צדיק האלט אפ מחלוקת פייער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

צדיק האלט אפ מחלוקת פייער

שליחה דורך נח בער »

בס"ד
א מעשה פון א צדיק. יעצט פארציילט דורך הרב וועלוול גאלדשטיין ביי מלוה מלכה אין טשעסטנאט רידזש.

די וואך געפאלט די יארצייט פון הרה"צ רבי שלמה באבובער זצ"ל.

נאכדעם וואס דער באבובער רב איז נפטר געווארן האט א איד געזאגט אז יעצט קען ער דערציילן א מעשה וואס ער האט נישט געקענט דערציילן זיין גאנץ לעבן.

יענער האט פארראכטן פענסטערס פאר פרנסה. איין נאכט צוויי אזייגער, ער איז געשלאפן טיף און דער טעלעפאן קלינגט און וועקט אים אויף. ער וואונדערט זיך ווער דאס קען זיין. ער הייבט אויף דעם טעלעפאן, הערט ער א איד זאגן, "דא רעדט באבובער רב, שלמה האלבערשטאם, איך בעט אייך, קומט שוין אריבער!"

דער איד האט געמיינט אז איינער טרייבט ליצנות פון אים, און געוואלט אויפהענגען דעם טעלעפאן, אבער דער באבובער רב האט אים געזאגט אז ס'איז ער און זיך געבעטן ער זאל שוין קומען.

ענדליך האט זיך דער איד געבראכן און ער איז ארויס פון בעט. ווען ער קומט אן צום באבובער רב'ס הויז האט דער רב שוין געווארט אויף אים אינדרויסן, און ער ווייזט אים אויף אן אויסגעשאסענעם פענסטער און זאגט אים, "איך וויל איר זאלט עס שוין פאררעכטן."

דער איד זאגט אים, "גוט כ'וועל קומען מארגן צופרי און כ'וועל עס פאררעכטן."

און דער באבובער רב זאגט אים, "ניין, ניין! דאס מוז שוין פארראכטן ווערן. איך בין אייך גרייט צו צאלן וויפיל איר ווילט נאר. כ'וועל אייך אפילו אליין צוהעלפן. גייט שוין און ברענגט אייערע כלים און פאררעכט דעם פענסטער."

זעענדיג ווי שטארק ס'גייט בנפשו פונעם רב האט דער איד אויסגעפירט די בקשה און ער האט טאקע אזוי געטאן און דער באבובער רב האט אים באצאלט אפאר הונדערט דאלאר אויפ'ן פלאץ.

פאר ער איז אוועקגעגאנגען האט אים דער באבובער רב געזאגט, "איך בעט אייך, קלינט אויף די צעבראכענע גלאז, לאזט נישט איבער קיין זכר. קיינער זאל נישט וויסן אז ס'איז געווען אן אויסגעשאסענער פענסטער."

דא האט זיך שוין דער איד נישט געקענט איינהאלטן און גענומען קוראזש און געפרעגט דעם רב, פארוואס ברענט עס אזוי פאר'ן רב אזוי שפעט ביינאכט צו פאררעכטן א פענסטער און זיכער מאכן אז קיינער ווייסט נישט אז דער פענסטער איז געווען צעבראכן.

ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט האט דער באבובער רב אויפגענומען בעלזער רב אויף א באזוך, די פריערדיגע נאכט, און אלס נקמה זענען געגאנגען חסידים פון אן אנדערן רבי'ן און אויסגעשאסן א פענסטער פונעם באבובער רב. דער באבובער רב האט מורא געהאט אז אויב די זון וועט אויפשיינען און די חסידים וועלן זען דעם אויסגעבראכענעם פענסטער פונעם רב'ס הויז וועלן זיי נאטירליך ווערן זייער דערצארנט און גיין אויסשיסן די פענסטער פונעם אנדערן רבי'ן און ס'וועט אויסברעכן א שווערע מחלוקה צווישן די צוויי הויפן.

רבי שלמה'לע, זייענדיג אן אוהב שלום ורודף שלום האט דאס געוואלט פארמיידן פאר יעדן פרייז, און דעריבער האט ער אויפגעוועקט דעם פענסטער פאררעכטער און פארמיטן א פרישן פייער פון מחלוקת באגלייט מיט א חילול ה' ביי כלל ישראל.

זינט דעמאלט איז דער באבובער רב געגאנגען צו יעדע שמחה וואס דער איד האט געמאכט, קומענדיג צו פארן אפילו אין די מרחקים און אפילו אין שווערע וועטערס, אזוי שטארק האט ער מכיר טובה געווען דעם איד פאר'ן אים העלפן פארמיידן א פייער פון מחלוקה.

איך מיין אז דאס איז דער בעסטער מעשה פון א צדיק וואס איך האב געקענט הערן די נאכט.

