אינערן און אויסערן פאליטיק, נייעס און נאטיצן פון קאנאדע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1882 מאל

אינערן און אויסערן פאליטיק, נייעס און נאטיצן פון קאנאדע

שליחה דורך בעל מדות »

[justify]קליינע איבערבליק אויף די פאליטישע טוישונגען וואס די ליבעראלע פארטיי האט פארשפראכן דורכצופירן אויב זיי געווינען דעם פארמעסט.


זיי האבן געוואונען מיט א מאיאריטעט ווי באקאנט, איז אט זענען די הויפט אישוס און ליבעראלע אנשויאונגען.


טייל קרעדיט קומט זיך צו "דער מאמענט" אויסגאבע אין מאנטרעאל.



"עקאנאמיע"

די מיטל קלאס אינקאם שטייער וועט געשניטן ווערן פון 22 פראצענט צו 20.5 און מען וועט שאפן א נייע שטייער ראטע פון 33 פראצענט פאר די וועלכע פארדינען מער ווי 200 טויזנט דאלער יערליך; מען וועט אויך אפרופן די ספעציעלע שטייער-צעטיילונג פאליסי אויך פאר פאמיליעס; קינדער-געבענטשטע פאמיליעס מיט אן אינקאם פון ווייניגער פון 150 טויזנט דאלער יערליך וועלן באקומען מער געלטער פער מאנאט אונטער א נייע "קאנאדע טשיילד בענעפיט"; מען וועט אנהאלטן די שטייער שניטן פאר קליינע ביזנעסער אזויווי די קאנסערוואטיווע פארטיי; מען וועט צוריק ארויפרוקן די פענסיע בענעפיטן-בענעפיטן יארגאנג.



"זיכערהייט" אישוס

מען וועט ארויסציען אלע טרופן פון סיריע און איראק, און מען וועט שיקן הומאניטערישע הילף פאר פליטים. מען וועט אויך אריינלאזן פרישע פליטים קיין קאנאדע; ביל סי-51 וועט ווערן ארומגעטוישט אז די 17 זיכערהייט'ס אגענטורן וועלכע טוען אין נאציאנאלע זיכערהייט וועלן נישט קענען אזוי גרינג ארומשיקן אינפארמאציע איבער א פריוואטן בירגער און מען וועט צולייגן א פארלאנג צום פארלאמענט איבערצוקוקן ביל סי-51' יעדע דריי יאר; מען וועט גרינדן א ספעציעלע נעשענעל סעקיורעטי איבערזיכט קאמיטע פון אלע פארטייען וועלכע וועט איבערקוקן די אקטיוויטעטן פון אלע 17 נעשאנעל סעקיוריטי אגענטורן.


"אינפראסטרוקטור"


מען וועט שטופן גרויסע פענסיע פאנדס אינוועסטמענט גרופעס איינצושטעקן זייערע געלטער אין אינפראסטרוקטור פראיעקטן; די פעדעראלע רעגירונג וועט צושטעלן פאר אינפראסטרוקטור ביי עפארדעבל האוזינג און פאר ספעציעלע בוי פראיעקטן וועלכע וועלן איינשטעלן נייערע טעכנאלאגיעס און איינריכטונגען וואס זענען גוט פאר די ענווייראמענט; (דאס כאפ איך נישט וויאזוי עס וועט ארבעטן ב.מ.) מען וועט פאררופן א יערליכע זיצונג צווישן מעיארן פון אלע גרויסע שטעט, צו דיסקוסירן אינפראסטרוקטור פראבלעמען.


"אויסערן פאליטיק"


עס וועלן געגרינדעט ווערן נייע אינציאטיוון צו אויסברייטערן קאנאדע'ס אינטערנאציאנאלע איינפלוס; 9 וועטעראן קעיר אפיסעס וועלכע זענען אפגעשפארט געווארן דורך די קאנסערוואטיוון וועלן צוריק געעפנט ווערן; א ספעציעלע קאבינעט וועט געגרינדעט ווערן צו האבן אן איבערזיכט אויף קאנאדע'ס פארבינדונגען מיט די פאראייניגטע שטאטן; א נייע יערליכע סאמיט צווישן קאנאדע, מעקסיקא און די פאראייניגטע שטאטן.


"סאציאלע אישוס"

די פעדעראלע רעגירונג וועט זיין מער פארמישט און פאראויסרוקן די נאציאנאלע העלט קעיר סיסטעם און וועט זיך שטענדיג טרעפן מיט די פרעמיערן פון אלע פראווינצן (א פראווינץ איז א חלק לאנד עס זענען פאראן דרייצן פראווינצן אין קאנאדע, מאנטרעאל איז אין די פראווינץ וואס הייסט קוויבעק ב.מ.) צו דיסקוסירן די צושטאנד פון העלט קעיר אין זייערע געגנטער; טיר צו טיר פאסט ליפערונג וועט צוריקגעשטעלט ווערן; דער צענזוס וועט צוריקגעשטעלט ווערן און "סטאטיסטיקס קאנאדע" וועט זיין אומאפהענקיג פון די רעגירונג.[/justify]
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר