ווען פייבוש'ל אושפיצינער האט אינטערוויו'ט נאפאליאן קייסער.

[center]דער דאפלטער מעשה:[/center]
[center]א.[/center]
ווען משה ברוך מייעראוויטש האט איבערגעלעבט די וועלט מלחמה, איז ער געווען א יונגערמאנטשיק פון דרייסיג יאר אלט, און האט פארלוירן זיין גאנצע משפחה ביים קריג. ווען איינער וואלט געטראפן דעם חרס הנשבר אין בערגן בעלזן ביים ענדע קריג, און אים געזאגט אז אפאר יאר שפעטער וועט ער זיין סיי אן אבי משפחה מיט זיסע קינדערלעך, און סיי א גביר מיט א סוקסעספולע ביזנעס אין אמעריקע, וואלט ער אים געלאכט אין פנים. אבער אז דער אייבערשטער וויל, ווערן חלומות פאקטן, און אין תשי"ב האט ער שוין געהאט א גוט-גייענדע פעקטארי פאר קליידונג, אין אמעריקע, און פארשטייט זיך - ער איז שוין געווען א מטופל מיט דריי זיסע קינדערלעך.
אין יענע יארן איז נאכנישט געווען די סאפיסטיקירטע ווידעא קעמערעס אזויווי היינט צוטאגס, און כדי צו האלטן חשבון אויף זיינע צענדליגע ארבעטער'ס, ווען מ'קומט און ווען מ'גייט, ווער ס'ארבעט מיט א פלייס און ווער ס'פוילעצט אונטער, האט ער געהאט אן אפיס א שטאק העכער דעם ריזן זאל וואו די ארבעטער'ס האבן געארבעט, און ער האט אריינגעשטעלט א באהאלטענער סקיי לייט, פון וואו ער האט געקענט באטראכטן פונקטליך ווער ס'ארבעט גוט און ווער נישט. ער האט נישט געוואלט מודיע זיין זיינע איינגעשטעלטע דערוועגן, כדי זיי נישט צו מאכן שפירן ווי נאגעקוקטע פערזאנען, און ער האט טאקע נישט אויסגענוצט דעם פענסטער'ל צו שמייסן זיינע ארבעטארער'ס, נאר ענדערש צו האלטן חשבון ווער ס'האלט דערביי און ווער נישט.
--------------------
ווען בערל חאצקעלאוויטש און בערל בערקאוויטש האבן זיך איינגעשריבן די זעלבע צייט צו קומען ארבעטן ביי אים, האט ער זיי ביידן גערן אריינגענומען, וויבאלד ער האט ליב געהאט צו האבן אפאר היימישע אידן ארבעטן פאר אים. אבער ער האט זיי ביידן אנגעווארנט נישט צו נעמען 'עטווענטעדזש' פונעם פאקט אז ער איז א היימישער, און זיי זאלן ארבעטן ווי נארמאלע מענטשן. א זאך וואס בערל חאצקעלאוויטש האט גענומען מיט פארשטענדעניש און א פשטות, און האט טאקע געארבעט זייער איבערגעגעבן, נאך אפילו מער פון די אלטגעזעצענע ארבעטארער. בערל בערקאוויטש ווידער, האט זיך אויפגעפירט אזויווי ביים טאטן אין וויינגארטן, געקומען ווען ער האט געוואלט און געגאנגען ווען ער האט געוואלט, און היבש אונטערגעהינקעט ביים ארבעט. די חילוק צווישן די צוויי 'בערעלעך' - ווי מ'האט זיי גערופן - איז געווען הימלשרייענד, אזש מ'האט געמאכט א חילוק צווישן די צווי, רופנדיג דעם פלייסיגן חאצקעלאוויטש - 'בערל', און דעם פוילן אויסנוצערישן בערקאוויטש - 'בערקוי'. יש אומרים כשם גנאי, ויש אומרים כשם לואי ווייל זיין לעצטע נאמען איז געווען 'בערקאוויטש'.
אזויפיל שכל האט בערקוי [געמיינט אז ער האט] געהאט, אז ווען דער 'באסס' - משה ברוך מייעראוויטש - איז אריינגעקומען אין ארבעטספלאץ, פלעגט ער ארבעטן מיט א פלייס מיינענדיג אז ער שפילט גוט אויס דעם בעל הבית. אזוי אויך האט ער אנגעקניפט גוטע קשרים מיט די אנדערע ארבעטער'ס, זיכער מאכנדיג אז זיי זאלן אים נישט פאר'מסר'ן פארן באסס. און אזוי זענען פארלאפן וואכן, און דערנאך חדשים, ואין פוצה פה ומצפצף. בערל האט זיך גערעגט, אז ער ארבעט אזוי שווער און ווער באצאלט פונקט ווי דער פוילער שטריק בערקוי, אבער ס'וואלט נישט עולה געווען על דעתו צו פאר'מסר'ן א אידישע ברודער, און דערפאר האט ער געשוויגן. און יעדער האט טאקע געמיינט אז דער בעה"ב ווייסט פון גארנישט, וויבאלד ער פלעגט טאקע נישט זוכן צו 'ווייזן' פאר די ארבעטערס זיינע אז ער 'ווייסט' אלעס וואס קומט פאר ביי זיך אין פאבריק.

[center]ב.[/center]
ווען דער נייער יאר האט זיך אנגעהויבן, זענען אלע ארבעטערס דורך כבני מרון פארן באלעבאס, מיט באזונדערע אפוינטמענטס, און דער בעה"ב האט אפגע'פסק'נט יעדן לויט ווי ער האט פארשטאנען אז יענער האט געארבעט. א גוטן ארבעטער האט ער געגעבן א רעיז, א שוואכערע ארבעטער האט ער נישט מוסיף געווען, און א טויגניכטס האט ער משלח געווען. געווענדליך זענען נישט געווען קיין עוררין אויפן פסק דין... ווייל ער האט גוט צוגעטראפן צו יעדן אין פינטל. אבער דאס יאר, ווען ער האט געזאגט פאר בערקוי אז ער קען זיך זוכן א נייע דזשאב ערגעץ אנדערש, האט בערקוי אויפגעשפרינגען טענה'נדיג אז ער האט גוט געארבעט (געפאפט), און ער פארשטייט נישט על מה החרי האף הגדול הזה.
דער בעה"ב, ר' משה ברוך מייעראוויטש האט אים גארנישט געענטפערט, נאר אנשטאט דעם האט ער אים צוגעפירט צו זיין באהאלטענעם פענסטער'ל און אים געזאגט: 'קוק'. ווען בערקוי האט געכאפט א בליק, איז ער בלאס געווארן און געכאפט אז ער איז דערנאך. משה ברוך מייעראוויטש - קענטיג אביסל איינגעהאלטן, האט אים א פרעג געטאן שטילערהייט: 'דו פארשטייסט שוין'? אויף וואס בערקוי האט ארויסגעשאקלט א 'יא' מיט אן אראפגעלאזטן קאפ, פאר בושות, כאפנדיג אז אייגנטליך האט דער באלעבאס מיטגעהאלטן זיין 'ארבעט' א גאנץ יאר, און האט אים גארנישט געזאגט. זיי האבן זיך געזעגנט און בערקוי האט געכאפט דער מעסעדזש פארן לעבן.
דערנאך איז בערל חאצקעלאווישט, דער פלייסיגסטער ארבעטער אריין, און געבעטן א העכערונג פאר זיין איבערגעגעבענע ארבעט. משה ברוך מייעראוויטש האט אים איבערראשט: 'כ'וויל דו זאלסט זיין פון היינט און ווייטער, דער מענעדזשער פונעם גאנצן פאבריק. כ'האב געזען דיין ארבעט, און דיר קומט זיך דער דער העכסטס ראנגיקער פאסטן נאכן בעה"ב. פארשטייט זיך אז דיין געהאלט גייט אויך געדאפלט ווערן' = נאום משה ברוך מייעראוויטש, באלעבאס.
בערל חאצקעלאוויטש איז געווען פונקט אזוי אין שאק, ווי דער צווייטער בערעלער 'בערקוי'. נישט גלייבנדיג זיינע אויערן האט ער געפרעגט דעם בעה"ב פארוואס פונקט ער האט זוכה געווען דערצו. 'נישט אז כ'האב נישט געארבעט שווער און געטריי, אבער פון וואו ווייסט דער באסס פונקטליך ווי גוט איך האב געארבעט' - האט בערל זיך הויך געוואונדערט. צום צווייטן מאל אין טאג, האט משה ברוך מייעראוויטש אנגעוויזן אויפן באהאלטענעם פענסטער'ל, און בערל האט שוין גוט פארשטאנען 'במה זכה'. איין קשיא האט אים געעגבערט אין מח, און ער האט געפרעגט דעם באסס: אויב האסטו יא געוואוסט ביז יעצט, פארוואס האסטו א גאנץ יאר געליטן פון בערקוי און געשוויגן???
משה ברוך האט אים געענטפערט מיט א מעשה:

[center]ג.[/center]
ווי באקאנט, איז דער לעצטער 'וועלטס הערשער' געווען דער בארימטער פראצויזישער גענעראל און אומאפיציעלער קייסער, נאפאליאן באנעפארטא, וואס האט אפגעהאלטן מערערע גלענצנדע נצחונות אין שלאכטפעלד, מיט זיין גאונ'ישער קאפ. ער האט געקענט אויסרעכענען אויף א הפלא'דיגן אופן וואו אפצוהאלטן א שלאכט, און וואו ס'לוינט נישט. אבער צום סוף האט ער געענדיגט זיין לעבן אין גלות אין אן אפגעזונדערטן אינזל בשם סעינט העלענא. אין גלות האט ער געגעבן פארשידענע אינטערוויו'ס מסביר צו זיין זיינע פילאזאפיעס ותכסיסי מלחמה אד"ג.
אין שטאט אושפיצין האט געוואוינט א איד, וואס האט זיך געהאלטן פאר א טיפער געלונגענער טראכטער, בשם פייבוש בערגמאן. פייבוש איז געווען דאס גענאר פון שטאט, קומענדיג מיט טעאריעס וואס זענען נישט ווערט די שפייעכץ פון מויל, און מיינענדיג אז דער לשון 'חכימאי דיהודאי' רעדט פון אים. אין אמת'ן אריין, וואלטן אים די שטאטס לייט שוין לאנג געשיקט קיין כתרילעווקע, אבער כדי מקיים צו זיין דעם געהויבענעם ענים אז א שטאט איז נישט קיין שטאט אן קיים שטאטס משוגענער, האט מען אים געלאזט פלוידערן זיינע דברים מלהיבים את הדעת והרעיון.
ווען די שמועות פון נאפאליאנ'ס נצחונות זענען אנגעקומען צו זיינע אויערן, האט ער דאס נישט געקענט פארשטיין: 'וויאזוי איז בכלל מעגליך בייצוקומען דעם מעכטיגן צאר ניקאליי? ער האט דאך אזא שטארקע מיליטער'. ומכלל זה בא לכלל החלטה אז דאס איז זיכער ארויסגעזויגן פון פינגער, און אין כאן לא נאפאליאן ולא מלחמה ולא כלום. ווען מ'האט אים געוויזן אלטע צייטונגען [אין יענע תקופה פלעגט אנקומען איין אלטע אויסגעדראשענע צייטונג אין אפאר חדשים, און דער גאנצער שטאט פלעגט דאס ליינען מיט דארשט און אויסקוועטשן יעדעס ביסל נייעס], האט ער מסכים געווען אז ס'איז דא א נאפאליאן, און אז ער פירט מלחמות, אבער 'מנצח זיין דעם צאר'? דאס איז זיכער נישט אמת ווייל ס'איז נישט מעגליך! אבער נאך אפאר יאר האט ער געמוזט מודה זיין דערצו, און ער האט זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן 'וויאזוי קען עס זיין'. אזוי האט ער גע'חקר'נט ביז ער געוואויר געווארן אז מ'האט ענטגילטיג מנצח געווען נאפאליאן, וואס איז געגאנגען אין גלות אין אינזל סעינט העלענא.
און דאן האט אויפגעבליצט אין זיין קאכעדיגן מח א וואזשנער איינפאל: 'יעצט קען מען דאך רעדן מיט נאפאליאן, כ'העל אריבערפארן צום אינזל, און אים פרעגן דירעקט וויאזוי ער האט דאס באוויזן'. אבער ס'זאגט זיך גרינגער ווי ס'טוט זיך, אנצוקומען אהין האט ער געדארפט האבן א ספעציעלע וויזע קיין ענגלאנד, וויבאלד דאס אינזל האט געהערט צום בריטישן מלוכה. און דער וועג צום פארווארפענעם אינזל וואלט געקאסט א שיינע פאר רובל, וואס אונזער גרויסער חכם 'פייבוש' האט נישט געהאט [לדעתו איז דאס געווען נאך א צייכן פאר זיין חכמה, כדכתיב 'לא לחכמים לחם']. בנוסף לזה, ווער זאגט אז נאפאליאן וועט וועלן רעדן מיט אים? אבער נישט אזא עקשן ווי פייבוש וועט אויפגעבן אזוי שנעל, און ער האט געוואוסט אז נאפאליאן, דער מייסד הסנהדרין אין פאריז, און גלייכבארעכטיגונג געבער פאר די אידן אין אייראפע [אמאנציפאציע], וועט אים 'זיכער' אויפנעמען זייענדיג אפיציעל אן אוהב ישראל. פייבוש האט זיך אפגעשפארט א פרוטה אויף א פרוטה, און נאך צוויי יאר האט ער צאמגעקראצט גענוג געלט אויף זיין ווילדן נסיעה צום אינזל 'סעינט העלענא', זיך צו טרעפן מיטן געוועזענעם פראנצויזישן הערשער - נאפאליאן באנעפארטא.

[center]ד.[/center]
אנקומענדיג אין אינזל, האט פייבוש געווענדעט זיינע טריט צום 'פאלאץ' פון נאפאליאן, נישט בעפארן נאכקוקן דעם דין צו מ'קען מאכן א ברכה שחלק מכבודו/מחכמתו, אויף אן אויסגעברענטער העלד. די אושפיצינע קהילה האט אים מיטגעגעבן א בריוו 'מטעם', ווייל אפשר אזוי וועט ער קענען באקומען אן אינטערוויו כאות נפשו הבהמית. און צו אלעמען - חוץ פייבוש'ס - וואונדער, האט נאפאליאן זיך דערפרייט צו זען א יודעלע וואס זוכט אים בחפץ לב, און ווייזנדיג די סימבאל הקהילה וועם ער פרעזענטירט האט נאפאליאן מסכים געווען צו ענטפערן זיינע שאלות.
פייבוש האט גלייך אויסגעשאסן: וויאזוי האט אייער עקזיסלענץ [דא האט ער זיך אביסל צוקעכקעט] באוויזן אפצוהאלטן אזעלכע שטוינענדע זיגן אנטקעגן דעם 'אומבאזיגבארן צאר' ניקאליי? וואו ליגט די סוד באגראבן? נאפאליאן האט געזען וואס דא גייט פאר, און ער האט אים קורצליך אפגעענטפערט: דו נאר איינער, דו מיינסט אז דער עיקר מלחמה ליגט אין די שטארקייט פונעם מיליטער? אדער אפילו אין די צאל סאלדאטן וואס זענען אינעם מיליטער? דער עיקר מלחמה ליגט אין 'תכסיסי מלחמה'. צוויי יסודות האב איך געהאלטן שטענדיג פאר מיינע אויגן, איינס - כ'פלעג באזוכן געוויסע שטעט און שטיין אויף א שפיץ בארג, און באטראכטן דעם גאנצן געגענט, אזוי האב איך געקענט אויסרעכענען וואו ס'לוינט זיך צו פירן א קריג, וועלכע פלאץ איז געאייגנט דערפאר און וועלכע נישט, און אין איינוועגס האב איך געקענט זען וויפיל באטאליאנען דער שונא האט אין דעם געגענט און אין יענעם געגענט, און אזוי אויסרעכענען מיינע ווייטערדיגע שריט. און צווייטנס - כ'האב געליינט אלע היסטאריע ביכער וואס רעדן פון שלאכטן, און אזוי אויך האב איך דורכגעליינט אלע ביכער וואס רעדן פונעם רוסישן מיליטער מיום היווסדה, זייער מענטאליטעט און כח, אא"וו, און דורכדעם האב איך געהאט די סטראטעגישע כח צו מאניפולירן זייערע געוואוינהייטן צו מיין ווילן. און מיין מפלה אין רוסישן פראנט איז אויך נאר געווען צוליב דעם, ווייל כ'האב פארגעסן אריינצונעמען אין חשבון די אייזיגע רוסישע ווינטערס, וואס האבן עווענטועל פארפרוירן מיינע סאלדאטן וואס זענען נישט געווען געוואוינט צו אזאנע קעלטן. אבער דו שוטה, דו האסט געמיינט אז כ'האב נישט גוט געוואוסט וואס איך טו? דיר איז נישט איינגעפאלן אז איך האב טיפע חשבונות וויאזוי איך פיר מיין מיליטער?!
וכל מעשי תקפו וגבורתו של נאפאליאן קיסר, הלוא הם כתובים בספר דגול מרבבה [דאונלאוד].
-----------------
משה ברוך מייעראוויטש האט פארענדיגט די מעשה צו בערל'ן, וואס האט נאכנישט געכאפט וואו די מעשה קומט דא ריין, און אויסגעפירט: דער בערקוי האט בעצם נישט פארדינט צו ארבעטן דא א גאנץ יאר, נאר איך בין צופעליג געווען שולדיג זיין טאטן א קליינע טובה, און לכבודו האב איך געהאלטן דעם פוילן זון א גאנץ יאר, אבער דו מיינסט טאקע אז איך האב נישט געוואוסט א גאנץ יאר אז ער איז ווערט א רעטעך?! דו מיינסט אז איך האב נישט געזען ווי דו שוויצט אוועק ווען ער האקט א טאג?! כ'האב קוים געווארט דער יאר זאל זיך ענדיגן אז כ'זאל אים קענען משלח זיין און דיר געבן דעם 'מענעדזשער' דזשאב מיט א גרויסן געהאלט! און טאקע ווי נאפאליאן האב איך סיי באטראכט פון העכערן שטאק ווער ס'איז ווערט און ווער נישט, אבער חוץ מזה איז געווען נאך חשבונות ווען זיך אפצורעכענען מיט יעדן, און ווען מ'דארף שווייגן און שלינגען. כלומר, מ'דארף נוצן תכסיסים מער ווי דער עצם מלחמה.

[center]ה.[/center]
יעדן פרייטאג צו נאכטס, זאגן מיר דעם פסוק (תהלים צב, ח): ואתה מרום לעולם ה'. דער פסוק איז זייער מאדנע, וויבאלד גלייך פאר דעם רעדט זיך דער משורר אפ: איש בער לא ידע וכסיל לא יבין את זאת. בפרוח רשעים כמו עשב וגו' להשמדם עדי עד. און נאכהער פירט ער אויס 'ואתה מרום לעולם ה''. וואס זאגט ער? ענדערש זאל ער זאגן 'ואתה צדיק ואין בך עול' אדער עפעס ענדליכעס. אזוי אויך דארף א ביאור די צוויי לשונות, 'מרום', און 'לעולם'.
נאר באמת, ווען א מענטש זעט אז פאר א רשע גייט עס גוט, און דער צדיק נישט, ווערט אים שווער 'וואס איז פשט אינעם צדיק ורע לו רשע וטוב לו'?! א טיפש מרחם וועט לכבוד דעם פשוט לייקענען אינעם פאקט אז נאפאליאן עקזיסטירט, ווייל זיין קליינקעפיגע מח קען נישט משיג זיין זיינע תכסיסי מלחמה. אבער אפילו דער וואס גלייבט אינעם מציאות פון גאט, נאר ער גייט ארום מיט טיפזיניגע חקירות און קשיות: 'פארוואס עפעס דארף בערל שוויצן און בערקוי מאכט א לעבן?! כ'זע נישט אז גאט זאל צופיקסן דעם באנדיט ווי עס קומט אים', אזא איינער איז אויך א נאר. וואס מיינסטו?! 'קודשא בריך הוא עביד דינא בלא דיינא'?! דו מיינסט אז ער 'זעט' נישט? ס'פעלט אים דען די כח פון השגחה פרטית אויף יעדן באזונדער?!. זארג דיך נישט, ער האט זיין 'פענסטער'ל' פון וואו ער קוקט זיך אום אין זיין וועלטל: 'ואתה מרום', ער שטייט ביים שפיץ בארג און זעט גוט וואס דא גייט פאר, ער שטייט ביים פענצטער'ל און באמערקט פונקטליך ווער ס'האלט ביים ארבעטן און ווער ס'איז א שטריק.
איי 'ס'שטימט נישט'? נו נו, נישט אייביג דארף מען יענעם ארויסווארפן פון געשעפט גלייך, און נישט אין יעדן מלחמה איז נאפאליאן אריינגעטאנצן. מ'דארף וויסן צו יענער האט עפעס זכותים וואס מ'צאלט אים אפ אויף דעם וועלט, אפשר איז דער באשעפער 'שולדיג' א הכרת הטוב פאר זיינס א וואוילע זיידע, און לכבוד דעם געבט ער אים אפאר זאטע יארן. אבער סוכ"ס יבוא הרשע על ענשו און ער גייט פליען פון פאבריק. געדענק נאר, אז דער באשעפער איז אויך 'לעולם ה'', ער האלט שוין מיט דעם שלאכט קרוב צו זעקס טויזענט יאר, ער האט ארויס יעדנ'ס מעלות און חסרונות, און ער ווייסט וויאזוי צאמצושטעלן דעם פאזל אויף זיין מיאעסטעטישער אופן. אויב וואלסטו דאס געקענט פארשטיין, וואלסטו דאך געקענט זיין נאפאליאן אליינס! אלא מאי, פארשטיי אז דו ביזט סך הכל א פשוטער מענטש וואס פארשטייט נישט, און מוז נישט פארשטיין, וויאזוי צו פירן א וועלטל.
אבער דער נארישער פייבוש, וואס פלאגט זיך א גאנץ לעבן 'וויאזוי קען עס זיין', 'כ'בין נישט מסכים', צו אים שרייט דער פסוק בקולי קולות: איש בער לא ידע וכסיל לא יבין את זאת, ער 'פארשטייט נישט', היתכן 'בפרוח רשעים כמו עשב' - דער באנדיט מאכט א לעבן. ווען דער אמת איז, אז: ואתה מרום לעולם ה'! דער באשעפער שטייט סיי פון דער הייעך און זעט קלאר וואס דא גייט פאר, און סיי ער לעבט אויף אייביג און דערפאר האט ער זיינע קאמפליצירטע חשבונות וויאזוי זאכן זאלן אויסגעפירט ווערן, און ווען זיי זאלן אויסגעפירט ווערן. אבער זיי רואיג אז דער סוף וועט זיין אזוי: כי הנה אויביך יאבדו יתפרדו כל פועלי און, און לעומת זה: צדיק כתמר יפרח.
בעט זיך דער פסוק ביי אונז: רבותי, געדענקטס גוט - 'להגיד, כי ישר ה', צורי ולא עולתה בו'!
נ.ב. כמעשהו בפאלטאווע כך מעשהו באושפיצין, די מעשיות האבן נישט קיין שייכות מיטן מציאות, כאטש זיי זענען באזירט אויף היסטארישע פאסירונגען [נוסח לעהמאן].

-
- היימישער באניצער
- הודעות: 503
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
- האט שוין געלייקט: 501 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל
זייענדיג אין ארץ ישראל, נאכן דאווענען פרייטאג צו נאכטס [ווען מען זאגט דעם 'מזמור שיר ליום השבת'... ואתה מרום לעולם ה' וכו'] אין ירושלים עיה"ק ביים כותל המערבי, איז מיר איינגעפאלן א הוספה אויף מיין פריערדיגע ביאור אויף די פסוקים: איש בער לא ידע וכסיל לא יבין את זאת. בפרוח רשעים כמו עשב וגו' להשמדם עדי עד. ואתה מרום לעולם ה'.
אז בעצם איז שווער, פארוואס ברענגט די פסוק א דאפלטע לשון 'איש בער לא ידע' און 'וכסיל לא יבין את זאת'. אויך איז שווער, פארוואס שטייט נישט 'איש בער לא ידע את זאת, וכסיל לא יבין את זאת'. און צום לעצט, פארוואס קודם שטייט דער לשון 'בער', און דערנאך די לשון 'כסיל'.
נאר די לשון 'בער' מיינט א ליידיגער מענטש, אן 'עם הארץ', איש נבער, אן אומוויסנדער [ווי מ'פלעגט זאגט אין אויבערלאנד, 'א פוסטע לערע שטרוי-זאק...]. און די לשון 'כסיל' מיין א נאר, א שוטה, וואס איז סאך נידעריגער פון סתם אן אומוויסנדער.
אויף דעם זאגט דער פסוק, 'איש בער לא ידע' = אן אומוויסנדער וועט נישט וויסן 'פארוואס', ער וועט זיך וואונדערן 'בפרוח רשעים כמו עשב' פארוואס גייט גוט פארן רשע וכדומה. און בעצם - מיר אלע זענען בגדר 'איש בער', מיר קענען נישט פארשטיין חשבונות שמים און כלפי הנהגת הבורא זענען מיר טאקע פוסטע 'אמעראצים'. נאר מיר פארלאזן זיך אז 'ואתה מרום לעולם ה'', דער באשעפער האט זיך זיינע מהלכים און זיי שטימען [וכפי שהסברנו לעיל כוונת לשון הכתוב 'מרום', ו'לעולם'].
אבער 'וכסיל' = דער שוטה, דער פייבוש'ל אושפיצינער, דער נארישער מענטש וואס מיינט אז אדער ער פארשטייט עס, אדער 'איז עס נישט', 'לא יבין את זאת' = ער פארשטייט אפילו נישט די נקודה אז ער איז אן 'איש בער לא ידע', ער כאפט ניטאמאל אז ער איז אן אומוויסנד קינד ווען ס'קומט צו פארשטיין דעם באשעפער'ס חשבונות. און דערפאר קומט דער כסיל און איז מחליט 'ס'נישטא אזא מענטש ווי נאפאליאן, ווייל ס'קען נישט זיין אז איינער זאל מנצח זיין דעם צאר'. אבער ער איז א שוטה, ווייל ס'פאלט אים ניטאמאל איין אז ער איז מעגליך נישט גענוג קלוג צו פארשטיין אלעס אויפן וועלט, און דאס אז ער פארשטייט נישט גאט'ס דרכים, פרעגט נישט אפ דער עקזיסטענץ פון א גאט, נאר ס'פרעגט סך הכל אפ זיין איינגערעדטער 'זיך' אז ער פארשטייט צו אלעמען און אלס.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:

אדנירם: ייש"כ. דו האסט מיך מחיה געווען מיט די מעשה בתוך מעשה. און דער משל ונמשל. מיין איינציגע קשיא איז. וואו איז דער אשכול געווען ביז היינט...? פארוואס איז ער נישט ארויפגעשווימען אויפ'ן אויבערפלאך. בשעת אנדערע, מינדערוויכטיגע און זאגאר (כ'ווייס נישט דעם מקור פון דעם ווארט. כ'האב עס נאר אבי אריינגעווארפן.) נארישע חקירות און קשיות כנוסח פייבוש אושפיצינער האבן פארנומען דעם אויבנאן...?!
אפשר דארף די קשיא צו זיין...אוואו ביניך געווען...? איך האב א געוואוינהייט צו קוקן די ערשטע זעקס אדער זיבן טאפיקס. די איבעריגע זענען געוויינליך נישט אינטערעסאנט. אדער אומ-אקטיוו...תיקו...!

אפאר וואכן צוריק, בליל שב"ק, ווען מיר זאגן דעם מזמור שיר ליום השבת אויף וואס דער מאמר באציהט זיך, איז מיר איינגעפאלן א שיינע הוספה.
דורכאויס אונזער 'דאפלטע מעשה' האבן מיר פרובירט ארויסצוברענגען, אז מיר ווייסן נישט חשבונות שמים פארוואס ער טוט אזוי און אזוי, אבער מיר טראסטן אים אז אלעס האט א חשבון. איז מיר איינגעפאלן, אז ווען וועלן מיר יא זוכה זיין צו פארשטיין פארוואס דער באשעפער האט געטון אלעס וואס ער האט געטון? לעתיד לבוא, ווען מיר וועלן זען אלעס קלאר באספקלריא המאירה.
שבת אינדערפרי ביים דאווענען זאגן מיר: "השיר שהלויים היו אומרים בבית המקדש... ביום השבת היו אומרים, 'מזמור שיר ליום השבת', מזמור שיר לעתיד לבוא, ליום שכולו שבת ומנוחה לחיי עולמים". בפשטות דארפן מיר פארשטיין וואס איז די קשר צווישן דעם מזמור, מיט 'לעתיד לבוא'?
אבער לויט אונזער אויבנדערמאנטער נקודה קען זיין, אז אט דאס איז די כוונה: היינט צוטאגס דארפן מיר 'גלייבן' אז אלעס האט א חשבון, 'בפרוח רשעים כמו עשב' וגו', אבער לעתיד לבוא וועלן מיר זען פונקטליך די חשבון אונטער דעם, דעמאלס וועט מקוים ווערן דער אויספיר: 'ותבט עיני בשורי, בקמים עלי מרעים תשמענה אזני. צדיק כתמר יפרח' וגו'.