ק/פ
באניצער אוואטאר
פרעגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:46 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך פרעגער »

יא. ר' שלמה'לע באבובער און סערעטער רבי זכר צדיקים לברכה האבן אלץ געטראפן א "היתר" "נישט " צו מאכן מחלקות.
יא. מיר בענקן זיך נאך די סארט צדיקים.
נישט יעדע פראגע האט א ענפער.
און נישט יעדע ענפער דארף מען ענפערען.
אניהקטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

שליחה דורך אניהקטן »

נאך א מעשה, וואס כ'האב באקומען פון עמיצן:
ק/פ

מיין ווייב'ס ברודער הייסט **** **** און ער האט בערך 40 יאר צוריק געלערט אין די סיגוט'ער ישיבה און דאמאלס האט מען געבויעט דער באבוב'ער ביהמ"ד אין שכינות פון די ישיבה

מיטאג צייט זענען די בחורים ארויס זען וואס ס'טוט זיך ביים בוי ארבייט, זעען זיי דעם באבוב'ער רבי מיט זיין גבאי. מיין שוואגער וואס איז דאן געווען א קליינער תמימות'דיגער בחור'ל איז אריבער די גאס אין געגעבן שלום פאר גבאי'ן, מיינענדיג אז ער איז באבוב'ער רבי מיט זיין לאנגע בארד און גיבט זיך א דריי אויס אויף צוריק.

דער רבי האט באמערקט אז די אנדערע בחורים הייבען אן צו לאכען האט ער שנעל אים נאכגערופן מיט א ברייטן ליבליכען שמייכל; "בחור'ל שלום עלייכעם! איך בין דער באבוב'ער רבי!, איך וויל נישט אז מ'זאל דיך טשעפענען ווען די גייסט צוריק צו דיינע חברים"
זי"ע
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

שליחה דורך נח בער »

:like
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

צדיק האלט אפ מחלוקת פייער

שליחה דורך א איד »

מענין לענין באותו ענין:
געהערט לעצטענס א מעשה געווען א בחור אין סאטמאר ישיבה ביי פרשת בני יואל, וואס האט אויסגעשאסן איינעמס קאר פענסטער מיט א גרופע בחורים, ביי איינע פון די קריסטאל נעכט.
אפאר יאר שפעטער ווען ער איז עלטער געווארן און באזעסנער געווארן, און געווארן א טאטע צו אפאר קינדער, איז ער געגאנגען צו דעם באטראפענעם איד, און עם געוואלט באצאלן די פענסטער, זאגט עם דער איזעי דארפסט עס נישט באצאלן, דיין רבי האט עס באצאלט.
פארציילט ער נעקסטן אינדערפרי ווען ער האט געזעהן דעם חורבן אויף זיין קאר, איז ער צוגעגאנגען צום ברך זצ״ל, און עם פארגעווארפן, דאס האבן דיינע בחורים געטוהן, אן א ווארט האט דער ברך משה ארויס גענומען געלט, און עם באצאלט עד פ״א.
זכותו יגן עליו ועל כל מי שרוצה, א גוטע וואך.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אויפ'ן ברך משה זצ"ל קען איך עס גלייבן. נאר איך וואלט נישט באצאלט. ווייל פאר די בני יואל'ניקעס איז זיך עס געקומען. זיי האבן זיך עס ערליך פארדינט. זיי האבן גערודפ'ט, מבייש געווען ברבים און געצאפט דאס בלוט פאר'ן ברך משה און זיין זוהן הר"ר אהרן שליט"א. און נאכדעם ווען זיי האבן צוריקגעכאפט האבן זיי צוזאמען מיט זייער רבי'ן הרבנית אלטע פייגא, זאלל רוען אין לעכטיגן גן עדן, געוויינט ווי א קאזאק הנגזל. איך האב געהערט אויף א טעיפ ווי הרבנית הצ' זכותה יגן עליה ועל חסידיה באקלאגט זיך אז ..."
זיי האבן געוואיפן שטיינעי"...כלשונה הק'...!
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

שליחה דורך נח בער »

מהר"ש מבאבוב קוקט ארויס פון פענסטער, זעט ווי א פרומער אנטלויפט פון א פרוי.
דער רבי, א שטיק הארץ, ער בייזערט זיך:
"וואס, זי איז נישט קיין איד?"
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

איך האב אמאל געליינט א אינטערוויו מיט א פרוי א בעלת תשובה (איך מיין עס איז געווען אין משפחה) וועלכע האט געהאט א גרויסע שטוב מיט קינדער און זייער שיין מצליח געווען.

זי האט פארציילט אז אלס מיידל האט זי געהאט א סאך פראבלעמען און איז אנגעקומען אין א ריהעב צענטער ווי מען האט איר אסאך געהאלפן. ווען זי איז ענדליך געווארן בעסער איז געקומען דער טאג ווען מען האט איר געגעבן אפאר דאללער זי זאל ארויסגיין זיך איינקויפן אפאר זאכן. עס איז געווען די ערשטע מאל וואס מען האט איר ארויסגעלאזט אין גאס אליינס, אן א באגלייטער אז זי זאל זיך אנהייבן צוגעוואוינען צו א נארמאלן לעבן און אליינס קער נעמען פון זיך.

זי איז געגאנגען קיין רחוב יפו און זיך געקויפט נייע אנגעטועכץ. פארשטייט זיך, אזוי ווי פרייע פרויען גייען. נישט צניעות'דיג.

נאכ'ן איינקויפן איז זי געגאנגען אויף א שפאציר און האט בטעות אריינגעוואנדערט אין מאה שערים. זי איז קיינמאל נישט געווען דארט פריער, האט נישט געוואוסט גארנישט איבער חרדים און האט נישט געהאט קיין השגה ווי זי איז אנגעקומען.

זי האט אזוי רואיג ארום שפאצירט אביסל, ביז פלוצלינג קומט צו לויפן אן עלטערער איד, דער אידל לייגט ארויף אויף איר א פרויענישע סוועטער און זאגט איר, קום שנעל מיט מיר אהיים איידער די חברה וועלן אנהייבן שרייען אויף דיר און דיר וויי טאן.

דער איד האט איר אהיים גענומען צו זיך, איר געגעבן צו עסן און טרינקען בשעת ער איז איר מסביר פארוואס ער האט דאס געטון, אז ער האט פארשטאנען אז זי כאפט נישט ווי זי איז און אז געוויסע קנאים קענען זיך אויפרעגן און איר וויי טאן, דעריבער האט ער איר געוואלט באשיצן.

דער איד איז באלד דערנאך אוועק געגאנגען און זיין פרוי איז געבליבן דארט מיט די מיידל און געמאכט א שמועס מיט איר, הערנדיג איר מעשה איז זי געווארן איבערגענומען מיט רחמנות און האט געגעבן פאר די מיידל געלט און פארברענגט מיט איר א גאנצן טאג און איר איינגעלאנדענט צו קומען אהין ווען זי וויל. מיט דעם האט זיך אנגעהויבן א לאנגיעריגע טיעפע קשר צווישן די פרוי און די עלטערע פארפאלק, וועלכע האט שפעטער געברענגט די מיידל צו אידישקייט דורך וועלכע זי האט אויפגעשטעלט א הערליכע דור פון קינדער און אייניקלעך הולכים בדרך התורה.

דער עלטערער איד איז געווען דער תולדות אהרן רבי זצ"ל.

(און ניין, זיי האבן איר נישט געמאכט פאר א תולדות אהרן'ע חסידות'טע. זי איז סתם א ערליכע פרומע פרוי פון רמות, וועלכע פארדאנקט איר אידישקייט און איר גאנצע לעבן און געזונט פאר דעם רבי'ן פון תולדות אהרן און זיין רביצין)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'ווער משוגע פאר די מעשה.
זיין סקאר איז ארויף אין מיינע אויגן פי כמה וכמה.
פשוט אומגלויבליך.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טאקע זייער א שיינע מעשה. אבער איך בין נישט זוכה צו פארשטיין, איז דאס נישט געווען אין זיינע הענט אויפצוקלערן די מאה שערים'ניקעס נישט נאכצושרייען יעד'ן נברא וואס וואנדערט אריין דארט ???
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

זאג מיר [tag]בן אדם[/tag], האסט זיך שוין אמאל אנגעטראפן מיט די צימערמאן קליקע אין וויליפעסט, אדער מיט די סיקריקים אין מאה שערים? ווייל עס איז ווי פראבירן צו אויפקלערן א קאץ נישט צו נאכלויפן א אומשולדיגע מייז.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א תולדות אהרן יונגערמאן האט מיר טאקע אמאל פארציילט, אז דער פריערדיגע רבי פלעגט פרעדיגן "קוק נישט און שריי נישט". זיין שיטה איז נישט געווען זיך צו זוכן קנאות. ענדערש היט זיך די אויגן און באשייגעץ נישט יענעם.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

יא, ווי האט יענער סיקריק מיט צוגעמאכטע אויגן געשריגן אויף א פרוי אנגעטון אויסגעלאסן, "שיקצע! איך זעה דיר דא שוין די צווייטע מאל, גיי ארויס!!!"
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן: אז דער פריערדיגע רבי פלעגט פרעדיגן "קוק נישט און שריי נישט".

כ'הער
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

Re: צדיק האלט אפ מחלוקת פייער

שליחה דורך petergrifin »

ב''ה איר הערט.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וע"ז כבר אמרו וז"ל: והמבין יבין.

ולהשומע יונעם ותבא עליו ברכת טוב.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

געוויזן די מעשה פאר א תו''א חסיד, זאגט ער מיר אז איך קען עס אריינשיקן צו מנחם מענדל, די מעשה מאכט נישט קיין סענס. עכ''ל
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

האמיר שוין א נייע מעשה "הי סעיד ווס. שי סעיד".
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זייער שיינע און לערנבארע מעשיות.

וואס א חילוק צי די מעשה איז אמת אדער נישט? דער עיקר איז אז מען קען זיך אפלערנען דערפון גוטע זאכן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
פארשפארט