[center]וואונדער איבער וואונדער
קערט א וועלט
גרויסע לייט, קינדער
הייזער ליבע און געלט
אין אן אנדערע ווינקל
טונקל און פארמאכט
אפען פון הינטן
נישט הערט און נישט טראכט
דרײט זיך דער זייגער פארקערט
קודם נאכט און נאכער ווידער נאכט
נאר פאר איר איז נישט באשערט
נישט רחמנות און אויך נישט מאכט
אלע פרעגן וואס, פארוואס
וויסן וויל נישט קיינער
בייזע בליקן פיינדליכע פארדרוס
פוילע שטריק קאלטע שטיינער
און דאס ווינקעלע קוים זי איז
נעכטן וואו, מארגן ווער ווייסט
ציהט זי דעם אטעם ביז, ביז
א נייע גייסט
ברענגן וועט איר טרייסט
[/center]