קאנאדישע פרעמיער מיניסטער מר. סטיוון הארפער ירום הודו

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1882 מאל

קאנאדישע פרעמיער מיניסטער מר. סטיוון הארפער ירום הודו

שליחה דורך בעל מדות »

אין די אלגעמיינע גאס הערשט א געוויסע גייסט פון באשטימען, און אויסקלויבן, אויפנעמען און קרוינען מענטשן אויף פאזיציע'ס ווי דער "מאן פון יאר" (אדער דא אין די ווירטואלע שטיבל די ניק פון יאר וכדו') וועלכע ווערן אויסגעקלויבט נאך אסאך שפאקולירן וועמען צו אויפנעמען, און דערין רעכנט מען אסאך די פערזאן און זיינע טהאטן, די נאבל פיעס פרייז איז איינע פון די גרויסע ארגענעזאציע'ס וואס טוען דאס און די וועג וואזוי זיי באשטימען א קאנדידאט איז אינטערסאנט נאכצופאלגן, ווארום אבאמא האט געקריגן די פרייס טראץ וואס ער האט נישט א הויעכע אייקיו מאס און האט נישט צופיל אויפגעטון (אלערט אפענע קען ווערעם...) אבער דאך האט ער עס ערהאלטן צוליב זיין שטוינענדע און היסטארישע געשיכטע פון זיין ווערן פרעזידענט אלץ שווארצער, אן א פרעזידענטליכע דינאסטיע, אדער פאליטישע פאמיליע וואס זאל אים מיטהעלפן באזיגנדיג א ריזיגע פאליטישע קאנאן וואס איז געווען על פי דרך הטבע אומפארשטענדליך און אומגלויבליך נעמליך די באקאנטע מקוה ווארט הילערי קלינטאן.

סטיוון הארפער האט אויך געקריגן די נאבעל פיעס פרייז און נאך עטליכע מאל געקרוינט געווארן דורך נאציאנאלע און אינטערנאציאנאלע גרופעס און ארגענעזאציע'ס מיט פארשידענע סארטן אינטערעסן ווי "אויפטון זאכן", עקאנאמיע, שלום אין די מיטל מזרח, איך גלייב נישט אז איינער וועט פרעגן ווער דער מענטש איז, אבער אויב איז יא דא איינער וואס ווייסט נישט ווער דאס איז לאמיר אים פארשטעלן פאר אייך, ער איז די הויעכגעשעצטע פרעמיער מיניסטער (פרעזידענט) אין קאנאדע, און ער פארטרעט מיליאנען מענטשן אריינגערעכנט אן ערך פון 300,000 אידן וואס וואוינען דארט אונטער זיין פירערשאפט.

ער איז א שטארקע כאראקטער און אין די וועלט פון פאליטיק הערט מען אסאך די אויסדרוק אז ווען סטיוון הארפער זאל ווען זיצן אויף אבאמבא'ס בענקל וואלט אמעריקא געשטאנען סך בעסער.


סטיוון הארפער די קאנאדישע פרעמיער מיניסטער שוין זינט 2006 איז גאר א בארימטע פיגור אין די וועלט פון פאליטיק און פירערשאפט און איז א מאן וואס איז פארמישט אין יעדע אינטערנאציאנאלע נייעס אין די ארענע אנטבאלאנגט אמעריקא, אדער די מאדערנע וועלט.

ער איז א קלוגע דורכגעטראכטע מענטש וואס קריגט שטארקע שעצונג אין קאנאדע, ער האט זייער שטארק ארויפגעארבעט קאנאדע, מיט די עקאנאמיע, מיליטער, און עס זעט זיך אהן זייער שטארק ווען די צופרידנהייט ראטע האלט ביי 97% וואס גלייכן אים און זענען שטאלץ אז ער זיצט ביי זייער פארטרעט שטענדער.

פרעזידענט אבאמא און ווי אויך געוועזענע פרעזידענט בוש האבן נישט געטון און טוען נישט קיין שום גרויסע אקציע'ס אדער זאכן אין אויסערן פאליטיק אהן באקומען זיין ערלויבעניש און צישטימונג, און רעדן זיך בכלל גאר אסאך דורך מיט אים ובכלל איז זיין מיינונג א שטארקע מיינונג.

ער איז א שטארקע כאראקטער און פירט א ווערטשאפט, טוט וואס ער האלט פאר ריכטיג.


יעצט אביסל צו זיין היסטאריע.

סטיוון הארפער איז געבוירן און געווארן אויפגעצויגן אין טאראנטא אין 1959, ער איז די ערשטע פון דריי צו מארגארעט און דזשאסעף העריס הארפער א אקאונטענט אין אימפעריעל אויל, ער האט באקומען זיין בעטשלער'ס און מעסטער'ס (נעמען פון דעגרי'ען אין קאלעדזש) אויסצייכענונגען אויף עקאנאמיע, אין די יוניווערזיטעט אין קעלגערי, ווי ער האט זיך אגב כסדר אומגעקערט צו איבערפרישן זיינע שטודיעס און קלאר מאכן זיינע עגבערנישן, נאכפאלגנדיג זיינע פילצאליגע טערמינען אין די הויז אוו קאמאנ'ס, איז ער געווארן די פרעזידענט פון קאנאדע, הארפער איז געווען א שטארקע אקטיוויסט אויף לאוער טעקסעס און אויף פארשטערקערן מיליטער, זיין שטאנד האט זיך פארשטערקערט ווען זיין קאנסערוואטיווע פארטיי האט אנגעצויגן די מאיאריטעט אין די פעדעראלע עלעקציעס אום 2011, ער איז די ערשטע פרעזידענט נאך דזשאו קלארק וואס זאל נישט האבן א נידריגע דעגרי.

ער איז געבוירן אום 30 אפריל, ווען ער איז עלטער געווארן האט ער זיך אנגעשלאסן אין די פאליטישע גרופע די "יונגע ליבעראלע קלאב" וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין די אנהויב פון זיין פאליטישע קאריערע, נאכן גראדואירן האט זיך הארפער געצויגן קיין אלבערטא און אריין ארבעטן אין די פעטראוליום אינדוסטריע, אריינטאנצנדיג אין די פאליטישע וועלט אלץ די עקזעקוטיוו עסיסטענט צו קעלגערי'ס פראגרעסיווע קאנסערוואטיווע פירער דזשים העיקוס.

הארפער האט ווי פריער דערמאנט שטודירט אין קעלגארי יוניווערזיטעט ווי ער האט ערהאלטן ביידע א בעטשלער'ס דעגרי (אין 1985) און א מעסטער'ס (אין 1991) אין עקאנאמיקס.


ווען ער איז געווארן רעקאמענדירט דורך די יוניווערזיטעט אוו קעלגערי'ס עקאנאמיסט באב מענסטעלל צו פרעסטאן מיענינג די גרינדער און פירער פון די רעפארם פארטי אין קאנאדע, אין יענע צייט האט הארפער "זיך נישט געזען אלץ א פאליטיקאנט" מענסטעלל האט געזאגט צו .N.B.C נייעס אגענטור אין יאר 2011 אז פאליטיק איז נישט הארפער'ס ערשטע ליבשאפט.

מענינג האט אים איינגעלאדנט צו דזשוינען זיין פארטי און ער האט געגעבן א רעדע ביי די רעפארמ'ס 1987 קאווענטשן אין וויניפעג, ער איז געווארן די פארטי'ס "טשיף פאליסי אפיסער" און ער האט אנגעהויבן שפילן א שטארקע ראלע אין אלע עלעקציע'ס אדער קאמפיין'ען דורך דעם פארטיי, ער איז געווארן קרעדיטירט אלץ אויפקומען מיט די קאנאקעדיגע קאמפיין לאזונג! (the west wants in)
הארפער איז דאן מיט א שיינענדע קאריערע פאקוסירנדיג אויף פאליטיק און פובליק פאליסיס, זיך דערווארבן צו די העכסטע ראנגען אין זיין פארטיי און געלאפן פאר די הויז אוו קאמאנס אין די 1988 פעדעראלע עלעקציע, ער איז געווארן פארגעשטעלט אויף די פאפירן און שילדן אלץ סטיוו הארפער, און איז אום יאר 1993 געווארן אויסגעוועלט דורך די קאנאדישע פאלק צו די קאנאדישע הויז אוו קאמאנס אלץ די רעפארם פארטיי קאנדידאט.


נאך פארשידענע געווינסן און מזל אין וואס ער האט נאר געטון האט ער אין יאר 2001 אינטערגעשריבן דעם צעטל צו לויפן אלץ פרעמיער מיניסטער.

די פאלק האט אים געוואלט, ער האט געווינען די וואלן, ווערנדיג די 22'סטע פרעמיער מיניסטער פון קאנאדע.

אום יאר 2011 האט מען מיט טענות אז ער האט באהאלטן געוויסע אינפארמאציע פון די פארליאמענט, און נאך געוויסע טענות, האט מען האט באשטימט א פארלאמענט וואלן פראצעדור צו שטימען יא אדער ניין צו ער זאל פארלירן די פרעזידענטשאפט, ער איז אבער אריינגעקימען מיט א שטערקערע כח (166 זיצן) ווי סיי ווען בעפאר זייענדיג מער פארזיכערט און בכח צו דורכפירן געזעצן ווי סיי ווען פריער.

ער איז פארהייראט און האט צוויי קינדער רחל און בנימין.


הארפער איז א אויסנאם געלונגענע פירער ער האט זיך ערווארבן א נאמען פון א באזעצענע מענטש וואס פארשטייט אן עסק אין שרעקט זיך פון גארנישט צו גיין און די ריכטיגע וועג
פולע לייסטונגען האט ער געמאכט אז קאנאדע זאל האבן א מעכטיגן עקאנאמיע און א שטארקער מיליטער
ער האט באקומען די פיעס פרייז צוליב זיין הויעכע ציפרידנהייט ראטע ביים פאלק און אין צוגאב אויך באקומען נאך מעדאלן און שיינע לויב אויסצייכענוגען פון באזינדערע פירמעס וואס האבן אים אנערקענט אלס פאסיגסטע קאנדידאט פאר זייערע אגענדעס
ער האט פארארדענט צוויי יאר צוריק אז קאנאדע זאל ארויסווארפן איראנ'ס אמבעסאדאר ווערנדיג שטארק באלויבט איבעראל
פולע פירער האבן אים אנגעהויבן אנפרעגן איבער וויאזוי צו האנדלען פראבלעמען.



ער איז א מושלם אין אהבת ישראל און ער ארבעט כסדר לטובת אידן.


ער איז לעצטענס געפארן קיין ארץ ישראל און מיטגענומען און זיין פערזענליכע פליגער פארטרעטער'ס פון יעדן אידישן געמיינדע און מאנטרעאל.



אט איז א שטיקל דרויסענדע באריכט איבער א קוראזשפולע אקט וואס ער האט געטון אין נאמען פון גערעכטיגקייט:

און די וועלט גייט אהן שוין א לענגערע צייט וואס רוסלאנד פייפט אריין אין די וועלט מיטן אינוואדירן אוקראינע און העלפן די רעבעלן מיט שווערע ארסענאלן פון הייס געווער
אבאמא האט זיך גאר שוואך ארויסגעשטעלט און די וועלט האט געשטוינט וויאזוי איין פירער האט די מאכט זיך צו שלאגן מיט כמעט די גאנצע וועלט אהן וואס מען זאל אים קענען אפשטעלן
פוטין האט געלאכט פון די גאנצע פעקל סאנקציעס און נאך יעדע נייע אויטאריזירונג פון נייע שטראפן האט ער צוריקגעווארפן די לענדער מיט נקמה ווייזנדיג אז ער האט ארויס די פחד וואס אבאמא פארמאגט און ער ווייסט וויאזוי איהר צו מאנעוורירן
סטיוון הארפער איז יעצט געווען אין די נייעס מיט שארף קאנפראנטירן פוטין און אים פארדאמען און די נאז אריין
סטיוון הארפער איז די קענעדישע פרעמיער מיניסטער און ער האט א געוויסע פירערשאפט חן וואס ממש קיין איין פירער האט נישט (איך האב שוין געשריבן מער איבער אים מיט עטליכע תגובות צוריק אין דעם אשכול) ער האט שטארקייט און נוצט דעם קאפ און ווי באקאנט פלעגן פאליטישע גוטזאגער זאגן אז ווען הארפער איז ווען אין ווייסן הויז און אבאמא אין אטאווא וואלט אמעריקא געשטאנען פיל בעסער

פוטין און הארפער האבן זיך ביידע געטראפן ביי א סאמיט און ווי דער סדר איז באגריסן זיך אלע פירער מיט א האנט באגריסונג טראגנדיג קענטליכע רעספעקט איינער צום אנדערן
פוטין האט מיט זיין קאלט פארפרוירענער בליק דורכגעשפרייזט דעם ארט ווי פולע אנדערע וועלט פירער זענען געשטאנען און ווען עס איז געקומען די ראיה צו באגריסן הארפער האט ער אויסגעשטרעקט זיין האנט זיך אנריפנדיג היי מיסטער הארפער
הארפער האט אים געלאזט ווארטן א מינוט און זיך אנגערופן מיט א ברייטן ערנסטקייט איך קען דיר געבן די הענט אבער פוטין....פיץ ארויס פון אוקראינע!
אזאך וואס איז געווארן צעשפיעלט אויף די וועלט'ס העדליינס סאקונדעס דערנאך שענקענדיג א רויטן שיכט אויף פוטינ'ס בעקעלע
די רוסישע קרעמלין האט באשטעטיגט די שארפע ארגומענט אויסטויש צווישן די צוויי פירער און האט נישט אנגעגעבן וואס דער רוסישער פרעזידענט האט צוריק געענטפערט
אבאמא און אוקראינע'ס פרעזידענט האבן עס תיקף אויסגעלויבט און באדאנקט הארפער פאר דעם פאליטישן פראסק.



איך פון מיין קוק ווינקל באקרוין איך מר סטיוון דזשאסעף הארפער יר"ה אלץ די מאן פון יאר, ער טוט אסאך פארשטייט זיך מיט די הילף און כח פונעם אויבערשטן, און ער לייסטעט אסאך פאר אידן.


האט'ס מיר א גוט שבת און א זיס לעכטיג יאר, און אוודאי א שיין יאר מיט אלע רעדאגירער אויפן פארום דא

ידידכם, בעל מדות
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר