יעקב מענטש האט געשריבן:הרב ליטוואק טענהט אז אין די תורה זעהט מען נישט אז מ'דארף זיך רעכענען מיט די געפיהלן פון די משפחה פון דעם בשטראפטן.
אמת,
אבער ווער רעדט דא פון געבן עונשים ? ווען דו גייסט רעפארטן צו די פאליציי, טוסטו דאס כדי יענער זאל באקומען א עונש ? חס ושלום! זייט ווען איז מען דן אן קיין בי"ד ?
די איינציגע סיבה פארוואס מ'רעפארט איז - אנגעבליך- צוליב פראטעקטן אנדערע קינדער, (די 'עכטע' סיבה איז נקמה), נו, אויב אזוי מאך א קאסט/בענעפיט אנאלאסיס, און זעה צו דו מאכסט מער ריוח ווי שאדן אדער פארקערט,
וועגן דו אנדערע זאכן וואס דו האסט געשריבן, ביסטו פשוט נישט אפדעיטעט מיט די עדווענסמענטס וואס די מוסדות און עסקנים האבן געמאכט אין דעם געביט, הן מיטן פריווענטן א פראבלעם, רוב מוסדות האבן היינט קעמערעס איבעראל, און הן ווען ס'מאכט זיך א אומגליק,
און במציאות ווערן זאכן סאך בעסער געסאללווט אינדרויסן פון דעם שטאטישען סיסטעם, וואו די ציהל איז בכלל נישט צו 'סאלוון' א פראבלעם, נאר 1) צו טוהן 'דזשאסטיט', באשטראפן דעם באשולדיגטן (אפיציעל) 2) פארשענערן דעם רעזומעי פון דעם פראסעקיוטער אז ער האט מצליח געווען צו פארשיקן נאך איינעם אויף לעבנסלעגליכע טורמע, אזוי ארום ארויפרוקן זיין ווערט ווען ער גייט זוכן א דזשאב אין דעם פרייוועט סעקטער (אומאפיציעל, אבער זיכער אמת),
דו ברענגסט ארויס א מורא'דיגע נקודה. אויב די גאנצע נושא איז נאר פראטעקשאן, דאן דארף מען פראטעקטן יעדעם.
איז אזוי. ווילאנג מען האט א באלאנסירטע שקלא וטריא די אזוי-גערופענע וויקטים מיט די אזוי-גערופענע פוגע, מען נעמט אין באטראכט די רווח און שאדן וואס איז פארגעקומען און וואס קען ארויסקומען פאר זיי און זייערע משפחות (ביידע;
לעטס בי פעיר דערוועגן), און די סכנה פון לאזן לויפן. אז מען נעמט אלעס און באטראכט און מ'מאכט גארנישט אוועק, איז דאך גוט. ס'גייט אבער ליידער נישט אזוי. כ'על דאס בעסער מסביר זיין אין א מינוט.
ביי דע וועי: לאו ענד ארדער (law & order) ארבייט אויף עטליכע פראנטן, אריינגערעכנט נקמה. יאפס, תפיסה איז נישט נאר צו אפהאלטן די פארברעכער פון די גאס, נאר נקמה איז וויכטיגע חלק, למען ישמעו וייראו.
בנוגע דאס וואס דו זאגסט אז
די מוסדות האבן געמאכט פארשריט, דאס ווייסט יעדער, די שאלה איז נאר
וויפיעל,
ווי שנעל און
פארוואס. ערלויב מיך ביטע זיך צו מסביר זיין.
וויפיעל און ווי שנעל האבן זיי געמאכט פארשריט? זיי האבן געמאכט גרויס פארשריט ב"ה אין די הינזיכט פון פרעווענשאן מיט קעמערעס וכדומה, כאטש ס'איז נאך פארהאן אסאך צו טוען. ווען ס' האט זיך שוין געמאכט א אומגליק ה"י, איז כמעט נישט פארהאן קיין שום פארשריט. (פארשטייט זיך אז דאס איז אלעס בכללות'דיג; ס'איז פארהאן - און ס'איז אייביג געווען - אסאך מוסדות און מנהלים וואס האבן די קאפ און הארץ אויפן פלאץ.)
די אנדערע שאלה איז
פארוואס. ד.ה., פארוואס האבן זיי דען געמאכט די פארשריט וואס זיי האבן יא געמאכט? ווייל ס'איז געווען גרידער, און זיי האבן קיין צוויי ברירות נישט געהאט, כמי שכפאו שד, אז נישט וואלטן זיי זיך גאר-שנעל פארשפילט מיטן געזעץ.
טא, פרעג איך אייך, זאל א טאטע אפשטעלן די גרידער אדער מאכן פרישע גרידער?
איינע פון די גרעסטע פונדאמענטאלע פראבלעמען פון לאזן די מוסד, מנהל, הנהלה אדער אינערליכע וועד קער נעמען, איז קאנפליקט אוו אינטערעס. ווער ס'פארשטייט נישט צו דעם זאל עס גוגל'ן, אבער א הנהלה און אלעס ארום האבן פאקטיש א נגיע צו אפהאלטן א קול ווייל ס'איז א שטיקל שאדן פאר די מוסד און הנהלה אז אזאנס האט זיך אפגעשפילט ביי זיי. (דאס אליינס איז באמת א נער'ישע גלגל החוזר, ווייל איינמאל א מוסד זאל נאר ארויסקומען מיט א זערא-טאלערענס פאליסי, וועט די כבוד דערפון גלייך איבערוועגן די שאנדע.)
דיסקלעימער: איך האלט בכלל נישט אז מ'כאפט און מ'לויפט צו די פאליציי ביים ערשטען מינוט וואס דו הערסט האלבעטע ווערטער. קיין שום עקסטרעמע מהלך איז קיינמאל נישט פראדאקטיוו. מיין עיקר נקודה איז - ווי [tag]שלום על ישראל[/tag] האט געזאגט - אז ווען איר הערט וועגן א פרוסטרירטע עלטערן וואס ווילן טראסטן די הנהלה און נעמען שריט, פראביר צו פארשטיין זייערע ברירות.