רבי ישראל יצחק רייזמאן, חביד"צ עדה החרדית - ז' אדר

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

רבי ישראל יצחק רייזמאן, חביד"צ עדה החרדית - ז' אדר

שליחה דורך דולה ומשקה »

הגאון הגדול דבי ישראל יצחק רײזמאן זצ׳׳ל איז געבוירען געווארען אין ירושלים עיה"ק בשנת תרמ"ט צו זיין פאטער הגאון החסיד ד׳ נתנאל הלוי מפראגה, וואז איז געוועהן מבאי ביתו פון הגה"ק בעל תורת חסד מלובלין, אויך פלעגט ער משמש זיין דעם בעל חידושי הרי׳׳מ, והגר׳׳א מטשבנוב, ורבי ישעי׳לע פראגר.

רבי ישראל יצחרק רייזמאן האט געלערנט אין ישיבת תודת חיים בעיר העתיקה ביי הגר׳׳י וויינוגראד, דערנאך איז געווארען שטארק דבוק צום 'תורת חסד', און צו רבי אברהם שמחה הורביץ מבארניב, אזוי אויך מיט כ"ק רד״ש בידערמאן מלעלוב. אין תורת הנסתר איז געוועהן א תלמיד פון רבי חיים שאול דויק.

אנהייב שנת תרצ"ה איז ער נתמנה געווארען צו דומ׳׳צ, מיט די השתדלות פון מרן הגאון רבי יוסף צבי דושינסקי זצ״ל, און פון דעמאלס אן ישב על מדין קרוב צו פערציג יאר. אויך פלעגט ער מרביץ תורה זיין בישיבות 'חיי עולם' ו'תורת חייט', ער איז ראויך געוויעהן פון די מייסדים פון ישיבת שפת אמת, ער פלעגט אויך פארלערנען טעגליכע שיעורים אין פארשידינע בתי מדרשים אין ירושלים עיה"ק.

כל ימיו פלעגט ער דאווענען ותיקין, הירבה והפליג בשינון וחזרה, זיין גרויסע ידיעות ובקיאות האט מפלא יעדער איינער וואס האט איהם נאר אמאל אנגעפרעגט אדער סתם אזוי געשמועסט אין לערנען, ש״ס און שו׳׳ע איז געוועזען שגורים אצלו בעל-פה, ועד היום די וואס האבען נאך אריין געכאפט צו נאשען פון איהם רעדן גאר אויסטערלישט פון איהם.

גודד גדד ועומד בפרץ, ווערט גערעכט פון די מייסדים פונעם ביד׳׳צ, ער האט זיך משתתף געוועהן און געוועהן גאר שטארק אריין געמישט און פארקאכט אין יעדע הינזיכט פון דער יהדות החרדית בעיה״ק. אסאך יארען האט ער משמש געוועהן כגבאי צדקה פאר ארימע תלמידי חכמים, א מצוה וואס ער האט נאך אנגעהויבען גאר יונג עפ"י ציווי פון זיין טאטע. יעדע ערב שבת קודש פלעגט ער זיך בטירחה יתירה ארום גיין די הייזער פאר געלט און שאר צרכי שבת אין דאס פארטיילען פאר די עניים.

בזיווג ראשון האט ער חתונה געהאט מיט בת רמ״מ ביבעװאלד מקורו צאנז, וואס פון איהר האט ער געהאט איין בת יחידה וואס איז ליידער נפטר געווארען בחייו.

בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון הג״ר שלום ליב אייזנבאך מפעסט, בעל באר יצחק על קדשים, חתן הג"ר אברהם אבלי הראב׳׳ד הראשון לעדת אשכנזים בירושלים. פון וועמען ער האט געהאט א בת יחידה אשת כ"ק הגה׳׳צ רבי שלום סאפרין אדמו"ר מקומרנא זצ״ל.

נפטר ביום ז׳ אדר תשכ׳׳ט, אין זיין צוואה זאגט ער אן מ'זאל איהם נישט מספיד זיין, אין מ'זאל נישט שרייבען אויף זיין מציבה קיים שום תואר פון כבוד, אזוי אויך זאגט ער אן מ'זאל איהם מקבר זיין אויף הר הזיתים סמוך לקברו פון רבו בעל תורת חסד, און מ'זאל לייגען זיין מיטה פארן באערדיקען אויף דער קבר פון זיין רבי, וכך עשהו, ושם מנו"כ.

פערציג יאר שפעטער מפטירתו מטעמים בלתי ידועים איז נאך קיינער נישט גענומען דער מיה און דער טירחה מלקט צו זיין זיינע חידו"ת און שרייבען א 'תולדות' פון איבער דעם אדם גדול בענקים.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

הסכמה געדריקט אין ספר 'סידור הגאונים והמקובלים' פון רבי משה יאיר וויינשטאק זצ"ל

תמצית מדברי הגאון הצדיק המפורסם רבי ישראל יצחק הלוי רייזמאן זצ״ל,
ששימש דיין ומו״צ בעדה החרדית בעיה״ק ירושלים ת״ו עשרות שנים.
והסכמתיעל ספר יוצר אור פירוש על ספר יצירה.

מה מאד תשמח נפשי לקראת הופעת חיבורו המופלא של רב ידידי ומחמדי
הגה״צ המקובל המפורסם בנש״ק רבי משה יאיר ווינשטאק שליט״א...

הספר מרחיב את אופק השכל בסגנון עדין וקליל, ובהסברות קולעות מחדירים לאט לאט המושגים הקשים לנפש המשכלת. . . הבה ונחזיק טובה להמחבר הנ״ל שכבר איתמחי גברא בספריו הקודמים שיצאו להם מוניטין בתוך שוחרי תורה. ובמטותא מינייכו לבוא לעזרתו שיוכל להשלים מפעלו הקדוש להוציא לאור הספרים המיוחדים -כדי להרבות האמונה בהשי״ת... וזכותא דאבדהם רחימא תגן על כל המסייעים להפיץ דבריו הקדושים בעולם, ולהוושע ברוב טוב וברכות עדי עד ונזכה לביאת משיח צדקנו בבי״א.

ישראל יצחק הלוי רייזמאן
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

כתב יד וחתימה,
איינער ווערט געבעטן דאס געהעריג ארויף שטעלן

http://kedem-auctions.com/Items/%D7%AA% ... %90%D7%9F#
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 658
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

ארויפגעלייגט.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

צאצאיו

שליחה דורך דולה ומשקה »

רבי ישראל יצחק רייזמאן זצ"ל האט געהאט איין בת יחידה הרבנית גאלדע לאה אשת חבר כ"ק רבי שלום סאפרין מקאמארנא ירושלים זצ"ל

ואלו בניו ובנותיו:
א) רבי נתנאל מקאמארנא ארזי הבירה - זוגתו צפורה ב"ר יהודה אריה דייטש
1) מתתיהו
2) יהודה אריה
3) אברהם מרדכי
4) דוד אלכסנדער
5) חיים יעקב
6) נחמה אשת רבי יהושע אשכנזי
7) אסתר הענדל אשת רבי אליעזר יצחק דאנציגער
8) חוה סימא אשת רבי חיים יעקב פרענקל
9) יוכבד הינדא אשת רבי שמעון אהרן גאלדמאן
10) רויזא אשת רבי מיכאל אליהו אהרנסון
11) חנה אשת ?
12) חיה אשת רבי שאול ידידי' טויב
13) מרים יהודית ברכה

ב) רבי אברהם מרדכי מקאמארנא ירושלים - זוגתו גולדא שיינדל בת ר' נתן צבי בלום
1) ישראל יצחק
2) רות אשת רבי יעקב אלחנן בהרי"ר
3) צפורה אשת רבי שלום חיים פריעדלאנדער
4) איטע רחל אשת רבי רועי ראפפורט
5) אלכסנדר חיים
6) יעקב משה
7) אליעזר ברוך

ג) רבי אליעזר צבי מקאמארנא - זוגתו צפורה בת רבי שמואל עוזר קאפ
1) יעקב אשר
2) ישראל יצחק
3) שמעון נתן נטע
4) אלימלך
5) נתנאל
6) דוד
7) משה מרדכי

ד) חוה סימא אשת רבי ישכר שטאקהיימער מקאמארנא שועפט
1) ישראל יצחק
2) חיים מאיר
3) צבי
4) מרדכי
5) אלכסנדער
6) פריידא רחל אשת רבי יהודה לייב אשלג
7) אסתר נחמה אשת רבי חיים אלעזר אלתר
8) שרה אשת ?

פון חידו"ת ותולדות אבער רבי שלום מקאמארנא זצ"ל חתן רבי ישראל יצחק רייזמאן זצ"ל ערשיינט א גליון מדאי שבוע, אזוי אויך מבנו רבי נתננאל מקאמארנא ערשיינט אויך א גליון, ביידע זענען צובאקומען אויף 'לדעת'.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב געהערט א הפלא'דיגע מעשה פון אן אייניקל פון רבי ישראל יצחק רייזמאן. אז דער טשאקאווער רבי פון ירושלים [דאכצעך שמו רבי מאיר], איז אלס בחור געווען א שטיקל הויז בחור/משמש/באגלייטער פון רבי ישראל יצחק רייזמאן, ער פלעגט אים באגלייטן יעדן טאג פונדערהיים צום מושב בי"ד און צוריק.

איינמאל האט ער געזען אז רבי ישראל יצחק זעט אויס ממש בלאס. נאכן אים נעמען אפאר מאל, האט ער געזען אז ער איז עפעס זייער צושטורעמט, און ער האט געפרעגט רבי ישראל יצחק וואס איז געשען אז ער זעט אויס אנדערש ווי נארמאל. האט אים רבי ישראל יצחק געענטפערט, אז היות אין יענע טעג איז דער באקאנטער גאון וצדיק רבי צבי פסח פראנק נסתלק געווארן, איז געווען א שטיקל איסתפקתא אין עדה החרדית וויאזוי מ'דארף דאס באהאנדלן. געוויסע האבן געזאגט, אז ער איז אריבער צום 'רבנות' און מ'טאר זיך נישט מתייחס זיין צו אים, אנדערע האבן געזאגט אז ער איז נישט געווען שולדיג וכו' און מ'דארף אים מכבד זיין, געווען וואס האבן געהאלטן אז דער עדה דארף גאר מכריז זיין ביטול מלאכה אדער א הספד [כ'געדענק נישט פונקטליך].

געוויסע יונגעלייטלעך, 'גרויסע קנאים', זענען דאן ארויף צו רבי ישראל יצחק רעדן צו אים איבער די נושא. זיי האבן גע'טענה'ט אז 'יתכן מ'מאכט זיך בכלל וויסנדיג פון דעם לינקן גדול רבי צבי פסח' א.א.וו. דאס האט געפערליך שטארק אויפגערעגט רבי ישראל יצחק רייזמאן, וואס האט זיי אפגעענטפערט שארפערהייט: עטס האטס דען א השגה אין 'רבי צבי פסח'? לאמיך ענק דערציילן ווער רבי צבי פסח איז געווען. און אט איז וואס ער האט דערציילט.

ווען רבי צבי פסח איז געווען א פרישע יונגערמאן, האט ער זיך שוין אויסגעצייכנט מיט זיין געוואלדיגער התמדה בתורה, ממש טאג און נאכט. האט ער זיך דערזען מיט א פראבלעם, אז ביינאכט קען ער נישט לערנען וויבאלד ער האט נישט קיין לעכט אדער נאפט צו קענען לאזן א פייערל ברענען אז ער זאל קענען לערנען לאורה. האט ער געבעטן זיין ווייב רשות, און זיי האבן פארקויפט זייער איינציגסטע שטיקל מעבל וואס זיי האבן פארמאגט, זייערע בעטן [!!!], כדי צו קענען מיט די געלט קויפן לעכט אז ער זאל קענען לערנען ביינאכט אויך! דאס איז געווען רבי צבי פסח פראנק!

האט רבי ישראל יצחק פארענדיגט, ענק יונגעלייטלעך, וואס האבן נאכנישט געלערנט אין ענקער לעבן קיין כלשהו קעגן דעם לייב, ענק האבן דעות וויאזוי מ'דארף זיך מתייחס זיין צו אים?! און מיט דעם האט ער זיי פארשיקט פון זיך. האט רבי ישראל יצחק מסביר געווען פאר דעם [שפעטערדיגן] טשאקאוון רבי'ן, אז מרוב רוגזה איבער זייער חוצפה איז ער פשוט שוואך געווארן, און ער איז נאכאלס צושאקלט פון זייער חוצפה כלפי רבי צבי פסח פראנק.


דאס איז געווען, כאטש רבי ישראל יצחק רייזמאן איז געווען באוואוסט אלס דער [אפשר איינציגסטע] קנאי שבעדה החרדית אין יענע יארן, און ער איז געווען דער וואס האט אלס געשטופט די עדה מער אין קנאי'שע ריכטונגען!


מיר - עכ"פ - ברענגט דאס ארויף אין קאפ די טיפע מאמר החכם פונעם לעצטן אמת'ן קנאי, רבי עמרם בלוי, וואס האט זיך אויסגעדריקט: 'א קנאי איז נישט דער וואס טיילט פעטש, א קנאי איז דער וואס כאפט פעטש'! ונאים הדברים למי שאמרם זייענדיג באוואוסט מיט זיין מסי"נ און גרייטקייט צו 'כאפן' און נישט טיילן, פאר כבוד שמים [אפגעזען מיינע שיטות איבער אים, אדער איבער זיינע שיטות].
פארשפארט