א קאלטע 'הערבסט' טאג...

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
[NAMELESS]

א קאלטע 'הערבסט' טאג...

שליחה דורך [NAMELESS] »

א.

גיי איך הערבסט אין גאס
ציה אריין פרישע לופט,
ס'פארוואלקנט און נאס
מיין נשמה מיך רופט.

אומעטיג איז אין הארץ
פאר וועם זאל איך קלאגן,
ווען איך זע ס'ווערט שווארץ
און אין הארצן טוט נאגן.

איך כאפ א שמועס
מיט די בוים-בלעטער
איך בין מלא נגיעות
דאס זענען מיינע ווערטער:

בלעטל, בלעטל טייערע
איך שפיר דיין ווייטאג,
קומען צייטן קאלטע, נייערע
שווארץ ווערט דער טאג.

איר גייט פונעם בוים פאלן
אומגליקליך צום טויט,
און דער מלאך המות וועט שאלן
און ענקער צייט פון נויט.

קיין מיתת נשיקה טוט נישט הערן
נאר א שווערע טויט וועט באגלייטן,
אייער גרינע קאליר וועט רויט ווערן
דערנאך אויפן ערד זיך פארשפרייטן.

שווארצע וואלקענעס מיט רעגן
וועט נאכפאלגן גרויסע שנייען,
מאראסטיג וועלן ווערן די וועגן
אין טיפן ערד וועט איר זיך דרייען.

שווארץ, אה שווארץ, אן קיין ליכט
הייסע טרערן אויף מיינע באקן,
נאך-וואס ברענגען א פאלשע באריכט
אין ברוינעם קבר טוט אייך איינפאקן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ב.

איר זעט קיין וועג ארויס
אין ענקער שווערע צייט,
א סוד זאג איך ענק אויס
אין 'טבע הבריאה' ס'שטייט.

א לאנגע צייט וועט לויפן
אפשר א האלבע יאר,
אויף א וואונדערבארער אופן
וועט זיין 'תחיית המתים' גאר.

גרין וועט ווערן איבעראל
די ביימער וועלן שטיין מיט שטאלץ,
מיט א פעסטקייט פון שטאל
וועט שטיין דער אומבויגזאמער האלץ.

די בלעטלעך וועלן לאכן
זיך דערמאנענדיג שווערע צייטן,
דער זון וועט ווארעם מאכן
אן אנגענעמען וועטער פארשפרייטן.

בלעטעלע הער צו
מיין לעצטע געדאנק,
אסאך נוצן דערצו
נעם מיט אלס געשאנק.

וואס טיפער דו וועסט ווערן באגראבן
נאכדעם וואס דו וועסט פונעם בוים פאלן,
אלס גרעסערע שאנסן טוסטו האבן
פון דיר זאל א נייע בוים שפראצן און שטראלן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ג.

מיין שמועס מיט בלעטער
איז א שמועס צום מין אנושי,
ס'קומט אמאל א וועטער
א בייזע, און פול מיט קושי.

דער מענטש צאנקעט
און ער פאלט אנידער,
א צווייטער מאכט א באנקעט
פון יענעמ'ס צרות מאכט לידער.

ער זעט נאר וואלקענעס
שווארץ, אה שווארצע טעג,
אלס פיינפולע צייטן ער קען-עס
זעט קיין ענדע אינעם געיעג.

ענדגילטיג שפירט אין די ערד
יעדער טוט אים אנטרעטן,
ער טראגט קיין שום ווערד
'טוב מותי מחיי' טוט ער בעטן.

ווארט נאר ווארט
ס'וועט קומען א טויש,
ווער נישט פארנארט
פון א צייטווייליגע גערויש.

וועסט פריש אויפבליען
שטיין שטארק און קראפטיג,
איבערן זון זיך גליען
געבן פרוכט גאר זאפטיג.

וואס טיפער דו פאלסט
האסטו גרעסערע שאנסן,
א שורש דו שפאלסט
א שענערע בוים איינפלאנצן.

געדענק נאר געדענק
די ווערטער די גראדע,
א פסוק איך מיט-שענק:
"כי האדם עץ השדה"!
באניצער אוואטאר
מבקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 355
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

שליחה דורך מבקר »

הערליך שיין, א נייע טוויסט יעצט געהערט צום ערשטן מאל, די נקודה אז ווי טיפער אין בלאטע אלס מער טשענס צו א נייע בוים. קונסטליך ביז גאר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אכן.
נקודה ע"ג נקודה.

קודם כל - 'אל תתייאש', ווייל גלגל חוזר בעולם. היינט אין בלאטע, מארגן א נייע *בלעטל [אגב, בלאטע-בלעטל...].
צווייטנס - וואס טיפער אין בלאטע אלס מער שאנסן פאר א בעסערע פרישע אנהייב.

אזוי ווערט געברענגט א שארפע טייטש אויפן פסוק: שבע יפול צדיק וקם.
קודם כל - פשוט פשט, זארג דיך נישט פון די בלאטע, ווייל צום סוף קומט דער קימה.
אבער די טיפע טייטש איז - שבע יפול צדיק, און נאר דורכדעם איז דער 'וקם'.


-------------------
*אגב, כ'טראכט יעצט אז אפשר דערפאר איז דא דער אידישער אויסדרוק: 'לאמיר אנהייבן א נייע בלעטל'. דהיינו, א פרישע התחדשות כדרך ה'בלעטל'. אבער ס'איז נאר ע"ד דרך הפלפול, ווייל פשוט פשט מיינט א 'נייע פעידזש' הנקרא 'בלאט-בלעטל'... [אזויפיל איז יא מעגליך ע"ד ההשערה, אז ס'הייסט 'בלאט-בלעטל' על שם די בלעטל פון בוים, וואס פון זיי פלעגט מען אויסארבעטן אמאליגע סארט פאפיר. אדרבה, מי יודע פשר דבר?].
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

שש, קודם צו קלאפן די אפעטיט, א קליינע הערה, פרילינג איז אין ניסן ווען די בלעטעלעך בליען שיין, דו מיינסט מן הסתם הערבסט, די יעצטיגע זמן ווען די רויט געווארענע בלעטלעך פאלן,

און יעצט קען קומען די קאמפלימענט, אויף נעמען די באוואוסטע ווארט אין חסידישע ספרים לגבי ווי נידריגער די האנט אלס העכער קען מען ווארפן און רב לך שַבָת בעמק הבכא אז ווי נידרגער די וואכן טג, אלס העכער די שבת.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ייש"כ.
און כ'האב פארראכטן דעם טעות.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:ג.

וואס טיפער דו פאלסט
האסטו גרעסערע שאנסן,
א שורש דו שפאלסט
א שענערע בוים איינפלאנצן.

געדענק נאר געדענק
די ווערטער די גראדע,
א פסוק איך מיט-שענק:
"כי האדם עץ השדה"!

יעצט געטראפן א בילד אין אנאנדער אשכול,
וואס [tag]בעל מדות[/tag] האט ארויפגעלייגט [ותשוחח"ל],
און דארט שטייט שוין דער געדאנק:
IMG-20150621-WA0489.jpg
פארשפארט