ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]הקדמה.[/center]
ווי באקאנט הערשט אין די היימישע גאס די לעצטע פאר יאר, א געוואלדיגע אויפוואכונג איבערן נושא פון נישט צורירן קינדער [מאלעסטערן בלע"ז. כ'וועל ווייטער נאר נוצן לשון רמיזה]. יהיו שיאמרו אז דער דאנק קומט זיך פאר נחום ראזענבערג, יהיו שיאמרו אז מ'דארף אים אראפהאקן די קאפ, און יהיו שיאמרו אז אלו ואלו דברי אלקים חיים [ותפוס לשון אחרון]. אבער נישט דאס איז דער ציל פון מיין ארטיקל.

פאקט איז פאקט, און ס'איז א פאזיטיווע זאך אז היינט איז שוין נישט אזוי 'הפקר פעטרישקע' ווי עס פלעגט ליידער זיין, און כאטש עדיין הדבר צריך תיקון, איז עס אבער ווייט נישט אזוי געפערליך ווי אמאל. און שוין אפגערעדט אז מצד עלטערן איז היינט די וואכזאמקייט שטאפל ב"ה סאך סאך העכער ווי עס פלעגט צו זיין.

דא אין קאווע שטיבל, האט דאס שוין גענומען א ווענדונג אלס 'שלש חמורות'... נעמליך, אז דער מושג פון צורירן א קינד קען אים אוועק'הרג'ענען זיין גאנצן לעבן וכו'. כ'ווייס נישט צו מ'טרייבט דאס איבער, צו מ'טרייבט דאס אונטער, אבער דאס איז זיכער אז א מנוול דארף מען שיקן אין רייקער'ס פשוט אלס 'ועשו לו כאשר זמם ועשה לאחיו'.

אבער דאס אלעס איז נאר א הקדמה צום נושא פון וואס איך וויל דא רעדן. דהיינו, אז די סכנה איז צווייזייטיג: פונקט ווי מ'קען אוועקלייגן א קינד, דורכן אים טשעפענען. אזוי אויך קען מען אוועקלייגן אן ערוואקסענעם, דורכן אים חושד זיין אז ער האט געטשעפעט א קינד. און דערפאר זאל מען זיך צוריקהאלטן פון באשמוצן איינעם, ביז מ'איז נישט הונדערט-און-איין פראצענט זיכער אז יענער איז טאקע א מנוול.

און אט אזא מעשה וויל איך דערציילן, וואס האט פאסירט מיט מיינס א נאנטע חבר, אומגעפער א האלבע יאר צוריק. א האר אויפשטעלנדע מעשה פון אן אומשולדיגער איד וואס האט געליטן ציפקע צרות, פון א ריכטיגער בלבול [וואס איז ב"ה אויפגעוויזן געווארן קלאר גאנץ שנעל. אבער נישט גענוג שנעל צו פארריכטן אלע שאדנס].


[center]א באס דרייווער.[/center]
איר קענט דעם פיינעם געשמאקן יונגערמאן אין ביסמעדריש? אקעי, פון אזא איינעם רעדט מען דא. א באשיידענע יונגערמאן, א בעל מידות, א בא'טעמ'טער מענטש וואס באאיינדרוקט יעדן מיט זיין נח לשמים ונח לבריות'דיגע התנהגות. אפאר יאר נאכן חתונה, מטופל בבנים, האט ער מחליט געווען צו ווערן א באס דרייווער [א ווען דרייווער, ליתר דיוק], צו פירן פיצלעך קינדער אין חדר אריין. א פרנסה נקיה - אבער נישט קלה, וואס ער האט געטון בנאמנות צו יעדנ'ס צופרידנהייט.

ביז א האלבע יאר צוריק...

ווען מ'האט אנגערופן פון פאליציי סטאנציע אז מ'וויל אז ער זאל אריבערקומען צו זיי, ווייל זיי ווילן אים עפעס אויספרעגן, האט ער נישט גע'חלומ'ט אז מ'מיינט טאקע אים זעלבסט. ער איז א זיידענע יונגערמאן וואס קען כפשוטו נישט טשעפענען קיין פליג, אזא איידעלע נחבא אל הכלים. ער האט פארשטאנען אז מסתמא רופט מען אים בתורת עדות אויף עפעס, און נישט וויסנדיג קלאר - איז ער פשוט געגאנגען אין סטאנציע פרעגן וואס זיי ווילן.

אנקומענדיג אין סטאנציע, האבן זיי אים געפרעגט צו ער הייסט כך וכך, און ער האט געענטפערט יא. זייער תשובה צו דעם איז געווען, אז מ'האט אים באלד באשולדיגט אין טאטשן איינער פון די קינדער אויפן באס, און מ'האט אים אויפן פלאץ איינגעזעצט דארטן אין פאליציי סטאנציע. דער יונגערמאן האט נאכנישט געקענט צו זיך קומען פון שאק, נישט כאפנדיג וואס-וואו-ווען, נאכדערצו ווען לפי ידיעתו האט ער ניטאמאל געהאט קיין שונא וואס זאל זיך וועלן אפרעכענען מיט אים אזוי געמיין, אבער ערגער פון דעם איז געווען - וויאזוי איז מען מודיע פאר זיין ווייב/משפחה אז ער געפונט זיך פשוט אין תפיסה, צוליב...

כמובן האט זיין ווייב גארנישט געוואוסט, און נאר זעענדיג אז דער העכסט-נארמאלער מאן - וואס איז גענוג רעספאנסיבל מודיע צו זיין יעדעס מאל עפעס אויסערארדנטליך פאסירט - רופט נישט אהיים, האט זי זיך אנגעהויבן ערנסט זארגן וואו ער איז פארשוואונדן געווארן. כמדומה אז ער האט יא מודיע געווען אז ער גייט גיין אין פאליציי סטאנציע פאר 'עפעס א קלייניגקייט' וואס זיי ווילן, און דורכדעם האט מען בכלל אנגעהויבן צאמשטעלן די מעשה, אז ער איז פשוט געבליבן אין פאליציי סטאנציע. אויב כ'געדענק גוט, איז ער דארט פארבליבן איבערנאכט [כ'דארף פריש מברר זיין].


[center]נו, וואס איז טאקע געשען?[/center]
איינער פון די קינדער אויפן באס, קומט פון א צובראכענע שטוב. זיין טאטע און מאמע האבן זיך אפגע'גט אין שווערע אומשטענדן. כפי השמועה איז דער מאן געווען היבש אביוזיוו כלפי זיין ווייב. דאס קינד איז געבליבן - ווי רוב מאל - ביים מאמען. זעט אויס אז צוליב איר שווערע טראומע, האט זי פארלוירן טראסט אין מענטשהייט, און האבנדיג איין אוצר'ל האט זי אים אפגעהיטן ווי דאס שווארצאפל פון אויג. אבער באופן מוגזם מאוד.

יעדן טאג ווען דאס קינד איז אהיימגעקומען, האט די מאמע - מיינענדיג אז יעצט טוט זי דאס בעסטע פארן קינד - געפרעגט פונעם קינד אויב איינער האט אים געטאטשט ביי די פריוואטע פלעצער, און יעדן טאג האט דאס קינד געענטפערט אז ניין. אבער דאס פלעגט זיין אזא טאג טעגליכער ערשיינונג, און דאס קינד - א יונג קינד פון ארום 4 יאר אלט [צו יונגער] - האט נישט פארשטאנען על מה החרי האף הגדול הזה. אבער מיינענדיג אז די מאמע וויל עפעס הערן, איז ער איין טאג אהיימגעקומען און געענטפערט אויפן טאג-טעגליכן פראגע - 'יא'. די מאמע איז געווארן היסטעריש: 'ווער האט דיך גע'טאטש'ט'?, אויף וואס דאס קינד האט געענטפערט אז די באס דרייווער האט אים צוגערירט.

די מאמע, אנגע'פאביע'ט כדבעי, און אבוויעסלי אביסל גערירט אויך, האט אן קיין לענגערע משא ומתן גלייך אנגערופן פאליציי זאגן אז דאס קינד האט 'מסיח לפי תומו' דערציילט אז די באס דרייווער האט אים געטאטשט אין די פריוואטע מקומות. און אזויווי די סדומ'ע אמעריקאנע געזעצן לויטן, האט מען אים גלייך איינגעזעצט 'על חשד'. נוסח, 'גילטי אנטיל פראוון אנגילטי'. [אגב, אפגעהיטן זאל מען ווערן. אבער טעכניש קען דיר סיי וואספארא פרוי אנקלאגן אין סעקונדעס, ואכמ"ל].

אבער דאס קינד האט דאך נישט 'אויפגעמאכט' א גאנצע מעשה, ס'איז געווען באזירט אויף אן אמת'ער מעשה [נוסח לעהמאן'ס לעגענדעס וואס זענען געווען באזירט אויף היסטארישע מעשיות...]. היות דער קינד קומט נעבעך פון א טראבלד שטוב, איז ער א היבש צעווילדעוועט קינד, וואס איז היבש אונטערשטעליג פון זיין עידזש קינדער אין התנהגות וכו'. אויפן באס ווילדעוועט ער אויך, אבער דארט איז עס - פארשטייט זיך - אויך מסוכן. יענע טאג איז ער געווען אביסל צו 'אאוט אף הענד', און ווען דער דרייווער - א העכסט רעספאנסיבל מענטש - האט געזען אז ס'איז פשוט א סכנה ער זאל ארומטאנצן ווען מ'פארט, האט ער גע'סטאפ'ט די באס און צוגעגאנגען צום קינד, און ארויפגעלייגט די הענט אויף די אקסלן פונעם קינד און 'אראפגעזעצט אויפן פלאץ' [שווער אויסצו'משל'ן אן א בילד], און האט אים געזאגט שארף 'זעץ דיך אראפ'.

דער יונגל האט גראדע פארשטאנען דעם דרייווער, און נישט געהאט קיין טענות אויף אים [דער דרייווער האט אים ניטאמאל באוואשן אדער וויי געטאן], אבער צו בארואיגן זיין נערוועזע מאמע וואס פרעגט אויב איינער האט אים געטאטשט, איז דאס שוין געווען גענוג. און דאס איז וואס האט גורם געווען - די פאלגענדע:


[center]מורא פון אייגענעם שאטן.[/center]
דער יונגערמאן, א זיסע מענטש מיט הארץ פון פוטער, איז ממש נישט געמאכט פאר אזעלכע סיטואציעס. למזלו, האט יעדער וואס האט אים געקענט פארשטאנען אז עפעס א מיספארשטענדעניש איז דא פארגעקומען, אבער דאס איז געווען צו ווייניג. יא, מ'האט אים נעקסטן טאג ארויסגעלאזט אויף בעיל, אבער חרוב געמאכט האט מען אים. זיין דזשאב האט מען אים צוגענומען גלייך, כאטש די מוסד האט אויך פארשטאנען אז ער איז מסתמא ריין, אבער מ'נעמט נישט קיין שאנסן. חוץ מזה, האט ער ע"פ חוקי הממשלה נישט געמעגט זיין קיין דרייווער פאר קינדער, צוליב זיין אומגעשלאסענע קעיס.

גענוג האט ער געהערט שמועות אין גאס, אז ער איז יא אדער נישט קיין מנוול. און ווי דער באליבטער שפריך ווארט פון אלע אלסווייסער'ס [און אסאך ק"ש ניקס] גייט: אז מ'איז פונקט אים חושד, מסתמא איז דא א סיבה דערצו... און מ'פארענדיגט מיטן מיסטעריעזן שמייכל כאילו מ'האט דא געזאגט א שטיקל איינשטיין תורה. ער האט מורא געהאט צו גיין אין גאס, ווייל מי יודע אויב איינער וועט אים באשולדיגן. אזוי אויך, האט ער זיך פשוט געשעמט צו באווייזן דאס פנים אין גאס, מרוב בושה. נאך דאס פעלט אים אויס, אז יעדער זאל טייטלן מיטן פינגער לאמר 'כי הוא זה'...

ער האט אנטוויקלט א פחד כפשוטו פון מענטשן, און איז געזעצן אינדערהיים פארביטערט און דערשראקן אן קיין פרנסה גאר א לאנגע צייט. רבותי, עטס ווייסטס נישט וואס דאס מיינט, און עטס זאלטס נישט דארפן וויסן. אבער אזויפיל יא, די פצעים דערפון לעקט ער נאך היינט, נאכן צוריקבאקומען די זעלבע דזשאב, און ארויסווארפן די קעיס, און יעדער ווייסט שוין וואס האט פאסירט. אזא איבערלעבעניש לאזט איבער אן אפעקט לעולמי עד!!!


[center]והייתם נקיים...[/center]
למעשה איז דאס ב"ה געווען א פארהעלטנמעסיג גרינגע קעיס. ווען די שטאטישע אינסטאנצן זענען אריבער רעדן מיטן קינד דירעקט, איז ער שוין נישט געווען אונטערן דירעקטן השפעה פון זיין מאמע'ס שגעון, און ער האט געוויזן ווי מ'האט אים געטאטשט אויפן אקסל, און גארנישט מער. אזוי אז זיי האבן געזען גלייך אז די מאמע איז פשוט אביסל 'אווער-פראטעקטיוו'.

אזוי אויך, איז אלס געווען א באס-טיטשער אויפן באס. און זי האט טאקע מעיד געווען וואס פונקטליך האט פאסירט יענעם טאג. אבער דאס האט נישט געהאלפן אז זיי זאלן דאס ארויסווארפן די טאג זיי האבן געעפנט די קעיס. ס'איז א גאנצע פראצעדור, ביז זיי זענען אריבער צו איר אינדערהיים, אויסגעפרעגט, אראפגעשריבן די עדות'שאפט, וכו' וכו' ביז מ'האט ענדליך מחליט געווען - נאך אפאר חדשים - אז לא היו דברים מעולם, לא דובים ולא יער. נישט איידער מ'האט חרוב געמאכט א מענטשנ'ס לעבן, און צוגענומען זיין פרנסה פאר אפאר חדשים.

פארשטייט זיך אז די מוסד האט אים גלייך צוריקגענומען, און ליתר שאת - זעענדיג וואספארא משוגע'נער די מאמע איז - האבן זיי מודיע געווען פארן מאמען סוף יאר, אז דאס קינד האט נישט פארוואס צוריקצוקומען נעקסטעס יאר, ווייל ער איז היבש 'דילעיד' [קיינער זוכט נישט קיין קאנפראטאציעס מיט מענטשן וואס זענען אזוי משוגע].

וואס זאגט די מאמע? זי האט נישט געקענט פארשטיין די מוסד: 'כ'האב געטאן די ריכטיגע זאך פארן קינד, ניין?'.

יא, זי איז א רחמנות. אליינס א קרבן פון אביוז, האט זי געמאכט א צווייטן א קרבן פון איר אביוז. און ווי די מחקרים זאגן, אז רוב מאלעסטער'ס זענען געוועזענע קרבנות, אזוי האט זי - א געוועזענע קרבן - 'מאלעסטער'ט א צווייטן. און טאקע אט מיט דעם טענה, אז ער האט מאלעסטירט איר קינד.


[center]צום שלוס.[/center]
דאס איז טאקע א פחד פון א מעשה, און כ'וואונטש ענק אלע אן אז ענק זאלן קיינמאל נישט אדורגיין דאס אדער עפעס ענדליכס אין ענקער לעבן, אבער ס'איז גוט איינצוקריצן אין הארץ אזא מעשה, כדי נישט צו משפט'ן יענעם צו שנעל, ווען די תוצאות קענען זיין פאטאל. מ'דארף קענען וועגן און מעסטן גאר שטארק ביז מען איז מחליט גופא דעובדא היכי הוי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם: ייש"כ פאר אראפברענגען די צווייטע זייט פון די מטבע, און צורירן (פאן אינטענדעד.) צו א זייער ווייטאגליכע פרשה וועלכע האט שוין גורם געווען א סאך צער און עגמת נפש און איז אויך באגלייט מיט א גרויסע מאס היסטעריע.
דער סאבדזשעקט פון טשיילד מאלעסטעישן איז זייער א פארצווייגטער און האט פילזייטיגע אספעקטן. ס'האט זיך אנגעהויבן מיט אמת'ע פאקטן, ווען א טייל רבי'ס, טיטשערס אדער יוגנט קאונסלערס זענען באשולדיגט געווארן אין אביוזן קינדער וועלכע זענען געווען אונטער זייער קאנטראל. קיינער האט זיך נישט געמאכט קיין סאך צו טון. ביז מ'האט אנגעהויבן איינצוזעהן די שעדליכע עפעקטן וואס דאס האט געהאט אויפ'ן לעבן פון די קינדער וועלכע זענען געווארן אביוזד.
אבער צוזאמען מיט די רפואה איז אויך געקומען די זייטיגע השפעות וואס דאס האט גורם געווען. די מענטשן זענען אריינגעגאנגען אין עפעס א מין היסטעריע. וואו מ'האט נאר געהערט פון עפעס א באשולדיגונג אקעיגן א מענטש. מעג ער זיין דער פיינסטער און ארנטליכסטער מענטש. איז ער שוין געווארן אפגעסטעמפלט אלס מאלעסטער און אביוזער. פארשטייצעך אז יענער (אומשולדיגער) האט באלד פארלוירן זיין דזשאב און פרנסה. אויך זיין גאנצע משפחה איז פארשעמט געווארן. ווען אין א סאך פעלער האט זיך אויסגעלאזט אז די גאנצע פרשה איז נאר געקומען צוליעב עפעס א מיספארשטענדעניש אדער בייזוויליגער בלבול פון האלב-צודרייטע אדער רשעות'דיגע מענטשן וועלכע האבן געהאט זייער אייגענע אגענדא. צו ביי משפחה סיכסוכים פון שלום בית, וואו איין צד האט געזוכט צו באקומען קאסטעדי פון די קינדער.
אבער א גרויסן טייל פן דעם געשאפענעם מצב קענמען אנלייגן אויף די אזוי-גערופענע "עדוואקעיטס". זיי זענען (אין די מערסטע פאלן) נישט געווען קיין נייטראלע מענטשן וועלכע האבן אויס זארג פאר'ן וואוילזיין פון די קינדער זיך אונטערגענומען צו פובליצירן די נעמען פון די באשולדיגטע מענטשן נאך גרונטליכע אויספארשונגען פון אלע זייטן פון די באשולדיגונג. נאר זיי האבן ענדערש געמאכט דעם רושם אלס טומלערס און פובליסיטי-זוכערס.
לאמיר נאר דערמאנען צוויי פון די מערסט באוואוסטע מתעסקים אין באקעמפן טשיילד אביוז. נחום ראזנבערג און "הרב" יעקב הורוביץ פון מאנסי. זיי וועלן קיינמאל נישט ארויסקומען מיט פאקטן און אפענע ראיות און באשולדיגונגען אקעיגן א מענטש. אדער אפילו ארויסברענגען אפילו א ספק אין זיין שולד. אזוי ווי ס'איז געווען לעצטנס ביי א פרשה אין ראקלענד קאונטי, וואו עפעס א בחור/יונגערמאן וועלכער האט זיינע אייגענע פסיכאלאגישע און עמאציאנעלע פראבלעמען איז ארויסגעקומען מיט לעכערליכע באשולדיגונגען אקעיגן א באוואוסטן, ארנטליכן איד א תלמיד חכם און פעמילי מענטש. זיי (די עדוואקעיטס) האבן חדשים לאנג געשריבן אלערליי בייזוויליגע, אויסגעטראכטע בילבולים אקעיגן דעם איד, וואס נאר א קראנקהאפטיגע פאנטאזיע קען פראדוצירן אזאלכע באשולדיגונגען. און ווען ס'איז, צום סוף אויפגעוויזן געווארן אין קאורט (מיט די הילף פון אן ערפארענעם לאיער) אז ס'איז געווען לא דובים ולא יער. קיין איינע פון די באשולדיגונגען זענען נישט געווען אמת. האבן זיי, די אזוי-גערופענע עדוואקעיטס זיך גענומען שרייען און באשולדיגן דעם דזשאדזש און דעם קאורט אין זיין קארופטירט. שטאטס אננעמען דעם פסק. אפילו ביי די פרשה פון נחמיה וועבערמאן איז אויך געווען די זעלבע זאך."הרב" יעקב הורוביץ האט געטענה'ט אז ס'איז דא לכה"פ נאך פיהר באשולדיגערינס אקעיגן איהם. איז מיין קשיא. פארוואס האט ער זיי נישט ארויפגעלייגט אויפ'ן סטענד אז זיי זאללן עדות זאגן אקעיגן איהם אין קאורט. ער איז אויפגעקומען מיט אלערליי לעכערליכע תירוצים פארוואס זיי "קענען" נישט עדות זאגן...!
לאמיר נאר האפן אז דער מצב וועט זיך סטאביליזירן און אלע באשולדיגונגען פון אביוז אדער מאלעסטעישן וועלן ווערן גרונטליך אויסגעפארשט. און די שולדיגע זאללן טאקע באצאללן א פרייז פאר זייערע שלעכטע מעשים. אבער די אומשולדיגע זאללן ריינגעוואשן ווערן אן דעם וואס זיי זאללן האבן געליטן אומזיסטע פארשעמונגען און עגמת נפש פאר זיי און זייער משפחה...!
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

ישר כח פארן ארויף ברענגען אזא געוואלדיגע וויכטיגע נושא וואס איז מונח בקרן זויות. דער גאלדענער שביל הזהב איז אייביג נוגע, און עס זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז מיט גיין א פארבלענדעטן אומ'אחריות'דיגער עקסטרעם וועט מען העלפן די מענטשהייט.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

אלץ א קרבן פון א מלמד א מנוול וועל איך צולייגען א דריטע שפיץ.

ס'דא צוויי מיני מענטשען,

א' אן ערליכע נארמאלע מענטש און איינער קומט מיט א מעשה'לה, איז 90% זיכער אז ס'איז דימיונות אדער נקמה וכדומה.
ב' איינער וואס ס'איז סאני שומעני' יעדער האט צופארציילען יארן אויף אים מעשות.

איצטער אז מ'בעקט סוג ב' ביי אונז און מ'פרייד זיך מיט אים וד''ל איז נישט קיין ווינדער אז סוג א' פאלען קרבנות. ודו''ק כי קצרתי מדוחק הזמן.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

קודם וויל איך מקדים זיין מיטן זאגן אז ארויפווארפן א קול פון א מאלעסטער אויף אן אומשולדיגן מענטש איז אסאך ארגער פון קאלט-בלוטיג מערדערן איינעם פאונט-בלענק! די אומפאררעכטבארע שאדן פאר דעם מענטש און זיין משפחה איז שרעקליך ביז גאר. (דאס איז אויסער די שאדן וואס דאס טוט אפ פאר אלע ריכטיגע מאלעסטעשאן-קרבנות, וואס פארלירן די לעגיטימעסי נאכן שרייען "וואלף!". אבער איך לייג דאס איינגערינגלט, כי לא זו העיקר.)

אבער די מעשה וואס [tag]אדנירם[/tag] פארציילט דא, דארף לכאורה ארויסברענגען א נקודה. טא וואס איז טאקע די נקודה? אז מ'זאל מער נישט גלייבן די קומענדיגע וויקטים? ועל זה היה דווה לבנו.

ס'איז פארהאן צוויי לעכער אין די ארטיקל וואס - פאר תמימי לב - קען פארקומען ווי א טענה:
א. לעגיטימאציע פון די עצם מעשה. מאן יימר אז דאס האט ווירקליך פאסירט, אפילו די אבוויעס חלק?
ב. ס'פאסירט ביי די שענסטע און דאס בעסטע.

גערעכט אז אפילו ס'האט נישט פאסירט קען עס אבער פאסירן, אבער די עיקר מוסר השכל דא איז פון א מעשה שהיה, ווי מען זעהט פון די הקדמות וואס דו האסט אילוועסטעד אויף דעם בעל המעשה'ס מעלות:
  • "פיינעם געשמאקן יונגערמאן"
  • "א באשיידענע יונגערמאן"
  • "א בעל מידות"
  • "א בא'טעמ'טער מענטש"
  • "באאיינדרוקט יעדן מיט זיין נח לשמים ונח לבריות'דיגע התנהגות"
  • "א פרנסה ... וואס ער האט געטון בנאמנות צו יעדנ'ס צופרידנהייט"
  • "א זיידענע יונגערמאן וואס קען כפשוטו נישט טשעפענען קיין פליג"
  • "אזא איידעלע נחבא אל הכלים"
  • "דער העכסט-נארמאלער מאן"
  • "גענוג רעספאנסיבל"
  • "א העכסט רעספאנסיבל מענטש"
  • "א זיסע מענטש מיט הארץ פון פוטער"
  • "העכסט רעספאנסיבל מענטש" (כ'ווייס אז ס'איז א דופליקעיט, אבער ס'שטייט צוויי מאל)

ווי אויך, האט הרב [tag]אדנירם[/tag] אריינגעלייגט אביסל כוחות צו פארשווארצן דאס פנים - און עכ"פ מאכן אויסזעהן ווי א משוגע'נע - פאר די באשולדיג'טע פרוי (וואס אויב זי האט הייפאטעטיקעלי דאס געטוהן, איז זי א מסוכן'דיגע מרשעת):
  • "כפי השמועה איז דער מאן געווען היבש אביוזיוו כלפי זיין ווייב."
  • "צוליב איר שווערע טראומע"
  • "זי האט פארלוירן טראסט אין מענטשהייט"
  • "מוגזם מאוד"
  • "החרי האף הגדול הזה"
  • "אנגע'פאביע'ט כדבעי"
  • "אבוויעסלי אביסל גערירט"
  • "א טראבלד שטוב"
  • "א היבש צעווילדעוועט קינד"
  • "היבש אונטערשטעליג פון זיין עידזש קינדער אין התנהגות"
  • "אויפן באס ווילדעוועט ער אויך"
  • "דארט איז עס ... אויך מסוכן"
  • "אאוט אף הענד"
  • "זי איז א רחמנות"
  • "אליינס א קרבן פון אביוז"
  • "רוב מאלעסטער'ס זענען געוועזענע קרבנות"
  • "א געוועזענע קרבן"

היוצא לנו מזה, אז מ'הייבט אהן אראפצושניידן פון די ברייטע שפראך, איז די מעסעדזש נישט אזוי שטארק. און אויב שטעלט זיך ארויס אז ער איז נישט אזא צדיק און זי איז בכלל נישט משוגע, דאן האמיר א גאר-פארקערטע בילד. איי, וואס טוט זיך אבער ווען דאס בילד שטעלט זיך יא אמאל ארויס אקוראט ווי די דאזיגע סיפור? קיין שום פראבלעם. ס'סעטלט זיך גאנץ שנעל - ווי די מעשה דא גייט. דער באס-דרייווער גייט טאקע אדורך גאר-שווערע אומ-יושר'דיגע מאמענטן און איך ווינטש אים אז השם ינקום דמו, אבער מיר זעהן אויך אז ווען די מעשה איז נישט אמת פאלט אלעס אויפן פלאץ.

אבער - חוץ מכל זה - טאר מען נישט פארגעסן אז ס'איז נישט פארהאן אזא זאך אז "ער קען נישט טשעפענען א פליג". כ'וויל נישט יעצט אריינגיין בפרטיות איבער וואס האלט צוריק דעם מענטש פון "טשעפענען א פליג", אבער - let's just say - א חלק האט צו טוען מיט מה יאמרו הבריות, און ווען מען שפירט באקוועם אז קיינער וועט נישט וויסן, פירט מען זיך אויף גאר-אנדערש. (דאס וועט אויך פארשטיין-גיבן פארוואס ס'מאכט זיך אסאך וויקטימס ביי צובראכענע מצבים.)

איי וועסטו פרעגן "וואס וויל ער דא? מ'רעדט דאס נאר בסה"כ פון די צד השני של הסיפור!" ווייל איך האלט אז די סארט דיבור איז מסוכן עד מאוד. והמבין יבין.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!

שליחה דורך mevakesh »

רבי שלום איהר זאגט דברים כדרבונות די אלע שיינע שבחים אויפן יונגערמאן (וואס איך קען אינם גראדע און ער איז טאקע א פיינער ) איז נישט נוגע בכלל!!
איך האב שוין באגעגנט חשובע יונגעלייט תלמידי חכמים יראי שמים וואס זענען מאלעסטערער
די זעלבע פארקערט דאס אז ער קומט פון א צובראכען שטוב איז נישט משנה און צומאל איז דא א סברה אז מאלעסטער טשעפען דוקא מיט צובראכענע קינדער וואס האבן נישט ווער עס זאל זיך אננעמען
אגב די מעשה געבט מיר חיזוק אז דער סיסטעם איז נישט אזוי שלעכט אזוי ווי מען זעהט דא אז די אמת איז ארויסגעקומען גאנץ שנעל אפילו דער יונגערמאן האט געהאט גאר שטארקע בזיונות וכו איז צום האפן אז ביז א צייט וועט עס זיין פארגעסען און פון די אנדערע זייט די שולדיגע באקומען זייער פארדינטע שטראף
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שלום על ישראל: לפענ"ד דראפעסטו זיך אויף די גראדע ווענט. מילא דעם ערשטן חלק, וואס דו האסט טענות אויף אדנירם אז ער האט אויסגעריהמט דעם יונגערמאן (וועם מ'האט באשולדיגט אין מאלעסטעישן) פארשטיי איך א ביסל דיין צד הטענה. הגם דו האסט שטארק מגזים געווען. ווייל אפילו ביי די שענסטע משפחות קען זיך עס טרעפן, ח"ו. ס'הייסט א מענטש וועלכער איז געווען א מכובד'יגער קען זיך אויך אמאל ארויסשטעלן אלס א מאלעסטער. אבער די צווייטע חלק פון דיין טענה אז ער האט ארויסגעברענגט די נקודה ז די פרוי איז געווען אביסל צורודערט, ל"ע. טאקע פון צרות. אבער דאך. אויף דעם קענמען נישט האבן קיין טענות. ווייל א מענטש וועלכער איז סטאביל און נישט היסטעריש, גייט נישט מאכן קיין אומלאגישע באשולדיגונגען אקעיגן אן ארנטליכן מענטש סתם אין די וועלט אריין. חוץ אויב ס'איז דא שטארקע הוכחות. און אז די מאמע האט געקענט ארויסקומען מיט אזא באשולדיקונג איז א סימן אז זי איז נישט קיין סטאבילער מענטש. און אט זאס האט אדנירם מסביר געווען. גארנישט מער פון דעם...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם: איך קען נאר באשטעטיגן דיינע ווערטער, ווען א פארריקט 'עהרליכ'ע ווייבל האט צוטראטן דאס לעבן פון א פשוטע מענטש.

די אלע מעשיות שטעלן נאכאמאל און נאכאמאל קלאר, אז מען דארף נעמען קינדער'ס ווערטער מיט אחריות, אבער פון אויסהערן ערענסט זיין קאמפלעין ביז אננעמען זיינע ווערטער בבחינת נעשה ונשמע און ס'באשטעטיגט אמת כנתינתן מסיני, איז פאלג מיר א גאנג.

[דאס ווילדקייט מיט וואס מיר באציען זיך צו א קלעים איז ווייטאגליך, און עס אין טייל א תוצאה פון דעם, אז ביז היינט האט מען מורא געהאט צו צורירען צום קארפעט ווי מען פלעגט אינטער שטיפן די קעיסעס, איז אנשטאט אויפהייבן די קארפעט פראפעסיאנאל ווי באמבע עקספערטן, האט מען געגעבן א רייס אראפ דעם קארפעט אזש עס האט געפלאצט אויף אן עקסטריעם.]

דאס אז מען נעמט עס אן אלטץ א באשטעטיגטע מציאות, קען אמאל גיין נאך א שטאפל ווייטער, ווען דאס קינד ווייסט אז דער עולם גייט ניסלעך מכל היוצא מפיו.

איך קען א מעשה פון א מוסדות אין פלעטבוש, ווי א יונגערמאן איז געווען א סובסיטוט פאר א כיתה, איז געווען דארט איין ווילדע יונגעל וואס איז ארומגעטאנצן אין כיתה, ווען דער סובסיטוט האט אים געהייסן זיך זעצן, האט דער יונגעל זיך אנגערופן בזה הלשון: watch out! איך קען נאך טון צו דיר די זעלבע וואס איך האב געטון צום מלמד"... א דערשראקענער איז ער געלאפן צום מנהל פרעגן וואס דאס מיינט, דער מנהל האט אים געזאגט אז דער יונגעל האט פארציילט אז די מלמד האט אים געטאטשט, און די מאמע איז געווען ווילד ווי שאול יצחק אליינס, און געסטראשעט מיט לאו-סוטס אז מען האט אים געמוזט פארשוקן.

הערט איר ווערטער פון א שטינקער?... ער ווייסט ער האט א וואפן צום האנט וואס ער קען עס ניצן ווען עס שמעקט אים, און דאס איז צו פארדאנקן אזאנע 'עהרליכ'ע פרויען.

תמצית: אויסהערן און נעמען ערענסט יא, פון דעם שפרינגן אויף למעשה איז פאלג מיר א גאנג.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שלום על ישראל,
דיין הקדמה איז די שענסטע חלק פון דיין תגובה.
דאס איבעריגע איז געמאלן וואסער, במח"כ.

די לשונות איבער דעם יונגערמאן האב איך אנגעכאפט, וויבאלד איך קען אים ממש פון דער נאנט. ווען דו רעדסט פון איינעם וואס דו קענסט פערזענליך אלס איידעלע נשמה, ווערסטו מער אויפגעברויזט און ס'איז א פאקט. מצד שני, די פרוי האב איך געזוכט צו פארענטפערן איר אבנארמאלע רשעות [ס'געבט איר נישט קיין רעכט, אבער ס'מסביר'ט איר שגעון], און דאס איז צוליב'ן זיין אליינס אביוזד, וק"ל.

אבער בעצם פארשטיי איך בכלל נישט דיין נקודה. נניח דער יונגערמאן איז א פשוט'ער מענטש איז זי איז אויך נישט קיין משוגע'נער, נעמט דאס אוועק אפילו א כי הוא זה פון די רשעות?! פארענטפערט דאס אפילו א ברעקעלע אזא התנהגות פון ווארפן א נייסע ליילעך אויף איינער וואס איז גענצליך אומשולדיג?

דאס אז איך האב געשריבן אזוי שארף, איז כדי אזעלכע חכמים ווי דיר זאלן נישט קומען זאגן: 'אפשר דאך איז ער יענע חברה'מאן, און זי איז אומשולדיג'. דערפאר האב איך געשריבן די פאקטן גענוג גראב, צו זען ווער דער אומשולדיגער איז און ווער דער מרשעת איז. אבער לדעתי, איז דאס פונקט פארקערט.

אויב ווען מ'מאכט א בלבול אויף אן איידעלער נחבא אל הכלים, זענען דא גענוג מענטשן וואס ווילן נישט גלייבן און אננעמען די מעשה. וואס געשעט אבער, ווען דער בלבול ווערט געמאכט אויף אביסל א שלעכטער, צו טשיקאווער, מענטש?! הותר דמו?! "כ'קען אים שוין פון לאנג, עפעס איז מאדנע מיט אים" - אזא שפראך איז דיר נישט קענטליך?! און אויב דער וואס מאכט די בלבול הייסט אין גאס א נארמאלע מענטש אן קיין רעקארד פון משוגעת'ן, דאן זענען זיינע ווערטער אמת ויציב ונכון?! אויב עפעס, איז מיין ארטיקל נאר א שוואכע ביישפיל פון אזא מעשה וואס קען פאסירן אין א פארקערטע סיטואציע [נעמליך, ער איז אביסל מאדנע און זי הייסט א נארמאלער], און פארט קען דאס זיין א בלבול מאיזה סיבה שהיא.

דערפאר אפגעזען וואספארא סארט מענטש דער חשוד איז, און אפגעזען וואספארא סארט מענטש דער חושד איז, דארף מען גוט גוט דן זיין גופי הדברים בעפאר מ'שיסט איינעם צום טויט.

===============
[tag]berlbalaguleh[/tag] האט געהאקט היבש ענדליך, וייש"כ.
וייש"כ [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag] פאר דיינע רייד.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!

שליחה דורך mevakesh »

רבי שש די מעשה איז געווען אז די מאמע האט געמיינט אז מען האט מאלעסטערט די קינד און די פאליציי נאך אויספארשען דאס קינד האט געזאגט אז על איז נישט ריכטיג
די גאנצע איבריגע וואס דו שרייבסט איז נישט קיין חלק פון די מציאות נאר דיין בליק
און ווי ווייט איך זעה איז דער ווייטאגליכער מציאות אז געווענליך ווען עס קומט אזא מעשה איז די טענה ווי וואויל און פיין דער באשולדיגטער איז און ווי פארריקט דער באשילדיגער איז עס איז שוין צייט אויפצוהערן מיט דעם און זיך מתייחס זיין לגופא דעובדות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין איין תגובה בעפאר, האב איך מיך מתייחס געווען צו דיין ערשטע פונקט.
דיין צווייטע פונקט איז ריכטיג, און אט דאס האב איך געשריבן בסוף התגובה, ודו"ק.
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

berlbalaguleh האט געשריבן:...אבער די צווייטע חלק פון דיין טענה אז ער האט ארויסגעברענגט די נקודה ז די פרוי איז געווען אביסל צורודערט, ל"ע. טאקע פון צרות. אבער דאך. אויף דעם קענמען נישט האבן קיין טענות. ווייל א מענטש וועלכער איז סטאביל און נישט היסטעריש, גייט נישט מאכן קיין אומלאגישע באשולדיגונגען אקעיגן אן ארנטליכן מענטש סתם אין די וועלט אריין. חוץ אויב ס'איז דא שטארקע הוכחות. און אז די מאמע האט געקענט ארויסקומען מיט אזא באשולדיקונג איז א סימן אז זי איז נישט קיין סטאבילער מענטש. און אט זאס האט אדנירם מסביר געווען. גארנישט מער פון דעם...!

מיין נקודה - וואס דו האסט לכאורה אינגאנצן פארפאסט - איז טאקע נאר דערפאר ווייל ער האט די מעשה אזוי ארופגעלייגט מיט אזא היכי תמצא, דוקא נאר דערפאר איז די געשיכטע אזוי אויפברויזענד. אנדערשט, וואלט זיך יא געלאזט גלייבן אז יש דברים בגו.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

אדנירם האט געשריבן:אבער בעצם פארשטיי איך בכלל נישט דיין נקודה. נניח דער יונגערמאן איז א פשוט'ער מענטש איז זי איז אויך נישט קיין משוגע'נער, נעמט דאס אוועק אפילו א כי הוא זה פון די רשעות?! פארענטפערט דאס אפילו א ברעקעלע אזא התנהגות פון ווארפן א נייסע ליילעך אויף איינער וואס איז גענצליך אומשולדיג?

ווי כ'האב שוין געענטפערט צו [tag]berlbalaguleh[/tag], איז מיין נקודה אז נניח דער יונגערמאן איז א פשוט'ער מענטש איז זי איז אויך נישט קיין משוגע'נער, דאן וואלט זיך יא געלאזט גלייבן די באשולדיגונג.

אדנירם האט געשריבן:דאס אז איך האב געשריבן אזוי שארף, איז כדי אזעלכע חכמים ווי דיר זאלן נישט קומען זאגן: 'אפשר דאך איז ער יענע חברה'מאן, און זי איז אומשולדיג'. דערפאר האב איך געשריבן די פאקטן גענוג גראב, צו זען ווער דער אומשולדיגער איז און ווער דער מרשעת איז. אבער לדעתי, איז דאס פונקט פארקערט.

כ'באה קלאר נישט קיין טענות אויף דיין שרייבן שארף; איך האב פשוט געוואלט ארויסברענגן אז נאר בהשתתפות פון די שארפקייט פון דיין שפראך - אהנגענומען אלס א פאקטישע מעשה שהיה - פארשטייט יעדער קלאהר אז באמת איז די באשולדיגונג פאלש.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:...די אלע מעשיות שטעלן נאכאמאל און נאכאמאל קלאר, אז מען דארף נעמען קינדער'ס ווערטער מיט אחריות, אבער פון אויסהערן ערענסט זיין קאמפלעין ביז אננעמען זיינע ווערטער בבחינת נעשה ונשמע און ס'באשטעטיגט אמת כנתינתן מסיני, איז פאלג מיר א גאנג.

[דאס ווילדקייט מיט וואס מיר באציען זיך צו א קלעים איז ווייטאגליך, און עס אין טייל א תוצאה פון דעם, אז ביז היינט האט מען מורא געהאט צו צורירען צום קארפעט ווי מען פלעגט אינטער שטיפן די קעיסעס, איז אנשטאט אויפהייבן די קארפעט פראפעסיאנאל ווי באמבע עקספערטן, האט מען געגעבן א רייס אראפ דעם קארפעט אזש עס האט געפלאצט אויף אן עקסטריעם.]

דאס אז מען נעמט עס אן אלטץ א באשטעטיגטע מציאות, קען אמאל גיין נאך א שטאפל ווייטער, ווען דאס קינד ווייסט אז דער עולם גייט ניסלעך מכל היוצא מפיו.

זייער ריכטיג

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן: איך קען א מעשה פון א מוסדות אין פלעטבוש, ווי א יונגערמאן איז געווען א סובסיטוט פאר א כיתה, איז געווען דארט איין ווילדע יונגעל וואס איז ארומגעטאנצן אין כיתה, ווען דער סובסיטוט האט אים געהייסן זיך זעצן, האט דער יונגעל זיך אנגערופן בזה הלשון: watch out! איך קען נאך טון צו דיר די זעלבע וואס איך האב געטון צום מלמד"... א דערשראקענער איז ער געלאפן צום מנהל פרעגן וואס דאס מיינט, דער מנהל האט אים געזאגט אז דער יונגעל האט פארציילט אז די מלמד האט אים געטאטשט, און די מאמע איז געווען ווילד ווי שאול יצחק אליינס, און געסטראשעט מיט לאו-סוטס אז מען האט אים געמוזט פארשוקן.

הערט איר ווערטער פון א שטינקער?... ער ווייסט ער האט א וואפן צום האנט וואס ער קען עס ניצן ווען עס שמעקט אים, און דאס איז צו פארדאנקן אזאנע 'עהרליכ'ע פרויען.

ווידער א מעשה וואס - אויב ס'איז אפילו א שמץ אמת - איז א זעלטענהייט, און באשטעטיגט נאר אז מען דארף אויסהערן מיט חשד אויף ביידע, דער באשילדיגער און באשולדיגטער. דאס איז עפעס וואס רוב עולם האט זיך נאך אלץ נישט דערלערנט!
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

צוליב ווייניג צייט וועל איך נאר זאגן דאס אז [tag][/tag]שלום האט זייער א שטארקע פוינט דעס מאכן פונעם קרבן א גאנצע אחד יחיד במינו און שלימות האדםדיג דעס פעילט בכלל נישט אויס און אויב איז ער סתם א פיין יונגערמאן פון גאס איז עס אנדערש ? די וויי געשריי איז דא איין זאך אז א משוגענע פרוי האט אויסגענוצט די פארמערטע התעוררות איבער מאלעסטעישן פאר אירע פארדרייטע קאפ און דעס איז א הימל שרייענדע ווייטאג צו דער יונגערמאן איז יא זיידן צו נישט און נאך מער די אלע הספדים זענען נאר גורע וקל להבין
[NAMELESS]

מיינע הגהות אויף די מעשה, להצדיק הצדיק ולהרשיע הרשע.

שליחה דורך [NAMELESS] »

די מעשה וואס שש ברענגט איז א אמת׳ע מעשה וואס איך האב מיטגעהאלטן בשעת מעשה זייענדיג קרוב אל החלל.

דער אינגערמאן איז באמת א פיינער מענטש און דאס אלעס וואס [tag]אדנירם[/tag] שרייבט אויף אים איז נישט איבערגעשאצט, און די נקודות פון [tag]שלום על ישראל[/tag] הערט זיך זייער גוט אויב קען מען נישט די באטרעפענדע וואס דאן קען עס אויסקוקן אז א מאמע פון א נארמאלע משפחה האט געמאכט א טעות קעגן א פלעינע אינגערמאן, אבער ווען מ'ווייסט ווער די צדדים זענען הערט זיך עס גאר אנדערשט.

דער משפחה וואס האט אים געקלאגט איז לפי ידיעתי נישט קיין גע'גט'ע עלטערן נאר פשוט שלעכטע מענטשן מיט א פארביסנקייט צו די מענטשהייט. לויט ווי איך הער האלט די מאמע אז צענדליגער מענטשן האבן זיך שוין פארזינדינגט מיט איר קינד, (צום באמערקן דער קינד איז '4' יאר אלט, ואידך זיל גמור).

דער טאטע האט א ברודער וואס איז א משפיע אין מאנסי, צופעליג האט ער אין פארגאנגענהייט אסאך אויף געטוהן מיט קירוב אקטיוויטעיטן, אבער שכל האט ער ווייניגער פון ווייניג וואס איז גראדע נישט קיין סתירה צו זיין רעזומעי, מיט זיין גוטסהייסונג (לכאורה וועלענדיג קריגן א נאמען פון אקטעוויסט וואס פייט פאר קינדער) איז דער מאמע געלאפן צו די פאליציי נאכן הערן די ווערסיע פונעם 4 יעריג'ס וואס אויב איז דער קינד פון דער מין וואס הייסט 'מענטש' אדער 'אדם' ווייסט עס ניטאמאל וואס מאלעסטעישאן מיינט, און ווייסט ניטאמאל צו באריכטען אויב איינער האט געטון מיט אים מעשים אשר לא יעשו.

נאכדעם וואס א צווייטער חוץ די עלטערן האט גערעדט צום קינד האט מען קוקט אויס געזעהן אז דער ווייסט נישט מימינו לשמאלו, אבער אזויפיל האט דער משפחה אויף געטון אז ס'איז נאך אין די נייעס אז דער אינגערמאן האט געטשעפעט א קינד, פארשטייט זיך מיט א גרויסער בילד פון אים, לכאורה בלייבט עס אויפן געוועב לאורך ימים ושנים אז זיינע קינדער און אייניקלעך זאלן עס נאך קענען זעהן. אלעס ווייל א צעדריקטער עסקן האט געוואלט ווערן פאפעלער אויף די בלוט פון אומשולדיגער אינגערמאן וואס מוטשעט זיך אויף פרנסה דרייווענדיג א באס.

וואס [tag]mevakesh[/tag] שרייבט:
mevakesh האט געשריבן:אגב די מעשה געבט מיר חיזוק אז דער סיסטעם איז נישט אזוי שלעכט אזוי ווי מען זעהט דא אז די אמת איז ארויסגעקומען גאנץ שנעל אפילו דער יונגערמאן האט געהאט גאר שטארקע בזיונות וכו איז צום האפן אז ביז א צייט וועט עס זיין פארגעסען און פון די אנדערע זייט די שולדיגע באקומען זייער פארדינטע שטראף
איז אינגאנצן אום גערעכט, א) ווי איך האב געשריבן אז דאס איז אויפן אינטערנעט און ס'וועט זיין אוועילבעל פאר זיינע קינדער אין אייניקלעך, ב) דא איז טאקע דער אמת נתגלה געווארן שנעל אבער אנדערע האבן יא געליטן לענגער און אויסגעשטאנען קאורט קעיסעס אין א משך פון צוויי דריי יאר נישט וויסענדיג וואס צו ערווארטן, און ווער זאגט אז יעדער וואס מ'האט יא געטראפן שולדיג ווייל ער האט נישט געהאט די באווייזן סותר צו זיין זיינע קלעגער איז טאקע שולדיג?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דברים כדרבונות!!!

און סך הכל צו קומען זאגן 'אפילו דער יונגערמאן האט געהאט גאר שטארקע בזיונות וכו איז צום האפן אז ביז א צייט וועט עס זיין פארגעסען', איז בערך אזוי נארמאל ווי צו זאגן 'אפילו דער קינד איז געווארן מאלעסטירט וכו', איז צום האפן אז ביז א צייט וועט עס זיין פארגעסן'.

און אין א געוויסע הינזיכט איז דאס נאך ערגער. ווייל דאס בלייבט לדראון עולם פארשמירט און גייט נישט אוועק אזוי שנעל.
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

עזריאל האט געשריבן:די מעשה וואס שש ברענגט איז א אמת׳ע מעשה וואס איך האב מיטגעהאלטן בשעת מעשה זייענדיג קרוב אל החלל.

דער אינגערמאן איז באמת א פיינער מענטש און דאס אלעס וואס [tag]אדנירם[/tag] שרייבט אויף אים איז נישט איבערגעשאצט, און די נקודות פון [tag]שלום על ישראל[/tag] הערט זיך זייער גוט אויב קען מען נישט די באטרעפענדע וואס דאן קען עס אויסקוקן אז א מאמע פון א נארמאלע משפחה האט געמאכט א טעות קעגן א פלעינע אינגערמאן, אבער ווען מ'ווייסט ווער די צדדים זענען הערט זיך עס גאר אנדערשט.

דער משפחה וואס האט אים געקלאגט איז לפי ידיעתי נישט קיין גע'גט'ע עלטערן נאר פשוט שלעכטע מענטשן מיט א פארביסנקייט צו די מענטשהייט. לויט ווי איך הער האלט די מאמע אז צענדליגער מענטשן האבן זיך שוין פארזינדינגט מיט איר קינד, (צום באמערקן דער קינד איז '4' יאר אלט, ואידך זיל גמור).

דער טאטע האט א ברודער וואס איז א משפיע אין מאנסי, צופעליג האט ער אין פארגאנגענהייט אסאך אויף געטוהן מיט קירוב אקטיוויטעיטן, אבער שכל האט ער ווייניגער פון ווייניג וואס איז גראדע נישט קיין סתירה צו זיין רעזומעי, מיט זיין גוטסהייסונג (לכאורה וועלענדיג קריגן א נאמען פון אקטעוויסט וואס פייט פאר קינדער) איז דער מאמע געלאפן צו די פאליציי נאכן הערן די ווערסיע פונעם 4 יעריג'ס וואס אויב איז דער קינד פון דער מין וואס הייסט 'מענטש' אדער 'אדם' ווייסט עס ניטאמאל וואס מאלעסטעישאן מיינט, און ווייסט ניטאמאל צו באריכטען אויב איינער האט געטון מיט אים מעשים אשר לא יעשו.

נאכדעם וואס א צווייטער חוץ די עלטערן האט גערעדט צום קינד האט מען קוקט אויס געזעהן אז דער ווייסט נישט מימינו לשמאלו, אבער אזויפיל האט דער משפחה אויף געטון אז ס'איז נאך אין די נייעס אז דער אינגערמאן האט געטשעפעט א קינד, פארשטייט זיך מיט א גרויסער בילד פון אים, לכאורה בלייבט עס אויפן געוועב לאורך ימים ושנים אז זיינע קינדער און אייניקלעך זאלן עס נאך קענען זעהן. אלעס ווייל א צעדריקטער עסקן האט געוואלט ווערן פאפעלער אויף די בלוט פון אומשולדיגער אינגערמאן וואס מוטשעט זיך אויף פרנסה דרייווענדיג א באס.

וואס [tag]mevakesh[/tag] שרייבט:
mevakesh האט געשריבן:אגב די מעשה געבט מיר חיזוק אז דער סיסטעם איז נישט אזוי שלעכט אזוי ווי מען זעהט דא אז די אמת איז ארויסגעקומען גאנץ שנעל אפילו דער יונגערמאן האט געהאט גאר שטארקע בזיונות וכו איז צום האפן אז ביז א צייט וועט עס זיין פארגעסען און פון די אנדערע זייט די שולדיגע באקומען זייער פארדינטע שטראף
איז אינגאנצן אום גערעכט, א) ווי איך האב געשריבן אז דאס איז אויפן אינטערנעט און ס'וועט זיין אוועילבעל פאר זיינע קינדער אין אייניקלעך, ב) דא איז טאקע דער אמת נתגלה געווארן שנעל אבער אנדערע האבן יא געליטן לענגער און אויסגעשטאנען קאורט קעיסעס אין א משך פון צוויי דריי יאר נישט וויסענדיג וואס צו ערווארטן, און ווער זאגט אז יעדער וואס מ'האט יא געטראפן שולדיג ווייל ער האט נישט געהאט די באווייזן סותר צו זיין זיינע קלעגער איז טאקע שולדיג?

כ'זעה אז איך ווער נישט פארשטאנען דא, אפשר האב איך מיך נישט גוט מסביר געווען. אלל אייעם סעינג איז אז אויב די מעשה איז אמת מיט די דאזיגע פרטים (גוטע מענטש; שלעכטע מאמע), (1) זעהט מען אז די מעשה ווערט שנעל אויסגעגליכען (כאטש די דעמעדזש איז לעולם, לערנט מען פון דעם מכלל הן אתה שומע לאו), און אז (2) ווען די פרטים זענען [אפילו נאר] אביסל אנדערש, דאן וואלט איך געגלויבט דעם מוטער איבער דעם דרייווער (נישט מיט א זיכערקייט, שטייטצעך).
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
אני מת לחיות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 17, 2013 9:35 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך אני מת לחיות »

שרעקליך, איך בין זיכער אז ס'איז דא אסאך אזעלכע מעשיות.

מיין ברודער איז געווען א מלמד אין א בארא פארק חסיד'ישע חדר, און איין זימער איז ער אריין ביינאכט מיט זיין אינגעל צוזאמען אים צו לייגן שלאפן, ווען ער האט געזען אז איינער פון די קינדער'ס פילאו איז אראפגעפאלען האט ער צוגעדעקט דאס קינד, למעשה דאס קינד איז נאך געווען אויף, און אינדערפרי האט ער געזאגט זיין מאמע אז די מלמד איז אריין און האט אים געטאטשט, ווייל זי האט געפרעגט יעדע טאג.

פון דא און ווייטער הדברים ידועים, מיין ברודער האט פארלוירן זיין דזשאב, די בזיונות פון אוועקשיקען די מלמד, מיט די ווייב און קינדער פון קאנטרי איז אין לשער וכ'ו וכו'.

איך קען יעצט נישט ממשיך זיין, אי"ה שפעטער.
אני מת לחיות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 17, 2013 9:35 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך אני מת לחיות »

*
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

אינטערסאנטע תשובה פונם צמח צדק.

דף הבית > ספרי כ"ק אדמו"ר ה"צמח צדק" > שו"ת > יורה דעה > סימן רלז > א

סימן רלז
א

לשו"ע סי' רמ"ו וסי' של"ד סמ"ב. ע"ד החשד שהיה על ההמ"צ דמחניכם ששחק עם נער א' בפורים והכניס ידו לתוך מכנסים של הנער אך נותן אמתלא ע"ז כי [הוא] חשוכי בנים מפני שאין לו ג"א מצד שהביצים שלו קטנים ביותר. ולכן רצה לידע אם כמ"כ הם אצל שארי אנשים:

הנה בירושלמי הביאו בב"י סס"י של"ד ובכ"מ פ"ז מהת"ת זקן שסרח אין מורידין אותו מגדולתו. לפ"ז מ"ש בש"ס שלנו במ"ק (די"ז) הכבד ושב בביתך. אין ר"ל להורידו מגדולתו כלל. והנה צ"ל דהפוסקים פסקו כר"ל דאמר ת"ח שסרח אין מנדין אותו כו'. ופסקו ג"כ כרב יהודה דשמתי' לההוא צורבא מרבנן דהוי סאני שומעני'. ושניהם במ"ק שם. והרי הם זה לעומת זה. הן אמת מדברי הרמב"ם נ' דהחילוק כך דפוסק כרב יהודה כמ"ש בפ"ו מהת"ת בסופו וז"ל חכם ששמועתו רעה ומ"ש רפ"ז מהת"ת אין מנדין היינו דוקא חכם זקן מופלג או אב"ד כו'. וכן מצאתי בב"י סי' של"ד שחילק בכה"ג בד"ה ומ"ש וכן כל ת"ח כו'. אך בטור שם משמע דמחלק בענין אחר והוא דרב יהודה מיירי בסני שומעני' דהיינו מתביישים משמועתו וזה גרע טפי מפני דה"ל חילול השם וכדאיתא ביומא דפ"ו. ומעתה בנד"ז י"ל דה"ל חילול השם. ויש להחמיר להרא"ש. אבל לפ"ד הרמב"ם כיון דהוא כמו אב"ד בעירו וראש העיר אין להעבירו כו'. ועיין בתשו' שער אפרים סי' ס"ד ס"ה. אך בנ"ד שנותן אמתלא טובה על הדבר י"ל דלכ"ע אין להעבירו כלל דאמתלא מהני בגמ' נגד כמה דברים:

פון די אלע תשובות זעט מען אז ס'איז א בין אדם למקום זאך, זעט אויס אז אמאל האט דאס נישט אזוי געשאדט, אדער האט מען פשוט נישט געוויסט.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

outspoken האט געשריבן:ספרי כ"ק אדמו"ר ה"צמח צדק" > שו"ת > יורה דעה > סימן רלז > א

לשו"ע סי' רמ"ו וסי' של"ד סמ"ב. ע"ד החשד שהיה על ההמ"צ דמחניכם ששחק עם נער א' בפורים והכניס ידו לתוך מכנסים של הנער אך נותן אמתלא ע"ז כי [הוא] חשוכי בנים מפני שאין לו ג"א מצד שהביצים שלו קטנים ביותר. ולכן רצה לידע אם כמ"כ הם אצל שארי אנשים:

הנה בירושלמי הביאו בב"י סס"י של"ד ובכ"מ פ"ז מהת"ת זקן שסרח אין מורידין אותו מגדולתו. לפ"ז מ"ש בש"ס שלנו במ"ק (די"ז) הכבד ושב בביתך. אין ר"ל להורידו מגדולתו כלל. והנה צ"ל דהפוסקים פסקו כר"ל דאמר ת"ח שסרח אין מנדין אותו כו'. ופסקו ג"כ כרב יהודה דשמתי' לההוא צורבא מרבנן דהוי סאני שומעני'. ושניהם במ"ק שם. והרי הם זה לעומת זה. הן אמת מדברי הרמב"ם נ' דהחילוק כך דפוסק כרב יהודה כמ"ש בפ"ו מהת"ת בסופו וז"ל חכם ששמועתו רעה ומ"ש רפ"ז מהת"ת אין מנדין היינו דוקא חכם זקן מופלג או אב"ד כו'. וכן מצאתי בב"י סי' של"ד שחילק בכה"ג בד"ה ומ"ש וכן כל ת"ח כו'. אך בטור שם משמע דמחלק בענין אחר והוא דרב יהודה מיירי בסני שומעני' דהיינו מתביישים משמועתו וזה גרע טפי מפני דה"ל חילול השם וכדאיתא ביומא דפ"ו. ומעתה בנד"ז י"ל דה"ל חילול השם. ויש להחמיר להרא"ש. אבל לפ"ד הרמב"ם כיון דהוא כמו אב"ד בעירו וראש העיר אין להעבירו כו'. ועיין בתשו' שער אפרים סי' ס"ד ס"ה. אך בנ"ד שנותן אמתלא טובה על הדבר י"ל דלכ"ע אין להעבירו כלל דאמתלא מהני בגמ' נגד כמה דברים:

פון די אלע תשובות זעט מען אז ס'איז א בין אדם למקום זאך, זעט אויס אז אמאל האט דאס נישט אזוי געשאדט, אדער האט מען פשוט נישט געוויסט.


ס'איז פארהאן א באקאנטע אנטווארט פון דר. נחום קלאפטר (פסיכיאטער און סייקא-אנאליסט). אידישע איבערטייטש:
דר. נחום קלאפטר האט געשריבן:דער צמח צדק, ווי רוב אנדערע מענטשן - נישט האבענדיג קיין שום פארשטאנד און אפשטאם אין די ענין פון מאלעסטיגונג און אין געמיינע אויסגעלאסענע געשלעכטעריי - האט געהאט א גאר-שוואכע מעגליכקייט צו באגרייפן וואס דער רב האט פראבירט צו טון מיטן יונגל. ס'איז אן ערשיינונג וואס דער צמח צדק, ווי רוב נארמאלע מענטשן, זעהן נישט אלס א אינטערסאנטע תאווה. פונקט קאפויער: ס'שפירט זיך גרויליק, און דערפאר לאזט זיך ענדערש גלייבן די אלטענאטיווע מעשה וואס דער רב פארקויפט אים, אבי נישט צו דערהערן אז א רב איז א פראסטער מניוול.

דר. נחום קלאפטר
דר. נחום קלאפטר
AAEAAQAAAAAAAATBAAAAJDViYTllYjIxLTljOWYtNDdlZS1hZGM2LWNkMTQ5MDliNTY5Ng.jpg (25.52 KiB) געזען געווארן 3668 מאל
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

די מעשה דערמאנט מיך א מעשה וואס איך האב געהערט פון א גרויסען בארא פארקע עסקן, א טאטע איז געקומען צו די מנהל פון חדר קאמפלעינען אז די נורסערי מלמד האט געטאטשט זיין יונגעלע, ער האט צוגעלייגט אז ס'יז שוין אפאר טעג דורעך, ער האט נישט געוואלט קאמפחעינען ביז ער האט מברר געוועהן אז ס'איז קלאהר געשעהן, די מנהל איז געווארען זייער אנגעצויגען, די ערשטע מאהל איימיצער באשוילדיקט זייערס א מלמד מיט די אומווערדיקע שטיק, האט ער געגעבען א זאג, ביז היינט האט נאך איינער אין די אלע יארען נישט קאמפלעינט, איך וועל נאכגיין און נאכקוקען די מלמד און מברר זיין צו דער מלמד איז טאקע א מנוול. דער טאטע איז געווארען ווילד, און געווארענט אז אויב מ'טוט נישט באלדיקע שריט וועט ער טוהן לעגאלע זאכען וואס וועט זיין זייער אומבא'טעמ'ט פאר די מלמד און פאר די חדר. די מנהל האט זיך נישט פארלוירען, און געזאגט, דא איז דא א הנהלה, מיט דעת תורה און ער וועט אוודאי עס נעמען זייער ערענסט, און נעמען באלדיקע שריט

דער טאטע איז תיכף געגאנגען צו איינער פון די הנהלה רוחני, און איהם איבערגעגעבען די גאנצע מעשה, דער חבר הנהלה איז געוועהן גאהר סקעפטיש, אז מ'האט קלאהר מברר געוועהן פון א נורסערי יונגעל - וואס איז קוים דריי יאהר אלט, דאס הייסט ביים טאטען א קלארע בירור וואס אויף דעהם דארף מען גיין ברענגען א מלמד פאר א קרבן עולה, און זיינע ווייב און קינדער וועלען בלייבען אויף שטענדיג זבחי שלמים.. האט ער געזאגט פאר דעהם טאטען, קודם כל איך ראט דיך ארויסצונעמען תיכף דיין יונגעל, איך וואלט נישט געהאלטען מיין קינד ביי אזא מלמד נאך איין טאג אפילו מיט בלויז א חשד, און איך וועל אריינלייגען גרויסע פראפעשענעלס צו נאכגיין און זיכער מאכען אז אז א מלמד וואס טשעפעט קינדער בלייבט נישט אין א מוסד מיט קינדער

טו מעיק די לאנג סטארי שאורט, טראץ וואס מ'האט נישט געקענט צופיהל דערגיין, ווייל ווען די מנהל האט אויסגעפרעהגט דעהם קינד האט ער נישט געוויסט וואס דער מנהל וויל, דאס איז געוועהן זייער מאדנע, א קינד וואס זאגט בברירות אז די מלמד האט איהם גערירט, און ווען די מנהל פרעהגט ווייס ער גארנישט, אין דיהנהלה זענען געוועהן מיימינים ומשמאילים, טייל האבען געהאלטען אז מ'דארף חושש זיין אויף די רינון, טייל האבען געטענה'ט אז מ'קען נישט דן זיין דיני נפשות בלויז אויף מכלומר'שטע עדות פון א דריי יעריגער יונגעלע וואס ווייס קוים וויאזוי ער הייסט, דער טאטע איז דרעווייל געלאפען רעדען אין שטאט וואסארא נואפים און משחיתים די מוסד נעמט אלץ מלמדים און ווילען איהם נאכנישט אפזאגען.

דאן האבען זיי געקאנטאקטעד א גרויסע עסקן [דער וואס האט מיר שפעטער דערציילט די געשיכטע] און אויף זיינע אנווייזונגען האבען די הנהלה אריינגעפלאנצט עטליכע באהאלטענע קעמרעס אין נורסערי, און אנגעפאנגען נאכקוקען דעהם מלמד, נאך עטליכע חדשים, די טאטע האט שוין לאנג ארויסגענומען זיין קינד, און זיך אביסעל בארואיקט, [נישט בעפאר ער האט בארעדט און אנגעשטינקען דעהם מלמד פאר פיהל מענטשען] האט איהם דער חבר הנהלה מיט די מנהל אריבערגערופען, און איהם געזאט אז זיי מוזען יעצט מאכען א החלטה וועגען די מלמד, ער מוז אריבערקומען דערציילען פונקטליך וואס דאס קינד האט געזאגט, און וואס זיי האבען מברר געוועהן, די רבנים און חברי הנהלה ווילען הערען בדיוק ווארט אויף ווארט, פון איין זייט טאהר מען נישט האלטען קיין פארדארבענע מלמד, פון די אנדערע זייט איז עס דיני נפשות.

דערציילט ער קורץ און שארף: זיין ווייב האט צוגעקוקט ווי די יונגעל שפילט מיט זיין שכן'ס יונגעל, און זיין יונגעל זאגט: יעצט גיי איך זיין די רבי, ציה שנעל אראפ די הויזען.., מ'דארף נישט מעהר פון דעהם!

דאס איז אלעס? יא! און דאס איז גענוק! א יונגעל וואס מאכט נאך די רבי זאגט ער דאס? איז א סימן און א קלארע באווייז אז דער רבי איז גאהר א גרויסער מנוול! ער גייט נישט זאגען אזוינע זאכען פון זיך אליין, בין איך נישט גערעכט? יעדע מינוט וואס מ'שיקט איהם נישט אוועק איז מען גרום מנוולות, און מ'דארף עס איבערגעהבען פאר די רעגירונק אויך!

ווער ס'איז אמאהל געוועהן א ווישעווע רבי ווייסט אז די נורסערי קינדער דארף מען נעמען די קינדער אין ביהכ"ס אפאהר מאהל א טאג, און כדי צו טרייבען די קליינע שעפעלעך דארף די רבי שטיין ביים טיהר פון בית כסא און יאגען די קינדערלעך, טייל דארף מען פיזיש צוהעלפען זיך אן עצה געבען און אפילו אונטערווישען. דער מנהל וואס האט גוט געקענט דעהם סלאגאן פון שנעל צי אראפ די הויזען, ווייל ער פלעהגט עס מיטהאלטען צעהן מאהל א טאג האט שיעור אויסגעפלאצט אין א געלעכטער געמישט מיט א געוויין, דער טאטע איז משוגע? דאס איז א בירור? אויף דעהם האט ער געוואלט קאלט בלוטיג אומברענגען א משפחה שלימה? ער גיבט זיך א רוף אהן צום טאטען, זאג מיר נישט אז אויף דעהם סמך האסטו געוואלט שחט'ען א מלמד? דער טאטע איז פשוט ווילד געווארען: נאך די קלארע פאקטען ווילסטו עס נאך פארדעקען? האסט נאך א ספק צי אזא מענטש מעהג זיצען מיט קינדער?

א לאנגע צייט האבען זיי נאך געהאלטען די סורוועילענס אין די קלאס, און דער מלמד איז ארויס ריין ווי א בן יומו! די הנהלה האט געלויבט השי"ת אז זיי זענען ניצול געווארען פון מאכען פון א ערליכע אומשולדיגע יוד א עגלה ערופה.
פארשפארט