דער קאנפליקט ארום דעם הר הבית

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

דער קאנפליקט ארום דעם הר הבית

שליחה דורך בר-כוכבא »

דער אנגעגעבענער אויסרייד פאר די אראבישע רציחות אין ארץ ישראל אין די לעצטע וואכן איז: "הר הבית". די אראבער האבן לעת עתה נישט קלאר געמאכט וואס ווער האט געזאלט האבן געטאן אויפן צי מיטן הר הבית, און קיינער ווייסט נישט על מה יצא הקצף. דאס איז אבער דער ניגון וואס זיי זינגען יעצט: הר הבית.

דער הר הבית קאנפליקט האט זיך נישט אנגעהויבן יעצט און אויך נישט אין יאר 2000, ווען אריאל שרון איז ארויפגעגאנגען מיט א סוויטע אויפ'ן בארג, וואס איז נאכגעפאלגט געווארן פון א כוואליע אראבישע רציחות איבער'ן לאנד. די הר הבית העצערייען גייען צוריק א צירקע 85 יאר, ווען אידן האבן נאך געדארפט אויסקעמפן דאס רעכט פון באזוכן דעם כותל המערבי.

די התחלה איז געווען אין סעפטעמבער פון יאר 1928 (תרפ"ח) – צווישן ביידע וועלט מלחמות – ווען א גרופע פון אידישע איינוואוינערס פון ירושלים האט צוגעשלעפט בענק און אים אוועקגעשטעלט פארנט פונעם כותל המערבי. זיי האבן אויך געברענגט עטליכע האלצערנע ווענטלעך, וואס זענען דארט אוועקגעשטעלט געווארן אלס מחיצה צווישן די מענער און פרויען וואס פלעגן קומען צום כותל.

די אראבער פון געגנט האבן דעם העכסט-נארמאלן אקט אנגענומען ווי א פראוואקאציע פון די אידן און עס פארטייטשט אלס א פרואוו איבערצונעמען קאנטראל איבער דעם פלאץ. דער הויפט איסלאמישער גייסטליכער אין ארץ ישראל, אמין אל-כוסעיני, וועלכער האט געדינט אלס מופטי אין ירושלים, האט רעאגירט מיט א העץ-קאמפיין קעגן די אידן. ער האט גערופן די אראבער זיך נישט צו לאזן פון די אידן און באצייכנט דעם אקט פון ברענגען א באנק צום כותל המערבי ווי אן אטאקע קעגן דער מוסולמענישער רעליגיע בכלל.

דער מופטי, וועלכער איז שפעטער געווארן היטלער'ס נאענסטער פארבינדעטער אין דער אראבישער וועלט, האט זיך נישט אפגעשטעלט. אין די נאכפאלגנדע וואכן און חדשים האט ער אפן געהעצט צו גוואלדטאטן קעגן דער אידישער באפעלקערונג, וועמען די אראבערס האבן אנגעהויבן שטערן יעדעס מאל וואס אידן האבן געוואלט גיין צום כותל.

ארץ ישראל איז דעמאלט געווען אונטער דעם קאנטראל פון ענגלאנד. די אידישע באפעלקערונג אין ירושלים האט זיך געפילט באקריוודעט פון די אראבישע אגיטאציעס און האט פארלאנגט פון דער הערשנדער מאכט זי צו געבן רואיגן און זיכערן צוטריט צום כותל המערבי. די אידן האבן פאררופן א "ראליס", דורכאויס וועלכן זיי האבן פארלאנגט זייער בארעכטיגטן צוטריט צום כותל.

דער פיינטליכער מופטי האט כסדר פארשטארקט זיינע העצערייען און אפן גערופן פאר אקציעס קעגן אידן. און די אראבערס האבן אנגעהויבן אויספירן זיינע ווערטער למעשה. גוואלד-אקטן קעגן אידן האבן זיך פארמערט, און אינעם זומער פונעם פאלגנדן יאר, תרפ"ט, האבן די אראבערס דורכגעפירט פאגראמען דורכאויס וועלכע 133 אידן זענען אומגעברענגט געווארן. די אראבישע פירערשאפט אין חברון האט פארשפרייט פאלשע בילדער וואס האבן געוויזן א געשעדיגטן "אל אקצא" מאסק אויפן הר הבית און דערביי פארשפרייט קלאנגען אז די אידן האבן געשענדעט דעם מאסק. אלס רעזולטאט האבן די ארטיגע אראבערס דורכגעפירט א מערדערליכן פאגראם אויף דער אידישער באפעלקערונג אין שטאט. א דריטל פון די דערמארדעטע אידן איז באשטאנען פון תלמידים וואס האבן געלערנט אין דער חברון ישיבה, וואס זענען באערדיגט געווארן אין א מאסן קבר.

אלס רעזולטאט איז דער אידישער ישוב אין חברון בטל געווארן צום ערשטן מאל זינט כאטש זמן הבית! אידן האבן זיך אומגעקערט קיין חברון מיט צוויי יאר שפעטער, אבער באנייטע אראבישע אומרוען האבן ווידעראמאל צעשטערט דעם ישוב, וואס איז געבליבן וויסט ביזן יאר תשכ"ח, ווען דער ישוב איז בחסדי השם באנייט געווארן.

אין יענער תקופה, מיט ארום 85 יאר צוריק, האט זיך אנגעהויבן דער אראבישער קאמפיין קעגן דעם הר הבית, וואס האט זיך קיינמאל נישט געענדיגט. די זינלאזע העצערייען ציען זיך ביזן היינטיגן טאג, ווען אראבערס אין ארץ ישראל ווערן כסדר געפיטערט מיט העץ און שקרים איבער דעם הר הבית בכלל און דעם שייכות פון אידן צום דאזיגן בארג. פונקט ווי דעמאלט אזוי אויך היינט הרג'ענען אראבער אידן מיט דעם זעלבן פלא'דיג-נארישן תירוץ, הר הבית, אן דעם וואס אפילו איינער פון זיי זאל אפילו וויסן וואס ער וויל און וואס שטערט אים דא.

דאס אז דער הר הבית איז א אידיש פלאץ, וואו ביידע בתי מקדש זענען געשטאנען, איז אן אנגענומענער פאקט נישט נאר ביי אידן נאר טאקע ביי די אראבער זעלבסט – די פאטאלאגישע שקרנים וואס פרובירן היינט איינרעדן זיך און זייערע קינדער אז אידן האבן קיינמאל נישט געהערשט אין ארץ ישראל און אז קיין בית המקדש איז אויפן הר הבית קיינמאל נישט געשטאנען. שוין צענדליגער יארן וואס די אראבער פארניכטן איבערבלייבענישן פון זמן הבית און צעשטערן ארכאלאגישע אוצרות וואס וואלטן געקענט מרמז זיין וועגן יענע צייטן. זיי נוצן אויס די ברייטהארציגע רעכטן וואס ארץ ישראל האט זיי געגעבן, וואס קומט מיט כמעט פולשטענדיגער פרייהייט צו טאן און פארוואלטן מיט'ן הייליגן בארג לויט זייער באגער, צו שטעכן אין ריקן און בייסן די האנט וואס גיט זיי אזויפיל (אומבארעכטיגטע) רעכטן און פרייהייט.

די גרעסטע איראניע פון דעם אלעם איז אז דער מעטשעט מיט וועלכן די אראבער זענען אזוי פארכאפט איז אייגנטליך געבויט געווארן דורך אראבער און לכבוד דעם מקום המקדש. דאס איז געווען נאך דעם וואס די טערקן האבן איינגענומען ארץ ישראל פון די קריסטן מיט ארום 600 יאר צוריק. די קריסטן האבן פריער געקוקט מיט ביטול און שאנד אויפן הר הבית, און די מוסולמענישע טערקן האבן נאכ'ן אייננעמען דאס פלאץ געוואלט מאכן א סטעיטמענט, אז זיי רעספעקטירן יא דעם אידישן הייליגטום.

דער תמצית הדברים איז, אז דער הר הבית ווערט גענוצט אלס תירוץ צו מארדן אידן שוין כמעט פאר א גאנצן יארהונדערט, און דער מעטשעט – וואס קיינער טשעפעט במילא נישט על אף דעם פאקט וואס דאס דינט היינט אלס טעראר באזע – איז געבויט געווארן דוקא לכבוד אידן און דעם בית המקדש. און דאס אלעס נאך דעם וואס ארץ ישראל, וואס איז אין קאנטראל אויפן פלאץ, גיט די אראבער מער רעכטן ווי סיי וועמען אנדערש, אריינגערעכנט אידן, וואס זענען געזעצליך פארבאטן צו דאווענען אדער זאגן א דבר שבקדושה אויפ'ן הר הבית, אויס מורא אז דאס וועט אויפרעגן די אראבער – וועמענס פרייע צוטריט צום בארג איז צום פארדאנקען בלויז דעם זעלבן ארץ ישראל אין וועמענס גאסן זיי מארדעווען אידן מיט דעם זעלבן אויסרייד שוין קרוב צו הונדערט יאר.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

(איז נישט דער מסגד ארום פערצן הונדערט יאהר אלט?)
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גם אני עמדתי משתאה להבין דברי [tag]בר-כוכבא[/tag] בענין כיפת הסלע.

ואכן תיובתא דבר-כוכבא תיובתא.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: דער קאנפליקט ארום דעם הר הבית

שליחה דורך mevakesh »

@שש ביסט גערעכט אבער גראדע מישטו אויס די כיפת הסלע איז נישט קיין מעטשעט נאר אל אקצא איז
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך מיש שוין גארנישט.

קודם כל, ס'איז נישט קיין נפ"מ צווישן דעם מסגד אל אקצא, און דעם כיפת הסלע, לענינינו. ביידע פון זיי זענען שוין אלט קרוב ל-1,400 יאר.

דער כיפת הסלע איז אפיציעל געבויט אויפן מקום המקדש, און לפי דברי אגדה שאמר בר-כוכבא אז די ישמעאלים האבן דארט אויפגעבויט זייער געביידע לשם כבוד ביהמ"ק, דאן רעדט מען פונעם כיפת הסלע.

אבער איה"נ אז דער מסגד איז נישט דער כיפת הסלע נאר דער אל אקצא בנין.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: דער קאנפליקט ארום דעם הר הבית

שליחה דורך mevakesh »

אדנירם האט געשריבן:
אבער איה"נ אז דער מסגד איז נישט דער כיפת הסלע נאר דער אל אקצא בנין.

דאס האב איך ארויסגעברענגט
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך בר-כוכבא »

יישר כוח [tag]ונבנתה העיר[/tag] און [tag]אדנירם[/tag] פארן אויפמערקזאם מאכן אויפן טעות. כ'לאז עס איבער כדי דער המשך האשכול זאל האבן פשט.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דער קאנפליקט ארום דעם הר הבית

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ'זעט פון דא נאך עפעס. ביז תרצ''ח וואס איז געווען ביים כותל? איך קלער, איך ווייס נישט פאר זיכער, אז ס'איז געווען ווי א קבר ווי מ'גייט אויסבעטען אבער נישט קיין מקום קבוע לתפלה. מ'האט געזאגט אפאר קאפיטלעך תהלים און נאך דעם געדאווענט מנחה אין בית המדרש ערגעץ אנדעריש. נאר דעמאלס האט מען געברענגט א מחיצה אויף א בית תפלה. וואס האט מען געוואלט דערמיט אויפטוהן? ווייס איך נישט. אפשר האט מען טאקע געמיינט לשם אייננעמען דאס ארט פון די אראבער. איך בארעכטיג נישט די רציחות, אבער למען האמת בעט איך טאמער איינער קען מיר אויפווייזען אנדעריש זאל ער עס טוהן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: דער קאנפליקט ארום דעם הר הבית

שליחה דורך mevakesh »

אדרבא קען איינער ברענגען וואס איז דער פריעסטע מקור אז דער כותל המערבי איז אן אפיציעלע מקום תפילה?
חסידי לאומי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:05 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך חסידי לאומי »

די ספר ברענגט פארשידענע ציטאטן פון אלטע ספרים וועגן דעם כותל המערבי
http://www.hebrewbooks.org/22513

ועיין גם כן כאן:
http://lib.cet.ac.il/pages/item.asp?item=927

אז מ'רעד שוין פון כותל המערבי איז כדי צו ערווענען אז דאס איז נישט די ארגעניעלע וואנט פון וואס חז"ל רעדן מעולם לא זזה שכינה
עיין כאן
חסידי לאומי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:05 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך חסידי לאומי »

א טור-גייד ביכל פון שנת 1924 למספרם
געדרוקט דורך די ישמעאלים זעלבסט זאגט מיט א קלארקייט אז דאס איז די פלאץ פון די בית המקדש
beyond any dispute

https://www.templeinstitute.org/1925-wa ... -guide.pdf

ועוד כמה דעטאלן: https://templemountguide.wordpress.com

זע בייגעלייגט
חסידי לאומי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:05 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך חסידי לאומי »

אפאר אלטע בילדער

די כיפת הסלע איז אלט 1325 יאר

א ליסטע פון די נעמען ארום הר הבית
Dome of the Rock= Moriah = Omar = Mosque of Omar = Qubbat Al-Sakhrah = Mosquée d'Omar = es Sachra = Omar-Moschee
Rock Moriah "Noble Sanctuary" (interior of mosque) Haran enclosure = dem heiligen Felsen
El Aksa = Al Aqsa
Temple Mount = al-Haram al-Sharif
Jerusalem = El-Kouds
Temple area
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חסידי לאומי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

Re: דער קאנפליקט ארום דעם הר הבית

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין נישט אין די תר"פ'ס געוועהן א מערכה פאר די כותל און הרב קוק האט דעמאלטס געשריגן שמע ישראל הכותל כותלינו הכותל אחד? אויב יא, איז דאך די ברענגען בענק און מחיצות געוועהן א חלק פון די מערכה
באניצער אוואטאר
רפאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 12:18 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך רפאל »

וואס איז טאקע יעצט דער קאנפליקט? וואס איז דער אפיציעלער תירוץ פאר די יעצטיגע אראבישע רציחות?
.I told the doctor I broke my leg in two places. He told me to quit going to those places
Henny Youngman ~
חסידי לאומי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:05 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך חסידי לאומי »

ראשעקאל האט געשריבן:אין נישט אין די תר"פ'ס געוועהן א מערכה פאר די כותל און הרב קוק האט דעמאלטס געשריגן שמע ישראל הכותל כותלינו הכותל אחד? אויב יא, איז דאך די ברענגען בענק און מחיצות געוועהן א חלק פון די מערכה


#ליכטשטראלן #שקרים וכזבים

הרב קוק זצ"ל האט דאס נישט געשריגן, ער האט נאר דערנאך מחזק געווען די צעירי בית"ר (זאב ז'בוטינסקי "ראש בית"ר) וואס האבן געמאכט א גרויסע הפגנה דערוועגן, לויט ווי עס באשריבן דא:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=318
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=319

די לאזונג "הכותל כותלנו, הכותל אחד", איז א נאמען וואס איתמר בן-אב"י האט געגעבן פאר א קובץ מאמרים וואס ער האט צוזאמענגענומען פון זיין צייטונג "דואר היום". (זע בייגעלייגט)


http://tariel.co.il/?CategoryID=1680&ArticleID=988
http://www.globes.co.il/news/article.aspx?did=445631

וויקיפידיע:
פרשת הכותל - בליל יום כיפור (23 בספטמבר 1928) התכנסו מאות יהודים להתפלל ברחבת הכותל וקבעו מחיצה בין נשים וגברים, בניגוד לסטטוס-קוו העותמאני.
סגן מושל ירושלים התנגד למחיצה, ובכך גרם להתמרמרות בקרב היהודים.
נציגיהם פנו לממשלה הבריטית לביטול איסור המחיצה.
נגד היהודים יצא המופתי, חאג' אמין אל חוסייני.
הערבים ראו במעשה היהודים ניסיון השתלטות על הר הבית. הם טענו כי הכותל הוא חלק מחומת החרם א-שריף, אחד המקומות הקדושים לאסלאם, והחלו בהתגרויות ביהודים.
בתגובה, בתשעה באב הגיעו מספר חברי בית"ר לכותל המערבי עם דגל ישראל וקראו "הכותל - כותלנו, ובוז לממשלה".
כתוצאה מכך ערכו הערבים הפגנה, בה התלהטו הרוחות והפכו למאורעות.
בסופו של דבר השלטונות הבריטים אישרו את הבעלות הערבית על סמטת הכותל מחד אך גם את זכותם של היהודים להתפלל בה מאידך.


מעשה נפלא וואס מ. אוסישקין אברהם מנחם (מנדל) אוסישקין מנהיג ציוני ויו"ר הקרן הקיימת לישראל 1941-1863 פארציילט:

מ. אוסישקין על יד הכותל
היה זה בערב ראש־השנה של תר״ץ, חדש וחצי אחרי הפרעות האיומות שעברו עלינו באב תרפ״ט.

ירושלים העברית היתה עוד עטופה קדרות אבל ועדיין לא ניטשטשו הרשמים של המאורעות הנוראים. מדוכאים הלכנו ברחובות, ובכל פינה ראינו את ״השמירה המעולה״, שבאה, כידוע באיחור זמן, אחרי הפרעות. על־יד הכותל, שהוא שימש רשמית הגורם למאורעות, עמדו שוטרים על־גבי שוטרים והיו משגיחים על כל נכנס ויוצא. בתנאים כאלה פסקו כמעט הביקורים והתפילה הקבועה על־יד הכותל.

יומים לפני ראש השנה שבתי מחוץ־לארץ לירושלים. אין אני נוהג לבקר בערב ראש השנה את־הכותל, אולם הפעם החלטתי ללכת לפנות ערב לזמן תפילת המנחה אל שריד מחמדינו. התחמקתי מביתי, פחדתי שמא בני משפחתי לא יתנו לי ללכת. קודר ומדוכא נכנסתי לעיר העתיקה. בכל הדרך עד הכותל כמעט שלא פגשתי אף יהודי אחד. רק שוטרים וערבים מילאו את כל הסימטאות הצרות.

והנה אני עומד לפני הכותל. מראה הסביבה שלפני שריד עברנו זה מביא אותי תמיד לידי מצב־רוח קשה. אולם הפעם נסערה רוחי בקרבי עוד יותר למראה עיני. אותה החומה, מזכרת עברנו הגדול והמזהיר, השריד היחידי של מקום מקדשנו — ורק שני יהודים עמדו לפניה! השמש ואנוכי. כל־הרחבה לפני הכותל מלאה שוטרים בריטיים. מלמעלה, על־יד שער הכניסה אל־מסגד עומר — מקום המקדש — עומדים ערביים ומביטים על החורבן היהודי. דומם עומד אני בצערי וחושב על הימים שעברו. לפני אלפיים שנה היתה כל החצר ההיא הומיה יהודים מכל הארץ, ועל השער שלפניה הזהירה כתובת ברומאית וביוונית אל הזרים שלא יהינו לגשת אל בית המקדש. גם שליטי העולם בימים ההם הרומאים. מותר היה להם להתקרב רק עד השער ולא יותר. בעת שוב עומדים שליטי עולם ואינם נותנים לנו לבני־ישראל, לעלות למקום הקודש שלנו. אכן כזרים נחשבנו.

אינני זוכר כמה זמן עבר עלי מתוך הרהורים נוגים אלה. היום החשיך ואפילה שררה בכל־הרחבה שלפני הכותל. הפנסים, שהתחילו מהבהבים מסביב, כאן אסור היה להדליקם. והנה קלטה אזני קול צעדים מתקרבים. מן הסימטה האפילה נכנס אל הרחבה יהודי, זקן, בעל קומה והדרת־פנים, מלובש בגד־חג מסורתי, ואחריו עוד שני יהודים ממלוויו. כפוף־ראש ניגש אל הכותל ובהתלהבות קדושה התחיל מנשק ארג אבניו. הכרתיו זה היה הרב ר׳ חיים זוננפלד, זכרונו לברכה. לא זזתי מן המקום ולא קרבתי אליו, כי לא רציתי להפריע את הדרת־הקדש.

אנחה כבדה פרצה מתוך לבו. הוא הרים את ראשו, נשק נשיקת־פרידה לאבני הכותל ורצה ללכת. והנה הרגיש בי ונגש אלי.

— כמה אני מאושר — אמר — שמצאתי פה אח קרוב שגם היא מרגיש בצערנו וכואב את כאבנו. מעולם — המשיך — לא הייתי מבקר בערב ראש השנה את הכותל, כי קשה עלי הדרך בריחוק־מקום כזה (הוא היה אז בן שיבה, למעלה מ־80 שנה). אולם דווקא כיום, אחרי המאורעות האלה, מצאתי חובה לעצמי לגשת ולראות את שריד תפארתנו מלשעבר.

פתאום הרים את ראשו, כשעיניו נוצצו מתוך התלהבות ותקווה ואמר: — אל־נא יפול רוחך עליך. גם זה יעבור, "עס וועט זיי ניט העלפן" (זה לא יעזור להם). אנחנו נשיג את־מטרתנו. לא בסימטאות צרות ולא כפופי־ראש נכנס אל המקום הקדוש שלנו, כי אם בדרך המלך ובקומה זקופה. המשך לעבוד את עבודתך באמונה ואולי בקרוב בימינו נזכה לראות את הגאולה האמיתית. לך לשלום הביתה. "עס וועט זיי ניט העלפן"!


בדברו את הדברים האלה נפרד מאתי והלך. דבריו של הזקן הנפלא ברגע זה ,ובמקום זה עשו עלי רושם בל־ימחה, שלא אשכחהו לעולם. שלוו ושקט יותר מכפי שבאתי אל הכותל שבתי הביתה.

געברענגט אין ספר המועדים - תעניות, חורבן ביהמ"ק, תשעה באב מחבר לוינסקי, יום טוב, 1899-1973
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 42_372.pdf
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 42_373.pdf
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

מכתב קודש מהגאוה"צ רבני ושרי התורה דהעדה החרדית תובב"א

שליחה דורך Buddy »

"ובכלל אם באנו לחשוש אחרי איומי הערבים אין לדבר סוף כי תמיד ימצאו עילה"

די אראבער וועלן אלץ טרעפן אויף וואס זיך ארויפצולייגן, און די וואס לייגן די שולד אויף אידן ציהען סתם אויס די קאנפליקט.
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: דער קאנפליקט ארום דעם הר הבית

שליחה דורך אונטער חכם »

פארשטייט זיך די אראבער זענען אויך מסכים אויפן געשעפט, מבטל צו זיין די באלפור דעקלאראציע, אין אויסטויש פון געבן דעם כותל (אדער די גאנצע הר הבית) פאר די אידן.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ווען מען רעדט ווער עס האט בארעכטיגונג צו דער מקום המקדש בכלל, איז עס נישט אזוי פשוט פאר דער גוי'שע קאפ ער זאל פארשטיין גענוי ווי בר כוכבא לייגט אראפ.

די אידן היינט זענען נישט די זעלבע אידן וואס עס איז געוועהן איז דער זמן המקדש, כלומר, אוודאי זענען אונז אמת'ע אידען וואס גייען ווייטער בשיטת תורת משה (דהיינו....), אבער פאר דער גוי, איז דא א שטארקע טענה, פונקט ווי אונז זאגן אז אונז קומט דער מקום המקדש ווייל מיר זענען יורשים פין די אידן אין בית שני, קענען מוסלמענער זאגן אז זיי האלטען די המשכה פין די אידן דעמאלס.

זי זאגן נאך מער, אז אשכנזים שטאמען אפילו נישט פין אידן, נאר זענען אפשטאמיגע פין די כוזרים וואס האבן זיך מגייר געוועהן.

ממילא, טענות פין ירושה וכדומה זענען גוט פאר אונז אין מקוה. נישט למעשה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך Buddy »

דאס איז דאך די אונטערלאנער פון די שיטת השמרנים, ווייל בעצם "צווישן מיר און דיר ווייסן מיר דאך דעם אמת"... נאר מיר גייען מיט בלינדע אויגן מיט די מסורה באגאזש... און ממילא קען איך קיינעם נישט מחייב זיין מיט תורה משה ווייל כאילו מיר טוהען עס אליין אן קיין טעם, נאר כדי צו פיטן אין די סאסייעטי און זיין א עושר און האבן גוטע קינדער ווייל אזוי וועט זיין גוט..

פון די אנדער זייט זענען דא אידן וואס זענען גרייט צו לעבן ווי אידן ווייל זיי נעמן אויף זיך די אידישקייט מיט א אמת, זיי זעהן אין די דברי נביאים אמת, זיי לערנען אלע ספרי קודש כולל ספרי רמחל, עיקרים, וכו' און אמונה איז א סוגיא וואס מ'דארף זיך מוטשען דערויף, און ארץ ישראל ומצוות כיבושו וירושתו איז א אמת'ע סוגיא נישט ווי בתי ערי חומה... [וואס איז היינט ס"ה א לייטער זיך צו אויפבויען אין לימוד ולהיות מצויין]

איז אין היסטאריע האט מען די לעצטע הונדערט יאר געזען צוויי אפטיילונגען ביי אידן, ס'געווען אידן וואס האבן געלעבט מיט די מציאות, און אויפבויען ארץ ישראל און א לאנד איז געווען חלומות באספמיא, און דאס איז געווען די עיקר אפהאלט פון די מתנגדי גאולה בדרך הטבע, ווי די רש"ב שרייבט אז א מדינה וועט סייווי נישט זיין ע"כ פארוואס אריילייגן כלל ישראל אין א סכנה פארגארנישט, פון די אנדערע זייט זענען געווען אידן וואס האבן געהאלטן און געטוהן צו אויפבויען ארץ ישראל, און ס'איז למעשה געלונגען נגד הטבע, און דוקא בתוך טבע ונס!

לכן היינט איז נישט אנדערש, עס זעהט אויס רעטשינעל אז דא גייט זיין א בית המקדש, ע"כ איז די מהלך אז מיר טוהן גארנישט און מען איז זיך מתנגד צו בויען א בית המקדש ווייל פארוואס אריינליגן כלל ישראל אין א סאמעטוכע פאר גארנישט, אבער עס זענען דא אידן וואס האלטן און טוהן אנדערש, ונראה עם מי יקום דבר...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דער קאנפליקט ארום דעם הר הבית

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

׳גייען מיט די מציאות׳ איז מיין שיטה, משא"כ יענעם.

דאס לעבען מיט די נבואות איז א שיינע געדאנק, אבער לאחר העיון איז עס נישט אויסגעהאלטען פאר צוויי סבות. ערשטנס, תושב"כ מוז גייען מיט תושבע"פ, זיי קענען נישט זיין אפגעזונדערט. דו זאגסט עס מיט א שפאט און א ביטול, אבער אזוי איז די תורה אייביג געקומען. וויאזוי אפצולערנען די נבואות אויף למעשה, פאדערט זיך חז"ל ומפרשיהם. ממילא זענען די נבואות פון נ"ך נישט קיין מקור וויאזוי זיך צו פירען למעשה. (און דאס איז די פירכא אויף דער אם הבנים שמחה, כפי וואס איך האב דארט געבלעטערט. ער שטעלט אוועק חיובים און מיינונגען בלויז על סמך פסוקים).

צווייטענס, עס איז דא א חילוק צווישען אגדה און הלכה אין א סאך הינזיכטען. למשל, חז"ל רעדען צומאל וועגען די חומר פון געוויסע מצוות צו עבירות. די חומר האט גארנישט מיט די הלכה למעשה. אן עבירה וואס איז מער קולא׳דיג ווערט לאו דוקא נדחה פון א מצוה וואס איז מער חמור. די אגדה קומט אוועק שטעלעןמדי השקפה שבו, די ריכטיגע בליק וויאזוי אנצוקוקען ןואס מיר טון, די הלכה האט זיך אייגענע גדרים. אויסצושפארען פון נבואות און הבטחות וואס מ׳דארף צו טון, איז נישט אין פלאץ.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך Buddy »

דערפאר ווערט אם הבנים שמחה נישט דערמאנט אין ויו"מ הגם די ספר איז דירעקט אים אפצופרעגן, ווייל נישט אזעלכע אידן וואס גייען אינעם דרך פון אם הבנים שמחה מיט א אמת האט ער געמיינט

ויחי ההבדל!

און וואס איז געשעהן איז אז כלל ישראל איז אין צוויי, און ווייניג זענען אין דערמיט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דער קאנפליקט ארום דעם הר הבית

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ויואל משה און אם הבנים שמחה לויפען ביידע אויף איין גאנג. ביידער זענען דרוש ספרים אויפצוווייזען א"ג הלכה׳דיגע זאכען.

הרב טייכטאהל האט גארנישט געטון למעשה. ווען ער מיינט אז ער קען נעמען זיין שיטה און מיטגייען די ׳ככל הגוים בית ישראל׳ באוועגונג און צוזאמען ארבעטען פאר צוויי ערליי צילען, וואלט די טענה געווען אויף אים אויך. אדער נישט. דאס ווענדט זיך אין די מחלוקת, וואס רוב גדולי ישראל האבען געהאלטען איין וועג, און א מיעוט האט געהאלטען די אנדערע וועג (ארויף הייבען רבנים און חכמים פאר גדולי ישראל, נאר צוליעב זייער שיטה, איז נישט מדרכי האמת).

אבער מי הוציא טהור מטמא, און אפילו פון א נישט אויסגעהאלטענע באוועגונג קען עפעס גוט ארויס קומען. דאס איז די באהאלטענע דרך ההשגחה, ונזכה ונחיה ונראה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט