אדנירם האט געשריבן:זיין זון, יששכר כ"ץ, האט אים גראדע נישט געברענגט קיין סאך נחת. ווייל די סארט נחת איז אים בכלל נישט געווען נאנט צום הארצן.
יעצט, בעולם האמת, וועט ער זעהן אביסל א ברייטערע בילד, און שעפען נחת.
א געשמאקע איד, א ברייטן קאפ.
קאווע טרינקער האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:זיין זון, יששכר כ"ץ, האט אים גראדע נישט געברענגט קיין סאך נחת. ווייל די סארט נחת איז אים בכלל נישט געווען נאנט צום הארצן.
יעצט, בעולם האמת, וועט ער זעהן אביסל א ברייטערע בילד, און שעפען נחת.
א געשמאקע איד, א ברייטן קאפ.
shem-tov האט געשריבן:וואס האט ער שוין געזאגט ביים הספד וואס האט יעדן אזוי שטארק אויפגערעגט
הוגה האט געשריבן:[justify]ער האט גערעדט אין ענגליש? שרעקליך! און נישט סתם אן ענגליש, נאר א הויך-קאליבאר סאפיסטיקירטע ענגליש. שומו שמים. אזעלכע בזיונות צו מאכן פאר א טאטע וואס זיין גוף איז ווארים. רבותי, גראו אפ! הערטס אויף צו רעדן ווי קליינע קינדער. וואלט איך אים געראטן דאס צו טון? זיכער נישט. אבער ער האט קיינעם נישט פארשעמט אדער ב'עוולה'ט. סך הכל האט ער געמאכט דער טיפישע חרדי מיט בעיבישע דאגות פילן אביסל אומבאקוועם. נו, זאלן זיי גיין נעמען די פילן. זיין טאטע איז דאך שוין אויף דעם עולם האמת. אזוי גלייבן מיר דאך. נישט אזוי? נו, איר מיינט אז אויף דער עולם האמת איז אויך א נפקא מינה צו מען טראגט א רעקל און צו מען רעדט אין ענגליש?
.[/justify]
הוגה האט געשריבן:[justify]גערעכט, דעת תורה. פארדעם וואלט איך אים געראטן עס נישט צו טון. אבער פון דארט ביזן מבזה זיין און בעוולה'ן זיין טאטע/משפחה? פליז! ווען ער ווערט ווען א ליובאביטשער און ער קומט מיט זיין קנייטש און פראק, און ער זאגט נאך א ווארט פון די רבי מה"מ, וואלסטו אויך אזוי געזאגט? דער וואס קען נישט טאלערירן אנדערע סארט אידן זאל גיין לערנען אביסל מסילת ישרים און אויפהערן וויינען אזויפיל.
.[/justify]
ראשעקאל האט געשריבן:וואס וואלסטו געזאגט אויב א מזרחיסט האט א זוהן א סאטמערער וואס קימט אים מספיד זיין אויף אידיש און זאגט נאך שיינע געדאנקען פון ויואל משה?