האריקעין Patricia, שטערקסטע אין היסטאריע, באפאלט מעקסיקא

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1547 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

האריקעין Patricia, שטערקסטע אין היסטאריע, באפאלט מעקסיקא

שליחה דורך ישראל קאפקע »

א האריקעין מיט ווינטן פון 200 מייל א שטונדע איז עטליכע שעה אפגעריקט פון מאכן לאנד-פאל אויף דרום-מערב מעקסיקא.

די שטורם וואס האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען אין די לעצטע פיר און צוואנציג - זעקס און דרייסיג שעה האט זיך פארשטארקט אין די לעצטע עטליכע שעה צו א שנעלקייט פון איבער 200 מייל א שעה מיט ווינד גאסטס פון 248 מייל א שעה, די שטערקסטע האריקעין וואס איז סיי ווען געמאסטן געווארן.

די נאציאנאלע האריקעין צענטער וואס איז געשטעלט נאכצופאלגן האריקעינ'ס אין די אטלאנטיק און מזרח פאציפישן אקעאנען האט באצייכנט די האריקעין אלס פאטענציעל קאטאסטראפיש און 'אומגלויבליך'.

די שטורם גייט אין ריכטונג פון מערב מעקסיקא מיט א שנעלקייט פון ניין מייל א שעה. מעטעאראלאגן דרוקן אויס זארג און שרעק איבער דריי מעקסיקאנער שטאטן כאַליסקאָ, קאָלימאַ און נאַיאַריט און די 400,000 וואס וואוינען אין דעם דירעקטן וועג פונעם האריקעין.

IMG_20151023_132018.jpg


אין די לעצטע אנדערהאלבן טאג איז די לופט דרוק אין צענטער פונעם האריקעין (וואס העכערט די ווינט שנעלקייט) געפאלן 115 מיליבארס, פון 994 צו 880, מעגליך די שנעלסטע פארשטארקערונג אין היסטאריע. פון 100 מייל א שעה צו איבער 200 מייל א שעה אין ווייניגער ווי פיר און צוואנציג שעה. גלייך נאכדעם וואס די פליגעצייג וואס מעסט אזעלכע שטורעמעס האט פארלאזט די אויג פונעם שטורם האט א סעטעלייט וואס פאלגט נאך די האריקעין געמאסטן פעטרישע'ס שטארקייט ביי 8.3 ברעכענדיג די דוואראק וואג וואס גייט נאר ביז 8.0!

די האריקעין ווערט געמאסטן ביי א שטארקייט פון 8.3 אויף א וואג פון 8.0!
די האריקעין ווערט געמאסטן ביי א שטארקייט פון 8.3 אויף א וואג פון 8.0!


פעטרישע שטייט יעצט ביים טעארעטישן גרעניץ פארן שטערקסטן טראפישן שטורם אויף פלאנעט ערד.

די איינציגסטע גוטע נייעס איז אז די שטערקסטע און שעדליכסטע ווינטן וואס זענען קאנצענטרירט אין די מיטל פונקט פון די שטורם, איז בלויז בערך פופצן מייל ברייט.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20151023_133026.jpg
IMG_20151023_132947.jpg

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר