שושנים 37 שאקל עס אוועק

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שושנים 37 שאקל עס אוועק

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

דאס איז א שיר וואס כ'האב נאך געשריבן בימי חורפי. נאר מעשה שהיה כך היה: איין טאג האט איינער געגנבעט מיין בינטעל כתבים און חידושים, צווישן מיינע חידושים אויף מוקצה און וסתות האט דער גנב געטראפן דעם שיר. ס'איז דעם יעניגער שטארק געפאלען דעם פאעזיע, האט ער דאס פארקויפט פאר א גויע, אן ערלית. די מחצופת האט דאס איבערגעטייטש אויף ענגליש, און געמאכט דערפון א גאנצע טאראראם, א סינגעל, א מוזיק ווידיאו וכו', די מוזיק ווידאו האט שוין היינט כמעט א האלבע ביליאן היטס אויף יוא טוב. זי די כפוי טובה דערמאנט נישט קיין איין ווארט מבטן מי יצא המאנסטער הזה און אז דאס קומט פון מיר .

דער אמת איז אז ס'גייט מיך נישט אזוי אן, דער עיקר איז אז אידן האבן הנאה. נאר וואס דען? כ'האב פשוט אינזין געהאט צו פארקויפן די ניגון פאר מיכיאל'ן.
איי וואספארא מטעמים וואלט מיכיאל געמאכט דערפון! ער וואלט דאס אראפגעלייגט מיט אלע טעמים (נישט אז זי לייגט דאס שלעכט אראפ נאר סקומט נישט צו מיכיאל, סארא ווייטאג).

דא האט איר די ארגינעלע נוסח:


איך בלייב אינדרויס צו שפּעט
איך האב גאָרנישט אין מיין מוח
דאס איז וואס מענטשן זאָגן
דאס איז וואס מענטשן זאָגן

איך גיין צו פילע באשוי'ן
אבער איך קען זיי נישט מאכן זיי בלייבן
על כל פנים דאס איז וואָס מענטשן זאָגן
דאס איז וואָס מענטשן זאָגן

איך האַלט אין איין קרוז'ן
קען זיך נישט אפשטעלן, איך האלט אין איין זיך באוועגען
עס איז ווי איך זאל האבן די מוזיק
אין מיין מוח
וואס זאגט "איטס גאנא בי אלרייט."

ווייל די שפילערס גייען שפּילן, שפּילן, שפּילן, שפּילן, שפּילן
און די האסערס גייען האַסן, האַסן, האַסן, האַסן, האַסן
בעיבי, איך גיי מיך שאָקלען, שאָקלען, שאָקלען, שאָקלען, שאָקלען
איך שאָקל עס אַוועק, איך שאָקל עס אַוועק

הארץ-ברעכערס גייען צעברעכן, צעברעכן, צעברעכן, צעברעכן, צעברעכן
און די פאלשע גייען פאלשן, פאלשן, פאלשן, פאלשן, פאלשן, פאלשןן
איך שאָקל עס אַוועק, איך שאָקל עס אַוועק

איך פארפעל קיינמאָל נישט קיין ביט
איך בין גרינג אויף מיין פיס
און דאס איז וואס זיי זען נישט
און דאס איז וואָס זיי זען נישט

איך טאנץ אליין
איך מאַך אויף די באוועגינג בשעת'ן גיין
און דאס איז וואס סיי וויסן נישט
און דאס איז וואס סיי וויסן נישט


איך האַלט אין איין קרוז'ן
קען זיך נישט אפשטעלן, איך האלט אין איין זיך גראווען
עס איז ווי איך זאל האבן די מוזיק
אין מיין מוח
וואס זאגט "איטס גאנא בי אלרייט."

'
ווייל די שפילערס גייען שפּילן, שפּילן, שפּילן, שפּילן, שפּילן
און די האסערס גייען האַסן, האַסן, האַסן, האַסן, האַסן
בעיבי, איך גיי מיך שאָקלען, שאָקלען, שאָקלען, שאָקלען, שאָקלען
איך שאָקל עס אַוועק, איך שאָקל עס אַוועק

הארץ-ברעכערס גייען צעברעכן, צעברעכן, צעברעכן, צעברעכן, צעברעכן
און די פאלשע גייען פאלשן, פאלשן, פאלשן, פאלשן, פאלשן, פאלשןן
איך שאָקל עס אַוועק, איך שאָקל עס אַוועק

שאָקל עס אַוועק, איך שאָקל עס אַוועק,
איך, איך, איך שאָקל עס אַוועק, איך שאָקל עס אַוועק,
איך, איך, איך שאָקל עס אַוועק, איך שאָקל עס אַוועק,
איך, איך, איך שאָקל עס אַוועק, איך שאָקל עס אַוועק

היי, היי, היי
טראכט נאר בשעת ווערסט אנגעזעצט וועגן די ליגנערס
און די גראָבע, גראָבע פאפערס פון די וועלט
אז דו קענסט ווער אנגזעצט וועגען די קראנקע ביט

מיין עקס-חבר האט געבראכט זיין נייע חבר'טע
זי איז אזוי ווי "אוי, מיין גאָט"! אָבער איך גיי מיך נאר שאקלען
און צו די בחור דאָרט מיט די געוואלדיגע גוטע האָר
וועסט נישט אהער קומען אהער, בעבי? מיר קענען זיך שאָקלען, שאָקלען, שאָקלען

ווייל די שפילערס גייען שפּילן, שפּילן, שפּילן, שפּילן, שפּילן
און די האסערס גייען האַסן, האַסן, האַסן, האַסן, האַסן
בעיבי, איך גיי מיך שאָקלען, שאָקלען, שאָקלען, שאָקלען, שאָקלען
איך שאָקל עס אַוועק, איך שאָקל עס אַוועק

הארץ-ברעכערס גייען צעברעכן, צעברעכן, צעברעכן, צעברעכן, צעברעכן
און די פאלשע גייען פאלשן, פאלשן, פאלשן, פאלשן, פאלשן, פאלשןן
איך שאָקל עס אַוועק, איך שאָקל עס אַוועק
שאָקל עס אַוועק, איך שאָקל עס אַוועק,
איך, איך, איך שאָקל עס אַוועק, איך שאָקל עס אַוועק,
איך, איך, איך שאָקל עס אַוועק, איך שאָקל עס אַוועק
איך, איך, איך שאָקל עס אַוועק, איך שאָקל עס אַוועק

שאָקל עס אַוועק, איך שאָקל עס אַוועק,
איך, איך, איך שאָקל עס אַוועק, איך שאָקל עס אַוועק,
איך, איך, איך שאָקל עס אַוועק, איך שאָקל עס אַוועק,
איך, איך, איך שאָקל עס אַוועק, איך שאָקל עס אַוועק

דא קענט איר הערן די געגנבטע ווערסיע
https://www.youtube.com/watch?v=nfWlot6h_JM
חמין במוצאי שבת מלוגמא
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

:lol:
וואס איז טאקע פשט פון אזעלכע פוסטע ליריקס? איז די וועלט משוגע צי וואס?
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

כוכב האט געשריבן::lol:
וואס איז טאקע פשט פון אזעלכע פוסטע ליריקס? איז די וועלט משוגע צי וואס?

עס איז גראדע נישט אזעלכע פוסטע ווערטער.
עס האט שטארקע מעסידזש פון 'טראכט נישט וואס מענטשן זאגן, נעם זיך נישט צום הארצן פון וואס די האסערס שפעטן, ווייל די יענטעס און רשעים גייען סייווי אוועקמאכן.
עס האט ממש א ברעסלאווער סטיל חיזוק סטראטעגיע, איך וועל זינגען און שפרינגען, דורך דעם 'פיזיש' פארטרייבן די ווייטאגליכע ווערטער וואס די שונאים זאגן.
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

[tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag] ס'איז קיינמאל נישט בא'טעמ'ט ווען איינער גנב'ט דיין סחורה, אבער אין דע פאל וואלט איך מיך נישט צו פיל געערגערט. נישט קיין פארגלייך -- די אידיש ווערזיע איז פיל פיל בעסער.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

ווי איז פישעל'ע מיט זיינע כוכבים?
ווי איז לעיקוואוד מיט זיינע ביאורים ?
ווי איז ראובן מיט זיינע אימפרעישענס ?
בין איך עפעס א קאקעראטש?
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

דיין גנב'טע קומט צו ארץ ישראל.

http://www.haaretz.com/life/arts-leisur ... um=twitter
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

המלוכה והממשלה האט געשריבן:[tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag]'ס מאמע זאגט אז ער איז א שקרן און בעל דמיון
http://m.huffpost.com/us/entry/5612113de4b0af3706e13818?

כ'האב אלץ געהאט א קראש אויף בענדזשמין... יעצט זעה איך אז מיין טעיסט איז גוט.
Under influence
פארשפארט