אידישע שפריכווערטלעך, מליצה'לעך, און גוטזאגעכצער, מיט הומאר.

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

אידישע שפריכווערטלעך, מליצה'לעך, און גוטזאגעכצער, מיט הומאר.

שליחה דורך פעדער »

[justify]זיך איבערצייגן מה טובה/ ווי א קצב יונג / א יונג מיט ביינער / איר קענט אראפלאזן אייערע פארוואונדערטע אויגן ברעמען / קלא דלא פסיק / פאר נאר ווייזט מען א האלבע ארבעט / ווער עס דערציילט עס איז א נאר ווער עס גלייבט עס איז נאך א גרעסערע נאר / ער איז אן אלטער תרח / נאך פון מתושלח יארן / רייך ווי קרח / א פאפער ווי פעטער לבן / גראב ווי עגלון / דיק ווי בארג / עסט ווי א מילעכל / ריקט זיך ווי א ווינט / רעדט ווי א מאל מאשין / גראב ווי א פאס / צומאלט די עסן ווי א פוד פראסעסער / א גראך! אז מען קען עס אנכאפן / כגנב במחתרת / קצתי בחיי / געזאגט א הלצה / הבחור הזעצער / נישט געפעלט, קיין פויגל מילך / א ווערטל וואס איז געבוירן געווארן אינעם פארשימלטן מח פון אפאר לצים / אסאך וואסערן זענען שוין זינט דאן אדורך געפלאסן דעם האדאסן ריווער /

דאס האט שוין אסאך בעסער צייטן געזעהן / גענומען די פיס אויף די פלייצע / דאס איז נעבן קיין וואש מאשין קיינמאל נישט געשטאנען / סטייטש? / ס'ידאך כעלעם גופא / מעשה כעלעם / פארט א קצב / ער פלעגט עסן מכל הבא לידו / ער האט געהאט א ווייטן בליק / כל באיה לא ישובון / פאר א שיבוש / ווי די פויערן פון די מעשה ביכלעך / ר'אידעך נאר א מענטש / ער האט געפראָסן ווי א בארשטן בינדער / דאס הארץ האט מיר א טיאכקע געטאהן / על אם הדרך / דאס רעדל האט זיך אים א דריי געגעבן / ס'ארא משוגענער ער איז / באלשון הרע'נען זיי / ווי א שטימער עדות / פאוואליע / פארדאן! / סותר מיניה וביה / ארויסגעלאזט אויף די יארכע / אפי' אויף א רפואה איז עס נישט דא צו טרעפן / ווען עס ברענט אין כעלעם, איז אזוי פינצטער, אז מ'זעהט נישט ווי צו לעשן / כ'האב זיך אנגעהאלטן דעם בויך פאר געלעכטער /

ער ענטפערט מיט גדלות / ס'זאל חלילה נישט אויסגערעדט זיין / א עני ואביון מגוזלו / ארים ווי די נאכט / לאנג ווי דער גלות / אויף טויבע אויערן / ווי א בלינדער אין דער טינקל / איש מפי איש, ביזן ערשטן אויסטרעפער פון די מעשה / ומעשה שהיה כך היה / א גרויסער יאכנע / תמ'עוואטע / די אלץ ווייסערס / ער ווערט רויט ווען ער זאגט אמת / שמידן די אייזן ווי לאנג ס'איז הייס / דור דור ודורשיו דור ושופטיו / שוטרים הרודים את העם במקל / ווי א שירעם נאך א רעגן / ווי א חתונה אהן א מוזיק / ווי די קאקאש קעיק מיט די מילך / ווי די קאטשקע מיט די שנאבל / טבין ותקילין / פלוני אלמוני / יעדן עובר ושב / כל צרוע וכל זב /

גיט אים א קניפ אין בעקל, אין זאגט אים, "אינגערמאן! גייט שוין אהיים און לערנט די לאנגע רש"י פון די אפוד / בלעכענע הויזן / פּוי פּוי פּוי! בליעה"ר / משה זוך מיך. / מי שאכל שום וריחו נודף, יחזור ויאכל שום? / אנדעם וואס די פעדער זיינע זאל בכלל רויט ווערן / קיינער איז אים נישט חושד, אז ער זאגט א ווארט אמת / געשנארכצט אזוי הויעך אז ער האט געקענט אויפוועקן א בית הקברות / אז אפילו א טויבער וואלט זיך דערוועקט / כ'וועל עס אין מיין לעבן מער נישט טוהן / דער וואס האט אים איינגערעדט אז ער קען וועט קיינמאל נישט ארויס פון גיהנום / א נאדל אין א הויפן שטרוי / די באן פארט ווייטער / ליימענע גולם / פראגער גולם / כעלעמער ראש הקהל / אויפן גנב'ס קאפ ברענט דאס היטל / די נאר זאל ארויס פון מקווה / ווייך ווי פוטער / אזוי ווי די מעשה פונעם וואלף מיט די לאנגע שוואנץ / אזוי אלט אז ער לעקט שוין די גראז / א אלטער שתר / ער שמעקט שוין פון ערד / ער וועפט ווי א סאדע באטל /

מען לערנט נישט קיין אלטן בער טאנצן / א קראנקן פרעגט מען א געזונטן גיט מען / א איינרעדעניש איז ערגער ווי אקרענק / ס'וואקסט שוין גראז אויף אים / די אמת שטעכט / ער איז נישט געווען די גרעסטע תנא קמא / נישט קיין גרויסער חכם און נישט קיין קליינע נאר / א געשאסענער פייל שיסט מען נישט צוריק / אז דער הינט בילט איז א סימן אז די קויל איז געלונגען / דער אמת איז די בעסטע ליגנט / כצפיחות בדבש / ער איז געבוירן 2 מינוט שפעטער / ויקוצו בחייהם / די ביסט געבוירן אויף א באן? א רחמנות אויף די מענטשן דארט / נאך פון ששת ימי בראשית יארן / אינעם מויל פונעם לייב / מתחילת החליבה עד גמירה / קוש די מזוזה אויפן אנדערן זייט טיר / ער איז שוין היסטאריע / עוקר מן השורש זיין / היסטאריע ווי דער תחש און דער וויזל טיר / וואו ההוא סבתא / כל מכה אשר לא כתוב בתורה /

כולם בפה אחד / מצפה על שולחן חבירו / און ווי א רינגעלע צום קייט פון רשעות / זעקל ביינער / מוסיף חטא על פשע / ולא די הגזילה אשר גזלו / בטעם וריח אין להתווכח /אחול ושותה כי מחר נמות / לא עת לחשות / משלחת וחוזרות / ביודעים ובלא יודעים / די ווערטל האט שוין א לאנגע בארד / מוקצה מחמת מיאוס / כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ / בלוט איז נישט קיין וואסער / עצה היעוצה לכאו"א/ אשר בשם מאכל יכונה / ווי שוועמעלך נאך א רעגן / שמח בחור בילדותך / פאניע ברַאט / קעלבערנע אויגן / אי פארשטינקענע פיש געגעסן, אי פון שטאט ארויסגעווארפן / אויס גענארט גאנץ בראד / אז מען גיט נעמט מען, אז מען שלאגט אנטלויפט מען / אין דיין הארץ קלאפט א טיימער פון א טעקסי / געשאסן 2 פויגל אויף איין מאל / בחדא מחתא / בבת אחת/ שיפע זיבעלע / וחמתו בערה בו / כמעשהו בראשונה כך מעשהו באחרונה /

מען קען נישט הונגערן פאר זיינס א גראשן / נישט קיין מפיל קינד / ער פארשטייט אן עסק / גאנץ א ווייטער איד / אגיל ואשמח / א בויך פון פארנט און פון הינטן / רינדעכדיג און אנגעבלאזן / כפול שמונה'דיג/ א אויפגעיורענע טייג / א חמצ'יגע בארכע / א דיקס און א גראָבס / ער האט געפלאצט אין זיינע בגדים / א זאטע איד / נעבעך זאט פון צרות / אים אנלערנען בלק / א געשוואלענע בערזל / א גראדע מעכל / מי שיאמר לשמן שידליק, יאמר לחומץ שידליק / יסורי איוב / הלל'ס געדולד /משה גרויס / ער כאפט די פיש פאר די נעץ / כאפ נישט קיין הייסע לאקשן / רויט ווי א בוריקע / אויפגעברויזט ווי א רויטע טאמאטע / ברייטע אויגן גרייט מיך אינצושלינגען / צורת מטבע / די באבע טייטש / א עין יעקב איד / א חק איד / צורת אות /

ס'האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם מיט א קלאץ / ווי א פינפטע רעדל צום וואגן / ווי א נאר אויפן מארק / בורית ברשינה / יומם השמש לא יאַבעבאָ / ס'האט געהאט א פנים ווי אמסטערדאמער מארק / קמץ בערדל / א ציגעלע בארד / דופן עקומה / ווי א חלבנה / אין לנו עסק בנסתרות / מי יעמוד בסוד קדושים / א הימל שרייענדע עוולה / די זוהן אין די לבנה האבן ווייטער געשיינט / פאלקס ווערטל / ווי א איד אין מארמאראש / פון דא ביז פאריז / פון דאנעט ביז אהין / אמת מארץ תצמח / א בילד רעדט מיר ווי טויזנט ווערטער / א גאסט אויף א ווייל זעהט אויף א מייל / כשם שפרצופיהם אינן שוות, כך אין דעותיהן שוות / וויפיל קאסט א מעלאנע אין די זומער / ווי א בינטל חומר / מצווה נקראת על שם גומרה / המתחיל במצווה אומרים לו גמור / מאי שנא / השתא דאתית להכא / געשריגן חיי וקים / ס'האט נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילנו / שיכור ווי לוט / ווי א בהמה גסה / נח מיט 7 גרייזן / ער האט געזויגט מיין בלוט, און ניטאמאהל געמאכט א ברכה /

מען שטארבט נאר איינמאהל / ווי בלעם'ס אייזל / אדר ג' דעם דריטן טאג ר"ח / ער מיינט אז יענעמ'ס גראז איז גרינער / ווי דער פאריעריגער שניי / ס'אינטרעסירט אים ווי א לאך אין קאפ / א אייזערנע מוח / ביז משיח'ס טאג / א יאר מיט א מיטוואך / אין א גרינעם דינסטאג / א גל של עצמות / א הויפן ביינע ר / ער מאָלט וואסער / א קומץ פינגער / א טפח שוחק / טלית שכולו חכלת / קרח מכאן וקרח מכאן / א סוד פאר גאנץ בראד / א פיסק אויף שרויפן / ער זיצט אויף נאדלער / שפילקעס / נעגל / ווי פאר א טויטן באנקעס / ווי א ביין אין האלז / ווי א דארן אין אויג / ס'פעלט אים א שראפל / ס'פעלט אים א קליינע אבער א גראבע / אויפבויען פיתום ורעמסס / כמטחוי קשת / ווי א פארסמ'טע מויז /

ער רעדט מיט באק ציינער / אבער ווי קומט דער קאץ איבערן וואסער / באבע יאַגל פון נידערהאז / יאפעץ אפ פון דא / ער פעיגערט ווי א בין / א געזינטער פעיגער / א הארטער קערל / ווי די ווערים נאך א רעגן / ווי קאץ און מויז שפיל / הכזונה תעשה אחותינו / השומר אחי אנכי / הנה בעל החלומות הלזה בא / ונראה מה יהיו חלומותיו / לא יאומן כי יסופן / סעודת שלמה בשעתו / ווען די באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געפארן / וואלט זי געווען א קאדילאק / אנקל סעם / דער אמעריקענעם פעטער / לא לחנם הלך הזרזיר אצל העורב / ווי א געשטאפטער גאנז / געוואנדן ווי דער חמֶר שטייט איין / די מעבל אין מח האבן זיך אים אנגעפאנגען ריקן /

ווי א געשחט'ענע הינדל / ווי א אקס פאר די שחיטה / ווי א מפרכס / ווי א אויסגעקלאפטע הושענה / שדופות קדים / ווי א גע'פגרטע נבילה /אויסגעפוצט ווי חוה'לע צום גט /גיי שריי צום נתנה תוקף / דו ביטאנק איינער / אפ' א בער קען מען לערנען טאנצן / דער קען צונויף ברענגען צוויי קאנטינענטן אינאיינעם / ווען גראז וועט דא וואקסן / ווען הימל און ערד וועלן זיך צוזאמקומען / אנטדעקט אמעריקע / איך וועל דיר אראפקניידלען / העט ער ווען אראפ געשלינגען א באטארפליי, וואלט ער ווען געהאט מער שכל אין בויך ווי אין מוח / קינד: מאמי ס'שמעקט! מאמע: שמעק דיך אויס דיין חלק, און לאז איבער פאר דיין ברודערקע אביסל! / כ'וועל דיר דערלאנגען אזא פראסק, אז דו וועסט זעהן שטערנס / דו ווילסט אז דיינע ציינער זאלן שפאצירן? / א שיין באפוצטע אמת, איז א ריכטיגע ליגנט./

גאווה איז ווי א בארג. ווער עס שטייגט ארויף פאלט אראפ. /ווען די עסט מיט אפעטיט, בענטש מיט אן אפעטיט. / שטיל שווייגן, איז צומאל ווי הויעך געשריגן. / ווילסטו פריוון דאס געטריישאפט פון דיין חבר? פראוו קודם דיך אליינס. / אייגענע פעלערס זעהט מען ביי א צוייטן. / גרויסע אוצרות קומען אין קליינע פעקלעך. / א דריי מיט'ן פנים . איז א לשון הרע. / טראכט וואס דו רעדסט. רעד נישט וואס דו טראכסט./ ווייס וואו די גייסט. גיי נישט אוואו דו ווייסט. / א שטריק געפלאכטן פון פיהל קליינע פעדימער. צורייסט זיך שווערער. / פיהל שרייבערס זענען אויף ביי דער נאכט, כדי אז די לייענערס זאלן האבן מיט וואס צו אנטשלאפן ווערן. / לשון הרע איז, ווי א שארפער מעסער פוהל מיט פגימות./

א חכם א עניו, לייגט אריין פוהל חכמה, אז מען זאל אים נישט האלטן פאר א חכם./ עס איז נישט אנגענעם צו מאכן א טעות, אבער נאך מער, מודה צו זיין דערין. / א מענטש וואס הערט נישט וואס ער אליינס רעדט, וואו פארלאנגט ער נאך, אז אנדערע זאלן אים אויסהערן./ מיט צען ליגנטס דרייט מען זיך ארויס, בלויז פון איין ליגנט. / ווען דו וועגסט אפ דיינע מעשים, גיב אכט אז די וואג זאל נישט זיין א פאלשע./ לאז איבער דיין צארן אויף נאכן עסן. עס וועט נישט צוקייט ווערן. / אויב האט קיינער טענות אויף דיר, דאן געפינסטו זיך אין א בית הקברות!

/איך האב דיך אין בוידעם / כ'האב דיך דארט ווי די אידן ...../ ער איז געבליבן לעקיש בער / פארקויף מיר נישט קיין לאקשן / שוין ווייטער האט ער מיר אנגעקאכט א גאנצע מחריקה / ס'איז לויטער דמינות / ער בויעט בנין על גבי בנין / גג על גג / נישט דא קיין לייכטערע זאך ווי א שווער פעקל געלט / חבירים ווי דוד אין יהונתן / אהבה שאינה תלויה בדבר / ער רעדט אונטערן נאניע / איין שינע טראכטענדיג / די קושן ליגט דיר נאך אויפן פנים / דו קוקסט אויס אויסגעביגלט / א שלאגווארט / האט א הארץ פון פוטער / וועט זיין הויזן אויסטוהן ארויסצוהעלפן א צווייטן / ער האט געגעבן א דריי מיטן נאז / יעבור עלי מה, איך ברעך מיר נישט / האסט מיר אפגעטוהן אויף טערקיש / אפגעטוהן אויף כוחות / כ'האב דיך טיף טייער / האסט געסטראשעט די גענז / כ'על מאכן פון דיר פּאָטאַש / כ'על מאכן פון דיר אש און פּאָרעך / דארפסט נישט מאכן אזא פּאָמפּע דיראָמפּע /

פריי דיך ווי א בין / ס'פרייט זיך מיין בויך און מיינע צוויי זייטן אויך / ער קוועלט פון נחת / ער פיהלט זיך משה גרויס אויפן טאטנס שויס / ער איז געווארן מיט א קאפ העכער / זאגסטאָך אזוי גוט. מיין מוטער וואלט דיך צופראָסן פאר ליבע / ער האט געגעסן ווי א באַרשטן בינדער / זיינע ציינער האבן זיך גערוקט ווי א מילעכל / א חכם מחוכם / א קאפ אויפ'ן פלאץ / א יודע ספר / קען די קליינע אויתיות /א געריבענער סוחר /א ברייטע קאפ /א מבין דבר מתוך דבר / א אפנארמאלער מח / א עילו / ער שמ'ט מיט זיין בקיאות / ער צונעמט דיך אויף פיצלעך / א גאון עצום/ א מעכטיגער קאפ. / א תכשיט'ל / א זיידענע אינגערמאנטשיק / אזא יאהר אויף מיר / א גאלדענע נשמה / אויף מיר געוואונטשן / קוים ארויס פון די ווינדלען / אפרוח שלא נפתחו עינו / א רויע פרוכטל / א נאסע פעיגער / ער לייגט זיך אהן. / קלעבט זיך נישט אפ, פאר קיין געלט נישט./ אזא מין קלעבעדיגס. סאַ שרעק. / א אנגעלייגטער גאסט / א דריטע פלייצע. / א אפן אויער בכל עת מצוא. /

ס'איז געפארן ווי מצה וואסער / אזא מין חאַלאַמאָק / א קאפ אויף שרויפן / א בראך אויף קלאמבוס / מאך נישט קיין גאנצע געראטשקע / ס'נישט צום קייען און נישט צום שפייען / דו חכם עתיק פון מה נשתנה / ער פוצט'עך ווי א קעצל / ס'האט געהאלפן ווי אויף א טויטן באנקעס./ ס'איז געפאלן ווי אויף טויבע אויערן / מ'רעד צו אים ווי מ'רעד צו די וואנט. / ביז ער קראצ'עך אויס, קען מען א גאנצן שור הבור פארציקן / א מין פעניאק, וואס איז נאך נישט געווען זייט לויט'נס שלשלת / אלעס גייט כאדאראם / אזא טעמבל שאין כדוגמתו / א גוטינטשקע נשמה'לע/ ס'האט אזא שטילקייט געהערשט אז מ'האט געקענט הערן א פליג זיך הייבן (אדורכזשומען) / א קטנ'טשיק מיט א קאנטשיק / ער מיינט ער איז 'גאט אליינס' / א ווילדער צאַפ / זי וועט נעבעך בלייבן ביזן ווייסן צאַפ / פונעם וויגל ביזן גריבל /ער איז געווען דער לאבוס פון שטעטל / חלילה נישט שאטן א בייז אויג / יעדער מיט צוויי אויגן אין קאפ, פארשטייט דאס ! / גיידיר וואו דיינע אויגן טראגן דיר / האט אויגן פון הינטן / א פארדארבן אויג. (בלעמ'ס אויג ) / ער עסט מיט די אויגן /

א פארשלעפטע קרענק / זיין זייגער גייט אויף צוריק (לויפט קאפויער) / ס'טוטצעך אויף טישן און אויף בענק / אז דו וועסט נישט איינרועהן וועליך מאכן פון דיר מצה מעהל / ס'האט זיך געגאסן ווי מים שלנו / פארשלאגן זיך האקע באקע ( עמיצער וואס פאפט זיך אליינס) / שטעקט נישט די פינגער אין קאלט וואסער / לעבט פון האנט צו מויל - לעבן בצומצום / ער האט זיך צופירט זיינע הענט / ער האט קלעפיגע הענט - גנב / ער ווייסט נישט פון זיין הענט הענט און פיס צוזאגן. - בחייכון וביומיכון / איין האנט וואשט דאס צווייטע / האט זיך מוחל געווען די עבירות / ער האט לעכעריגע הענט / פארמאגט צוויי לינקע הענט / א כשר בהמה'לע / א כשר קינד / ער האט זיך עס כשר פארדינט / א קלוגער ווייסט וואס ער רעדט, א נאר רעדט וואס ער ווייסט. / ער קען האקן א וואנט /
געהאקטע לעבער / ער האקט א קאפ / האקט אין די וועלט אריין / האקן א מארדע / האקן ליגנטס / האקן ווי אין קרויט / האקן און בראקן

אויסגעוועפט ווי א זייפן בלאז / ווי קומט הודי ביז כוש? / ווי א חכם אין די מה נשתנה / געבראטענע מכות / א געבראטענער עם הארץ / געבראטענע קאטשקעס / ווי א געבראטן שטיקל חזיר / געבראטענע יסורים / גרינג ווי א האר אין מילך / א האר האט געפעהלט / פונקטליך אויפ'ן האר / די האר שטעלן זיך קאפויער / רייסן זיך די האר פון קאפ / עס וועט אייך קיין האר נישט געקרומט ווערן/נישט פעהלן / ער האט אים ניטאמאל קיין האר אנגערירט / ס'הענגט אויף א האר / א האריגס ווי עשו / ער דרייט מיט'ן גראבן פינגער / ער דרייט די נערוון / ער דרייט מיטן צונג / עס שנייט און עס דרייט - שנייען און ווינטן / ער דרייטצעך און פרייטצעך / א פיפיגער אנדרייער / דרייט א כפרה / א פיין שמעקער / דו גרויסע צעלייגער / אז מ'גיט אים א פינגער וויל ער א האנט / ארויסגעזויגן פון פינגער / קיין פינגער אין מויל, דארף מען אים נישט אריינלייגן. - מ'דארף זיך אויסהיטן פון אים /

א כיטרער פוקס / קאטשע לאבע / לאפע / לאפניק / מאך לופטיג דאס פלעצל אונטער דיר / זיי מיר געבענטשט און געקרישמע / געלייענט / צו גאט און צו לייט / זיין פנים שיינט פון .. פעטקייט / לא מיט אן אלף / כדי לשבר את האוזן / ליתן ריווח בין עדר לעדר / צייט ער זאל עס קענען פארדייען / א בהמה אויף צוויי פיס / א קלאץ מיט אפאר אויגן / איך וועל אים שוין לערנען טאנצן / רעבע געלט / זיין פנים איז רויט געווארן ווי א געצייטיגטע טאמאטע / דער רוח זאל אים נעמען / גיי מאך איין אין זויערן / דו ווילסטעך טרעפן מיט דיין באבען אין גן עדן? / ווילסט איך זאל דיר דיינע ציינער פיטערן? / קוש די מזוזה פון די אנדערע זייט טיר / איך קום פון בויבעריק / האצענפלאץ / האנעלולו / טיזינאבי / דו צאפסט מיין בלוט / קריך אראפ פון מיינע נערוון / דו זויגסט די מארעך פון מיינע ביינער / זאג! דו מיינסט איך בין דיין פערד? /

ביסט אן עזות מצח / דו נעמסט מיר ארויס די דם התמצית / האסט דיין טאטן ווייס געמאכט יונגערהייט / ער עסט זיך דאס געזונט / ער האט זיך געבעטן ווי צו א גזלן / ער וויינט ווי א תם און שטויסט ווי א שור המועד / א גבר אלים / ער זייגט אויף כוחות / זאטל אפ פון דאנעט / ער איז באטראפעצט / מיינע קישקעס האבן זיך איבערגעדרייט / ווי ארבעס אין וואנט / א פארפירענער טיגער / ער לאכט ווי המן / א בענקל ווי אחשוורוש / פארמאך דיין פיסקל דו שור הנסקל / זיין זינגען הערט זיך ווי א בערן געיאמער און א קעצן געשריי / זיי האבן זיך אנגערוקט ווי די היישעריקן / ס'נישט דיין באבעס דאגה / א פלאטשיגער נאר / אלעס האט געפוטשט דארט / נאס און פוטש / יענער האט אפגעפוטשט / אינדרויסן איז א רעגן און א פלאטש / נעמסט מיך ארויס פון די גלייזן / מוחל טובות / מיין נשמה איז געשטאנען אויפן שפיץ נאז.

שיטץ קעצעלע / לאז דיך אפ פון די קאמייקעס /דו פארמאגסט א ענערגיע פון זיבן טראגעדיגע גמלים / שטיל. אז מ'האט קיין מוק נישט געהערט / א נבל ברשות התורה / שטיל ווי א בית עולם / א שטילקייט וואס האט געפיפן אין אויער / קען א גאנצע בית הקברות ערוועקן מיט זיינע געוואלדעס / א שנה ופירש'ניק / אייביג געהאט פויגעלעך אין קאפ / ספרי מינות נושרים מחיקו / הקדיח תבשילו ברבים / ידע את רבונו ומתכוין למרוד בו / א לאצי פאצי / ער ביגלט אוועק - מאכט שווערע אלפים / ער איז נישט אזוי שוה בשוה מיט עם / ער איז ווערט קעש / ער איז פאר די ביכער / זיצט אויף מעלאנעס / וואס ער כאפט אן ווערט גאלד / ס'רינט פון אים / א בעסערע גאטשע / גייט מיט די קאפ אין די הייעך / לאטצעך קאסטן אלפים / ער האט זיך שטארק ליב / מען דארף אים לעקן און שמעקן / שלאפן שלאפט ער ווי חוני המעגל און אן אפעטיט פארמאגט ער ווי אפטער רב / ער מיינט די וועלט געהער צו אים / געבוירן מיט א גאלדענע לעפל אין מויל /

א געפיעטשקעט קינד אייביג געווען / אונטערן מאמעס פארטוך / אפגעלערנט דעם בשבילי נברא מיט אלע דיקדוקים / געבוירן אויף א גאלדענעם טאץ / ער לעבט ווי א פריץ / ער בלאזט זיך די נאז מיט גאלדענע סערוועטן / ער איז ווערט צוויי מאל גארנישט / א אויסגעבלאזענע טאשנטיכל / א בלוטיגער יורד / אנגעזעצט דאס לעצטע פאר הויזן / ווערט א אויסגעהאקטע כפרה / א לאטע אויף א שמאטע / ער איז ווערט א מיאנטעק / געצאלט אן אפוטיקי / ביטערע ארימאן / ארים ווי די נאכט / ער פארמאגט נישט קיין רויטן גרייצער / ער האט זיך אויסגעזעקלט די טאשן / ער שרייט ווי א אידענע אין באד / געלערנט א לקח / ער באשטייט זיך זיין שטעטל / משוגע ווי א טרעקטער / אויסגעפאקט א טראק מיט טענות / ער גריזשעט ווי א וועפערייזער /

זיין מח איז קלענער ווי א לבנה ניסל / לעבט אין דמיונות / די צימער קוקט אויס ווי א שטאל פון חזירים / מ'האט געמאכט גאטשעס פון אים / א שנויצן ווי גראף פאטאצקי / גוט צוגעפאכעט / ער האט זיך אויפגעריסן / געעפנט דעם קאפ / אויפגעמאכט די אויגן / געווארן א אלץ ווייסער / א תנא קמא / דערקלערט אלץ באם / ווארפט גאונות רעכטס און לינקס / הפקר פעטרישקע / ער איז אין די כלים היינט / א רשע ! א פרשנדתא / א בארד ווי דמא בן נתינה / א צאפ געהאט ווי ערפה / צוריק גייט א קאזע / ער וויינט ווי א ביבער / ער קרומט מיר אין פנים / האט א ספרדי בערדל / דער שלאק זאל אים באטרעפן / שלאכע מירל / חוזק אין די לענג חוזק אין די ברייט / פוילע תירוצים / ער כאפט זיך אן אויף די גראדע ווענט / בויך סברות / תורות לאקשן / הוידל בוידל / ער דערגייט מיר די יארן / די מצב איז שוין גארנישט אזוי פויגלדיג / קהל'ס נאר / ביסט א ווייסעך וואס / נייגעריגע קאטשקע / פון א פלאן אן עראפלאן / קומסט מיר פאר ווי יענער... / באקומען קאלטע פיס / שפילן רויטעלע משה'לע / רעדט מיט באק ציינער.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר