קודם זאל זיך איינער מרחם זיין ארויפריקען א נערמאלע לינק צו רפאל קדוש טהעסיס. נאכדעם א דאנקן פארן לינקען צו יואל כהן'ס מאמר איך האב עס שוין לאנג געזיכט הגם אביסעלע נאן סענס קען מען באלד זעהן אין פרק י"ד איך האף אז ער אליינס האט געגלייבט אין וואס ער האט גגעשריבן. יעצט אויף זייט ע"ג צונעמט ער פיין דעם תקופה הגדולה, ושפתיים יישק. די בריווען פונעם קוממיות רב וואס ער ברענגט און אויכעט פוקח עוורים האבן זיינע קינדער שוין לאנג פארלייקענט ער זאל האבן געשריבן אזא זאך. בלייבט נאר איבער צו וואונטשען. ווייל איך בין נישטא פאר ויכוחים. הצלחה.
ס'איז דאך מבואר דארט אז די ברעיקינג פוינט איז געווען ווען די רעפארמער האבן זיך נישט געוואלט פארפליכטן צו די אויטאריטעט פון די הלכה און דער שו"ע, דעמאלט'ס האבן די רבנים דערקלערט אז מ'קען און מ'טאר מיט אזאלכע מענטשן מער נישט זיצן צוזאמען.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
זיי האבען אין אנהייב געמיינט אז די 120 פארטרעטער'ס פון די נישט פרומער זענען פרום? זיי האבען געמיינט אז זיי ווילען תורה ומצוות אפילו ווען זיי זענען די רוב? זיי האבען געמיינט אז מ'וועט זיי אלס נאכגעבען? טאמער דו האלסט דער מהר"ם שיק פאר א טיפש, גו"ד פא"ר י"ו. אבער איך קלער אז ער איז נישט אזוי געווען, און כמבואר במחנה חיים, אז מ'האט געוואלט אז די קהלות און די בתי מדרשים זאלען געפירהט ווערען לויט ווי ס'איז אלס געווען, און מ'זאל נישט קענען איבערדרייען א פרומע בית המדרש און קהלה פאר א פרייע, און מ'האט קיינמאל נישט געמיינט אז יעדער וועט בלייבען פרום און יעדער איד וועט מוזען היטען תורה צו זיין א חלק פון די קהלה. נאר אז די קהלות זאל מען לאזען ווייטער פיהרען פרום. און ווען זיי האבען געזען אז ס'געלונגט זיי גארנישט, האבען זיי פראבירט א צווייטע פלאן פון זיך ארויסציען פון די קאנצעליי וכידוע. דאס עצם זיצען מיט זיי, וואס מ'פרעדיגט היינט לאיסור, איז זיכער נישט געווען אסור אין זייער אויגען. און אזוי ווי דער מהר"ם שיק זאגט, ווייל גייען ראטעווען הייסט נישט זיצען מיט זיי.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
די לשון - טאלקינג פוינט בלע"ז - וואס די רבנים האבן גענוצט איז געווען אז מ'טאר מיט אזאלכע מענטשן נישט זיצן, 'אין שלום אמר ה' לרשעים'.
און יא, עס איז בכלל נישט געווען דערקלערט אז מען רעדט דא פון פורקי עול התורה והמצוות, די רעדע איז מתחילה געווען בלויז איבער רעפארמען אין די סדרי והנהגת הביהכ"נ וכדו'. עיין באסיפות מיהאלאוויץ איבער וואס די רעדע איז געווען. ווען די רבנים האבן אבער געזען אז זיי האלטן זיך נישט ביים פארפליכטן צו די טרוקענע הלכה (נאר חוזק געמאכט דערפון כידוע די מעשה איבער הל' בית כסא) האבן זיי אויסגעשריגן עד כאן!
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
כווייס נישט פון וואס איר רעדט אבער בנוגע לענין , אז מהאט געקענט מאכן א טיילונג פארוואס נישט , אבער אהן א טיילונג נאר נישט אהננעמען די קהלישע רעכטן לא שמעתי חוץ מזה איז די טיילונג איז געווען בהסכמת כל הרבנים ? בכל אופן אין פוילן רוסלאנד איז נישט געווען קיין טיילונג .
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אויף צו פארשטייען טיילונג, דארף מען וויסען וואס ס'איז געווען פאר'ן טיילונג. וואס מיינט עס א קהלה, וואס מיינט אחריות פאר יעדער איד אין שטאט, וואס מיינט עס זיין אן עבד לעבדי ה' כולל דער גרעסטע עם הארץ און גראבע יונג. זינט מ'האט געמעגט באגרעניצען דאס חבר'שאפט אין קהלה נאר צו די וואס שטימען מיט א געוויסע לעבענשטייגער, זענען די זאכען אין גאנצען פארגעסען געווארען. אגב, דאס וואס מ'זאגט אז ר' בנימין מנדלזוהן'ס בריוו איז פארפעלשט איז גאנץ נישט מסתבר. פארוואס זאל מען פעלשען פונקט פון איהם? אז מ'וויל פעלשען קען איך בעסערע אדרעס'ן. וויפיל מענטשען פאלגען זיין דעה? ער איז געווען א וואוילע איד, אבער פאר אן אונגארישע איד וואלט בעסער געווען אז מ'פעלשט פונ'ם פרעשבורגער רב וכדו'.
גיי זיי דיך מפלפל מיט זיינע קינדער. און הגם אז מקוקט אריין אינעם בריוו ווי ער שרייבט דארט אז דער ויואל משה איז זיכער געפעלשט געווארן זעהט גלייך אז דאס איז א געשריבענעם פאשקעוויל ותו לא מידי. בנוגע די טיילונג דארפסטו נאך פשוט זעהן קלארע ווערטער אינעם מהרם שי"ק. און מ'דארף נישט מער ווי דערמאנען די ספר בעיות הזמן פון הגאון ר' ראובן וואס כמעט רירט ער נישט אהן די מערהייט טענות אינעם ויואל משה אבער די התחברות טענה אליינס ברענגט אים צו דעם מסקנא פון עבירה לשמה! ... און אגב ווער איך נתפעל פון ר' יואל כהן אז אין חבד איז מען סאך שטערקער קעגן ציוניזם ווי אין סאטמער אין דעם צווייטן לינק. איז ברויך איך נאר אנוואונטשן אז חזקו ואמצו גיבורי כח.
פארוואס זאל א מענטש זאגען שקר במילתא דעבידי לגלויי? אלע גדולי ישראל וואס האבען געהייסען גייען אין בחירות און נישט מיקל געווען אינ'ם מלחמה מיט די פרייע, האבען געזאגט די סברא אין זייער נוסח.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איך זעה נישט וואס די זעסט אין דעם קטע. נאר פליז סקרין אריין ווי ער טענה'ט אז אז דא איז א ענין פון עבירה לשמה און בלאז עס זיי מוחל אויף און קעיס קלאוסד. דא האט איר לשון הקו"ק פונם מחנה חיים: אך דעו אם אנחנו משתתפים עמהם לבחור אנשים וכו' הרי כבר היינו מודים בזה שאנו מקבלים חוקי הקאנגרעס וכל המודה בחוקי הקאנגרעס כופר בשו"ע. ... לא ישתתף כלל בוואהלן האלה. און ענין פון משתמע בתרי לישנא איז ביי אינזער פאל בכלל נישט שייך ווייל 1. מען שווערט צו די חוקי המדינה נישט צו א"י און אירע חוקי התורה 2. די בג"ץ האט קלאר געפסקנ'ט אויף דעם שבועות המונים אז חוקי מדינה איז העכער חוקי התורה להוציא פונעם מענה לשון און פוקח עוורים וואס הערט נישט אויף צו טרומפייטערן דערמיט ובזה אסיים שיחתי און ווי מזאגט ביי א דעבאטע איי וויל גיב יו דע לעסט ווארט. הצלחה.
ס'איז נישט גוט ארויפגעקומען פון מיין סעלפאון, איז נא דיר א לינק צו היברובוקס. קוק פון דארט און ווייטער. פריער ברענגט ער עבירה לשמה, אבער דאס איז נישט די גאנצע סברא. דער מחנה חיים איז נאר א קליין חלק פונ'ם תשובה זיינער. קוק די גאנצע וועסטו זען אז אך שקר נחלו אבותינו. ער זאגט להדיא גלייך פאר דעם אז וויבאלד מ'האט א ברירה נישט צו זיין א חלק פונ'ם קאנגרעס דעריבער איז דער בחירות אן איסור. ברגע מ'האט נישט קיין ברירה, ווייל בכל אופן איז מען משועבד צו זייער געזעצען. און קיין שום מקור קעגען דעם האט מען נישט געטראפען. נאר אין א פאל ווי מ'האט געהאט א ברירה. אלע גדולי ישראל זענען געבליבען אין קהלות און געטוהן אין די קהלות אין רוסלאנד מיט די פרייע, ווייל קיין ברירה פון אויסטריט איז נישט געווען. מ'האט געקענט שטייען אין די זייט אין קראקא, ווילנא ווארשא לעמבערג ועוד, און לאזען די פרייע טוהן וואס זיי ווילען און זיך צוזאמען נעמען אן קיין שום שייכות מיט זיי, אבער אזוי וואלט מען געבליבען צאלען שטייערען צו זייערע קהלה, זיך געמוזט פאלגען זייער געזעצען א.א.וו. זיי זענען נישט געשטאנען אין די זייט אזוי ווי די סאטמארער טוהן אין א"י, זיי האבען נישט געלזאט די פעלד פריי פאר די יעניגע.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
די פאקטן אויפן שטח שטימען נישט. ווען דער מחנה חיים איז ארויף געשפרינגען אויפן טיש און געשריגן אז מען טאר מער נישט זיין דא, האט ער נישט געוויסט אויב עס וועט געלונגען פאר די רבנים צו פועל'ן א טיילונג אין ווין. אדער, זעט אויס ער האט געהאלטן אז לאזן די פעלד פאר די רעפארמער הייסט נישט אז מען האט נישט קיין אויסוואל.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
איך האב געלייגט א לינק, ליין דארט. אגב אורחא ,טיש שפרינגען בעידן ריתחא, הגם ביי מאנכע איז עס פון די יסודות פון זייער חינוך, איז א שוואכע הלכה'דיגע מקור
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אבי געהאקט די מחנה חיים הייבט אהן מיט דעם אז די שרים צווינגען עס נישט ארויף צו זאגן אז זיך מתבדל זיין וועט נישט האבן קיין קאנסענקווענסעס. נאכדעם זאגט ער אז אפילו יא עס וועט אויפרעגן די שרים עס וועט ברענגן צו שפיכות דמים איז עס די גופים און אונז זארגן פאר די נשמה און מדארף גיין מיט מסירת נפש! ער ענטפערט פארן שאלת תם אז אונז בלייבן ערליך און למאי נפק"מ זיי די נעלויגן און אויף דעם זאגט ער דאס וועט זיין אן הודאה ולכן איז עס א איסור און כפירה ווער עס איז זיך משתתף אין די ואהלן און ער איז א כופר אין שו"ע און די גאנצע תורה. וזה הוא! און דאס איז נאר די שוואכסטע טענה אין די ויואל משה לגבי עניינים אלו. די בעיות הזמן הייבט אהן צווישען אנדערע וועגן עבירה לשמה און ענדיגט דעם מאמר אז דו אנשי נטורי קרתא זענען מיסודו גערעכט. קאמענטארן זענען איבעריג.
דעת תורה האט געשריבן:אהער מיטן מחנה חיים, לאמיר עס זען אינעווייניג.
די פאקטן אויפן שטח שטימען נישט. ווען דער מחנה חיים איז ארויף געשפרינגען אויפן טיש און געשריגן אז מען טאר מער נישט זיין דא, האט ער נישט געוויסט אויב עס וועט געלונגען פאר די רבנים צו פועל'ן א טיילונג אין ווין. אדער, זעט אויס ער האט געהאלטן אז לאזן די פעלד פאר די רעפארמער הייסט נישט אז מען האט נישט קיין אויסוואל.
און די תשובה איז קלאר משמע אז ער ווייסט נישט וואס די response פונעם מלכות וועט זיין און גייט פארן ערגסטע ווייל שיתוף איז הודאה אין הודאה איז כפירה. שוין גענוג געוועהן יעצט וועל איך אים לאזן שפינען טעאריעס אונעם טיילונג וויאזוי ער האט געקענט באשטיין עס זאל זיין.