ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

הונדערט פראצענט אז ס'איז נ"ר קרעדיט אז מ'האט זיך גענומען צו קעיר נעמן, (אפגעזעהן צו ס'איז געווען אויסגעהאלטן, אדער ס'איז געווען בבחינת סיוויל דיסאבידיענס, אדער ס'איז דא בעסערע מהלכים וכו'), אבער איינמאל מ'נעמט קעיר, איז א עוולה נוראה צו ווייטער גיין אין זיין מהלך, איך קען א משפחה וואס מ'האט געפאקט דעם טאטן מיט מעשים תעתועים, און ער האט פיגורירט אין די נייעס, און איך קען ענק נישט זאגן וואספארא יסורים נוראים דאס איז פאר די משפחה.

פאר איינער גייט צו די פאליציי מיט א קאמפלעינט, "אפי' ס'איז הונדערט פראצענט ריכטיג" זאל ער וויסן אז ער גייט חרוב מאכן סאך מער נפשות לעולמי עד ווי דאס וואס דער מנוול האט שאדן געמאכט, און "אזוי" זאל ער מעסטן די קאסט/בענעפיט אנאליסיס, צו ער זאל יא אדער נישט רעפארטן (פארשטייט זיך נאכדעם וואס ער האט א היתר פון א רב, אבער לאמיר נישט אריינגיין אין דעם), ס'איז אזוי ווי די איזראעליס זאלן 'במכוון' הארגענען א קלאס מיט קינדער ווייל א טעראריסט באהאלט זיך דארט, כש"כ דא וואס די מציאות האט געוויזן אז די שטילע עסקנים טוען בעסער מסדר זיין א משחית ווי די טאקטיקן פון די פאליציי, נאר ס'גייט דורך שטיל אן גרודער און דערפאר הערסטו עס נישט (איך ווייס פון אפאר מעשיות),
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

אדנירם האט געשריבן:אריינרופן די פאליס מיינט:
1. מעגליכער ארעסט פון אן אומשולדיגער מענטש.
2. פארשמירן דעם מענטשנס נאמען אין וועבזייטלעך.
3. צונעמען פרנסה פון אן אומשולדיגער מענטש.
4. מאכן חרפות און בושות פאר אן אומשולדיגער מענטש.

אויב דאס איז דיר נישט גענוג, דעמאלס קען איך נאר צולייגן מיין אלטער ברכה. אויב דו וועסט ח"ו זיין דער קרבן, אומשולדיגערהייט, וועסטו שוין פארשטיין פונקטליך די רשעות פון אריינרופן די פאליס בעפארן וויסן די פאקטן 'הונדערט פראצענט' אדער קרוב לזה.

די מעשה וואס איך האב געברענגט אנהייב אשכול, רעדט זיך טאקע פון אזא ציור ווי דו לייגסט אראפ, און די תוצאה? אלע פיר פונקטן וואס כ'האב געברענגט פריער. טאקע נאר פאר אפאר חדשים, אבער אפאר חדשים איז נישט רשעות? און די פחד וואס ער האט עד היום הזה פון מי יודע וועלכער משוגע'נער, איז נישט רשעות? און די פארשמירטע נאמען אין וועבזייטלעך [נאכאלס דא, אן קיין דיסקלעימער], איז דען נישט רשעות?
רשעות, רשעות, און נאכאמאל רשעות!

נישט אריינרופן די פאליס מיינט געווענליך:
1. כמעט-זיכערע פרייהייט און איבער-חזר-ן (תרתי משמע...) פון א שולדיגער מענטש.
2. פארווארפן די נשמה פון א רעכט-אומשילדיגע יונגל שלא טעם טעם חטא קודם לפגוע זו רח"ל.
3. צונעמען א מוסד פון אן אומשולדיגער וויקטים.
4. מאכן חרפות און בושות פאר אן אומשולדיגער קינד (ווען די מנהל רופט אים אריין און איזוועקעוועט זיך איבער אים, "אמת דו ביסט סתם א שקרן?"). הי"ד!

אויב דאס איז דיר נישט גענוג, דעמאלס קען איך נאר צולייגן דיין אלטער ברכה. אויב דיין קינד וועט ח"ו זיין דער קרבן, אומשולדיגערהייט, וועסטו שוין פארשטיין פונקטליך די רשעות פון איגנארענס ווייל "מען מוז וויסן די פאקטן 'הונדערט פראצענט' אדער קרוב לזה".
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

שלום על ישראל האט געשריבן:

רב שלום,

דיין תגובה שמעקט מער מיט געפיהלן פון נקמה, ווי לאגישע החלטות.

איך פארשטיי אז דאס איז די אינסטינקטיוו דעסיזשאן פון א געליטענער טאטע, אבער ס'איז קלאר אז 65% פון די אונטערליגענדע מאטיוואציע איז נקמה, נישט פראטעקטן אנדערע קינדער,
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

יעקב מענטש האט געשריבן:...איך קען א משפחה וואס מ'האט געפאקט דעם טאטן מיט מעשים תעתועים, און ער האט פיגורירט אין די נייעס, און איך קען ענק נישט זאגן וואספארא יסורים נוראים דאס איז פאר די משפחה...

און שטעל זיך פאר די וויקטים'ס משפחה, וואס האט דאך זיכער נישט געטון עפעס וואס זאל דאס ברענגען אויף זיי, עאכו"כ.

יעקב מענטש האט געשריבן:פאר איינער גייט צו די פאליציי מיט א קאמפלעינט, "אפי' ס'איז הונדערט פראצענט ריכטיג" זאל ער וויסן אז ער גייט חרוב מאכן סאך מער נפשות לעולמי עד ווי דאס וואס דער מנוול האט שאדן געמאכט, און "אזוי" זאל ער מעסטן די קאסט/בענעפיט אנאליסיס, צו ער זאל יא אדער נישט רעפארטן (פארשטייט זיך נאכדעם וואס ער האט א היתר פון א רב, אבער לאמיר נישט אריינגיין אין דעם), ס'איז אזוי ווי די איזראעליס זאלן 'במכוון' הארגענען א קלאס מיט קינדער ווייל א טעראריסט באהאלט זיך דארט, כש"כ דא וואס די מציאות האט געוויזן אז די שטילע עסקנים טוען בעסער מסדר זיין א משחית ווי די טאקטיקן פון די פאליציי, נאר ס'גייט דורך שטיל אן גרודער און דערפאר הערסטו עס נישט (איך ווייס פון אפאר מעשיות),

שטעל זיך איין מינוט און טראכט וואס דו זאגסט. נישט אויף חזיר ומשפחתו לייג דיין הארץ (דאס איז געווען עפעס וואס ער האט געזאלט טראכטן פארן מעשה, זיין משפחה'ס כבוד און זיינע קינדער'ס שידוכים). אויב איינער איז נאר 51% א מנוול, גייסטו חרוב מאכן - יא דו! ווייל דו האסט דאס געקענט אפשטעלן מיטן מקיים זיין די מצוה פון מסר'ן - צענדליגע קינדער און זייערע משפחות (דאס איז נאר פאר מ'הייבט אהן צו אריינרעכענען די כלל אז א מאלעסטעד ווערט א מאלעסטער, רח"ל).
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

יעקב מענטש האט געשריבן:רב שלום,

דיין תגובה שמעקט מער מיט געפיהלן פון נקמה, ווי לאגישע החלטות.

איך פארשטיי אז דאס איז די אינסטינקטיוו דעסיזשאן פון א געליטענער טאטע, אבער ס'איז קלאר אז 65% פון די אונטערליגענדע מאטיוואציע איז נקמה

אמת

יעקב מענטש האט געשריבן:נישט פראטעקטן אנדערע קינדער

נישט אמת
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שלום על ישראל האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:אריינרופן די פאליס מיינט:
1. מעגליכער ארעסט פון אן אומשולדיגער מענטש.
2. פארשמירן דעם מענטשנס נאמען אין וועבזייטלעך.
3. צונעמען פרנסה פון אן אומשולדיגער מענטש.
4. מאכן חרפות און בושות פאר אן אומשולדיגער מענטש.

אויב דאס איז דיר נישט גענוג, דעמאלס קען איך נאר צולייגן מיין אלטער ברכה. אויב דו וועסט ח"ו זיין דער קרבן, אומשולדיגערהייט, וועסטו שוין פארשטיין פונקטליך די רשעות פון אריינרופן די פאליס בעפארן וויסן די פאקטן 'הונדערט פראצענט' אדער קרוב לזה.

די מעשה וואס איך האב געברענגט אנהייב אשכול, רעדט זיך טאקע פון אזא ציור ווי דו לייגסט אראפ, און די תוצאה? אלע פיר פונקטן וואס כ'האב געברענגט פריער. טאקע נאר פאר אפאר חדשים, אבער אפאר חדשים איז נישט רשעות? און די פחד וואס ער האט עד היום הזה פון מי יודע וועלכער משוגע'נער, איז נישט רשעות? און די פארשמירטע נאמען אין וועבזייטלעך [נאכאלס דא, אן קיין דיסקלעימער], איז דען נישט רשעות?
רשעות, רשעות, און נאכאמאל רשעות!

נישט אריינרופן די פאליס מיינט געווענליך:
1. כמעט-זיכערע פרייהייט און איבער-חזר-ן (תרתי משמע...) פון א שולדיגער מענטש.
2. פארווארפן די נשמה פון א רעכט-אומשילדיגע יונגל שלא טעם טעם חטא קודם לפגוע זו רח"ל.
3. צונעמען א מוסד פון אן אומשולדיגער וויקטים.
4. מאכן חרפות און בושות פאר אן אומשולדיגער קינד (ווען די מנהל רופט אים אריין און איזוועקעוועט זיך איבער אים, "אמת דו ביסט סתם א שקרן?"). הי"ד!

אויב דאס איז דיר נישט גענוג, דעמאלס קען איך נאר צולייגן דיין אלטער ברכה. אויב דיין קינד וועט ח"ו זיין דער קרבן, אומשולדיגערהייט, וועסטו שוין פארשטיין פונקטליך די רשעות פון איגנארענס ווייל "מען מוז וויסן די פאקטן 'הונדערט פראצענט' אדער קרוב לזה".

פאר שלום על ישראל גיי איך מער נישט מסביר זיין, ווייל ער זוכט נישט צו פארשטיין. אבער אויב ס'דא נאך איינער וואס האלט אז זיין ענטפער איז צום זאך, זאל ער זיך מעלדן, און לכבודו וועל איך דאס יא פארענטפערן.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אוודאי דארף מען גיין צו פאליס, אבער נאר גלייך נאכדעם וואס מען האט געגעבן פאר די הנהלה א מרחב זמן צו טוהן צו דער זאך בדרך כבוד און ריכטיג אויספארשן, און זיי האבן דאס נישט געטוהן, אבער די ערשטע זאך פאר זיכער מאכן די מעשה, צו זיך ווענדן צו פאליס איז א רשעות שאין כמוה.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

שלום,

לאמיר ארויסלאזן דעם משחית פאר א רגע, פארוואס זאל איך נישט לייגן מיין הארץ אויף זיין משפחה ? ווייל דער משחית האט נישט געקעירט פאר זיין משפחה וועגן דעם מעג איך זיי אפהרגענען לדורות ? איך כאפ נישט דיין לאגיק!

און ווער זאגט אז מ'זאל נישט קעיר נעמן, דו לייגסט עס אראפ ווי כאילו אדער גייט מען צו די אינסטאנצן, אדער בלייבט ער א משחית,! ווער האט דאס געזאגט ? דו ווייסט וויפיל קעיסעס ס'ווערט געסעטעלט אן די באהערדע ? מ'מאכט אים גיין צו טעראפי, און אויב דאס העלפט נישט פארלאנגט מען אמאל אן אפעראציע אויכעט,

וואס טוט די פאליציי ? אויב מאכט ער א פלי בארגעין, באקומט ער דארט אפאר יאר, און איז ווייטער אויסגעשטעלט צו פארדארבן,

איך קען נישט שרייבן קיין נעמען אדער דעטאלען, אבער אז דו וועסט מאכן אביסל ריסוירטש וועסטו זעהן ווי שיין מ'האט קעירגענומען פון זיי, מ'האט טאקע נישט געהאט קיין 'נקמה מאמענט', ווייל ס'איז נישט געווען קיין טרייעל מיט א סענטענסינג, אבער די חברה זענען מער נישט קיין משחיתים און האבן אפי' מצליח געווען צו צוריק חתונה האבן און פיהרן א נארמאלען לעבן, אפגעראטעוועט דורות, יעצט שטעל דיר פאר וויאזוי ס'וואלט אויסגעקוקט ווען מ'גייט ווען צו ניין וואן וואן
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

אדנירם האט געשריבן:פאר שלום על ישראל גיי איך מער נישט מסביר זיין, ווייל ער זוכט נישט צו פארשטיין. אבער אויב ס'דא נאך איינער וואס האלט אז זיין ענטפער איז צום זאך, זאל ער זיך מעלדן, און לכבודו וועל איך דאס יא פארענטפערן.

גערעכט. ווען איינער ווייזט דור אויף איינמאל און נאכאמאל דיין איינזייטיגקייט קעגען וויקטימס, איז ווייל ער זיכט נישט צו פארשטיין. השם יעזור.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

שלום על ישראל האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:פאר שלום על ישראל גיי איך מער נישט מסביר זיין, ווייל ער זוכט נישט צו פארשטיין. אבער אויב ס'דא נאך איינער וואס האלט אז זיין ענטפער איז צום זאך, זאל ער זיך מעלדן, און לכבודו וועל איך דאס יא פארענטפערן.

גערעכט. ווען איינער ווייזט דור אויף איינמאל און נאכאמאל דיין איינזייטיגקייט קעגען וויקטימס, איז ווייל ער זיכט נישט צו פארשטיין. השם יעזור.

דו האסט אן איינזייטיקייט יעדן צו מאכן פאר א וויקטים.

איך זע די דעבאטע דא איז ווען מ'ווייסט נאך נישט צו ס'איז דא א וויקטים בכלל.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

יעקב מענטש האט געשריבן:

איך קען נישט שרייבן קיין נעמען אדער דעטאלען, אבער אז דו וועסט מאכן אביסל ריסוירטש וועסטו זעהן ווי שיין מ'האט קעירגענומען פון זיי, מ'האט טאקע נישט געהאט קיין 'נקמה מאמענט', ווייל ס'איז נישט געווען קיין טרייעל מיט א סענטענסינג, אבער די חברה זענען מער נישט קיין משחיתים און האבן אפי' מצליח געווען צו צוריק חתונה האבן און פיהרן א נארמאלען לעבן, אפגעראטעוועט דורות, יעצט שטעל דיר פאר וויאזוי ס'וואלט אויסגעקוקט ווען מ'גייט ווען צו ניין וואן וואן

גם אני מצטרף, נאר מענטשן וואס שעפן זייער גאנצע אינפארמאציע פון א האס-ליין קענען אזוי רעדן, איך בין פערזענליך געווען פארמישט אין צוויי קעיסעס וואו די הנהלה האט קעיר גענומען שנעל, ריכטיג, צו יעדן'ס צופרידנהייט, און בדרך כבוד.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

יעקב מענטש האט געשריבן:שלום,

לאמיר ארויסלאזן דעם משחית פאר א רגע, פארוואס זאל איך נישט לייגן מיין הארץ אויף זיין משפחה ? ווייל דער משחית האט נישט געקעירט פאר זיין משפחה וועגן דעם מעג איך זיי אפהרגענען לדורות ? איך כאפ נישט דיין לאגיק!

און ווער זאגט אז מ'זאל נישט קעיר נעמן, דו לייגסט עס אראפ ווי כאילו אדער גייט מען צו די אינסטאנצן, אדער בלייבט ער א משחית,! ווער האט דאס געזאגט ? דו ווייסט וויפיל קעיסעס ס'ווערט געסעטעלט אן די באהערדע ? מ'מאכט אים גיין צו טעראפי, און אויב דאס העלפט נישט פארלאנגט מען אמאל אן אפעראציע אויכעט,

וואס טוט די פאליציי ? אויב מאכט ער א פלי בארגעין, באקומט ער דארט אפאר יאר, און איז ווייטער אויסגעשטעלט צו פארדארבן,

איך קען נישט שרייבן קיין נעמען אדער דעטאלען, אבער אז דו וועסט מאכן אביסל ריסוירטש וועסטו זעהן ווי שיין מ'האט קעירגענומען פון זיי, מ'האט טאקע נישט געהאט קיין 'נקמה מאמענט', ווייל ס'איז נישט געווען קיין טרייעל מיט א סענטענסינג, אבער די חברה זענען מער נישט קיין משחיתים און האבן אפי' מצליח געווען צו צוריק חתונה האבן און פיהרן א נארמאלען לעבן, אפגעראטעוועט דורות, יעצט שטעל דיר פאר וויאזוי ס'וואלט אויסגעקוקט ווען מ'גייט ווען צו ניין וואן וואן

ווער זאגט דען אז דו זאלסט נישט לייגן דיין הארץ אויף זיין משפחה? נאר נישט די גאנצע.

זיי מיר מסביר וויאזוי קען א מענטש אויף די וועלט מאכט ריסוירטש איבער וואס דו זאגסט, אז די גאנצע ענין גייט צו בסוד סודות, און אפילו זיינע שכינים און אידן וואס דאווענען איז זיין ביהמ"ד ווייסן נישט אפצוהיטן זייערע קינדער פון דעם קראנקען?!

זיי מיר אויך ביטע מסביר וויאזוי זענען די חברה דעווארן אויס משחיתים? א עמעטשור אנלייסענסד סיקאלאדזשיסט האט אים געהייסן גיבן $10,000 קנס און זאגן תיקון כללי צוויי מאל צופרי און נאך יעדע מאלעסטעשאן?
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

פרעגט מען זיך נאך אנאנים דא אין שטיבל און מען ווערט געוואר שוין פון צוויי אידן אז יא, די מוסדות כהיום וועלן עפ"י רוב קער נעמען פון אזעלעכע פראבלעמען,
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א. איך טרעף נישט אין די תורה אז דער משפחה פון א מענטש וואס ס'קומט אן עונש איז בכלל א נושא. דעריבער טאמער מ'קען און מ'דארף עפעס טוהן צו א מענטש וועגען זיין שלעכט'ס וכמבואר בשו''ע חו''מ סי' ב', איז זיין משפחה נישט וויכטיג.
ב. דאס אז ווען מ'האט נגיעות וועט מען אנדעריש טראכטען איז נישט קיין לאגישע טענה. דעריבער זענען ברכות/קללות נישט צום זאך.
ג. פאדערען פון א מענטש א בלינדע גלויבונג אין עסקנים/עשקנים און מנהלים איז אויך נישט אין פלאץ. יא, זיי זאגען אז זיי ווארפען ארויס, אבער ווער נעמט אחריות אז ער וועט נישט גייען ערגעץ אנדעריש? מ'שיקט אין טערטפ''י? וועלכע? ווער זאגט אז ס'איז א גוטע טעראפ''י? ווער נעמט אחריות אז ער וועט אנגייען דערמיט?
ד. מיין נסיון אין חינוך איז אז מנהלים זוכען וואס מער זיך אויסצודרייען ווי עפעס טוהן. ט'פארוואס זאל איך גלויבען אז אפילו עפעס ווערט געטוהן? אפשר איז דער עסקן גאר איינער פון דא וואס האלט אז פגם משפחה איז ע נושא?
ה. אבער פארקערט אויך. לכאורה איז דער פאליציי און געריכט סיסטעם נישט קיין עצה מחמת זייער גרייטשאפט צו מאכען עסקים מיט'ן עולם און ווי לייכט ס'איז צו שפילען מיט'ן סיסטעם. אבער קיינער ווערט נישט קיין שייגעץ פאר'ן זיי נוצען, ווייל קיין ברירה האט ער נישט.
ו. מחמת דער מינדס'טע חשש דארף מען נישט דערווייטערען א מענטש פון קינדער. דער תורה ווייזט אונז דער וועג זיך צו פיהרען, און אז מ'פאלגט איהם, דארף מען נישט חושד זיין פאר שלעכט'ס. איי, וועסטו זאגען, וואס וועט זיין אז א קינד איז געשעדיגט געווארען ווייל מיר האבען נישט געהאט גענוג אויפווייזונגען? לא מחכמה שאלת זאת. דאס אז מ'איז נישט חושד פאר א צד רחוק מיינט נישט אז דער צד עגזיסטירט נישט. אבער דער תוצאה איז מן השמים ווייל מ'האט זיך באשיצט כדין.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

יעקב מענטש האט געשריבן:מ'מאכט אים גיין צו טעראפי, און אויב דאס העלפט נישט פארלאנגט מען אמאל אן אפעראציע אויכעט,

עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

ליפא האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:פאר שלום על ישראל גיי איך מער נישט מסביר זיין, ווייל ער זוכט נישט צו פארשטיין. אבער אויב ס'דא נאך איינער וואס האלט אז זיין ענטפער איז צום זאך, זאל ער זיך מעלדן, און לכבודו וועל איך דאס יא פארענטפערן.

גערעכט. ווען איינער ווייזט דור אויף איינמאל און נאכאמאל דיין איינזייטיגקייט קעגען וויקטימס, איז ווייל ער זיכט נישט צו פארשטיין. השם יעזור.

דו האסט אן איינזייטיקייט יעדן צו מאכן פאר א וויקטים.

איך זע די דעבאטע דא איז ווען מ'ווייסט נאך נישט צו ס'איז דא א וויקטים בכלל.

איך מאך יעדן פאר א וויקטים? נישט וואהר.
קוק וואס איך האב געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:קודם וויל איך מקדים זיין מיטן זאגן אז ארויפווארפן א קול פון א מאלעסטער אויף אן אומשולדיגן מענטש איז אסאך ארגער פון קאלט-בלוטיג מערדערן איינעם פאונט-בלענק! די אומפאררעכטבארע שאדן פאר דעם מענטש און זיין משפחה איז שרעקליך ביז גאר. (דאס איז אויסער די שאדן וואס דאס טוט אפ פאר אלע ריכטיגע מאלעסטעשאן-קרבנות, וואס פארלירן די לעגיטימעסי נאכן שרייען "וואלף!". אבער איך לייג דאס איינגערינגלט, כי לא זו העיקר.)

און קוק וואס 'האב געשריבן דא
שלום על ישראל האט געשריבן:למען האמת, אפילו איך רעד אמאל שארף, פארשטיי איך זייער קלאר אז די איינציגסטע מיטל צו באהאנדלען אזעליכע אומבא'טעמ'טע פרשיות, איז מיט א קיהל קאפ, און אויב שמעקט נאר האלבוועגס אז יש דברים בגו, מישט מען גלייך אריין אדער די געזעץ אדער כאטש א וועד ההורים אדער עסקנים, מסתמא דורך אויסעווייניגערס (נישט איינער וואס איז אויף די מוסד'ס פעיראל).

אבער צו האבן טענות פארן נישט טראסטן די מוסד'ס מאטיוון, דארף מען זיין גאר נאיוו.

און דא
שלום על ישראל האט געשריבן:אמת אז אויב די חשד איז לעכערליך, דארף מען אכטונג גיבן וואס מ'טוט ווייל אפילו א פשוט'ער פאליציי-אינוועסטיגעשאן קען אוועקלייגן דעם נחשד, אבער זיך נישט וויסענגדיג מאכן (ווי למשל "מ'עט שוין קער נעמען..."), איז נישט קיין אפציע!
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

נאך איין ווארט אביסעל קלאהר צו שטעלען די לופט נאך די אלע ספין פון די אזויגערופענע קינדער רעכט פרעהדיגער, [וואס ס'רוב פון זיי האבען זיך ארויסגעשטעלט מעהר אלץ מענטשען פרעסער ווי קינדער באשוצער ואכמ"ל], די בלענקעט סטעיטמענט אז קיין מוסד פלעהגט זיך נישט וויסענדיק מאכען פון קיין קינדער אביוז ביז דער באקאנטער מנוול האט זיך גענומען רעדען ניוול פה אויף זיין האט ליין און גענומען באשמירען מענטשען שולדיקע און אומשולדיקע צוגלייך, וכו', דאס איז שטויות ושטוית!

זיכער אז די אויפמערקזאמקייט - אוועירנעס איז היינט פיהל מעהר, אבער צו זאגען אז א מנהל אדער מחנך האט געוויסט אז א קינד ווערט מאלעסטעד און ער האט זיך פארמאכט די אויגען, איז נאריש און אבסורד! צו זאגען אז ווען א טאטע אדער מאמע איז געקומען קאמפלעינען אויף מאלעסטעישען האט מען זיי גאהר ארויסגעווארפען אדער ווייס איך וואס געטוהן, איז טיפשות'דיק און אבסורד!

ווער ס'ווייסט אביסעל פון מוסדות צו זאגען, און ווער ס'האט אביסעל שכל אין קאפ ווייסט אז די זאכען זענען גאהר שטרענג ביי די היימישע מוסדות, דער מנהל/מלמד/חבר הנהלה וויל אויך נישט אז אין זיין מוסד ./קלאס זאל מען מאלעסטען קינדער, ולא עוד, זיי האבען אליין קידנער אין די מוסד, זיי ווייסען די געפאהר, זיי גייען נישט סיסטעמאטיש פארמאכען די אויגען און לאזען די רוצחים ארומשפאצירען אין די מוסדות און קעמפס און באלעסטיקען קינדער,

נאר וואס דען, ס'האט זיך געמאכט אויסנאם פעלער, מעהגליך אז מ'האט אמאהל באשולדיקט א נאנטע משפחה פון די מנהל, אדער א חבר פון כ"ק אדמו"ר פון די מוסד, וכהנה, און מ'האט עס נישט באהאנדעלט ווי מ'באהאנדעלט עס געוועהנליך, יא, זיכער אז ס'האט פאסירט פעלער, און ס'איז א הימעל שרייענדיקע עוולה, און מ'דארף אזוינע מענטשען צאמשטעלן די מנהל מיטען באשולדיקטען און אנפראקען אינאיינעם אז ס'זאל שפריצען בלוט, אבער, דאס איז אבסאלוטלי אין ערגעץ נישט געוועהן די נארמע, אלע ווייסען און האבען געוויסט אז די ענינים זענען פון די מערסט אומטאלערירטע זאכען אין אונזערע קרייזען
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

געוואלדיג האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:מ'מאכט אים גיין צו טעראפי, און אויב דאס העלפט נישט פארלאנגט מען אמאל אן אפעראציע אויכעט,

כ'האב שוין געהערט פון דעם כמה פעמים. קודם כל - ווי ווייט מיין ריסורטש האט דערגרייכט - האב איך נישט געקענט פעסטשטעלן קיין איינציגסטע קעיס ווי מען האט פאקטיש דורכגעפירט אן אפעראציע. צווייטענס, די אפעראציע פארריכט נישט אלעס, כמובן.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. איך טרעף נישט אין די תורה אז דער משפחה פון א מענטש וואס ס'קומט אן עונש איז בכלל א נושא. דעריבער טאמער מ'קען און מ'דארף עפעס טוהן צו א מענטש וועגען זיין שלעכט'ס וכמבואר בשו''ע חו''מ סי' ב', איז זיין משפחה נישט וויכטיג.
ב. דאס אז ווען מ'האט נגיעות וועט מען אנדעריש טראכטען איז נישט קיין לאגישע טענה. דעריבער זענען ברכות/קללות נישט צום זאך.
ג. פאדערען פון א מענטש א בלינדע גלויבונג אין עסקנים/עשקנים און מנהלים איז אויך נישט אין פלאץ. יא, זיי זאגען אז זיי ווארפען ארויס, אבער ווער נעמט אחריות אז ער וועט נישט גייען ערגעץ אנדעריש? מ'שיקט אין טערטפ''י? וועלכע? ווער זאגט אז ס'איז א גוטע טעראפ''י? ווער נעמט אחריות אז ער וועט אנגייען דערמיט?
ד. מיין נסיון אין חינוך איז אז מנהלים זוכען וואס מער זיך אויסצודרייען ווי עפעס טוהן. ט'פארוואס זאל איך גלויבען אז אפילו עפעס ווערט געטוהן? אפשר איז דער עסקן גאר איינער פון דא וואס האלט אז פגם משפחה איז ע נושא?
ה. אבער פארקערט אויך. לכאורה איז דער פאליציי און געריכט סיסטעם נישט קיין עצה מחמת זייער גרייטשאפט צו מאכען עסקים מיט'ן עולם און ווי לייכט ס'איז צו שפילען מיט'ן סיסטעם. אבער קיינער ווערט נישט קיין שייגעץ פאר'ן זיי נוצען, ווייל קיין ברירה האט ער נישט.
ו. מחמת דער מינדס'טע חשש דארף מען נישט דערווייטערען א מענטש פון קינדער. דער תורה ווייזט אונז דער וועג זיך צו פיהרען, און אז מ'פאלגט איהם, דארף מען נישט חושד זיין פאר שלעכט'ס. איי, וועסטו זאגען, וואס וועט זיין אז א קינד איז געשעדיגט געווארען ווייל מיר האבען נישט געהאט גענוג אויפווייזונגען? לא מחכמה שאלת זאת. דאס אז מ'איז נישט חושד פאר א צד רחוק מיינט נישט אז דער צד עגזיסטירט נישט. אבער דער תוצאה איז מן השמים ווייל מ'האט זיך באשיצט כדין.

זייער שיין ארויסגעברענגט, און שיין צוזאמגענומען. קומסטו ווען אריין פריער, וואלט מיינע פינגערס נישט געווען טשארלי-הארסט, און מיין באלאבוס וואלט נישט געדארפט שרייען אז גארנישט ווערט נישט פארטיג היינט...
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס ברענגען עקסטרעמע מעשה'ס פון ביידע זייטען העלפט נישט לייזען די פראבלעם, ווייל פאר יעדער מעשה איז דא א פארקערטער אויך. פאר יעדער עסקן וואס איז געטריי, קען איך טרעפען צען וואס זענען גרייט צו ארבעטען למען ה'כלל' און דער פרט זאל גייען פייפען. דעריבער דארף מען קוקען די זאך פון ביידע עקען.
ס'איז מעגליך אוועקצושטעלען א סיסטעם אויף צוויי וועגען. אדער מער לטובת הקינד אדער מער לטובת ה'ערוואקסענע'. ד.ה. די ערשטע גייט שוין נעמען יעדער חשד כאילו ס'איז קרוב לוודאי און מ'גייט טוהן וואס ס'פעלט אויס צו פארזיכערען אז קיין שום קינד זאל נישט באשעדיגט ווערען. דאס קען צומאל וויי טוהן אן ערוואקסענע מענטש, איהם אוועק נעמען די פרנסה און מאכען גרויסע בזיונות, אבער דער קינד איז באשיצט.
דער אנדערע וועג גייט מיט א מהלך פון חזקת כשרות און קיין שום מענטש קען מען נישט באשולדיגען אן קלארער אויפווייזונגען. טאמער א קינד קען אמאל ליידען דערפון, טארען מיר אונז נישט וויי טוהן א מענטש יעצט אויף א ספק היזק פון א קינד.
רוב פון אונז פאלען ערגעץ אינדערמיט, אבער דער וואס זאגט נאר איין זייט פונ'ם מטבע, פארגעסט פון האלב די מעשה.
יעצט ווען מען דערמאנט א מעשה מיט א באס דרייווער זעה איך נישט קיין תועלת ווען ס'איז נישט אלס א חלק פון די גאנצע ענין.

און לגבי מוסדות אמאל האט מען נאכאמאל דער ערסטרעמע צד. ווען א מנהל גייט אריין אין אן אלקערל אין זיין מוסד און טרעפט א מלמד ללא שום ספקות מיט א קינד אין א נישט כ'ניאקישע אופן, וועט ער אוודאי טוהן צו די זאך, יהיה מי שיהיה. די פראבלעם איז אז מ'איז נישט אייביג אזוי גליקליך צו כאפען די זאך כמכחול בשפופרת. מ'האט נאר השערות און חששות. וויבאלד ס'איז א זייער אומאיינגענעמער נושא צו באהאנדלען, דעריבער האט מען ליבערשט זיך געמאכט נישט וויסענדיג מיט'ן רעכטע תירוץ אז מ'האט נישט קיין ראיה דערצו. מ.האט טאקע נישט געגלויבט, ווייל צו גלויבען איז זייער נישט געשמאק. דער נייע עפאכע, זאל זיין מחמת נ''ר אדער טראץ נ''ר, לאזט נישט צו אזא מצב. ס'האט אויך פאראורזאכט ליידיגע באשולדיגען און מ'דארף דן זיין ווי גרויס איז די הפסד און וואס פאר א פרייז איז מען גרייט צו באצאלען. אבער מ'דארף מיט אפענע אויגען אנערקענען די פרייז.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. איך טרעף נישט אין די תורה אז דער משפחה פון א מענטש וואס ס'קומט אן עונש איז בכלל א נושא.

#על שהעמידו דבריהם על דין תורה
ביטע קום מיר נישט יעצט מיט די תורה. עס קומט נישט אריין אינעם שמועס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!

שליחה דורך ירא שמים »

ווי שטייט אין די תורה אז א מאלעסטער באקומט א עונש ?
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!

שליחה דורך גר ותושב »

ירא שמים האט געשריבן:ווי שטייט אין די תורה אז א מאלעסטער באקומט א עונש ?

ער זאגט נישט אז עס שטייט ער זאגט נאר אז ווען מען זעיט אז מען גיט א עונש על פי תורה ביי אנדערע זאכן איז נישט דא קיין תירוץ מדארף רחמנות האבן אויף די משפחה נאר להיפך למען ישמעו ויראו.
פארשפארט