פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ELECTION 2016
Bernie Sanders Exceeds Obama's Historic 2008 Run in Crowds, Donors and Polling

http://www.alternet.org/election-2016/r ... ceeding-it

http://www.discussionist.com/1015595319
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ראנאלד רעיגאן דזשוניער זוהן פון געוועזענע רעפובליקאנער פרעזידענט רעיגאן אינדארסירט לינקע דעמקראט בערני סענדארס פאר פרעזידענט, ער זאגט אז ער קען אים פערזענליך און ער איז א אויסנאם פון א אמתע מענטש וואס מיינט עס אמתדיג!

I like Bernie. I used to do a radio show for Air America and I would have Bernie on every week. This was before we were all ‘feeling the Bern.’ He’s always impressed me as an unusual politician, in that he just pretty much told you what he thought about something. There was no B.S. There’s a real authenticity there to him, which I think is pretty much lacking in everybody else I see on either side at this point.

https://www.reddit.com/r/SandersForPres ... _the_only/
https://www.facebook.com/LatinosforBern ... 6055233279

ראנאלד רעיגאן דזשוניער מיט זיין שוועסטער זענען שוין יארן לאנג שטארק ליבעראל געשטימט און נאך בחייו פונעם טאטען זענען זיי שוין געוועהן דעמאקראטן און אגם זיי פלעגן זיך לעבן אין גוטן פלעגט אבער גרויסע געפעכטן און טעהנרייען אויספלאצן צווישן די טאטע מיט די קינדער, ראן דזשוניער מיט זיין מאמע זענען געוועהן גאר שטארק אקטיוו צו צוריק עפענען און ערלויבן סטעם צעל פאָרשונג וואס די ריפאבליקאנער און בוש האבן געבלאוקט, ביי די 2004 דעמאקראטישע קאנווענשאן איז ער געוועהן די געסט ספיקער און ער האט געהאלטן א גאר געלונגנע אטעם־פארכאפטע רעדע וועגן סטעם צעל ריסורדזש וואס איך וואלט רעקאמאנדירט פאר יעדעם צו הערן,
https://www.youtube.com/watch?v=e40TpLX3g90
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
ראוונע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 11:21 am
האט שוין געלייקט: 165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך ראוונע »

דער עלטערער ברודער מייקעל איז יא שטארק קאנסערוואטיוו
איך זעה באמת נישט וואס די גדולה פון דעם רעיגען דזשוניאר איז. סך הכל איז ער די זון פון א פאפולערע פרעזידענט. נו ער איז דאך ניטאמאל איינשטימיג מיט אים סא וואס רייט ער אויף זיין פאפולאריטעט
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ראוונע האט געשריבן:דער עלטערער ברודער מייקעל איז יא שטארק קאנסערוואטיוו
איך זעה באמת נישט וואס די גדולה פון דעם רעיגען דזשוניאר איז. סך הכל איז ער די זון פון א פאפולערע פרעזידענט. נו ער איז דאך ניטאמאל איינשטימיג מיט אים סא וואס רייט ער אויף זיין פאפולאריטעט


מייקל איז נישט זיין עכטע בילאגישע ברודער, ער איז געווארן אדאפטירט דורך פרעזידענט רעיגאן,

צו פארשטיין די גדולה פון דעם איז זייער פשוט, פרעזידענט ראנאלד רעיגאן איז א אֵיקאָן אַ סופערסטאַר אין די רעפובליקאנער פארטי און ביזן היינטיגע טאג ווערט ער פארעכענט ביי אסאך רעפובליקאנער אלץ זייער פערזענליכע העלד, ער האט אסאך געטשעפט און געוויצלט מיט די דעמאקראטן ביי יעדע גלעגענהייט, און דא קומט זיין זוהן וואס ענדעלט שטארק אין אים זיין גאנצע אויסזעהן און רעדן איז גאר ענדליך צום טאטען מיט די זעלבע קעריזמאַ און געשמאק נאר אויף די אנדערע זייט פון די מטבע, נאכדערצו אז סאיז ער צוזאמען מיט זיין שוועסטער און זיין מאמע די געוועזענע פירסט לעידי נענסי רעיגאן, פארשטאנען?

מייקל האט היינט גאר ווייניג מיט די משפחה אנגעשטויסן נאכדערצו נאך א שטיקל ריס אין די משפחה ווען ראַן דזשוניער האט איבעראַשט די פאליטישע וועלט מיט זיין מעמואר My Father at 100 וואס ער האט פארציילט דעם אמת אז זיין טאטע האט שוין געוויזן סימפּטאָמס פון אָלצהיימערס ווען ער איז נאך געוועהן אין אפיס וואס האט למעשה ארויסגעברענגט היפש קאנטערווערסיע און מייקל איז ארויס מיט א שארפע סטעיטמענט אז ראנאלד פארשעמט זיין טאטע און מאמע בשעת ווען זיין מאמע און זיין שוועסטער האבן פאר דעם איבערגעקוקט די בוך און עס Approved.

פאר מעהר זעה די אינטערוויו מיט ראַן רעיגאן
https://www.youtube.com/watch?v=jPHOyjmypqw
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
ראוונע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 11:21 am
האט שוין געלייקט: 165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך ראוונע »

מיין נקודה איז אבער אז זיין גאנצע גדולה איז נאר אז ער איז דעם געוועזענער פרעזידענטס א זון אין זיין טאטע וואס מאכט אים פאפולער איז אזוי אנדערש פון אים אין פאליטיק
אין דעס וואס די זאגסט איבער זיין מאמע איז נישט ריכטיג זיין מאמע איז א קאנסערוואטיוו אין שטיצט קאנסערוואטיווען
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ראוונע האט געשריבן:מיין נקודה איז אבער אז זיין גאנצע גדולה איז נאר אז ער איז דעם געוועזענער פרעזידענטס א זון אין זיין טאטע וואס מאכט אים פאפולער איז אזוי אנדערש פון אים אין פאליטיק
אין דעס וואס די זאגסט איבער זיין מאמע איז נישט ריכטיג זיין מאמע איז א קאנסערוואטיוו אין שטיצט קאנסערוואטיווען


זיין מאמע איז גאנץ ווייט פון קאנסערוואטיוו, און אקעגן איר געוועזענע מאן איז עס כרחוק מזרח ממעריב זי איז ארויס קעגן די רעפובליקענס מיט סטעם צעל ריסורדזש, און די פאקט אז זי ארויס קעגן די רעפובליקאנס און די רעכטע פאר יארן לאנג אפילו נאר מיט די איינע אישו ווייזט אז זי איז ווייט פון קאנסערוועטיוו!, און זי האט אפילו געהאלפן פרעזידענט אבאמא ווען ער איז געווארן פרעזידענט מיט פארשידענע זאכן,

דא האט איר א קליפּ ווי אבאמא שרייבט אינטער די ׳ראונאלד רעיגען געזעץ׳ אין געגענווארט פון נענסי רעיגאן, קיין קאנסערווטיוו לויט די קליפּ איז זי זיכער נישט, זעט אויס אז נאך אזויפיל יארן וואס אירע קינדער האבן איר געדרייט צו לינקס איז זי אביסל /אסאך פארלינקט געווארן,

https://www.youtube.com/watch?v=KGIrnJlih_I

און וועגן ראן רעיגען פארשטיי איך נאך נישט דיין פוינט, איך מיין אז איך האב גענוג מסביר געוועהן אין די פריערדיגע תגובה וואס די גדולה פון דעם איז, אפשר ווייסטו נישט וואספאַראַ שטארקע פיגור פרעזידענט רעיגען איז געוועהן אין זיינע צייטן און איז נאך אלץ פארהייליגט ביי די רעכטע, אויב פארשטייסטו עס נישט דאן ווייס איך נישט וואס דיר צו ענטפערן און וויאזוי עס צו מסביר זיין, אנטשולדיגט אז איך האב נישט אזא כח הסברה ווי גלען בעק און ראוש לימבאו :P.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

שליחה דורך mevakesh »

דער חילוק איז אז פאליטיק איז נישט חסידות וואס עס איז נוגע וואס דער רבי'ס זיהן האלט
חוץ אפשר ביי בוש וואס כידוע זענען מחותנים מיט האגער.....
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

mevakesh האט געשריבן:דער חילוק איז אז פאליטיק איז נישט חסידות וואס עס איז נוגע וואס דער רבי'ס זיהן האלט
חוץ אפשר ביי בוש וואס כידוע זענען מחותנים מיט האגער.....


למעשה איז עס יא אביסל ווי די רבי׳ס ווייל זעהסט דאך אז מ׳האט אים מכבד געוועהן מיט א ברעטל ביי די דעמקראטישע קאנווענשאן, איך ווייס נישט צו מאכט א חילוק וואס ער האלט אבער פאר מיר (און איך גלייב פאר אנדערע לינקע אזויווי מיר) איז עס גאנץ אינטערסאנט צו זעהן א קליינער ראנאלד רעיגען א הייסע ליבעראל, און איך האב זיכער הנאה פון דעם, שטעלט דיך פאָר אז ביל קלינטאן האט א זוהן וואס ענדעלט שטארק אין אים און ער דשוינט די טי פארטי און רעדט ביי די ריפאבליקען קאנוונשאן וואלט עס נישט געוועהן אינטערסאנט? ק׳מאַן?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

למעשה זענען די רעיגאן פאמילע נישט די איינציגסטע וואס האבן אפגענויגט פונעם אויסגעטרעטענע וועג :) דיק טשעני האט א טאכטער א לעסביען ליבעראל, און דזשאן מעקעין האט אויך איין טאכטער וואס ציט אויף לינקס און עגריט נישט אינגאנצן מיט די פאמילע פאליטיקס,

מ׳גייט צוריק צום אלטען, קינדער קען מען זיך נישט וועלן!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

היינט ביינאכט 8:30 איז די ערשטע דעמקראטישע דעבאַטע אין לאס וועגאס,

Democratic Debate 2015 Live Stream - 8:30PM Eastern Time

-CNN
http://go.cnn.com/?stream=cnn

:youtube
https://www.youtube.com/watch?v=MCTqK-FVlXg
איך בין נישט זיכער אז די קליפּ וועט ארבעטן
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

שבת'ל, דיין רבי קומט אריין גאר שטארק.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

שליחה דורך גר ותושב »

נו ווער האט געווינען? פארלוירען?
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

וואס זוכט וועב אויף א דעמאקראטישע דעבאטע סטעידזש?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:שבת'ל, דיין רבי קומט אריין גאר שטארק.


רויטע נשמה׳לע
לאמיר טאקע האפן אז ער וועט אריינקומען שטארק! איך זאג יעצט תהילים מיט הייסע זודיגע טרערן אז די אמעריקאנער זאלן כאפן איינמאל פאר אלעמאל אז אלע פאליטשאנס זענען מעהר ווייניגער באצאלטע ארבעטער פון די קאוק ברודערס, וואלטן פאמילע, און שעלדאן עדעלסאן, לויט מיין מיינונג האט אמעריקא איין טשאנס צו ווערן א נארמאלע לאנד ווי ׳יעדער׳ וועט הנאה האבן און לעבן אין פראספערטי א שטייגער ווי די אייראפישע סקאנדינאווישע לענדער ווי מ׳דארף נישט זיין קיין ביליאנער צו בענעפיטן פון די גאווערמענט אדער באקומען א טובה פון א פאליטשאן, בערני האט גאר א גיטע רעקארד אלץ פאליטשאן פאר דרייסיג יאהר נאכאנאנד פאר זיך אנעמענן פאר די ארימע און מיטל קלאס און ער האט נישט קיין סופערפעק און נעמט נישט קיין שוחד פון די ביליאנערס, ער איז א אמתע אויפריכטיגע מענטש וואס מ׳קען זיך פארלאזן אויף זיין וואָרט לויט זיין רעקארד פון דרייסיג יאר, ער איז א פלייסיגער ארבעטארער וואס האט נישט פארפעלט קיין טאג פון די ארבעט און ער האט גענומען זיין דזשאב אלץ פאליטשאן גאר ערנסט און ער האט טאקע א גאלרייכע היסטערי פון לייסטונגען וואס ער האט דורכגעפירט אין קאנגערס און אין סענאט, אפילו ער איז יעצט 74 יאר אלט די עלצטע קאנדידאט צולויפן פאר פרעזידענט ארבעט ער אריין מעהר ווי אלע אנדערע קאנדידאטן צוזאמען, די ענערגיע וואס ער לייגט אריין אין די קאמפיין ־ די פאליטשע רעוואלציע וויאזוי ער רופט עס איז א געוואלדיגע שווערע ארבעט און דעס ווייזט אז ער איז א אמתער געטרייער פאליטשאן און א פלייסיגע ארבעטאר, סאיז דא אסאך מעהר צו שרייבן וועגן אים, אי״ה אין די נעקסטע גלעגענהייט, איין זאך קען איך דיר יא זאגן איך בין שוין נישט געוועהן פאר 12 יאהר אין א שטום בודקע אבער דאס מאל גיי איך (לויף איך) וועלן פאר בערני סענדארס און מעגסט זיין זיכער אז אויב ער געווינט לאז איך מיך ארויס אין א רקידה אויף די גאסן!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

@שבת, וואס זאגסטו איבער אמעלי?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ישראל קאפקע האט געשריבן:@שבת, וואס זאגסטו איבער אמעלי?


א דעמאקראטישע סענטריסט, ער וואלט לכאורה געוועהן מיין צווייטע טשויס נאך בערני און הילערי דער דריטער, בעיקר האב איך האב שטארק הנאה פון אים וויאזוי ער האט זיך ארויסגעשטעלט צוהעלפן די אימיגראנטען אין מערילאנד, אבער נאך אלץ גאר א ווייטע מהלך פון מיין ליבלינג בערני,
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

שליחה דורך mevakesh »

@שבת וואס זאגסטו צו סאנדערס פאזיציע לגבי גאןס?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

mevakesh האט געשריבן:@שבת וואס זאגסטו צו סאנדערס פאזיציע לגבי גאןס?


ער האט נישט אזא שטרענגע וואוטינג רעקארד קעגן גאונס ווי די ליבעראלס (מיך אריינגערעכענט) וואלטן געוואלט און ער האט היינט געזאגט ביי די דעבאטע אז אלץ סענעטאר פון ווערמאנט איז ער נישט געוועהן אזוי שטרענג מיט גאונס ווייל ער האלט אז וויבאלד ווערמאנט איז דארפיש געשטימט איז אנדערש ווי אין די גרויסע שטעט למשל ניו יארק וכו׳ אבער ער פארשטייט אז אלץ פרעזידענט ווען מ׳רעדט פון גאנץ אמעריקא ווערט די בילד אנדערש און איך גלייב אז ער וועט ווערן אסאך שטייפער ווען מרעדט פון נעישענאלי.

די אישו מיט די גאונס איז לכאורה זיין איינציגסטער חסרון אין די אויגן פון די לינקע אדערווייז קען מען א ברכה מאכן אויף אים.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

עס איז א גוטע תירוץ אין רעאליטעט, אבער עס איז גאר א שוואכע ענטפער פאר די וויילער.
ריכטיגער האט ער אנגעצייגט אז ער האט א D ראטע פון די ען אר עי, און מען קען נישט קוקן נאר אויף יענע איינע וואוט.

זיין קא-דעבאטירער צו רעכטס, דזשים וועב האט אן A ראטע פון די ען.אר.עי.
וועב שטיצט אויך די שמוציגע קוילן אינדוסטריע, שטיצט פרעקינג, גלייכט קריג מער ווי ער גלייכט זיין ווייב..
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

איך האב א פראבלעם מיט הילערי אלץ איר פערזענליכקייט, מען לייגט איר אראפ אלץ סעלפיש שלעכטער מענטש...און די נ.י.פאוסט ווייסט אפילו צו זאגן אז זי פלעגט אנ'מאקלען ביל ביז בלוט. איז דאס אמת אדער גזמאות?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

סעלפישע פרעזידענטן קענען כולל זיין גאנץ אמעריקע אין די סעלפישקייט, און זענען טאקע ביכולת אנצומקל'ען די שונאים ביז בלוט, דאס קען גראדע זייער צוניצקומען...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

chusid האט געשריבן:איך האב א פראבלעם מיט הילערי אלץ איר פערזענליכקייט, מען לייגט איר אראפ אלץ סעלפיש שלעכטער מענטש...און די נ.י.פאוסט ווייסט אפילו צו זאגן אז זי פלעגט אנ'מאקלען ביל ביז בלוט. איז דאס אמת אדער גזמאות?


אמת, זי איז א שטיקעלע ״בית״, און די באשרייבונג פון די סיקרעט סערוויס וואס איז לעצטענס ארויסגעקומען אז סאיז גאר שווער מיט צו ארבעטן מיט איר ברענגט איר אויך נישט קיין עקסטערע פאפולערקייט, זי איז זייער טריקן אן קיין שום חן, איך וואלט אבער נאך אלץ געוועלט פאר איר עני טיים מעהר ווי עני פון די ריפובליקאנער קאנדידאטן.

בד״וו סתם פאר אינטערסאנטקייט הילערי איז לכתחילה געוועהן א ריפאבליקען, זי האט שפעטער געטוישט צו דעמאקראט, ווי אויך דו באוואוסטע לינקע סענעטאר פון מאסאטשוסעטס (מיין פעיווערט סענעטאר)עליזבעט ווארען איז געוועהן אמאל זייער רעכט ביז זי האט איינגעזעהן דעם אמת, איך האף טאקע אז מיינע תפילות וועלן נתקבל ווערן און בערני וועט איר נעמען אלץ ראונינג מעיד אזויווי געוויסע שמועות איז ארומגעגאגען, ס׳וואלט געווהן א געוואלדיגע טיקעט און א דבר השלם.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט