ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
וואס איך זעה פון די מעשה אין כאן לא רודף ולא נרדף אלא אווערפראטעקטיוו מאמע, חוץ פון דעם איז אלעס צוגעגאנגען פונקטליך וויאזוי ס'וואלט געדארפט געשען,
די מאמע האט געהערט פון איר קינד אז איינער האט איהם געטאטשט האט זי געדארפט רופן פאליציי.
אז די פאליציי האט באקומען א קאמפלעינט האבן זיי געדארפט ארעסטירן.
אויב סאיז דא די מינדעסטע חשש ברוך מען איהם מעביר זיין זאפארט פון יעדע בארירונג מיט קינדער.
די איינציגסטע פראבלעם איז אז די מאמע האט אריינגעלייגט אומוועלנדיג איר קינד אין א סיטואציע וואס האט צוגעברענגט ער זאל זאגן א מעשה וואס להד"ם

דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
שושן פורים האט געשריבן:וואס איך זעה פון די מעשה אין כאן לא רודף ולא נרדף אלא אווערפראטעקטיוו מאמע, חוץ פון דעם איז אלעס צוגעגאנגען פונקטליך וויאזוי ס'וואלט געדארפט געשען,
די מאמע האט געהערט פון איר קינד אז איינער האט איהם געטאטשט האט זי געדארפט רופן פאליציי.
אז די פאליציי האט באקומען א קאמפלעינט האבן זיי געדארפט ארעסטירן.
אויב סאיז דא די מינדעסטע חשש ברוך מען איהם מעביר זיין זאפארט פון יעדע בארירונג מיט קינדער.
די איינציגסטע פראבלעם איז אז די מאמע האט אריינגעלייגט אומוועלנדיג איר קינד אין א סיטואציע וואס האט צוגעברענגט ער זאל זאגן א מעשה וואס להד"ם
קודם מאכסטו א הנחה, דערנאך פירסטו שוין אויס פאקטן.
מהיכן דנתני? מ'הערט פונעם קינד אז איינער האט געטאטשט דארף מען אנהייבן זיך דערגרינטעווען וויפיל ס'איז שייך, וואס איז טאקע געשען.
ס'האט צוטון מיטן עלטער פונעם קינד, מיטן פונקטליכן סיפור הדברים, און מיט נאך נקודות [פרעגן אנדערע, זען צו הנהלה האט וואס צו ענטפערן חוץ פון 'מ'עמיר זען', וכו']. גיין גלייך צו פאליציי קען זיין רשעות ממש, ווען דו ווייסט וואס געשען דערנאך מיטן מלמד, און דו ביזט נישט זיכער מיטן פאקט אז ער האט טאקע געטאטשט דעם קינד.
פאר אלע גרויסע צולייגערס וואונטש איך נאר איין זאך. ענק זאלן נאר - ח"ו - איינמאל זיין די קרבנות פון אזא קעיס [יא, נאכדעם גייט מען מברר זיין אז ענק זענען געווען 'אומשולדיג'], און נאכדעם וועלן מיר רעדן. ס'גרינג צו האקן 'שיטות' ווען דער מלמד איז א צווייטער, נישט דיר. אבער דו קענסט זיין די קרבן אין סמעדריש צוליב א קינד'ס דמיון, צו ווייסעכוואס. דיינע שיטות גייען זיך וואונדערליך טוישן איבערנאכט. [און שושן פורים, דיין חתימה אויך. אגב, ס'שוין נישט אזוי היינט צוטאגס. מענטשן נעמען שוין די נושא גענוג ערנסט, און לאור די שוידערליכע מעשיות אין דעם אשכול - 'צו' ערנסט].
- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
איך גיי נישט ענטפערן פאר די פריעדיגע זאכען וואס [tag]אדנירם[/tag] האט געשריבן, נאר אויף:
כ'וואונטש אז יעדער וואס האט די נערוו צו אוועקמאכען די נושא אלס חשדות בעלמא וכדומה, זאלן נישט באקומען זייער פארדינטע עקספיריענס\פארשטאנד. והכסיל לעולם בחושך הולך.
אדנירם האט געשריבן:פאר אלע גרויסע צולייגערס וואונטש איך נאר איין זאך. ענק זאלן נאר - ח"ו - איינמאל זיין די קרבנות פון אזא קעיס [יא, נאכדעם גייט מען מברר זיין אז ענק זענען געווען 'אומשולדיג'], און נאכדעם וועלן מיר רעדן. ס'גרינג צו האקן 'שיטות' ווען דער מלמד איז א צווייטער, נישט דיר. אבער דו קענסט זיין די קרבן אין סמעדריש צוליב א קינד'ס דמיון, צו ווייסעכוואס. דיינע שיטות גייען זיך וואונדערליך טוישן איבערנאכט. [און שושן פורים, דיין חתימה אויך. אגב, ס'שוין נישט אזוי היינט צוטאגס. מענטשן נעמען שוין די נושא גענוג ערנסט, און לאור די שוידערליכע מעשיות אין דעם אשכול - 'צו' ערנסט].
כ'וואונטש אז יעדער וואס האט די נערוו צו אוועקמאכען די נושא אלס חשדות בעלמא וכדומה, זאלן נישט באקומען זייער פארדינטע עקספיריענס\פארשטאנד. והכסיל לעולם בחושך הולך.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
ירח בן יומו האט געשריבן:פארוואס אריינרופן די פאליס איז א רשעות? זיי ווייסן דאך אויך אז ס'איז סה"כ א 4 יעריעג קינד, זיי וועלן אויך רעדן מיט'ן קינד און זעהן אויב ס'איז דא רגלים לדבר. בין איך נישט גערעכט?
אוודאי ביזטו גערעכט!
אמת אז אויב די חשד איז לעכערליך, דארף מען אכטונג גיבן וואס מ'טוט ווייל אפילו א פשוט'ער פאליציי-אינוועסטיגעשאן קען אוועקלייגן דעם נחשד, אבער זיך נישט וויסענגדיג מאכן (ווי למשל "מ'עט שוין קער נעמען..."), איז נישט קיין אפציע!
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
- האט שוין געלייקט: 747 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל
שלום על ישראל, ס'קוקט אויס ווי דו ביסט פארבלענדעט פאר די איינזייטיגע בליק אז יעדער איינציקער מענטש איז גילטי, און אלע מלמדים אדער גאהר אלע היימישע יודען זענען מאלעסטערס [פארשטייט זיך חוץ דו, דיין טאטע און דיין חבר], מ'דארף פשוט ווארטען ביז א אינוועסטיגעיטער פון דריי יאהר אלט זאל כאפען דעהם באנדיט..
די חילוק צווישען דיר און וואס יעדע נארמאלע מענטש דא טענה'ט איז ווי פאלגעד
קיינער האט נישט געזאגט אז מ'דארף זיך פארמאכען די אויגען, קיינער צווייפעלט נישט אז די באשולדיגונגען דארף גענומען ווערען מיט די פולסטע ערענסטקייט און אחריות, ווייל א משחית טאר נישט ווערען ערלויבט צו אנגיין מיט די אומווערידקע זאכען, און ווען ס'שטעלט זיך ארויס מיט קראנטע באווייזען אז א מלמד אד"ג איז גילטי פון די שלעכטע שמועות, דארף עס ווערען גאהר שטרענג באהאנדעלט
אבער, מיט די זעלביקע פארזיכטיקייט דארף ווערען באהאנדעלט פאר מ'הארגעט א מענטש פאר מ'שעחט אויס זיין משפחה אויף סתם א לויזע באשולדיקונג פון א קליינעם שעהפעלע וואס ווייס קוים זיין נאמען און אדרעס, די אחריות פון אפרוימען א מאלעסטער איז נישט אנדערשט ווי די אחריות פון דציחה אויף א מעהגליך אומשולדיקער מענטש
די חילוק צווישען דיר און וואס יעדע נארמאלע מענטש דא טענה'ט איז ווי פאלגעד
קיינער האט נישט געזאגט אז מ'דארף זיך פארמאכען די אויגען, קיינער צווייפעלט נישט אז די באשולדיגונגען דארף גענומען ווערען מיט די פולסטע ערענסטקייט און אחריות, ווייל א משחית טאר נישט ווערען ערלויבט צו אנגיין מיט די אומווערידקע זאכען, און ווען ס'שטעלט זיך ארויס מיט קראנטע באווייזען אז א מלמד אד"ג איז גילטי פון די שלעכטע שמועות, דארף עס ווערען גאהר שטרענג באהאנדעלט
אבער, מיט די זעלביקע פארזיכטיקייט דארף ווערען באהאנדעלט פאר מ'הארגעט א מענטש פאר מ'שעחט אויס זיין משפחה אויף סתם א לויזע באשולדיקונג פון א קליינעם שעהפעלע וואס ווייס קוים זיין נאמען און אדרעס, די אחריות פון אפרוימען א מאלעסטער איז נישט אנדערשט ווי די אחריות פון דציחה אויף א מעהגליך אומשולדיקער מענטש
- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Kool man האט געשריבן:שלום על ישראל, ס'קוקט אויס ווי דו ביסט פארבלענדעט פאר די איינזייטיגע בליק אז יעדער איינציקער מענטש איז גילטי, און אלע מלמדים אדער גאהר אלע היימישע יודען זענען מאלעסטערס
הייבסט גלייך אהן מיט גזמאות. ווען האב איז געשריבן בערך אזוי?
Kool man האט געשריבן:קיינער האט נישט געזאגט אז מ'דארף זיך פארמאכען די אויגען
רוב מוסדות האבן ביז היינט זיך פארמאכט די אויגן, און זיי וואלטן ווייטער אזזוי אהנגעגאנגן, ווען נישט די פאר "ווילדע טאטעס"...
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
אלס א לימוד זכות אויף זיינע ווילדע דיבורים, וואלט איך אין א פארזיכטיגע שאצונג, געשאצט אז [tag]שלום על ישראל[/tag] הערט זיך צו טעגליך צום שמוץ-ליין פון נחום שייגעץ ימ"ש, קודם מיש אריין די פאליס און נאכדעם וועלן די פובליסיטי מאטיווירטע פראסיקוטערס שוין מאכן א גאר גאר שנעלע און פארשטייט זיך קאנפידענטשל אויספארשונג און א ריכטיגע אחריות'דיגע החלטה.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
- האט שוין געלייקט: 747 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל
quote"
פארשטייסט א נערוו?!
דער טאטע האט א קינד וואס ער [איז נאר] חושד אז ער איז מאלעסטעד געווארן ביי איינעם, און אויף די אנדערע זייט איז פארהאן א מלמד, מנהל און מוסד, וואס אלע דריי האבן ליידער א מואס-באוויסטע טרעק-רעקארד פון זיך צוזאם-האלטן קעגען ווער ס'ברענגט ארויס פון מויל א חשד. יא! זיי זענען קלאר מוחזק אלס אנטי-וויקטים (באלד אזוי שלעכט ווי נחם ראזענבערג, וד"ל)! זאגסטו אז וואס?! טו נישט קיין ווילדע שטיק... וואס איז די ווילדע שטיק? שרייבט @Kool man אין די מעשה "דער טאטע איז געווארען ווילד, און געווארענט אז אויב מ'טוט נישט באלדיקע שריט וועט ער טוהן לעגאלע זאכען וואס וועט זיין זייער אומבא'טעמ'ט פאר די מלמד און פאר די חדר." העסטו? די ווילדע שריט איז אז ער האט "געווארנט" די מוסד וואס ג-ט ווייסט וואס זיי טוען ווען מען פיילט א קאמפלעין... דאן, ווען די מנהל האט אהנגעהויבן מיט די טיפישע דיבורים, "דא איז דא א הנהלה". פאר די וואס קענען נישט קיין אידיש, דאס טייטשט "We'll take it from here. You're to stay put." דער רשע פון א טאטע האט די חוצפה נישט צו זיצן מיט צוזאמגעלייגטע הענט ווילאנג די מנהל נעמט נאך א דרימעל און דערנאך א קאווע און זיין הארץ איז פארווייטוגט און דערשראקען, האט געטוען נאך-ווילדערע שטיק, הפנים, ער איז געגאנגן צו די הנהלה רוחני!!! שומו שמים על זאת!
[ quote"
דו מאכסט דא הנחות און סטעיטמענטס, סך הכל שטייט אז דער מנהל האט געזאגט ער גייט עס אויספארשען, און זיך אריינלייגען בכל החומר, [און אבוויעסלי האט דער טאטע נישט געוואלט קיין אויספארשונק, קוקט אויס ער האט געוויסט אז די אויספארשונק קען ריהם נישט לוינען, ווייל אויב שטעלט זיך ארויס אז ס'יז נישט געשטויגען - ווי ס'האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט- איז ער מיט זיין שארפען דריי יעריקער טוטערעל חוזק!] דער מנהל האט נישט צאמגעלייקט קיין הענט, און נישט געגאנגען מאכען קיין קאווע [גראדע מיין איך אז די טאטע איז גאהר געגאנגען נאכדעהם מיטינג קויפען סושי], דער טאטע האט געטוהן זייער גוט מיט גיין צו די הנהלה, און די מנהל האט געטוהן גוט מיט פאררופען מיטינגען און אומערמידלעך געארבייט ביז זיי זענען אנגעקומען צו די עסקן וואס האט זיי ריכטיג געראטען, דער טאטע האט נישט ריכטיג געהאנדעלט ווען ער האט געהערט אז די מנהל וויל עס אויספארשען און ער האט געוואלט מ'זאהל שוין מאכען א על השחיטה בשם ומלכות אהן קיין באווייזען, בלויז אויף די ווערטער פון זיין קליינעם אפרוח שלא נפתחו עיניו, און דא ליגט די חילוק!
"מאלעסטען איז א גרויסע עוולה, באשלודיקען א אומשולדיקען מענטש אין מאלעסעטען איז א גרעסערע עוולה" [קרעדיט: גור'ג פארקאש]

שלום על ישראל האט געשריבן:Kool man האט געשריבן:שלום על ישראל, ס'קוקט אויס ווי דו ביסט פארבלענדעט פאר די איינזייטיגע בליק אז יעדער איינציקער מענטש איז גילטי, און אלע מלמדים אדער גאהר אלע היימישע יודען זענען מאלעסטערס
הייבסט גלייך אהן מיט גזמאות. ווען האב איז געשריבן בערך אזוי?Kool man האט געשריבן:קיינער האט נישט געזאגט אז מ'דארף זיך פארמאכען די אויגען
רוב מוסדות האבן ביז היינט זיך פארמאכט די אויגן, און זיי וואלטן ווייטער אזזוי אהנגעגאנגן, ווען נישט די פאר "ווילדע טאטעס"...
ליין איבער דיינע תגובות אין דעהם אשכול, איך מיין איך האב עס גאהר מילד ארויסגעברעהנגט
נ.ב. איך מיין גאהר נישט פערזעהנליך, איך באציה מיך נאהר צו דיינע ווערטער און דעהם נושא
- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Kool man האט געשריבן:quote"מאלעסטען איז א גרויסע עוולה, באשלודיקען א אומשולדיקען מענטש אין מאלעסעטען איז א גרעסערע עוולה" [קרעדיט: גור'ג פארקאש]
אפשר אויב דער נפגע זעהט די נקמה, אדערווייז ביסט נישטאמאל גערעכט ווען די בלבל איז געטוען געווארן בשאט נפש, אאכו"כ ווען ס'איז א טעות\חשד. טראכט נאר אריין וואס קומט אחרי ככלות הכל, ווען די אומשולד ווערט אויפגעוויזען, גייעט עס צוביסליך אוועק, משא"כ דער וויקטים איז צובאהלט פארעווער.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
petergrifin האט געשריבן:פון דער גאנצע דיון אין דעם אשכול זעהט זיך זייער (נישט) אן איין זאך. @איחוד פעלד ע''ה שהלך לעולמו.
פיטער גריפפין: אין אזעלכע אנגעצויגענע צייטן און מצבים (פון וואס מ'רעדט דא) איז גוט אריינצוווארפן א ביסל הומאר:...ס'איז דא אן איחוד פעלד. יוניאן פיעלד סעמעטערי. אוואו דער צדיק הרב יעקב יוסף ליגט. אבער איך גלייב נישט אז אונזער איחוד פעלד איז געגאנגען דארט אהין. חוץ מתפלל צו זיין און זאגן א פאר קאפיטלעך תהילים...דער אייבישטער זאלל העלפן אז ער זאלל טאקע מאריך ימים ונשים זיין...!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
הרב דר. אברהם טווערסקי (מחבר ניגון הושיעה את עמך ו'א פרייליכער ת"ב) טענה'ט אויכעט אז די חסידישע מנהלים און ראשי ישיבות ווילן נישט דילן מיט די פראבלעמען, ער איז אויך מוחרם געווארן ביי געוויסע קרייזן צוליב זיין זיך ארויס שטעלן דערגעגן.
יעדנפאלס, אודאי דארף מען חושש זיין און טון דערוועגן בכל תוקף אן קיין נשיאת פנים, אבער צו דער זעלבער צייט מיט א געוואלדיגער אחריות.
יעדנפאלס, אודאי דארף מען חושש זיין און טון דערוועגן בכל תוקף אן קיין נשיאת פנים, אבער צו דער זעלבער צייט מיט א געוואלדיגער אחריות.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
mevakesh האט געשריבן:רבי שש די מעשה איז געווען אז די מאמע האט געמיינט אז מען האט מאלעסטערט די קינד און די פאליציי נאך אויספארשען דאס קינד האט געזאגט אז על איז נישט ריכטיג
די גאנצע איבריגע וואס דו שרייבסט איז נישט קיין חלק פון די מציאות נאר דיין בליק
און ווי ווייט איך זעה איז דער ווייטאגליכער מציאות אז געווענליך ווען עס קומט אזא מעשה איז די טענה ווי וואויל און פיין דער באשולדיגטער איז און ווי פארריקט דער באשילדיגער איז עס איז שוין צייט אויפצוהערן מיט דעם און זיך מתייחס זיין לגופא דעובדות
מבקש: לויט ווי איך זעה האסטו בכלל נישט געכאפט די נקודה פון אדנירם. ער האט נאר ארויסגעברענגט די פאקטן איבער די פערזענליכקייט פון דעם באשולדיגטן יונגערמאן. און לעומת זה די אומסטאבילע פערזענליכקייט פון די פרוי, די באשולדיגערין אלס דברים כהווייתן. ווייל, אזוי ווי איך האב שוין געזאגט פון פריער, אז געוויינליך, א סטאבילער מענטש וועט נישט צו גיין און באשולדיגן אן ארנטליכן, בעל בת'ישן מענטש נאר אויב ס'איז דא שטארקע הוכחות. און דאמאלס אויך אויף זייער א פארזיכטיגן אופן. ממילא, אויב א מענטש ווארפט ארויס ווילדע באשולדיגונגען, געבויעט אויף הוילע פאנטאזיעס און מיספארשטענדענישן (ווי ס'האט זיך טאקע אויסגעלאזט) מוז עס בעל כרחך נאר קומען פון א ביסל א צורודערטן מענטש. זאללן די סיבות פון זיין אומסטאביליטעט זיין וואס זיי זענען. און דאס אלעס האט ער געוואלט ארויסהייבן. נאר אונז גריבלען זיך דא וואס די סיבה איז אז דער עולם איז אזוי היסטעריש אז מ'האט שוין פארגעסן פן די אלע שיינע זאכן וואס אונז האבן געלערנט אין די משנה..."והוי דן את כל האדם לכף זכות"...!
- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:mevakesh האט געשריבן:רבי שש די מעשה איז געווען אז די מאמע האט געמיינט אז מען האט מאלעסטערט די קינד און די פאליציי נאך אויספארשען דאס קינד האט געזאגט אז על איז נישט ריכטיג
די גאנצע איבריגע וואס דו שרייבסט איז נישט קיין חלק פון די מציאות נאר דיין בליק
און ווי ווייט איך זעה איז דער ווייטאגליכער מציאות אז געווענליך ווען עס קומט אזא מעשה איז די טענה ווי וואויל און פיין דער באשולדיגטער איז און ווי פארריקט דער באשילדיגער איז עס איז שוין צייט אויפצוהערן מיט דעם און זיך מתייחס זיין לגופא דעובדות
מבקש: לויט ווי איך זעה האסטו בכלל נישט געכאפט די נקודה פון אדנירם. ער האט נאר ארויסגעברענגט די פאקטן איבער די פערזענליכקייט פון דעם באשולדיגטן יונגערמאן. און לעומת זה די אומסטאבילע פערזענליכקייט פון די פרוי, די באשולדיגערין אלס דברים כהווייתן. ווייל, אזוי ווי איך האב שוין געזאגט פון פריער, אז געוויינליך, א סטאבילער מענטש וועט נישט צו גיין און באשולדיגן אן ארנטליכן, בעל בת'ישן מענטש נאר אויב ס'איז דא שטארקע הוכחות. און דאמאלס אויך אויף זייער א פארזיכטיגן אופן. ממילא, אויב א מענטש ווארפט ארויס ווילדע באשולדיגונגען, געבויעט אויף הוילע פאנטאזיעס און מיספארשטענדענישן (ווי ס'האט זיך טאקע אויסגעלאזט) מוז עס בעל כרחך נאר קומען פון א ביסל א צורודערטן מענטש. זאללן די סיבות פון זיין אומסטאביליטעט זיין וואס זיי זענען. און דאס אלעס האט ער געוואלט ארויסהייבן. נאר אונז גריבלען זיך דא וואס די סיבה איז אז דער עולם איז אזוי היסטעריש אז מ'האט שוין פארגעסן פן די אלע שיינע זאכן וואס אונז האבן געלערנט אין די משנה..."והוי דן את כל האדם לכף זכות"...!
פילייכט האמיר אויך פארגעסן פונעם מדרש
ר' אלעזר, מדרש תנחומא לפרשת מצורע) האט געשריבן:כל שנעשה רחמן על האכזרים, לסוף נעשה אכזר על רחמנים
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
לויט ווי איך פארשטיי איז אין די לעצטע יארן צושטאנד געקומען א ריזן שינוי לטובה אין דעם הינזיכט, אין מוסדות נעמן פיין קעיר פון אזוינע פראבלעמן און מ'איז מעביר די פראבלעמאטישע חברה אן קיין פרסום, אן דארפן פארשעמן זיין אומשולדיגע ווייב און קינדער, (עטס האטס אפי' א השגה וואס דאס מיינט פאר זיין שטוב?), די מעשיות וואס רינען ארויס אויף די גאס, איז עפ"י רוב פון בייסיגע אנגעגעסענע עלטערן, לאיאלע נ"ר צוהערער, וואס זענען ביזי טאג און נאכט צו 'ווייזן' פאר די הנהלה, 'ווייזן' פאר דעם סיסטעם, 'ווייזן' פאר די רבנים, אא"וו, אן טראכטן פאר איין רגע וויפיל לעבנס מ'גייט דא חרוב מאכן!, און וויקלען זיך נאך איין במידת הרחמים אז ער איז דא פשוט צו פראטעקטן די פיוטשער פגועים (אמאל ווען ס'איז געווען הפקר וועלט האט דאס געהאט א שמץ של אמת, אבער היינט בלייבט קיין איין מאלעסטער נישט ווייטער איינגעשטעלט, סאו דיין אקטיוויזם איז גענצליך איבעריג), און ער מוז רעפארטן פאר די פאליס, אויך איז ער געווארן א ריזן מחמיר אויף 'דזשאסטיס', (לאמיר נאר כאפן קיין בליק און זיין קאמפלייענס מיט די געזעץ), און פאר דאס אלעס איז ער גרייט מקריב צו זיין א גאנצע משפחה לחרפון ולדראון עולם, נישט קיין נארמאלע שידוכים מיט די קינדער, נישט קיין נארמאלע פרנסה, אפגעהרגט די שלום בית לעולם ועד, וכו' על לא עול בכפם און ווען מ'טשאלענדשד אזא איינעם היתכן?, קומט ארויסצופארן פון זיין פיסק א לעכערליכע אויסרייד ווי לדוגמא, "ער האט אויך נישט רחמנות געהאט אויפן קינד, פארוואס זאל איך ?",
- outspoken
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1227
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
- האט שוין געלייקט: 269 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל
יעקב מענטש האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי איז אין די לעצטע יארן צושטאנד געקומען א ריזן שינוי לטובה אין דעם הינזיכט, אין מוסדות נעמן פיין קעיר פון אזוינע פראבלעמן און מ'איז מעביר די פראבלעמאטישע חברה אן קיין פרסום, אן דארפן פארשעמן זיין אומשולדיגע ווייב און קינדער, (עטס האטס אפי' א השגה וואס דאס מיינט פאר זיין שטוב?), די מעשיות וואס רינען ארויס אויף די גאס, איז עפ"י רוב פון בייסיגע אנגעגעסענע עלטערן, לאיאלע נ"ר צוהערער, וואס זענען ביזי טאג און נאכט צו 'ווייזן' פאר די הנהלה, 'ווייזן' פאר דעם סיסטעם, 'ווייזן' פאר די רבנים, אא"וו, אן טראכטן פאר איין רגע וויפיל לעבנס מ'גייט דא חרוב מאכן!, און וויקלען זיך נאך איין במידת הרחמים אז ער איז דא פשוט צו פראטעקטן די פיוטשער פגועים (אמאל ווען ס'איז געווען הפקר וועלט האט דאס געהאט א שמץ של אמת, אבער היינט בלייבט קיין איין מאלעסטער נישט ווייטער איינגעשטעלט, סאו דיין אקטיוויזם איז גענצליך איבעריג), און ער מוז רעפארטן פאר די פאליס, אויך איז ער געווארן א ריזן מחמיר אויף 'דזשאסטיס', (לאמיר נאר כאפן קיין בליק און זיין קאמפלייענס מיט די געזעץ), און פאר דאס אלעס איז ער גרייט מקריב צו זיין א גאנצע משפחה לחרפון ולדראון עולם, נישט קיין נארמאלע שידוכים מיט די קינדער, נישט קיין נארמאלע פרנסה, אפגעהרגט די שלום בית לעולם ועד, וכו' על לא עול בכפם און ווען מ'טשאלענדשד אזא איינעם היתכן?, קומט ארויסצופארן פון זיין פיסק א לעכערליכע אויסרייד ווי לדוגמא, "ער האט אויך נישט רחמנות געהאט אויפן קינד, פארוואס זאל איך ?",
איז דאס נישט אדאנק נ''ר?
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
- outspoken
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1227
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
- האט שוין געלייקט: 269 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל
יא, טראץ נ"ר נעמען מוסדות'ער קעיר פון אזוינע פראבלעמן און גייען נישט צו די פאליס. אבער די עצם פאקט אז מ'נעמט קער איז דאס נישט אדאנק נ''ר?
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
ירח בן יומו האט געשריבן:פארוואס אריינרופן די פאליס איז א רשעות? זיי ווייסן דאך אויך אז ס'איז סה"כ א 4 יעריעג קינד, זיי וועלן אויך רעדן מיט'ן קינד און זעהן אויב ס'איז דא רגלים לדבר. בין איך נישט גערעכט?
בעצם איז שוין אלעס פריער פארענטפערט געווארן, אבער כ'וועל נאכאלס מסביר זיין.
אריינרופן די פאליס מיינט:
1. מעגליכער ארעסט פון אן אומשולדיגער מענטש.
2. פארשמירן דעם מענטשנס נאמען אין וועבזייטלעך.
3. צונעמען פרנסה פון אן אומשולדיגער מענטש.
4. מאכן חרפות און בושות פאר אן אומשולדיגער מענטש.
אויב דאס איז דיר נישט גענוג, דעמאלס קען איך נאר צולייגן מיין אלטער ברכה. אויב דו וועסט ח"ו זיין דער קרבן, אומשולדיגערהייט, וועסטו שוין פארשטיין פונקטליך די רשעות פון אריינרופן די פאליס בעפארן וויסן די פאקטן 'הונדערט פראצענט' אדער קרוב לזה.
די מעשה וואס איך האב געברענגט אנהייב אשכול, רעדט זיך טאקע פון אזא ציור ווי דו לייגסט אראפ, און די תוצאה? אלע פיר פונקטן וואס כ'האב געברענגט פריער. טאקע נאר פאר אפאר חדשים, אבער אפאר חדשים איז נישט רשעות? און די פחד וואס ער האט עד היום הזה פון מי יודע וועלכער משוגע'נער, איז נישט רשעות? און די פארשמירטע נאמען אין וועבזייטלעך [נאכאלס דא, אן קיין דיסקלעימער], איז דען נישט רשעות?
רשעות, רשעות, און נאכאמאל רשעות!
outspoken האט געשריבן:אבער די עצם פאקט אז מ'נעמט קער איז דאס נישט אדאנק נ''ר?
אדנירם האט געשריבן:[center]הקדמה.[/center]
ווי באקאנט הערשט אין די היימישע גאס די לעצטע פאר יאר, א געוואלדיגע אויפוואכונג איבערן נושא פון נישט צורירן קינדער [מאלעסטערן בלע"ז. כ'וועל ווייטער נאר נוצן לשון רמיזה]. יהיו שיאמרו אז דער דאנק קומט זיך פאר נחום ראזענבערג, יהיו שיאמרו אז מ'דארף אים אראפהאקן די קאפ, און יהיו שיאמרו אז אלו ואלו דברי אלקים חיים [ותפוס לשון אחרון]. אבער נישט דאס איז דער ציל פון מיין ארטיקל.
- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
outspoken האט געשריבן:איז דאס נישט אדאנק נ''ר?
געוואלדיג האט געשריבן:טראץ נ"ר.
אין מיין מיינונג זענט עטץ ביידע גערעכט. נ"ר קומט זיך קרעדיט פארן לייגן די אישו אויפן טיש, און פארן דערנאך מאכן דאס גענאר פון וויקטימס און מיטן אוועקנעמען אטענשאן און לעגיטימאציע מיט זיינע שקרים און חלומות.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)