ירא שמים האט געשריבן:אז דו וואולסט נישט ווערן אריינגעצויגען אין קיין שמועס דערמאן נישט דיינע ראיות אזוי בדרך אגב …
און בדרך אגב וועגן בעלזער רב׳ס דעה קענסטו פרעגן בעלזער רב אליינס אדער זיין ברודער בולגערייער רב שכתבם מעידים עליהם.
דאס האב איך געשריבן דא
געוואלדיג האט געשריבן:יעצט צום נושא, דא האב איך געברענגט די בריוו וואס בעלזא רב האט אונטערגעשריבן בנוגע בחירות א. די בריוו האט געשריבן בולגערייער רב ביז די ווארט יעזור וואס איז בכתי"ק פון בעלזא רב, די נוסח איז עפ"י וויאזוי בעלזא רב האט איהם געהייסן און עס שטייט נישט חוב קדוש נאר א לשון נבקש מען בעהט, בולגערייער רב האט געשריבן לשון יחיד אבקש און בעלזא רב הט געטוישט אויף לשון רבים נבקש. ב. עס שטייט דארט א פונקטליכע טעם פאר וואס עס איז וויכטיג צו וואוטען, ווייל מען האט דעמאלטס געמיינט אז מען גייט מאכן א קאנסטעטוציע פאר די מדינה און אויב וועלן זיין פרומע דעפוטאטן וועלן זיי קענען האבן א השפעה אז די מדינה זאל געשטעלט ווערן וואס מער אידישליך (למעשה איז ביז היינט נישטא אין ישראל קיין קאנסטעטוציע אןון עס איז מיוסד אויף די ענגלישע קאנסטעטוציע). ג. אין א בריוו פון י"ב סיון תש"ט צו סקווירא רבי שרייבט בולגערייער רב, איינס אז בעלזא רב אליין איז נישט געגאנגען וואוטען, צוויי אז ער האט געמאכט א גילוי דעת אויף די נחיצות פון וואוטען אן קיין שום פרעשור אדער פרעמדע השפעה אויף איהם. ד. הרי"מ לווין האט נישט באקומען רשות פון מועצגה"ת צו אריין דיי אין די ממשלה נאר נאך שוין דארט זיין האט ער באקומען רשות אז ער דארף נישט ארויס גיין פון דארט.
איז פון די פאקטן זעהן מיר 1. בעלזא רב האט געבעהטן און נישט געהייסן אדער חוב קדוש לא מיניה ולא מקצתיה נאר א וויכטיגע בקשה (יא אוודאי פאר א בעלזא חסיד איז דאס גענוג כמובן, יעדער חסיד וואלט אזוי געטוהן אבער פארט ווייט פון חוב קדוש). 2. וויבאלד עס שטייט ארויס א סיבה פאר די בקשה, קען סאטמאר רב טענה'ען אנדערש און האבן א אנדערע מיינונג און עס מוז נישט זיין גרייזיג (ביידע זענען נישט גרייזיג, נאר אנדערע סברות וויאזוי איז די ריכטיגע וועג צו טוהן). 3. בולגערייער רב ((וואס איז געווען א נאמן) שרייבט קלאר אז די גילוי דעת אויף די נחיצות פון וואוטען איז געמאכט געווארן אן קיין פרעשור אדער פרעמדע השפעות אויף איהם. ה. הרי"מ לווין האט כדלעיל אסאך זאכן געטוהן אן פרעגן מועצגה"ת.
די אלע פאקטן זענען באשטעטיגט דורך דאקומענטן און ווערן גוט צולייגט אין די ספר מקטוביץ עד ה' איייר פון צבי וויינמאן
יעצט מיט די בעקראונד קען מען זין נעמען מתווכח זיין צו די חברי כנסת טוהן עפעס אויף אדער נישט