זאגט אפ יענעם... וואספארא אפעקט וואספארא רושם מיינט עטס דאס לאט איבער אויף מענטשען??
וויאזוי וויל מען אז די מענטשען זאלן האבן א געפיל פאר אידישקייט ווען מען ווייזט זיי אז אידישקייט האט נישט קיין געפיל פאר זיי?!?!?

וועלן פארשטייט זיך יעצט מענטשען קימען זאגען וואס קען מען טיען עס וועט זיך ממילא נישט טוישען וויאזוי זאגט מען אויף אינגליש ״יאא קענט טשעינזש סיטי האל״... מען קען גארנישט טיען...

וויל איך זיי זאגן אז ווען די מוסדות באקימען ווען נישט די שטיצע פין אזוי סאך עלטערען וואלטן זיי נישט געקענט אנגיין מיט די רשעות

יעצט רבותי לאטס ענק הערן...! ווער עס האלט אז ס׳איז אן עוולה וואס די מוסדות טוט... לאטס הערן ענקער שטימע!

און צו דעם עושר:
פאר די געסט דיין ברייט-הארציגע נדבה פאר א מוסד געב זיי א פרעג צו זיי ווארפען זיך ארום מיט אידישע נפשות... פאר די געסט א ברייטע נדבה פאר א ישיבה געב זיי א פרעג צו זיי זאגן אפ בחורים אין מאכן חרוב אידיש דורות!

רבותי! אז מען האט די צייט צו מאכן פראטעסטען קעגען די ציונים... און אז מען האט די צייט אין די געלט צו מאכן א כינוס כלל ישראל וועגן דעם אינטערנעט... טרעפטס אויך צייט צו טיען עפעס וועגן די חורבן איום ונורא פון זיך ארום ווארפען מיט קינדער בחורים און מיידלעך!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 7 אום פינזען האלץ, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

גאנץ שיין ארויסגעברענגט, אבער וואס ביזטו מחדש וואס איז נאכנישט ארויסגעברענגט געווארן די אין שטיבל, א.א.וו.
(שוין באלד אזוי אויסגעדראשן ווי די דירות נושא...)
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: די רשעות פון די היינטיגע מוסדות!!

שליחה דורך ירא שמים »

סדא א גרעסערע חורבן פון דעם ווי ליטוואק זאגט אז מקען גארנישט טוען אליינס און מדארף צוקומען צו די רשעותדיגע מוסדות.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לכה"פ א חלק קומט פון דא
viewtopic.php?p=300366#p300366
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

בחורים אין מיידלעך? פליז טויש שנעל צו ''און''
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

בול שיט, בול שיט, בול שיט.
די ווייסט וואס דו אויבערשטער וויל? גייסט אנטיילן צי כזאל ווערען א פלאמער צו נישט? ווער האט די געפרעגט?
כגיי נישט נאכאמאל שרייען וואס כהאלט, אבער אין יעדער אשכול כמעט ווי מרעדט איבער נושא קענסט זעהן מיין שיטה
והשנית, יענער וויל נישט זיין זוהן זאל לערנען מיט דיין זוהן, יא ווייל די וואטשט uncle Moishe האסט א פריקען פראבלעים? ער האלט uncle Moishe
איז שמוציג, ער איז נישט בארעכטיגט? ער דארף די פרעגן ווי אזוי צו פיהרן זיינע מוסדות? האסט געלייקט א פינגער אין קאלט וואסער פאר זיינע מוסדות?
ער וויל די נישט אנעמען, יא ווייל די גייסט באקעל שיך, יא ער האלט סאיז עפעס שלעכט דערמיט.
דע העלל קענען מענטשן נישט פארשטיין, ביסט נישט בעה״ב אויפ יענעמס מוסדות, עפען אויפ א אייגען אין טוע דארט וואס די ווילסט.
נ.ב. איך פרעזענדליך האב פיינט די מענטשן, אבער כפארשטיי זיי
[NAMELESS]

Re: די רשעות פון די היינטיגע מוסדות!!

שליחה דורך [NAMELESS] »

[emoji107] [emoji107] [emoji107] [emoji107] [emoji107]
ראוונע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 11:21 am
האט שוין געלייקט: 165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך ראוונע »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:בול שיט, בול שיט, בול שיט.

טעיק איט איזי מיי פרענד. אבער ביזט זייער נישט גערעכט
אפשר מארגען וועל איך האבען מער צייט וועל איך אריינגיין מער באריכות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:בול שיט, בול שיט, בול שיט.
די ווייסט וואס דו אויבערשטער וויל? גייסט אנטיילן צי כזאל ווערען א פלאמער צו נישט? ווער האט די געפרעגט?
כגיי נישט נאכאמאל שרייען וואס כהאלט, אבער אין יעדער אשכול כמעט ווי מרעדט איבער נושא קענסט זעהן מיין שיטה
והשנית, יענער וויל נישט זיין זוהן זאל לערנען מיט דיין זוהן, יא ווייל די וואטשט uncle Moishe האסט א פריקען פראבלעים? ער האלט uncle Moishe
איז שמוציג, ער איז נישט בארעכטיגט? ער דארף די פרעגן ווי אזוי צו פיהרן זיינע מוסדות? האסט געלייקט א פינגער אין קאלט וואסער פאר זיינע מוסדות?
ער וויל די נישט אנעמען, יא ווייל די גייסט באקעל שיך, יא ער האלט סאיז עפעס שלעכט דערמיט.
דע העלל קענען מענטשן נישט פארשטיין, ביסט נישט בעה״ב אויפ יענעמס מוסדות, עפען אויפ א אייגען אין טוע דארט וואס די ווילסט.
נ.ב. איך פרעזענדליך האב פיינט די מענטשן, אבער כפארשטיי זיי

אין א קלאס ווי אלע עלטערן האבן אינטערנעט ווי איז דאך נישט שייך די טענה, אפשר דארט דארף מען טאקע מודיע זיין די עלטערן אז זיי מעגן טון וואס זיי ווילן?
והשנית, דא רעדט מען פון קהל'ישע מוסדות וואס נישט דו און נישט איך האבן מייסד געווען, דאס איז צושטאנד געקומען מיט די געלטער פון מיין און דיין עלטערן, ממילא ווען מ'וויל מאכן נייע תקנות דארף מען גיין נאך רוב, וואס ווילן און האבן רוב עלטערן.
באניצער אוואטאר
פינזען האלץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 11, 2015 4:55 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

די רשעות פון די היינטיגע מוסדות!!

שליחה דורך פינזען האלץ »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:בול שיט, בול שיט, בול שיט.
די ווייסט וואס דו אויבערשטער וויל? גייסט אנטיילן צי כזאל ווערען א פלאמער צו נישט? ווער האט די געפרעגט?
כגיי נישט נאכאמאל שרייען וואס כהאלט, אבער אין יעדער אשכול כמעט ווי מרעדט איבער נושא קענסט זעהן מיין שיטה
והשנית, יענער וויל נישט זיין זוהן זאל לערנען מיט דיין זוהן, יא ווייל די וואטשט uncle Moishe האסט א פריקען פראבלעים? ער האלט uncle Moishe
איז שמוציג, ער איז נישט בארעכטיגט? ער דארף די פרעגן ווי אזוי צו פיהרן זיינע מוסדות? האסט געלייקט א פינגער אין קאלט וואסער פאר זיינע מוסדות?
ער וויל די נישט אנעמען, יא ווייל די גייסט באקעל שיך, יא ער האלט סאיז עפעס שלעכט דערמיט.
דע העלל קענען מענטשן נישט פארשטיין, ביסט נישט בעה״ב אויפ יענעמס מוסדות, עפען אויפ א אייגען אין טוע דארט וואס די ווילסט.
נ.ב. איך פרעזענדליך האב פיינט די מענטשן, אבער כפארשטיי זיי

וואלסט אפשר געוועהן גערעכט ווען מען קיקט עס אן פון א דיני ממונות פערספעקטיוו ... אבער כלפי שמים איז עס זעכער נישט גערעכט
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:...יענער וויל נישט זיין זוהן זאל לערנען מיט דיין זוהן, יא ווייל די וואטשט uncle Moishe

און איך וויל נישט אז מיין זוהן זאל לערנען מיט קינדער פון בהמות, טא ווארף יענעם ארויס!
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ער האלט uncle Moishe איז שמוציג, ער איז נישט בארעכטיגט?

ער האלט?! ער קען האלטן וואס ער וויל, ווייל ס'איז א פרייע לאנד; איך אויך מעג זיך פירן וויאזוי איך וויל (אזוי לאנג ווי עס איז ע"פ דרך התורה). זאל ער מיר נישט זאגן וואספארא genre מיינע קינדער מעגען זעהן, און איך וועל אים נישט זאגן צו ער איז צו שמוציג...
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ער דארף די פרעגן ווי אזוי צו פיהרן זיינע מוסדות?

ער דארף פרעגן? יא! א יעדע מענטש אדער מוסד וואס לעבט אויף פאבליק פאנדס (פראגראמען אדער צדקה), דארף זיך רעכענען מיטן פאבליק. זיינע מוסדות?! גהינם-ניין!!! האט ער דאס געבויט אדער געקויפט מיט זיין אייגן-פאדינטע געלט? אהה, דעטס-רייט, ער פארדינט נישט קיין אייגן געלט...
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:האסט געלייקט א פינגער אין קאלט וואסער פאר זיינע מוסדות?

יא! יעדעס גרייצער וואס כ'האב געגיבן, סיי די צדקה (פישקע, דינער וכדומה) און סיי די שכ"ל. אדער הייסט דאס געשטיצט, אדער כאטש הייסט עס א געטרייע קאסטומער. אבער "א פינגער אין קאלט וואסער" הייסט דאס זיכער.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
ראוונע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 11:21 am
האט שוין געלייקט: 165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך ראוונע »

אקעי לאמיר אביסעל פארברייטערען מיין נעכטיגע תגובה
די מציאות איז אז ווען עס עפענען זיך אזא מוסדות וואס נעמט אריין שוואכערע קינדער איז אנשטאט די מוסדות זאלען זיך פרייען אז זיי ווערן פטור פון א פראבלעם אין נאך העלפען די מוסדות מיט וואס מעגליך. וואס טוען זיי? משטעלט זיי אונטער אלע מיני פיסלעך אין מען באשמוצט זיי אין אלע גאסען (עס איז א פאקט אין עפעס א מוסדות אין וויליאמסבורג אן אריינגיין אין פרטים יוכיח)

צווייטענס יעדער איינער ווייסט אז אין מאנסי איז דא א גרויסע פראבלעם אין עס דרייען זיך ארום צענדליגער קינדער אן מוסדות. ענדליך האבען זיך די רבנים צוזאמגעזעצט אז מען גייט באהאנדלען דעם ענין. שוין יעדער האט זיך געפרייט. אין וואס מיינט עטץ? א זעץ. מהאט אויפ געשטעלט עפעס א מין וועד איך מיין עס הייסט וועד למען משמרת יהדות מאנסי אין מלייגט אריין עדס אין אלע צייטונגען אז פאר א משפחה איז מחליט זיך ארויסצוציען אויף מאנסי זאל מען קודם זיכער מאכען אז די קינדער האבען ווי צו לערנען כדי צו פארמיידען עגמת נפש שפעטער

סא אויב עפעס איז בול שיט איז עס די רבנים אין די מוסדות
פיין ווילסט מאכען תקנות אין דיינע מוסדות געזונטערהייט אבער פארוואס שטערסטו אנדערע פון מאכען מוסדות פאר קינדער וואס די ווילסט נישט אין דיינע מוסדות
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

שלום על ישראל האט געשריבן:
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:...יענער וויל נישט זיין זוהן זאל לערנען מיט דיין זוהן, יא ווייל די וואטשט uncle Moishe

און איך וויל נישט אז מיין זוהן זאל לערנען מיט קינדער פון בהמות, טא ווארף יענעם ארויס!
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ער האלט uncle Moishe איז שמוציג, ער איז נישט בארעכטיגט?

ער האלט?! ער קען האלטן וואס ער וויל, ווייל ס'איז א פרייע לאנד; איך אויך מעג זיך פירן וויאזוי איך וויל (אזוי לאנג ווי עס איז ע"פ דרך התורה). זאל ער מיר נישט זאגן וואספארא genre מיינע קינדער מעגען זעהן, און איך וועל אים נישט זאגן צו ער איז צו שמוציג...
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ער דארף די פרעגן ווי אזוי צו פיהרן זיינע מוסדות?

ער דארף פרעגן? יא! א יעדע מענטש אדער מוסד וואס לעבט אויף פאבליק פאנדס (פראגראמען אדער צדקה), דארף זיך רעכענען מיטן פאבליק. זיינע מוסדות?! גהינם-ניין!!! האט ער דאס געבויט אדער געקויפט מיט זיין אייגן-פאדינטע געלט? אהה, דעטס-רייט, ער פארדינט נישט קיין אייגן געלט...
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:האסט געלייקט א פינגער אין קאלט וואסער פאר זיינע מוסדות?

יא! יעדעס גרייצער וואס כ'האב געגיבן, סיי די צדקה (פישקע, דינער וכדומה) און סיי די שכ"ל. אדער הייסט דאס געשטיצט, אדער כאטש הייסט עס א געטרייע קאסטומער. אבער "א פינגער אין קאלט וואסער" הייסט דאס זיכער.

כהאב נישט קיין צייט יעצט צו דערציילן יעצט די גאנצע תגובה,
אבער בקיצור,
1. אין דיין מוסדות גייסטו טאקע קענען ווארפן די בהמות פארן נישט וואטשן uncle Moishe, אבער אין זיין קען ער דיר ווארפן פאר יא וואטשען.
2. Same like before, מעגסט האלטן וואס די ווילסט, אבער ער מעג אויך, אבער היות ער איז דער וואס זיצט אין אפיס טוב ער וואס ער וויל,
3. דארף די נישט פרעגן, נעקסט טיים כעס נישט דיין פארשטינקענע 20 דולר איין מאל א יאר, לגבאי שטאטשע פאנדס, טאקע א חוצפה. גיי כעס איבער פארן שטאט.
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

דיינע טענות איז טאקע מסביר וויאזוי זיי קענען דאס באווייזן, אבער נישט די ישרות דערפון.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
ראוונע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 11:21 am
האט שוין געלייקט: 165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך ראוונע »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:

קים דזשאנג און, פידל קאסטרא, אין אייאטאלע חומעיני טענה׳ן אויך אז ביי זיי אין לאנד קענען זיי טוען וואס זיי ווילען ווייל ער זיצט אויפען בענקעל. אין אז עס געפעלט דיר נישט מאך דיר א נייע לאנד (איין פראבלעם מלאזט נישט ארויס)
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

[tag]ראוונע[/tag] אין [tag]שלום על ישראל[/tag], די לייקס עטץ האסט באקומען איז א דאנק מיר, ממינט דערמיט להחיות מיין תגובה, נישט אז די האסט עפעס מוראדיג גוט געזאגט, כפארלאנג האלב. ;)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:[tag]ראוונע[/tag] אין [tag]שלום על ישראל[/tag], די לייקס עטץ האסט באקומען איז א דאנק מיר, ממינט דערמיט להחיות מיין תגובה, נישט אז די האסט עפעס מוראדיג גוט געזאגט, כפארלאנג האלב. ;)

כ'האב דיר געגיבן די גאנצע...
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
ראוונע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 11:21 am
האט שוין געלייקט: 165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך ראוונע »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:[tag]ראוונע[/tag] אין [tag]שלום על ישראל[/tag], די לייקס עטץ האסט באקומען איז א דאנק מיר, ממינט דערמיט להחיות מיין תגובה, נישט אז די האסט עפעס מוראדיג גוט געזאגט, כפארלאנג האלב. ;)

דא האסטו :lol:
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

עזריאל האט געשריבן:אין א קלאס ווי אלע עלטערן האבן אינטערנעט ווי איז דאך נישט שייך די טענה, אפשר דארט דארף מען טאקע מודיע זיין די עלטערן אז זיי מעגן טון וואס זיי ווילן?
והשנית, דא רעדט מען פון קהל'ישע מוסדות וואס נישט דו און נישט איך האבן מייסד געווען, דאס איז צושטאנד געקומען מיט די געלטער פון מיין און דיין עלטערן, ממילא ווען מ'וויל מאכן נייע תקנות דארף מען גיין נאך רוב, וואס ווילן און האבן רוב עלטערן.

not so simple
דארט וואו ס'איז דא א רב אדער רבי איז א סיגיא אין מסכת מגילה - אלע געלט געבערס האבן דאס געגעבן על דעת פין דעם רב און דאס איז זיין רכיש
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
Big Boy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 636 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

שליחה דורך Big Boy »

ראוונע האט געשריבן:
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:...יענער וויל נישט זיין זוהן זאל לערנען מיט דיין זוהן, יא ווייל די וואטשט uncle Moishe

און איך וויל נישט אז מיין זוהן זאל לערנען מיט קינדער פון בהמות, טא ווארף יענעם ארויס!
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ער האלט uncle Moishe איז שמוציג, ער איז נישט בארעכטיגט?

ער האלט?! ער קען האלטן וואס ער וויל, ווייל ס'איז א פרייע לאנד; איך אויך מעג זיך פירן וויאזוי איך וויל (אזוי לאנג ווי עס איז ע"פ דרך התורה). זאל ער מיר נישט זאגן וואספארא genre מיינע קינדער מעגען זעהן, און איך וועל אים נישט זאגן צו ער איז צו שמוציג...
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ער דארף די פרעגן ווי אזוי צו פיהרן זיינע מוסדות?

ער דארף פרעגן? יא! א יעדע מענטש אדער מוסד וואס לעבט אויף פאבליק פאנדס (פראגראמען אדער צדקה), דארף זיך רעכענען מיטן פאבליק. זיינע מוסדות?! גהינם-ניין!!! האט ער דאס געבויט אדער געקויפט מיט זיין אייגן-פאדינטע געלט? אהה, דעטס-רייט, ער פארדינט נישט קיין אייגן געלט...
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:האסט געלייקט א פינגער אין קאלט וואסער פאר זיינע מוסדות?

יא! יעדעס גרייצער וואס כ'האב געגיבן, סיי די צדקה (פישקע, דינער וכדומה) און סיי די שכ"ל. אדער הייסט דאס געשטיצט, אדער כאטש הייסט עס א געטרייע קאסטומער. אבער "א פינגער אין קאלט וואסער" הייסט דאס זיכער.

כהאב נישט קיין צייט יעצט צו דערציילן יעצט די גאנצע תגובה,
אבער בקיצור,
1. אין דיין מוסדות גייסטו טאקע קענען ווארפן די בהמות פארן נישט וואטשן uncle Moishe, אבער אין זיין קען ער דיר ווארפן פאר יא וואטשען.
2. Same like before, מעגסט האלטן וואס די ווילסט, אבער ער מעג אויך, אבער היות ער איז דער וואס זיצט אין אפיס טוב ער וואס ער וויל,
3. דארף די נישט פרעגן, נעקסט טיים כעס נישט דיין פארשטינקענע 20 דולר איין מאל א יאר, לגבאי שטאטשע פאנדס, טאקע א חוצפה. גיי כעס איבער פארן שטאט.

קים דזשאנג און, פידל קאסטרא, אין אייאטאלע חומעיני טענה׳ן אויך אז ביי זיי אין לאנד קענען זיי טוען וואס זיי ווילען ווייל ער זיצט אויפען בענקעל. אין אז עס געפעלט דיר נישט מאך דיר א נייע לאנד (איין פראבלעם מלאזט נישט ארויס)

Here it’s the opposite issue the mosdos don't let you in. So what exactly is the issue that they don't let you in or they don't let or don't let you out?
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

Re: די רשעות פון די היינטיגע מוסדות!!

שליחה דורך ביליג »

פארוואס קען נישט סאטמאר האבן איין פון די 15 קלאסן פון יעדע עדזש זאל זיין א " קורצע העמד / באקל שיך / אנקעל מושי / אינטרנעט " קלאס? פארוואס נעמען זיך נישט צוזאם אלע " קורצע העמד / באקל שיך / אנקעל מושי / אינטרנעט " טאטעס און גרינדען א מוסד?
נאר בני יואל אדער וויזניץ קענען עפענען א מוסד מיט 8 קינדער? אוב די פראבלעם איז טאקע אזוי גרויס וועט מען האבן אסאך מער תלמדים ותלמדות
ביליג איז טייער...
הק זעמל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 15, 2015 1:37 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך הק זעמל »

סארי נעם ארויס סאטמאר פון די פיקשער סאטמער נעמט אריין אלע זייערע גארביטש און גלייבסט מיר סדא אסאך איך רעד דא די עיקר פון סאטמאר מאנסי זיי נעמען אריין ממש יעדער וואס צאלט נאר מעמבער שיפ
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

Re: די רשעות פון די היינטיגע מוסדות!!

שליחה דורך ביליג »

הק זעמל האט געשריבן:סארי נעם ארויס סאטמאר פון די פיקשער סאטמער נעמט אריין אלע זייערע גארביטש און גלייבסט מיר סדא אסאך איך רעד דא די עיקר פון סאטמאר מאנסי זיי נעמען אריין ממש יעדער וואס צאלט נאר מעמבער שיפ

זאל זיין פאפא
ביליג איז טייער...
פארשפארט