חוצפה פון די מוסדות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2010 מאל

חוצפה פון די מוסדות

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

די וואך ביים שבת סעודה זיצט די גאנצע משפחה צוזאם, מהאט הנאה פונעם שבת, די קינדער זאגן וואס זיי האבן געלערנט אין חדר כהאב נאך געזאגט שיינע חסידישע תורות אין מהאט געזינגען שיינע ניגונים,
פלוצלינג קומט מיין 4 יעריג אינגעל אריין פונעם קאך מיטן געטראנקן אין זינגט אינטער א מיכאל שניצלער ניגון, סאיז מיר געווארן גוט, כהאב תיכף אראפ געלייקט די לעפעל פונעם מויל, אין שטיל געמאכט אין געפרעגט דע קליינט ווי ער האט געהערט די פראסטע זמר,
(ביי מיר אין די היים הערך מען נאר ניגונים פון אונזער הויף אדער ירמי דמן מיט משה גאלדמאן, כהאב מורא געהאט אפשר איז די טעיפ גאר ביי מיר אין די היים.)
עכ״פ ענטערפט מיר מיין קליינט אז די ניגון קען ער פון די באס צו חדר, אין איז מסביר אז די באס דריווער צינט אן ניגונים וואס פאסט נישט יעדער אינדערפרי אויפן וועג צו חדר,
השמע כזאת??? פאר דעים צאל איך געלט? מיינע קינדער זאלן אהיים קומען מיט פראסטע ניגונים? א חוצפה שאין כמהו, היתכן מנעמט נישט מער חסידישע אינדערלייט פאר דריווערס? אדער זאל מען אנזאגן די דרייווער נישט צו פארסאמען די קינדער מיט טאמענע ניגונים,
די הנהלה פון תלמוד תורה דארף מען פארזיכטיג זיין מיט וועם זיי נעמען אריין אין תלמוד תורה, הן ההנהלה אין הן די קינדער,
גוט וואך
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שטילע אינגערמאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר