כאאס און אנגסט ערב שלום און גאולה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

כאאס און אנגסט ערב שלום און גאולה

שליחה דורך בר-כוכבא »

די כוואליע פון אראבישע רציחות אין די גאסן פון ארץ ישראל האט, ווי עס שיינט, זיך אביסל בארואיגט. שטיל איז נאכנישט, הגם שטעכערייען הערט מען שוין כמעט נישט, ברוך השם. שטיינער ווארפן זיי נאך, די פראים, און צינד-באמבעס אויך. דאס איז אבער שוין "נארמאל". מיט'ן אויבערשטנס הילף און מיט'ן ריכטיגן השתדלות וועלן אויך די אנדערע ווילדערייען זיך אפשטעלן.

ווי יעדעס מאל אין אזעלכע פאלן, הערט מען שמועות בשם דעם און יענעם גדול/מקובל, וואס פארטייטשן די געשעענישן אלס די לעצטע שטופעס ערב דער גאולה. גדולים רעדן (עכ"פ אנדערע רעדן בשמם), און זוכערס געפינען רמזים און קלארע אנצוהערענישן אז דאס איז עס; יעצט איינמאל איז עס ערנסט און אט אט קומט די שפיל צו א סוף.

כ'ווייס נישט צי ס'איז פאראן עפעס האפט אין די ציטאטן וואס גייען יעצט ארום; כ'ווייס אויך נישט צי די מאמרים פון די פריערדיגע גדולים וועגן דער תקופת הגאולה שילדערן ווירקליך אונזערע צייטן. כ'גלייב אבער יא אז מיר שטייען באמת אין איינער פון די לעצטע, אבער נישט ממש דער לעצטער, פאזע פאר דער גאולה. אזוי איז זייער משמע פון די געשעענישן נישט נאר אין ארץ ישראל, נאר איבער דער וועלט. די אבנארמאלע שינויים און באוועגונגען וואס שפילן זיך אויס אין די טעג איז אטעם-פארכאפנד. קוקט אויף די רייבערייען צווישן אמעריקע און רוסלאנד, דער מערב-וועלט און דער אראבישער וועלט, דער אראבישער וועלט זעלבסט צווישן זיך – און דער אומ'רחמנות'דיגער אפהענטיגקייט און שלימ'מזל וואס באגלייט יעדן שריט וואס אמעריקע און אייראפע טוען נאר. מיט ווייניגער ווי צען יאר צוריק וואלט קיינער זיך נישט אויסגע'משל'ט אזא מצב.

ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס די וועלט טרעפט זיך אין כאאס. אבער קיינמאל, אפילו אין דער לעצטער וועלט-מלחמה, איז די וועלט געווען אזוי קריגעריש, מיט אזוי קאנפליקטן און אזויפיל צדדים און צידי צדדים. ביי דער ערשטער און צווייטער וועלט-קריג זענען געווען צוויי קלארע זייטן און אלע האבן פארשטאנען וואס עס שפילט זיך אפ. ס'איז געווען א שאלה פון ווער וועט זיגן; אבער ווער עס קריגט זיך, וואו יעדער שטייט, און ווער שטייט מיט וועמען איז געווען זייער קלאר. היינט איז אנדערש; היינט איז די וועלט פול מיט קאנפליקטן און קריגערייען מכל המינים, און צווישן די זייטן איז אויך נישט פאראן קיין פאראייניגטער פראנט אויף כמעט גארנישט.

ארץ ישראל געפינט זיך אויך אין א מאדנער, פיקאנטער סיטואציע מסתמא ווי קיינמאל פריער אין די לעצטע צוויי טויזנט יאר. דאס לאנד קעמפט פאר איר עקזיסטענץ, אבער כמעט די גאנצע וועלט קוקט איר אן ווי דעם שלעכטן צד. אייראפע און אמעריקע, די פירערס פון דער היינטיגער ציוויליזירטער וועלט, באצייכענען ארץ ישראל אין בעסטן פאל ווי "אייניגע שולדיגע" און שטעלן איר אויף איין שטאפל מיט די פרימיטיווע פראים. דער שקר איז אזוי גרויס, ווערט אזויפיל איבערגעזאגט, מיט אזויפיל זיכערקייט, דורך אזויפיל "נארמאלע מענטשן", אז אסאך פון אונז טראגן זיך, ביודעים אדער בלא יודעים, ארום מיט א געפיל אז ארץ ישראל איז פארט נישט אינגאנצן גערעכט.

ארץ ישראל שטייט נישט ווייט פון זיך טרעפן באלאגערט דורך די אומות העולם. מען פרובירט איר באיקאטירן פון אלע זייטן, און מען מאכט איר ענג אין די וועלטס-ארגאניזאציעס. דאס איז גענוי וויאזוי א באלאגערונג אויף א לאנד דריקט זיך אויס אין היינטיגע מושגים.

ס'איז אויך דאס ערשטע מאל זינט חורבן בית שני וואס מען שלאגט זיך מיט אידן איבער'ן הר הבית. דער אנגעגעבענער אויסרייד צו די אראבישע ווילדערייען איז דער הר הבית. אבער וואס, באשעפער אין הימל, איז יעצט געשען אז די בני ישמאעל האבן זיך אזוי צעלאזט? קיינער האט נישט געביטן דעם סטאטוסקווא. אידן זענען תמיד דארט ארויף און קיינער האט נישט געטשעפעט מיט די אראבער וואס גייען ארויף צו דעם מעטשעט וואס שטייט דארט. דוקא פארקערט: די אראבער זענען די וואס צעקירן און מאכן ענג די אידן וואס גייען דארט ארויף. די אידישע באזוכער אויפ'ן הר הבית טוען גארנישט. ניטאמאל דאווענען זיי דארט אויבן. דער אזויגערופענער סטאטוסקווא דיקטירט אז יעדער זאל מעגן ארויפגיין אויפ'ן בארג און דאווענען. דער הר הבית געפינט זיך אונטער'ן קאנטראל פון ארץ ישראל, וואס וואלט געהאט די ברירה צו לחלוטין פארמאכן דאס פלאץ פאר אראבער. למעשה גיט ארץ ישראל מער רעכטן אויפ'ן הר הבית ווי די אידן. די אראבער ווילדעווען דארט יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, און ארץ ישראל באגייט זיך מיט זיי מיט זיידענע הענטשיך און צוימט אלס מער דעם אידישן צוטריט.

ווי עס שיינט איז פאראן דא א העכערער כוח וואס טרייבט די אראבער צו א קאמף אויפ'ן הר הבית. אנדערש וועלן אידן דעם הר הבית קיינמאל נישט געהעריג צוריקפירן צו אידישע הענט און דערקלערן אונזער בעלות אויף דעם דאזיגן בארג. די אראבער שטעכן און שעדיגן און שרייען "אל אקצא" בשעת יעדער ווייסט אז קיינער האט אל אקצא'ן און זיינע באזוכער נישט געטשעפעט. די אראבער האבן דא אריינגעברענגט דעם הר הבית אין פאקוס און ס'איז זייער מסתבר אז נאך דעם וואס דער מצב וועט זיך בארואיגן וועט דער געדאנק פון ארויפגיין אהין, פון זען דעם בארג ווי אונזערס אן אייגנטום יעצט באשר הוא שם און נישט ווי א שטיק הלכתא למשיחא ריעל עסטעיט.

און די אראבער? זיי וועלן ממשיך צו זיין ווילדעווען, ווי זיי טוען יעדע שטיק צייט. זיי וועלן מארדן און טעראריזירן ביז ס'וועט באמת נישט בלייבן קיין אנדערע ברירה ווי זיך אפטיילן פון זיי. ס'וועט שוין נישט זיין קיין אידאלאגישער ענין אויף וועלכן די לינקע אין לאנד וועלן קענען מחולק זיין, ווייל דאס מציאות וועט נישט איבערלאזן קיין אנדערע ברירה.

דאס אלץ, דער כאאס אויף דער וועלט, דער מצב אין ארץ ישראל, און דער אלגעמיינער מצב פון אנגסט אין וועלכן זייער אסאך יחידים געפינען זיך לאזט זיך שווער איבערזעצן אנדערש ווי אן אנזאג אויף א גורל'דיגער איבערגאנגס תקופה, דורכאויס וועלכער די וועלט אנטוויקלט און גרייט זיך צו אריינצוגיין אין א נייער שטופע.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר