פון דא און דארט -- (קרישקעלעך)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3783 מאל

פון דא און דארט -- (קרישקעלעך)

שליחה דורך זר זהב »

סתם אינטערעסאנטע זאכן וואס דו האסט געזען אדער געהערט אדער קומט ערגעץ פאר איבער אלעס און אלעמען. (א שטייגער ווי "פון דא און דארט" אין 'איד'. אדער "ארום און ארום" ווי ס'פלעגט זיין אינעם 'בלאט')

וזה החילי...

ס'האט זיך געטוהן אויף טיש און אויף בענק פריער אויף די מייקל סעוועדזש שוי. ער האט ארומגערעדט פון אר"י און די דרעפט וואס זיי ווילן איינפירן אויף די חרדים.
דער אריינרופער האט אגריעט מיט סעוועדזש אז יעדער מוז דינען, און מ'קען זיך נישט באהאלטן אונטער די "תורה מאנטל"...

איינער מאיר האט אריינגערופן און מיט אן עזות דקדושה אויסגעשריגן אז נישט די מיליטער באשיצט דעם לאנד נאר די וואס זיצן און לערנען תורה!
סעוועדזש איז געווארן 'פלעבבערגעסטעד' און פרעגט אים פארוואס האט די תורה נישט באשיצט די אידן פון אוישוויץ און טרעבלינקא....!?!?!

מאיר לאזט זיך נישט: "ווייל זיי האבן נישט געלערנט תורה! די אידן זענען נישט געווען ערליך!

סעוועדזש הייבט אן זיך צו בייגן אביסל און פרעגט: "פארוואס קען מען נישט לערנען אביסל און אביסל גיין אויפ'ן פראנט מיט אן עוזי גאן?... וואס איז די סתירה?"

מאיר: "ווייל אין די מיליטער איז דא אסאך זאכן וואס זענען בניגוד התורה וואו א ערליכער איד טאר זיך נישט דרייען"

סעוועדזש (וויינער): "איך האב אמאל געזען אן ארטדאקסישן איד מיט א לאנגן בארד ארויסשפרינגען פון אן העליקאפטער מיט א לאנגן גאן אויסגעשטרעקט"

ביז דא געדענק איך... איך האף צו טרעפן א קליפ דערפון.
-----------------------------------

די אשכול איז וועגן אלעס און אלעמען, איין תגובה מוז נישט האבן קיין שייכות מיט'ן 2'טן!

פון דא און דארט.

ארום און ארום.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר