איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג

שליחה דורך ירא שמים »

וואסערע אינטערעסע האט טאקע bfg פון ארויסגעבן דאס ביכל ?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

שם טוב זאגט א גיטע פוינט , ס' נישט פשט אז זיי האבן פשוט געגאנגען נאך א טריט נאר נאכמער זיי האבן שוין געלאזט פלאץ פאר די נעקסטע סטעפ, און ווער ווייסט וואס די נעקסטע סטעפ וועט זיין..? אזוי ווי , אן מדרכי וואלט נישט געקענט זיין קיין ליפא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

טאקע, ביי אונז ליטוואקעס איז דער אידיש שפראך ברייט פארגעסען געווארען. פארוואס? מיר דוכט זיך אז אין רוסלאנד והגלילות איז אידיש געווען דער שפראך פונ'ם עמך איד. א קלוגע געבילדעטער מענטש האט זיך בארימט מיט לה''ק, און טאמער ער איז נישט אזוי פרום, האט ער זיך אויסגעלערנט רוסיש און געליינט טאלסטא''י, וכידוע מהגר''א קאטלער ועוד. אין אונגארן אבער, האבען די עמך אידען גערעדט אונגאריש און די כ'ניאקישע זיך געהאלטען ביי די אידיש.
דעריבער אין אמעריקא, ווען אלע זענען פרום געווארען, האבען די אונגארישע שטארק מקפיד געווען אויף אידיש, כמנהג הפרומער'ס אין אונגארן. אבער דער ליטווישע/רוסישע קוקט אן אידיש ווי א לשון עלגים א פויער'ס שפראך. טאקע אין יענער שפראך האט מען געשריבען געמיינע ביכער, געפיהרט געמיינע טע'אטער'ס און געזינדיגט אין גרויסען. דעריבער קלינגט עס נישט אין אונזער אויערען אלס א פרומע זאך, און ממילא האט מען נישט קיין פראבלעם דאס צו פארגעסען.
טאמער מ'גייט איבערטייטשען יעדער בוך אויף אידיש, וועט מען איבעראל אנקומען צו די זעלבע שטאפל, און מ'וועט מיטהאלטען דער יחודא שלים, און משיח וועט זיך באווייזען צו אונז בעגלא דידן למטה מעשרה טפחים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יתרו האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:באקומען אין אישית:

איך קען עס נישט שרייבן ברבים משום גילוי, אבער כ'ווייס ממקור ראשון אז [הרב] איצו גליק האט געקאלט די נייעס אויסגאבעס אז מען טאר עס מער נישט אדווערטייזן, און ווי איך פארשטיי איז דאס אויך די סיבה פארוואס עס איז מער נישט אין די געשעפטן.


נישט ריכטיג, גערעדט מיט א ספרים געשעפט דא אין מאנסי ער זאגט מיר ער האט באקומען גאנץ אסאך אין ביז צוויי-דריי טעג איז עס צוכאפט געווארן פון געשעפט. דער דיסטריביוטער האט אים געזאגט אז אלל אווער איז עס צוכאפט געווארן און זיי דרוקען איבער א מהדורה שניה.

צוריק אין די געשעפטן, יא אויך אין ווילימסבורג, ביז עטליכע טאג וועט עס זיין אין אלא געשעפטן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמעקעדיג האט געשריבן:לדעתי איז קארנעגי גארנישט מחדש קיין אייגענס, סך הכל לערנט ער טיף פשט אין דברי חז"ל. איך האב דעם בוך אין ענגליש שוין יארן, און כמעט צו יעדע זאך קען מען טרעפן א מקור מוסמך אין דברי חז"ל. געוויס איז עס א פענאמאלע ארבעט, איך מאך עס נישט אוועק, איך זעלבסט באנוץ זיך מיט זיינע טריקס; איך וויל נאר מסביר זיין אז עס איז נישטא וואו א איסור זאל חל זיין. ער האט בעיקר באשריבן נאטורן פון מענטשן און פרובירט צו מאכן די וועלט בעסער דורך באשרייבן די ריכטיגע קאמוניקאציע צווישן מענטשן. חכמה בגויים תאמין.


דער מאמענט (עכ"פ א לייענער) האלט אויך ווי מיר:

.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:לדעתי איז קארנעגי גארנישט מחדש קיין אייגענס, סך הכל לערנט ער טיף פשט אין דברי חז"ל. איך האב דעם בוך אין ענגליש שוין יארן, און כמעט צו יעדע זאך קען מען טרעפן א מקור מוסמך אין דברי חז"ל. געוויס איז עס א פענאמאלע ארבעט, איך מאך עס נישט אוועק, איך זעלבסט באנוץ זיך מיט זיינע טריקס; איך וויל נאר מסביר זיין אז עס איז נישטא וואו א איסור זאל חל זיין. ער האט בעיקר באשריבן נאטורן פון מענטשן און פרובירט צו מאכן די וועלט בעסער דורך באשרייבן די ריכטיגע קאמוניקאציע צווישן מענטשן. חכמה בגויים תאמין.


דער מאמענט (עכ"פ א לייענער) האלט אויך ווי מיר:

.
גוט האסטו געטון אז דו האסט ארומגערינגלט די ווערטער 'עכ"פ א לייענער', ווייל איינער פון די שרייבער'ס פונעם מאמענט האט געשריבן דעם בריוו...
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

זע איך נישט פארוואס די עולם האט זיך יעצט אויפגעוועקט
שוין א לאנגע צייט וואס די אלע יסודות פון די בוך ווערט געגעבן אין אידישע לעסענעס אין אלע היימישע געגנטער
פארשפארט